פון וואו פון וואנען,
פליען עראפלאנען,
די קשיא וואס איז דעמאלט געווען פארהאנען,
ביים פענסטערעל יעדער געשטענען,
אפגעשטעלט אלע אויטאס און באנען,
רעטערס זעעט מען שנעל שפאנען,
שווער זיך צו דערמאנען,
די מחשבות זענען ווילד געגאנען,
געזעען שווערע רויך און פלאמען,
פאלן צוזאם גרויסע שטאמען,
ביידע צוזאמען,
פאפירן געפלויגן גאנצע ימ'ען,
די לופט פארפעסטעט מלא חמין,
ליידער פון תחיית המתים געדארפט זאגן דעם אני מאמין,
געווען א בהלה,
געלאפן די היימישע הצלה,
אויף אמעריקע ממש א קללה,
אמעריקע געווארן ארים-איז,
צוזאמענגעפאלן די צוויי גרויסע טורעמעס,
סיי פון צפון און סיי פון דרום-איז,
ימח שמו,
אויף דעם גוי,
וואס האט געטון אזוי,
באשערט געווען פון הימל,
עס זאל זיין א טימל,
אין חודש אלול אינעם טאג כ''ג,
מיר קענען נאר זאגן,
זכותם יגן,
און זיי זאלן אונזערע תפילות צום אויבערשטן טראגן,
כ''ג אלול! סעפטעמבער 11! אין געדאנק...
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- הערשעל פאסטעכער
- שר מאה
- תגובות: 200
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
- לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף
כ''ג אלול! סעפטעמבער 11! אין געדאנק...
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
- ס'רעגענט ס'גיסט
- שר האלף
- תגובות: 1072
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35239
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
ביום הרג רב בנפול מגדלים
זאגט דער נביא פאר
קוקט אויס ווי א חלום
אבער מיר געדענקען דאס קלאר
טורעמען שטאלצע און הויך
גוי'אישע יוהרא טוען ווייזן
אלץ אוועק מיטן רויך
פארבליבן בערג שטויב און אייזן
מענטשעלע פיצעלע
וואס ביסטו דען ווערט?
א קליינע קיצעלע
צוריק צו די ערד
נעם דיר דערצו
ווילאנג ס'איז נאך שייך
מיט כח און מיה
דיין חבר זיי משמח
נוץ דיין פארמעגן
יענעם צו דערפרייען
חלילה זיך בייזערן רעגן
גורם זיין א אידן ווייען
דיענען דעם בורא
בכל איברים וגידין
פון אים האבן מורא
זיין רצון טאן צופרידן
אלע מעשים דיינע
כל היום כלו
לעשות דעם רצון זיינע
בשמחה וגילה.
זאגט דער נביא פאר
קוקט אויס ווי א חלום
אבער מיר געדענקען דאס קלאר
טורעמען שטאלצע און הויך
גוי'אישע יוהרא טוען ווייזן
אלץ אוועק מיטן רויך
פארבליבן בערג שטויב און אייזן
מענטשעלע פיצעלע
וואס ביסטו דען ווערט?
א קליינע קיצעלע
צוריק צו די ערד
נעם דיר דערצו
ווילאנג ס'איז נאך שייך
מיט כח און מיה
דיין חבר זיי משמח
נוץ דיין פארמעגן
יענעם צו דערפרייען
חלילה זיך בייזערן רעגן
גורם זיין א אידן ווייען
דיענען דעם בורא
בכל איברים וגידין
פון אים האבן מורא
זיין רצון טאן צופרידן
אלע מעשים דיינע
כל היום כלו
לעשות דעם רצון זיינע
בשמחה וגילה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- הערשעל פאסטעכער
- שר מאה
- תגובות: 200
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
- לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף
farshlufen האט געשריבן:ביום הרג רב בנפול מגדלים
זאגט דער נביא פאר
קוקט אויס ווי א חלום
אבער מיר געדענקען דאס קלאר
טורעמען שטאלצע און הויך
גוי'אישע יוהרא טוען ווייזן
אלץ אוועק מיטן רויך
פארבליבן בערג שטויב און אייזן
מענטשעלע פיצעלע
וואס ביסטו דען ווערט?
א קליינע קיצעלע
צוריק צו די ערד
נעם דיר דערצו
ווילאנג ס'איז נאך שייך
מיט כח און מיה
דיין חבר זיי משמח
נוץ דיין פארמעגן
יענעם צו דערפרייען
חלילה זיך בייזערן רעגן
גורם זיין א אידן ווייען
דיענען דעם בורא
בכל איברים וגידין
פון אים האבן מורא
זיין רצון טאן צופרידן
אלע מעשים דיינע
כל היום כלו
לעשות דעם רצון זיינע
בשמחה וגילה.
אויסערגעווענליך געשמאק און אינהאלטסרייך!!!
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
- הערשעל פאסטעכער
- שר מאה
- תגובות: 200
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
- לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף
קיקיון האט געשריבן:ביידע ערשט קלאסיג!
אבער איך ערלויב זיך א שטיקעלע הערההערשעל פאסטעכער האט געשריבן:.........
מיר קענען נאר זאגן,
זכותם (פון וועם ? ) יגן,
און זיי זאלן אונזערע תפילות צום אויבערשטן טראגן,
איך געדענק מען האט געשמועסט אז זיי ווערן אנגערופן קדושים, אויף דעם האב איך מיר באזירט,
ווי געשיקטער זאגט!
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15938
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
הערשעל פאסטעכער האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן:ביידע ערשט קלאסיג!
אבער איך ערלויב זיך א שטיקעלע הערההערשעל פאסטעכער האט געשריבן:.........
מיר קענען נאר זאגן,
זכותם (פון וועם ? ) יגן,
און זיי זאלן אונזערע תפילות צום אויבערשטן טראגן,
איך געדענק מען האט געשמועסט אז זיי ווערן אנגערופן קדושים, אויף דעם האב איך מיר באזירט,
ווי געשיקטער זאגט!
איך האב דאס פארשטאנען אבער וואלסט געדארפט אריינקוועטשען נאך א ווארט צוויי
עס זאל זיין בולט וועם די מיינסט