טאטי, זעקס נעמען על שום מה??
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10225
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
[align=center]פרק ו': מער טויט ווי לעבעדיג[/align]
ס'האט מיר געכאפט א שוואכע מינוט
איך פיל נישט אזוי גוט
כ'האב צופיל זאכן גענומען צום הארץ
ס'איבלט מיר אלעס ווערט שווארץ.
מען וויל א צעטל אויפהענגען
מיין נאמען ארויפברענגען,
יעדער זאל איינרייסן פאר חוח
אבער דער נאמען איז לענגער פון תיבת נח!
עס איז צו גרויס אין צאל
צו זען די גאנצע אויף איין מאל
אויף א געהעריגע סייז סקרין...
צו פּרינטן: מינימום עלעווען-ביי-סעווענטין...
עס קומט צו א באזונדערע טשאַרדזש
פאר א צעטל עקסטרע-לאַרדזש...
עס פילט זיך א טעם גאר זויער
טראכטנדיג מיט טרויער
אין בעט עלנד איך בין
מיין נאמען האט קיינער נישט אינזין.
מענטשן הייבן די ברעמען:
'דער פאציענט האט א ים מיט נעמען'
איך קען זיי נישט חזר'ן ס'איז צופיל
אוודאי נישט געדענקען אפילו אויב כ'וויל
דאס איז צו א שווערע קעיס
אינעם דזשעלי ס'נעמט אויף צופיל ספּעיס...
פון לויפן צו דאקטוירים מ'איז מיד
מ'גייט זיך מזכיר זיין ביי א גוטן איד
מיט א קוויטל מען וויל גיין פּראַווענען
דארף מען זיך מיטן גבאי ספּראַווענען.
ער טענה'ט: יעדער נאמען יעדע הזכרה
אין א באזונדערע שורה דערמאנען זיין צרה
נישט זעקס מענטשן אין איין ליין
פארצייכענען צוזאמען זייער פּיין!
איך טענה צוריק מיט א מליצה:
עס פעלט נישט אויס קיין מחיצה
אלע זעקס מענטשן האבן איין קאפ
קאם-אן! פּיק-איט-אפּ!
אין מיר געפינט זיך א גאנצע משלחת
א בחינה פון 'ששה מתכסין בטלית אחת'...
דער מצב טוט ערגער ווערן
די קינדער בעת צרתם קלערן
מ'שטייט ארום די בעט אין שפיטאל
דער מצב איז זייער שמאל
צו צולייגן א נאמען זיי ווילן
די געוויסן איינצושטילן
זיי זאגן טאקע 'אל תפתח פה'
אבער טראכטן פון 'ידינו לא שפכו את הדם הזה'
זיי ווילן וויסן מיט קלארקייט א פעסטע
'אונז האבן געטון דאס בעסטע'...
וועלכע נאמען? איז א גרויסע שאלה
פארזאמלען זיך די בני שלשים ורבעים אלע
ל'אלטר' ל'חיים' ול'שלום' טוט איינער פארפירן
אנדערע ווילן 'רפאל' ארויפשמירן
זה אומר בכֹה וזה בכֹה
יעדער וויל מקיים זיין וַיִּקְרָא שְׁמוֹ.
אינמיטן דעם גאנצן סומאטוכע
מערכה לקראת מערכה
כאפט מען אז דער טאטע איז נישט א בר הכי,
מיט א נאמען א זיבעטע כל מקדש שביעי
וועט מען אים אויפרופן נאר צו תשיעי...
מען קען אים נישט געבן אזא געשאנק
ווייל זיין נאמען-באנק
איז פונלאנג זייער פול
אלעס האט דאך א גבול.
א איידעם א פרייליכער פון נאטור
וויל הייבן דעם שטימונג ביז גאר
זאגט ער מיט ביטול
פון זעקסטן אויפן זיבעטן איז נאר ניטל...
ענדע קומט אי"ה
ס'האט מיר געכאפט א שוואכע מינוט
איך פיל נישט אזוי גוט
כ'האב צופיל זאכן גענומען צום הארץ
ס'איבלט מיר אלעס ווערט שווארץ.
מען וויל א צעטל אויפהענגען
מיין נאמען ארויפברענגען,
יעדער זאל איינרייסן פאר חוח
אבער דער נאמען איז לענגער פון תיבת נח!
עס איז צו גרויס אין צאל
צו זען די גאנצע אויף איין מאל
אויף א געהעריגע סייז סקרין...
צו פּרינטן: מינימום עלעווען-ביי-סעווענטין...
עס קומט צו א באזונדערע טשאַרדזש
פאר א צעטל עקסטרע-לאַרדזש...
עס פילט זיך א טעם גאר זויער
טראכטנדיג מיט טרויער
אין בעט עלנד איך בין
מיין נאמען האט קיינער נישט אינזין.
מענטשן הייבן די ברעמען:
'דער פאציענט האט א ים מיט נעמען'
איך קען זיי נישט חזר'ן ס'איז צופיל
אוודאי נישט געדענקען אפילו אויב כ'וויל
דאס איז צו א שווערע קעיס
אינעם דזשעלי ס'נעמט אויף צופיל ספּעיס...
פון לויפן צו דאקטוירים מ'איז מיד
מ'גייט זיך מזכיר זיין ביי א גוטן איד
מיט א קוויטל מען וויל גיין פּראַווענען
דארף מען זיך מיטן גבאי ספּראַווענען.
ער טענה'ט: יעדער נאמען יעדע הזכרה
אין א באזונדערע שורה דערמאנען זיין צרה
נישט זעקס מענטשן אין איין ליין
פארצייכענען צוזאמען זייער פּיין!
איך טענה צוריק מיט א מליצה:
עס פעלט נישט אויס קיין מחיצה
אלע זעקס מענטשן האבן איין קאפ
קאם-אן! פּיק-איט-אפּ!
אין מיר געפינט זיך א גאנצע משלחת
א בחינה פון 'ששה מתכסין בטלית אחת'...
דער מצב טוט ערגער ווערן
די קינדער בעת צרתם קלערן
מ'שטייט ארום די בעט אין שפיטאל
דער מצב איז זייער שמאל
צו צולייגן א נאמען זיי ווילן
די געוויסן איינצושטילן
זיי זאגן טאקע 'אל תפתח פה'
אבער טראכטן פון 'ידינו לא שפכו את הדם הזה'
זיי ווילן וויסן מיט קלארקייט א פעסטע
'אונז האבן געטון דאס בעסטע'...
וועלכע נאמען? איז א גרויסע שאלה
פארזאמלען זיך די בני שלשים ורבעים אלע
ל'אלטר' ל'חיים' ול'שלום' טוט איינער פארפירן
אנדערע ווילן 'רפאל' ארויפשמירן
זה אומר בכֹה וזה בכֹה
יעדער וויל מקיים זיין וַיִּקְרָא שְׁמוֹ.
אינמיטן דעם גאנצן סומאטוכע
מערכה לקראת מערכה
כאפט מען אז דער טאטע איז נישט א בר הכי,
מיט א נאמען א זיבעטע כל מקדש שביעי
וועט מען אים אויפרופן נאר צו תשיעי...
מען קען אים נישט געבן אזא געשאנק
ווייל זיין נאמען-באנק
איז פונלאנג זייער פול
אלעס האט דאך א גבול.
א איידעם א פרייליכער פון נאטור
וויל הייבן דעם שטימונג ביז גאר
זאגט ער מיט ביטול
פון זעקסטן אויפן זיבעטן איז נאר ניטל...
ענדע קומט אי"ה
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2814
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע: אין טעלער.
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6378
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
חוח בין השושנים האט געשריבן:איך בין נישט א חומד לצון,
נאר פאר 'יהיו לרצון'
בין איך מקיים איינע פון די חוקים
איך זאג גאנצע זעקס פסוקים!
פאר אייך נישט געדאכט
איר וואלט דערפון געקראכט!
דעריבער דאווען איך א לאנגע שמונה עשרה
קיין פסוק אויסצולאזן חסורי מחסרא!
המשך יבוא אי"ה
דערמאנט עס נישט יענע מעשה פון דעם ליטווק וואס האט געזאגט פארן ווייב אז היינט קומט ער אהיים שפעטער פון שול ווייל מען הייבט אן ותן טל ומטר וואס נעמט אביסל לענגער????
- דערבארומדיג'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2918
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 680
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 954
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12231
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
[align=center]פרק ז': די אומגלויבליכע אנטוויקלונג[/align]
ווי שוין אויבן געשטויגן-פלויגן
האט דער זעקסער פארמאכט די אויגן
ביים בית דין של מעלה
פרעגט ער א מאדנע שאלה
זיי האבן אזוינס קיינמאל פריער געהאַט
א מענטש פון עולם הזה נאכנישט זאַט
ער וויל נאכאמאל וויילן אינעם בית אפל
דארט אונטן אין עולם השפל!
געווענליך איז דאס א שטראף פּאַראַלעל
מיט א גיהנום צעל...
אבער נישט-מער נישט-ווייניגער
ער האלט זיך ביים זייניגער:
איך ווייס אילין מיליא
עס איז דא א רזא דגלגוליא,
וויל איך דעריבער נאכאמאל
הערן 'ויקרא שמו בישראל',
דאס מאל מיט איין נאמען בלויז
נישט מער זיין קוריאָז.
ער נעמט זיך אויס א תנאי
ס'זאל זיין אָן די בינטל נעמען לגנאי.
איך וויל פילן דעם זיסן טעם ענדליך
ס'מוז זיין אויסערגעווענליך!
אזא רייזע איז דאך גאר ווייט
איך בין אבער אויף אלעס גרייט,
ס'לוינט זיך דאס מיטצומאכן
צו קענען דער לעצטער לאכן,
מיט איין נאמען זיך ארומדרייען
זיך קענען אויסטערליש פרייען,
דעם אלטן פלעק פארגלעטן
פון פינף נעמען זיך אפ'גט'ן.
נאך זיינע לאנגע מאטערנישן
וויל ער די אלטע פארווישן.
זיין בקשה מען זאגט נישט אפ
ער קומט נאכאמאל אראפ...
ענדליך איז ער א בן חורין
ער ווערט פונדאסניי געבוירן!
טייערע ליינער, וואס כ'גיי יעצט שרייבן
זאל צווישן אונז בלייבן.
ס'איז מיר דא לדא נקשן
אויף די קומענדיגע טוירעס לאקשן,
ס'טאר נישט ווייטער גיין
מ'וועט מיר דאך אויס'הקהה'ן די ציין.
עס איז פריוואט פאר אונזער געצעלטל
נישט ארויסצוליעקן פונעם וועלטל.
ס'קען נאך חלילה אנקומען צו מעכל
ער וועט עס וואַדע דערציילן פאר רעכל,
זיי וועלן דאס נישט אראפשלינגען
אוי וועלן זיי מיר באזינגען.
פאר די ידידים איז גענוג א הבהרה
מיט א הסברה א קלארע:
כ'געב איבער פאַרן פּיצל קינד דאס וואָרט
אבער אין מציאות האט עס נישט קיין אָרט...
ער רעדט חוצפה'דיגע ווערטער שלעכטע
אבער ס'איז פיקטיוו, נישט קיין עכטע...
זאל דאס דינען אלס קלאַריפיקאציע
אז ס'איז בלויז א פאַבריקאציע...
מיט די קורצע ווערטער כמלוא נימא
איז דַי לחכימא.
די בעיבי באקומט דא א שיינע אויפנאמע
אבער ער האט נאך א טראמא,
זיין דאגה איז גארנישט א קליינס
אז ער וועט באקומען נעמען מער פון איינס.
ער וויל זיכער מאכן און אינפאָרסירן
אזוינס זאל חלילה נישט פאסירן.
דאס פּיצל זאגט צום טאטן אזוי
תזל אִמְרָתִי כ'טוי':
כ'דארף נאך באקן די קוגל, וואס ער זאגט פון וויגל...
ס'וועט זיך אווערנייטן, מיט א פארזעצונג א גרייטן...
מ'וועט דאן ברענגען, זיין ווענדונג דעם שטרענגען.
ווי שוין אויבן געשטויגן-פלויגן
האט דער זעקסער פארמאכט די אויגן
ביים בית דין של מעלה
פרעגט ער א מאדנע שאלה
זיי האבן אזוינס קיינמאל פריער געהאַט
א מענטש פון עולם הזה נאכנישט זאַט
ער וויל נאכאמאל וויילן אינעם בית אפל
דארט אונטן אין עולם השפל!
געווענליך איז דאס א שטראף פּאַראַלעל
מיט א גיהנום צעל...
אבער נישט-מער נישט-ווייניגער
ער האלט זיך ביים זייניגער:
איך ווייס אילין מיליא
עס איז דא א רזא דגלגוליא,
וויל איך דעריבער נאכאמאל
הערן 'ויקרא שמו בישראל',
דאס מאל מיט איין נאמען בלויז
נישט מער זיין קוריאָז.
ער נעמט זיך אויס א תנאי
ס'זאל זיין אָן די בינטל נעמען לגנאי.
איך וויל פילן דעם זיסן טעם ענדליך
ס'מוז זיין אויסערגעווענליך!
אזא רייזע איז דאך גאר ווייט
איך בין אבער אויף אלעס גרייט,
ס'לוינט זיך דאס מיטצומאכן
צו קענען דער לעצטער לאכן,
מיט איין נאמען זיך ארומדרייען
זיך קענען אויסטערליש פרייען,
דעם אלטן פלעק פארגלעטן
פון פינף נעמען זיך אפ'גט'ן.
נאך זיינע לאנגע מאטערנישן
וויל ער די אלטע פארווישן.
זיין בקשה מען זאגט נישט אפ
ער קומט נאכאמאל אראפ...
ענדליך איז ער א בן חורין
ער ווערט פונדאסניי געבוירן!
טייערע ליינער, וואס כ'גיי יעצט שרייבן
זאל צווישן אונז בלייבן.
ס'איז מיר דא לדא נקשן
אויף די קומענדיגע טוירעס לאקשן,
ס'טאר נישט ווייטער גיין
מ'וועט מיר דאך אויס'הקהה'ן די ציין.
עס איז פריוואט פאר אונזער געצעלטל
נישט ארויסצוליעקן פונעם וועלטל.
ס'קען נאך חלילה אנקומען צו מעכל
ער וועט עס וואַדע דערציילן פאר רעכל,
זיי וועלן דאס נישט אראפשלינגען
אוי וועלן זיי מיר באזינגען.
פאר די ידידים איז גענוג א הבהרה
מיט א הסברה א קלארע:
כ'געב איבער פאַרן פּיצל קינד דאס וואָרט
אבער אין מציאות האט עס נישט קיין אָרט...
ער רעדט חוצפה'דיגע ווערטער שלעכטע
אבער ס'איז פיקטיוו, נישט קיין עכטע...
זאל דאס דינען אלס קלאַריפיקאציע
אז ס'איז בלויז א פאַבריקאציע...
מיט די קורצע ווערטער כמלוא נימא
איז דַי לחכימא.
די בעיבי באקומט דא א שיינע אויפנאמע
אבער ער האט נאך א טראמא,
זיין דאגה איז גארנישט א קליינס
אז ער וועט באקומען נעמען מער פון איינס.
ער וויל זיכער מאכן און אינפאָרסירן
אזוינס זאל חלילה נישט פאסירן.
דאס פּיצל זאגט צום טאטן אזוי
תזל אִמְרָתִי כ'טוי':
כ'דארף נאך באקן די קוגל, וואס ער זאגט פון וויגל...
ס'וועט זיך אווערנייטן, מיט א פארזעצונג א גרייטן...
מ'וועט דאן ברענגען, זיין ווענדונג דעם שטרענגען.
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
אלס חשש פון נותר און פיגול, זיך צוגעאיילט באקן די לאקשן-קוגל...
[align=center]פרק ח': דאס קוויטש פונעם קינד[/align]
איך ליג שטיל אין בעטל
איך זע דו האלטסט א ליסטע-צעטל,
יעצט ערב מיין וואך-נאכט
נעם אין אכט, געב א טראכט:
אויב וואלט איך אין די יעצטיגע טעג
דיר געקענט אפן געבן א פרעג,
תכלית גערעדט וואס וועט דא זיין?
האסטו טאקע אזא בייזן פּלאן?
פארוואס טוסטו דאס צו מיר?
איז א נאמען פון די דברים שאין להם שיעור?
וואלסטו מיר געקענט קוקן אין די אויגן
און ערקלערן צו וואס עס טוט טויגן?
אויסצוליידיגן אויף מיר דיינע טאשן
מיט א הויפן נעמען מיר צו באוואשן?
ביסטו זיכער איך וואלט צוגעשטימט
צום לאנגען נאמען-באן וואס קומט
אין מיין דירעקציע צו פארן
אן א חשבון א קלארן?!
אויב נישט, קלער גוט דאס
וועסט איין טאג דארפן ענטפערן אויפן 'פארוואס?'
איך בלייב נישט אייביג פּיצל
איין טאג וועט עס מיר געבן א קיצל,
איך וועל דיר קאנפראנטירן:
פארוואס טרעטסטו אויף מיינע געהירן?
איך גיי דיר פאָרהאלטן:
האסט זיך נישט געקענט צוריקהאלטן?
ווי נאר איך קריך ארויס פון דיין שויס
ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?
איך וועל פרעגן: מַה לְּךָ פֹה?
און דערקלערן: אתה הִסְכַּלְתָּ עֲשׂוֹ!
געדענק, וועסט דארפן ענטפערן פראגעס!
מאך דיך נישט איבריגע דאגות!
טאטע, געדענק! ס'איז בידך תלוי
זיך צו שפּאָרן פון באקומען א מכתב גלוי!
כדי דאס צו פארמיידן
בעט איך לטובת אונז ביידן,
טאטע לעבן
ווען דו באקומסט ביים נאמען געבן
דעם רוח הקודש
שלעפ נישט ארויס במלוא הגודש
טויזנט שטיק פונעם נאמען-גמ"ח
ווייל צוויי איז מיר אויך צו סאך...
דו טראכסט פון דיינע אינטערעסן
אבער פון מיר ווילסטו פארגעסן?
דיין שמחה מיטן נאמען געבן איז א צייטווייליגע
פאר מיר שאפט עס א ווייטאג א אייביגע!
ווען ביי דיר טוט דער תענוג אויסוועפּן
דארף איך זיך מיט די נעמען ווייטער ארומשלעפּן!
עס טוט מיר נישט שמעקן
יענעמ'ס שמוץ אויפצולעקן!
אוי, א הימל-געשריי
ווי דאס טוט וויי!
ווילסט מאכן א חורבן?
דארף איך נישט זיין דער קרבן!
ווילסט באמת אפטון
דיין אייגן זון?
זיי זיך מתבונן
האב אינזין ביי 'אתה חונן'...
עפּילאָג
זון מיטן טאטן אין דיאַלאָג:
טאטע: ס'מיר א שטאלץ אז דו האסט אזויפיל נעמען!
קינד: אבער איך טו זיך שרעקליך שעמען!
טאטע: מיר איז עס זייער מהנה!
קינד: מיר איז אבער נישט צו זיין מקנא!
טאטע: כ'האב הנאה געטון אין הימל פאר א זיידן!
קינד: אבער איך וועל דארפן ליידן!
טאטע: ביסט מיין קינד, כ'האב אלע רעכטן!
קינד: פאר דעם דארפסטו מיר אפשעכטן?
טאטע: כ'האלט איך בין מיט דעם א גוטער טאטע!
קינד: דורכן מיר מאכן פילן ווי א שמאטע?!
טאטע: פונקט דא זאל איך זיין קאַרג?
קינד: ווארף נישט אויף מיין קאפ א באַרג!
טאטע: א גוטע זאך איז קיינמאל נישט צופיל!
קינד: רעכן זיך אבער אויך מיט מיין געפיל!
טאטע: אז ס'איז בחינם דארף מען כאַפּן!
קינד: נישט ווען ס'טוט מיין בלוט צאַפּן!
טאטע: ס'שטייט דאך 'ואגדלה שמך והיה ברכה'!
קינד: אברהם האט געהאט נאר איינס, אשרי שלו ככה!
[align=center]פרק ח': דאס קוויטש פונעם קינד[/align]
איך ליג שטיל אין בעטל
איך זע דו האלטסט א ליסטע-צעטל,
יעצט ערב מיין וואך-נאכט
נעם אין אכט, געב א טראכט:
אויב וואלט איך אין די יעצטיגע טעג
דיר געקענט אפן געבן א פרעג,
תכלית גערעדט וואס וועט דא זיין?
האסטו טאקע אזא בייזן פּלאן?
פארוואס טוסטו דאס צו מיר?
איז א נאמען פון די דברים שאין להם שיעור?
וואלסטו מיר געקענט קוקן אין די אויגן
און ערקלערן צו וואס עס טוט טויגן?
אויסצוליידיגן אויף מיר דיינע טאשן
מיט א הויפן נעמען מיר צו באוואשן?
ביסטו זיכער איך וואלט צוגעשטימט
צום לאנגען נאמען-באן וואס קומט
אין מיין דירעקציע צו פארן
אן א חשבון א קלארן?!
אויב נישט, קלער גוט דאס
וועסט איין טאג דארפן ענטפערן אויפן 'פארוואס?'
איך בלייב נישט אייביג פּיצל
איין טאג וועט עס מיר געבן א קיצל,
איך וועל דיר קאנפראנטירן:
פארוואס טרעטסטו אויף מיינע געהירן?
איך גיי דיר פאָרהאלטן:
האסט זיך נישט געקענט צוריקהאלטן?
ווי נאר איך קריך ארויס פון דיין שויס
ישאלך בנך מחר לאמר מה זאת?
איך וועל פרעגן: מַה לְּךָ פֹה?
און דערקלערן: אתה הִסְכַּלְתָּ עֲשׂוֹ!
געדענק, וועסט דארפן ענטפערן פראגעס!
מאך דיך נישט איבריגע דאגות!
טאטע, געדענק! ס'איז בידך תלוי
זיך צו שפּאָרן פון באקומען א מכתב גלוי!
כדי דאס צו פארמיידן
בעט איך לטובת אונז ביידן,
טאטע לעבן
ווען דו באקומסט ביים נאמען געבן
דעם רוח הקודש
שלעפ נישט ארויס במלוא הגודש
טויזנט שטיק פונעם נאמען-גמ"ח
ווייל צוויי איז מיר אויך צו סאך...
דו טראכסט פון דיינע אינטערעסן
אבער פון מיר ווילסטו פארגעסן?
דיין שמחה מיטן נאמען געבן איז א צייטווייליגע
פאר מיר שאפט עס א ווייטאג א אייביגע!
ווען ביי דיר טוט דער תענוג אויסוועפּן
דארף איך זיך מיט די נעמען ווייטער ארומשלעפּן!
עס טוט מיר נישט שמעקן
יענעמ'ס שמוץ אויפצולעקן!
אוי, א הימל-געשריי
ווי דאס טוט וויי!
ווילסט מאכן א חורבן?
דארף איך נישט זיין דער קרבן!
ווילסט באמת אפטון
דיין אייגן זון?
זיי זיך מתבונן
האב אינזין ביי 'אתה חונן'...
עפּילאָג
זון מיטן טאטן אין דיאַלאָג:
טאטע: ס'מיר א שטאלץ אז דו האסט אזויפיל נעמען!
קינד: אבער איך טו זיך שרעקליך שעמען!
טאטע: מיר איז עס זייער מהנה!
קינד: מיר איז אבער נישט צו זיין מקנא!
טאטע: כ'האב הנאה געטון אין הימל פאר א זיידן!
קינד: אבער איך וועל דארפן ליידן!
טאטע: ביסט מיין קינד, כ'האב אלע רעכטן!
קינד: פאר דעם דארפסטו מיר אפשעכטן?
טאטע: כ'האלט איך בין מיט דעם א גוטער טאטע!
קינד: דורכן מיר מאכן פילן ווי א שמאטע?!
טאטע: פונקט דא זאל איך זיין קאַרג?
קינד: ווארף נישט אויף מיין קאפ א באַרג!
טאטע: א גוטע זאך איז קיינמאל נישט צופיל!
קינד: רעכן זיך אבער אויך מיט מיין געפיל!
טאטע: אז ס'איז בחינם דארף מען כאַפּן!
קינד: נישט ווען ס'טוט מיין בלוט צאַפּן!
טאטע: ס'שטייט דאך 'ואגדלה שמך והיה ברכה'!
קינד: אברהם האט געהאט נאר איינס, אשרי שלו ככה!