שיך ווייטאג

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

שיך ווייטאג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

בס"ד

איך שפיר זיך אונטערדריקט
כאטש קיינער אויף מיר נישט שלעכט קוקט
עס טוט מיר זייער שטארק וויי
יעדע שטיק צייט הויעך איך שריי

איך ווייס נישט וואס צו טאן
צו פאררעכטן וואו הייבט מען אן
די פראבלעם איז גאנץ א באקאנטע
נישט קיין געלט אדער מאגערע קאנטע

וואס צו טון נישט איך ווייס
די ווייטאג אוועק שוין איך הייס
עס טוט מיר וויי ביז צום טויט
מיין נאז פארקרומט און מיין פנים רויט

איך קרעכץ פאר יסורים
די ווייטאג מאכט פון מיר פורים
וויאזוי ווער איך פון דעם פטור שוין אמאל
עס איז דאך געהעריג צרות ישראל

איך זעץ זיך אראפ אויפן קאוטש
נישט פאר איך גיב א שריי אוטש
א שטויס אראפ מיינע קוועטשנדע שמאלע שיך
ווי א נייע מענטש שפיר איך זיך!
אוועטאר
ימות המשיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ימות המשיח »

איך זע אז די פארשטייסט מענטשענס צרות, זייער שיין
אַ געשעפט האָב איך............
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

און וואל מארט איז דא א מאשין וואס פאר פרי קענסט ארויף גיין אן דיין שיך און סזאגט דיך וואספארא ארטש צי קויפן יענץ קאסט יא א 40 50 דאלער
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”