בדחו רבנן מיט ר' פייוויל מסכת זבחים

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

בדחו רבנן מיט ר' פייוויל מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

בסייעתא דשמיא, מאכן מיר פתיחה אויפן צווייטן אשכול אינעם סעריע, בדחו רבנן מיט ר' פייוויל, נאכן האבן ביים ערשטן אשכול אויף מסכת הוריות, אין קארגע דריי וואכן, קרוב צו פיר אלפים קוקערס.

כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, גייען מיר נאכברענגען די מילתא דבדיחא וואס ווערט געזאגט אויפן זכרו ליין, פונעם ברימטען מגיד שיעור הרה''ג ר' פייוויל קליין שליט''א, וואס ווערט געזאגט און ביהמ''ד הגדול דקהל ייטב לב ד'סאטמער וומסב''ג, און דאס דאס וועט לויפן מיט די סדר השיעורים פון זכרו ש''ס, און צומאל צוברענגען פון אנדערע מגידים אויך.

די מטרה פונעם אשכול איז צו ברענגען א שמייכל אויף די רבנן פארן זיך זעצן לערנען, און טוהן דאס וואס רבה האט געטוהן מיט די תלמידים, ווי סווערט געברעגט אין מס' שבת לא:
כי הא דרבה מקמי דפתח להו לרבנן אמר מילתא דבדיחותא ובדחו רבנן

בעזר השם גייען מיר אנהייבן מסכת זבחים קומענדיגע וואך דינסטאג, איך האף צו ברענגען קומענדיגע מאנטאג ואתחנן א פאסיגע דרשה אלס אן הקדמה,
ויהי רצון שחפץ השם בידינו יצלח.

לתועלת הענין, ביטע נישט מאכן קיין צווישן רופן, אויב האט איר אן הערה הוספה אדער קריטיק, ביטע שיקט מיר אין אישי, אין איך וועל עס מוסיף אדער מתקן זיין ביי די ערשטע געלעגענהייט,
יישר כח מיט פארשטעדעניש
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

לכבוד די התחלה פון מסכת זבחים, גייען מיר דא ברענגען א פאסיגע דרשה פון הרב ר' אברהם מרדכי מלאך שליט''א איבער דאס ענין פון קביעות עיתים לתורה, און לערנען ברציפות,
טעמו וראו כי טוב
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

קודם א גרויסן יישר כח פאר די מערכת גליונות לכבוד שבת, פארן מזכה זיין דעם צבור וועכנטליך מיט די רייכע אוצר פון אינהאלטרייכע גליונות, און בפרט מיט די גליון שירת המלאכים, פון די פערל ווערטער פון הרה''ג ר' אברהם מרדכי מלאך שליט''א, און יעצט מיטן מזכה זיין אונזער חשובען צבור המתחילים מסכת זבחים, מיטן אונז געבן די חיזוק ווערטער אויפן פאפיר לתועלת הצבור, ויהו רצון שתשרה שכונה במעשה ידיהם.
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

אין שטאט כעלעם, וואו קען זיין א מעשה אויב נישט אין כעלעם?... אין כעלעם איז געווען א איד, לאמיר אים געבן א נאמען זארטשקע, זארטשקעס ווייב איז קראנק געווארן. נו, גייט זי צום דאקטער, דער כעלעמער דאקטער אונטערזוכט איר פון אלע זייטן, און דער דאקטער זאגט: דיין רפואה איז, דו מוזט טרינקען צוויי מאל א טאג ציגן מילך, איין גלעזל אינדערפרי און איין גלעזעל ביינאכט.

געוואלדיג, זארטשקע מיט די ווייב גייען ארויס פון דאקטער אזוי צופרידן, אזוי פרייליך, ביז זיי כאפן זיך, איין מינוט! אין גאנץ כעלעם איז נישטא קיין איין ציגעלע! וואו קומט מען אן צו ציגן מילך?! מ'הייבט אן מברר זיין, נישט ווייט אוועק איז דא א שטאט וואס הייסט שערשיפקע, און אין שערשיפקע איז דא ציגן, אָ הָ א... וועט מען גיין אין שערשיפקע און מ'וועט קויפן א ציגעלע.

וואו ווייט געדויערט צו גיין פון כעלעם צו שערשיפקע? ניטאמאל קיין גאנצע שעה, כמעט א שעה, פינף אין פופציג מינוט. אומר ועושה, זארטשקע לאזט זיך ארויס קיין שערשיפקע קויפן א ציגעלע. אבער איידער ער לאזט זיך ארויס אין וועג, טראכט ער, וואס?! איך וועל גיין די גאנצע וועג א גאנצע שעה צופיסנס? ניין! מ'מוז זיך אפשטעלן אביסל אין א קרעטשמע, מ'קען נישט גיין אויף איין שאס די גאנצע וועג, עס איז צופיל. גייט ער א האלבע וועג און ער שטעלט זיך אוועק ביי א קרעטשמע.

עֶ ה עֶ ה... יענע קרעשטמע, דארט איז געווען א מאשקע, אבער נישט סתם א מאשקע, נאר א חברה'מאן, א פיפיגער סוחר, עפעס א יונג וואס מ'טרעפט נישט יעדן טאג, מאשקע קומט צו צו אים: אה! זארטשקע, שלום עליכם, וואס טוטסטו היינט ביי מיר אין קרעטשמע? זאגט ער, אה... דו ווילסט נישט וויסן, מיין רעבעצין איז נעבעך נישט געזונט און איך שלעפ זיך יעצט קיין שארשיפקע, און מ'גייט איר קויפן א ציגעלע, און מ'גייט אויסמעלקן די ציגעלע מחציתו בבוקר מחציתו בערב, מ'וועט געבן פאר די ווייב צו טרינקען ציגן מילך, און ס'וועט זיין א מחיה, זי וועט זיין געזונט. -זייער שיין, שיין פון דיר, זייער גוט, איך וויל דיר נאר בעטן איין זאך: זארטשקע, אויפן וועג צוריק, זיי נישט קיין נאַ ר, שטעל זיך נאכאמאל אפ אין קרעטשמע, דו מוזט דאך טרינקען, דו קענסט נישט גיין אזא לאנגע וועג אויף איינמאל. זאגט ער, אוודאי אוודאי, וואס האסטו געמיינט? ער האט אפגעטרינקען, אומר ושותה, אפגעטרינקען אפאר גלעזער, און ער שלעפט זיך קיין שארשיפקע.

גייט נישט אריבער קיין דריי שעה, און זארטשקע איז שוין דא צוריק אין קרעטשמע. זארטשקע וואס טוט זיך? זאגט ער, יא, איך קום פון שערשיפקע. -האסט געקויפט א ציגעלע? זאגט ער, אוודאי. -נו, וואו איז עס? איך האב עס דא צוגעבינדן אינדרויסן אין הויף. -זייער גוט האב נישט קיין מורא, דארטן איז זייער א גוטע פלאץ עס צו צובינדן, זעץ זיך אוועק און ער געט אים צו עסן און צו טרינקען, און ער זאגט אים דערווייל גיי איך ארויס אין בית הכסא אויף א צוויי מינוט, איך קום שוין צוריק. יא יא אוודאי זייער גערן.

דער מאשקע לויפט ארויס פון קרעטשמע, ער לויפט צו צום ציגעלע, ער בינדט אויף די ציגעלע, און האט גענומען די ציגעלע צו זיך אריין אין שטאל, און אנשטאט דעם האט ער צוגעבינדן א באָ ק, א זכר ציג, ער בינדט צו א באָ ק. פיין, זארטשקע ענדיגט טרינקען, מאשקע יישר כח! זיי געבענטשט! און מאשקע ענטפערט: יא, זיי דו אויך געבענטשט, א רפואה שלימה פאר די ווייב, שבת היא מלזעוק ורפואה קרובה לבוא, יו"ט היא מלזעוק... יא יא אוודאי אוודאי...

ער נעמט דעם באק און ער גייט אהיים, זיין ווייב איז מלא שמחה, לאמיר גיין מעלקן די ציגעלע, זי געט א קוק און זי זאגט: יויש!!! געוואלדיג און געשריגן! ס'איז דאך נישטא וואס צו מעלקן דא! דאס איז נישט קיין ציגעלע, דאס איז א באק!!! זאגט ער איר: ניין, דאס איז א ציגעלע! זאגט זי, ניין דאס איז א באק! זאגט ער ציגעלע, זאגט זי באק, ציגעלע, באק, ציגעלע, באק, זאגט זי: ניין! דאס איז נישט קיין ציגעלע עס איז א באק! גיי צוריק קיין שערשיפקע און קויף א ציגעלע, מ'האט דיר געגעבן א באק, מ'האט דיר אפגענארט. אזוי? אז די ווייב שרייט דארף מען גיין.

ער כאפט אן דעם באָ ק און הייבט אן צוריק גיין, מ'גייט קיין שערשיפקע, אבער ווי קען מען גיין קיין שערשיפקע אויף איינמאל?... מ'דארף זיך אפשטעלן אין קרעטשמע. שטעלט ער זיך אפ אין קרעטשמע, ער בינדט צו דעם באק אינדרויסן, ער קומט אריין, מאשקע איז מלא שמחה: זארטשקע וואס טוסטו דא? -דו ווילסט נישט וויסן, מ'האט מיר אפגענארט, מ'האט מיר געגעבן א באק אנשטאט א ציגעלע, איך גיי צוריק קיין שערשיפקע און מ'גייט טוישן דעם באק אויף א ציגעלע. אוודאי אוודאי, אבער דערווייל טרינק עפעס, -אוודאי! ער געט אים צו טרינקען, דער מאשקע טראכט נישט קיין צוויי, ער לויפט ארויס אינדרויסן, ער נעמט דעם באק ער בינדט עס אויף, ער לויפט אריין צוריק צו זיך און ער בינדט צוריק צו די ציגעלע, פיין...

זארטשקע ענדיגט עסן, ער ענדיגט טרינקען, ער גייט ארויס, ער כאפט אן די ציגעלע, און ער גייט קיין שארשיפקע טוישן דעם באק אויף א ציגעלע. ער קומט אן דארטן און יענער זאגט אים: זארטשקע וואס טוסטו שוין ווייטער דא? זאגט ער, דו האסט מיר געגעבן א באק, איך דארף א ציגעלע! דער סוחר קוקט אים אן, זאגט ער, ביסטו צודרייט, דאס איז דאך א ציגעלע! ניין דאס איז א באק האט מיין ווייב געזאגט, זאגט ער וואס האקסטו אין קאפ אריין! געב עס אהער! ער געט עס אהין, ער הייבט אים אן מעלקן לעיני זארטשקע, און דריי פלעשער מילך האט ער אנגעפילט דארטן... זאגט ער, וואס האקסטו אין קאפ אריין? וואס זאגסטו מיר באק? עס איז דאך א ציגעלע! -וואס? איז מיין ווייב נישט געווען גערעכט? זאגט ער, יא יא, נישט געווען גערעכט, אַ ה פיין, גיי איך צוריק.

גייט ער צוריק, נו דארף מען זיך אפשטעלן אין קרעטשמע, עודך די זעלבע מעשה, מאשקע איז אים מכבד, מאשקע לויפט ארויס, ער טוישט שוין ווייטער די ציגעלע צום באק, און ער קומט צוריק מיט דעם באק, און די רעבעצין האט אים ארויסגעווארפן מיטן באק צוזאמען... זאג, ביסטו נארמאל?...

זאגט ער, איך זאג דיר אז עס איז נישט קיין באק, ס'איז א ציגעלע. זאג איך דיר ס'איז א באק. ס'איז א ציגעלע. ס'איז א באק. ס'איז א ציגעלע, ס'איז א באק. ס'איז שרעקליך. און דער זארטשקע זעט אז זיין שלום בית האלט זיך שוין אויף א האר, ער האט נישט קיין ברירה, דרייט ער זיך צוריק און ער גייט צוריק, און נאכאמאל א הפסקה אינעם קרעטשמע, און נאכאמאל מאשקע מאכט דעם זעלבן שטיקל, און ער קומט שוין ווייטער אן קיין שערשיפקע, און דער סוחר וויל אים שיקן אויף אלע רוחות, וואס? ביסטו צודרייט? וואס קומסטו מיר צוריק א גאנצע צייט מיט דעם ציגעלע? זאגט ער, ניין, ס'איז א באק. זאגט ער, פרעג וועמען דו ווילסט אין גאנץ שארשיפקע, אויב איינער וועט דיר זאגן אז דאס איז א באק, געב איך דיר א נייע ציגעלע, אבער איך זאג אז ס'איז א ציגעלע. ער איז ארומגעגאנגען, ער האט גענומען חתימות פון גאנץ שטעטל שארשיפקע, אלע זאלן אים חתמ'ענען ווען ער קומט אהיים צו זיין ווייב זאל זי זען הונדערט און פופציג חתימות אז דאס איז ציגעלע און נישט קיין באק.

וכך הוה, ער איז מלא ושמחה, ער גייט צוריק מיט די ציגעלע מיט א צעטל פון הונדערט פופציג חתימות. ווי נאר ער קומט אן צום קרעטשמע... דער מאשקע קיין עין הרע, הנה לא ינום ולא ישן, ער האט נאכאמאל איבערגעדרייט...

ער קומט אהיים שוין ווייטער מיט דעם באק, אבער, זאגט ער פאר זיין ווייב, יעצט קענסטו שוין נישט האבן קיין טענות, ער נעמט ארויס א כתב און ער ווייזט הונדערט פופציג חתימות, גאנץ שערשיפקע האט גע'חתמ'ט אז דאס איז א ציגעלע און דאס איז נישט קיין באק, און זי זאגט אים, וואס האסטו געמיינט? אז כעלעם איז ווייניגער קלוג פון שארשיפקע? לאמיר ארומגיין דא פרעגן די מענטשן די אנשי כעלעם וואס זיי זאגן, מ'האט צאמגענומען אלע אנשי כעלעם, און יעדער איינער האט באטראכט די בהמה און אלע האבן געזאגט פה אחד אז דאס איז א באק! און נישט נאר דאס, נאר מ'האט גענומען א צעטל מ'האט גע'חתמ'ט הונדערט און פופציג אנשי כעלעם, און דא דרייט זיך ארום דער מענטש מיט צוויי כתבי ידות, אין דעם רעכטן ביזעם איז דא א כתב יד פון הונדערט און פופציג תושבי שערשיפקע און זיי האבן גע'פסק'נט אז דאס איז א ציגעלע, און אין דעם אנדערן ביזעם טאש ליגט הונדערט פופציג חתימות פון אנשי כעלעם אז דאס איז א באק, נו מ'ווייסט נישט וואס צו טון, איז דאס א באק אדער א ציגעלע?!...

האבן זיך די חכמי כעלעם געזעצט פאר אן אסיפה זיבן טעג און זיבן נעכט, און נאכן זיצן א לאנגע אסיפה זענען זיי אנגעקומען מיט א מסקנא, די מסקנא איז, אז משנה מקום משנה מזל. וואס הייסט? פונקט אזוי ווי די גאנצע וועלט וואס זענען נאראנים די מינוט וואס זיי קומען אן צו כעלעם זיי וואוינען דא צוויי וואכן ווערן זיי דאך אזעלכע חכמים, זאלסטו וויסן, אז אלע ציגעלעך פון די וועלט ווען זיי קומען אן קיין כעלעם ווערן זיי א באק!... דאס איז עס, נמנו וגמרו, אזוי איז געבליבן. נו, זייער א זיסע שיינע לעכטיגע מעשה'לע.

וואס פארציילן מיר מיט דעם מעשה? וואס ווילן מיר ארויסברענגען פון דעם מעשה?

רבותי, איך האב יארן צוריק געזען די מעשה ערגעץ שטיין, און איך האב נישט געגלייבט אז דאס קען האבן א מוסר השכל. האב איך געזען דארטן שטיין אין איינע פון די גליונות אויף שבת, האט ער געזאגט אזוי, רבותי הערטס אויס, ווען דער זארטשקע וואלט נישט געמאכט אזויפיל הפסקות, ווען ער וואלט נישט אלעמאל געסטאפט אין א קרעטשמע, וואלט מען נישט געדארפט אזויפיל זיך מוטשענען, און מ'וואלט נישט געדארפט צאמנעמען אזויפיל חתימות, טו א טובה, ס'איז נישט קיין לאנגע נסיעה, גיי פון כעלעם קיין שרעשיפקע און קויף דעם ציגעלע, הער אויף זיך אפשטעלן א גאנצע צייט אין קרעטשמע זאגן דיינע פלענער איך גיי קויפן א ציגעלע, איך גיי אויסהיילן מיין ווייב, לערן זיך אויס איין כלל, יעדע מאל וואס דו מאכסט א הפסקה און דו רוסט זיך אפ און דו טוסט נישט דיין ארבעט, גייט מאשקע שטילערהייט און ער טוישט דיר אלע דיינע פלענער, און צום סוף ווערסטו אליינס צומישט, איז דא א ציגעלע אדער א באק, א באק אדער א ציגעלע, און דו ווייסט נישט גארנישט, און צום סוף וועסטו אנקומען צו א מסקנא פון משנה מקום משנה מזל, מאך נישט אזויפיל הפסקות און מאך נישט אזויפיל פלענער, טו א זאך ברציפות, טו א זאך פון אנהייב ביזן סוף, סטאפ נישט א גאנצע צייט, הער שוין אויף פלאנען אזויפיל, טו עס שוין, פון אלע פלענער, א גאנצע צייט יעדע פלאן וואס דו וועסט טון וועט זיך א סעקונדע שפעטער טוישן וואס דו האסט געמיינט, טו עס אויף איינמאל, אויף איין שאס, טו עס בקביעות און טו עס בתמידות, וועסטו פלוצלינג זען ווי זאכן שטימען, וועסט נישט דארפן זיך אזויפיל מוטשענען.

רבותי, דאס איז די נושא וואס מיר רעדן יעצט וואס איז בעצם נוגע אסאך מענטשן און בחורים בפרט, אבער איך מיין אז פאר די שפעטערע יארן אויך, ס'איז זייער זייער אסאך נוגע די זאך.

מיר באקומען זייער אסאך מאל א ברען, מ'כאפט א התעוררות, א נייע מסכתא, מ'גייט לערנען א נייע מסכתא, מ'גייט אנהייבן עפעס פריש! נו וואס געשעט עפעס נאכדעם? נאכן לערנען אביסל סטאפט מען און מ'הייבט אן פלאנען; ניין דאס נישט, איך דארף עפעס אסאך מער באמבאסטיש, איך טו נישט גענוג פארן אויבערשטן, איך טו נישט גענוג דאס.

קען טאקע זיין אז דאס קומט פון א גוטע רצון, אבער וואס די מציאות איז, אז מ'הערט אויף טון וואס מ'האט געטון ביז יעצט, ביז איך וועל אנקומען מיט עפעס א נייע גראנדיעזע פלאן מיט א פרישע זאך, און דער יצר הרע, דער מאשקעלע ווארט אז דאס זאל געשען, און דערווייל טוישט ער ציגן - באקן, באקן - ציגן, עיזים - תיישים, תיישים - רחלים, ס'ווערט א מחיה, ס'בלייבט גארנישט פון די גאנצע מעשה, צום סוף בלייבט מען עפעס מיט א בהמה וואס ס'איז נישט קיין ציג און נישט ביין באק... משנה מקום משנה מזל.

ווען א מענטש באקומט א פרישע ברען אויף א זאך, די ברען איז מורא'דיג, יעצט מאכן פון דעם א קביעות און א תמידות גייט מיט דעם ווייטער אפילו ס'איז נישט קיין ווער ווייסט וואס, אפילו ס'איז א קלייניגקייט, נישט קיין גרויסע זאכן, פיצי קליינע זאכן. רבותי, קליינע זאכן בתמידות איז אסאך אסאך מער ווי ריזיגע באמבאסיטישע גראנדיעזע זאכן איין מאל א יובל.

ווען א מענטש טוט קלייניגקייטן, קליינע שטיקלעך, אבער כסדר, כסדר. לאמיר זאגן אז דו האסט א שיעור תורה, האסט מקבל געווען א שיעור תורה, לערן א עמוד א טאג, א בלאט א טאג, אבער יעדן טאג, יעדן טאג, יעדן טאג, און אז דו קענסט נישט קיין בלאט, דעמאלט לערן אן עמוד, א האלבע עמוד, אפאר שורות, נישט קיין נפקא מיניה וויפיל, אבער יעדן טאג, יעדן טאג! גיי אן מיט א רציפות.
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

געוואלדיגע ווארט!

יישר כח הרב פייוול.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

מיר האבן געהערט א גוט ווארט פון הרה''ג ר' פינחס מרדכי שליט''א

וואס איז די חילוק פון א צדיק און א חסיד
א צדיק טוט וואס סשטייט אין די תורה, און א חסיד טוט לפנים משורת הדין,
אויב אזוי שטעלט זיך א מורהדיגע קשיא, פארוואס זיצן די צדיקים אויפן אויבן אן און די חסידים אויף די פארענטשעס, די חסיד איז דאך גרעסער וואלט ער געדארפט זיין אויפן אויבן אן און די צדיק אויף די פארענטשעס,
נאר וואס דען, דאס הייסט א ריכטיגע חסיד, ער טוט לפנים משורת הדין, און ער גייט אויף די פארענטשעס..

דער עולם זאל זיך זעצן לערנען מס' זבחים אזוי וועט מען קענען זאגן א יאר ארום קדיש אויפן סיום המסכת,
אך און וויי אויב נישט, וועט מען זיין געצווינגען צי זאגן קדיש אויפן יאר וואס איז געשטארבן.

הצלחה רבה
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

יום ה' ואתחנן, בסייעתא דשמיא, זבחים ג. ח''א

אין שו''ת נודע ביהודה יו''ד סימן צ''ג איז דא א תשובה איבער זאגן לשם יחוד פאר א מצוה, ער איז זייער דערקעגן, בתוך הלשון דרוקט ער זיך אויס מיטן לשון הפסוק, צדיקים ילכו בם און ער ענדיגט וחסידים יכשלו בם,
פארציילט מען אז בימיו איז געווען חסידים וואס האבן משחד געווען דעם דריקער און ער האט געטוישט צו ופושעים יכשלו בם,
ווען די נו''ב האט דאס געהערט האט ער געזאגט, איך האב געמאכט פון פושעים חסידים, און זיי האבן געמאכט פון חסידים פושעים.
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

יום ה' ואתחנן בסייעתא דשמיא ח''ב

סאיז געווען אמאל א רב וואס פלעגט זאגן זייער שיינע הספדים, ממש אויף יעדן מענטש אין שטאט האט ער געהאט א ליסטע פון מעלות,
ווען די רב איז אוועק, האט געזעהן אין זיין ספרים שטוב א גאנצע פנקס מיט הספדים, ער האט שוין אנגעגרייט א שיינעם הספד אויף יעדן חבר הקהילה,

יא ענדליך צו דעם זעמיר דא אין די גמ', א סופר האט אנגעגרייט א גט סתמא, ער האט געזעהן א נאמען אין שטאט וואס איז דא גאנץ אסאך, ווי נישט ווי פון אזא גרויסע שטאט מיט די נאמען וועט מען עס נוצען, השם ישמרנו,
און די גמרא זוכט די מקור אז גט בסתמא איז פסול.


הפך בה והפך בה דכלא בה
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

יום א' ואתחנן, בסייעתא דשמיא, זבחים ג: ח''א

מרעדט דא אין די גמ' פון טומאת מת,
לעצטענס איז געווען וואטס אין אמעריקע, און מהאט געטענהט אז טויטע מענטשן האבן אויך געוואט, קומט אויס אז אין אמעריקע איז שוין אויך געווארן בחירת הטמאות,

פאפא רב ז''ל, האט אמאל פארציילט ווען ער האט גערעדט פון די ווילנא גאון, האט ער געזאגט אז ער האט געהאט צוויי דרכי הלימוד, אמאל איז ער געווען אויף א גאנצע נאכט און ער האט געלערנט איין משנה, און אמאל האט ער געלערנט אין איין נאכט גאנץ מסכת זבחים,
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
פרוכט בוים
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט בוים »

ווי לאנג בערך לויפן זיינע שיעורים?
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

פרוכט בוים האט געשריבן:ווי לאנג בערך לויפן זיינע שיעורים?

יעצט אויף זבחים זענען זיינע שיעורים א גוטע שעה,
אבער א גרויס חלק איז קרישקעלעך אויפן דף.
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

זייער געשמאק, שכח
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

יום א' עקב, בסייעתא דשמיא, זבחים ג: ח''ב

די גמרא אין מסכת עירובין נג: פארציילט, מהאט געפרעגט ר' אביהו ווי איז ר' אלעאי,
אמר להן עלף בנערה אהרונית אחרונית עירנית,
ער איז געווען אויף א גאנצע נאכט וועגן אהרונית, אמרו לה אשה ואמרו לה מסכת, אדער איז פשט ער האט חתונה געהאט מיט א בת כהן אהרונית, אדער ער האט געלערנט מסכת קדשים עבודת הכהנים, און ער האט אנגעהויבן די נעקסטע מסכת איז ער נישט געשלאפן איז ער נישט דא,
יעצט קענט איר פארשטיין די שלאפלאזע נעכט וואס איר האט זייט מהאט אנגעהויבן מסכת זבחים.

אין ספר פרי השדה פון באניאדע רב חלק ג' האט ער א שאלה, איינער וואס וויל געבן א נאמען נאך איינעם וואס האט געהייסן אהרן און סאיז געבוירן א מיידל, צו מקען געבן אהרונית,
ברענגט ער א ראי' פון די גמ' אז רש''י טייטשט אז אהרונית איז נישט קיין נאמען נאר דאס מיינט מבני אהרן, זעהט אויס אז מגעט נישט אזא נאמען,

פון ר' משהלע ראזעדאווער איז דא א קבלה אז מזאל לערנען יעדע נאכט די משנה פון לשם ששה דברים הזבח נזבח, דאס איז מסוגל פאר גרויסע זאכן,
יעצט אז דער עולם קען ממילא נישט שלאפן ווי דערמאנט איז א פאסיגע צייט זיך מיטצוכאפן.
הצלחה רבה
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

יום ב' עקב, בסייעתא דשמיא, זבחים ד.

אויף די מצבות זעהט מען אז משרייבט די יאר פונעם פטירה, דאס איז א מורה'דיגע תועלת, ווייל ווען מזעהט אויף א מצבה גרויסע טיטלען, געט מען א בליק די יאר, ווערט אסאך פארענטפערט, ווייל אמאל פלעגט זיך נישט גיסן אזוי טיטלען, אבער מיט די יארן האבן די טיטלן פארלוירן די חשיבות,

דא אין תו' דף ג: זעהט מען אז מרופט אן רבינו הקדוש, טוט זיך טאקע פארוואס און ווער דאס איז, סדא וואס זאגן ווייל ער איז אוועק אויף קידוש השם,
אבער ביי חסידים האט מען יא אלעמאל געשריבן מער טיטלען אויף די רביס.

בנוגע לערנען קדשים, ביי חסידים לערנט מען קדשים, און ביי די ליטע לערנט מען קאדשים,
איז דא א באבובע טעיפ, מיט א ניגון אויף כל זמן שהנשמה בקרבי, און די ווערטער כל זינגען זיי איבער פיר מאל,
קען זיין דאס גייט ארויף אויף זבחים וואס מברעגט במקום דעם מענטש די נשמה, און דאס איז מרמז אויף די פיר פרקים מיט כל, די ערשטע דריי, און פרק כל התדיר,פרק שמיני ווערט אנגערופן אין די ראשונים פרק התערובות איז די כוונה אז די אלע פיר כל'ס קען מען אריינלייגן אין איין זמן,
אויב אזוי מוז זיין אז דאסמאיז א חסידישע טעיפ.

הצלחה רבה
לעצט פארראכטן דורך ר' פייוויל אום מיטוואך יולי 28, 2021 10:40 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

יום ג' עקב, בסייעתא דשמיא, זבחים ד: ח''א

סאיז געווען א שטאט מיט שטיבעלעך פון עטליכע חסידות, און אויף יו''ט פלעגט יעדער פארן צו זייער רבי, ויהו היום מהאט געדארפט אויפנעמען א נייע שוחט, האט מען זיך ארומגעשלאגן פון וועלעכע חסידות צו נעמען, יעדער האט געוואלט מזאל נעמען פון זיין חסידות,
האט מען אנגעפרעגט די מהרש''ם, אפשר זאל מען מאכן א גורל, האט ער געענטפערט א שוחט זאל מען נעמען ווער סקען די בעסטע ווער סאיז די גרעסטע ירא שמים, און א גורל זאל מאכן נאכדעם צו וועלעכע רבי ער זאל דארפן פארן.

ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש ווען ער פלעגט לערנען מיט די קינדער, פלעגט ער זיכער מאכן אז זיי ווייסן די ריכטיגע טייטש פון קדשים קלים, אז סאיז נישט פשט אז סאיז גרינגע, נאר סאיז די פארקערטע פון קדשי קדשים,
לעצט פארראכטן דורך ר' פייוויל אום מיטוואך יולי 28, 2021 10:40 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

יום ג' עקב, בסייעתא דשמיא, זבחים ד: ח''ב

עס דערמאנט פון א מעשה א יוד איז אמאל אריין אין ספרים געשעפט, איך האב יעצט געמופט און איך דארף אנפולן די ספרים שאנק, פרעגט אים די מוכר, וואספארא ספרים דארפט איר, איר זענט מער א עיון לענער איר דארפט מער גרינגע ספרים, זאג ער ניין איך האב א קאר אינדרויסן איך קען נעמען שווערע ספרים אויך.

הצלחה וברכה בכל ענינים
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

יום ד' עקב, בסייעתא דשמיא, זבחים ה.

מדערציילט אויף איינע פון די רבנים, אז סאיז געקומען צו אים א שוחט זיך פארהערן, האט אים די רב געזאגט, איך קען דיר געבן סמיכה צו שחט'ן אבער איך האב א פראבלעם מיט שחוטי חוץ,
דער שוחט עפענט אפאר אויגן, שחוטי היינטיגע צייטן, סנישט דא אזא זאך,
זאגט די רב, אנהייב מסכת חולין זעען מיר הכל שוחטים חוץ מחרש שוטה וקטן, און מיט דעם חוץ האב איך א פראבלעם.

א יונגערמאן האט געהאט א שאלה ווען ער זאגט קרבנות אויפן גאס אויפן וועג אין שוהל צו סאיז דא א שאלה פון שחוטי חוץ.

הצלחה רבה
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

יום ה' עקב, בסייתא דשמיא, זבחים ה:

סאיז געווען א שטאט וואס האט זיך זייער געמיטשעט מיטן אויפנעמען א נייע רב, ווייל די ראש הקהל האט געהייסן זאגן א דרשה, און קיינער האט אים נישט געקענט צופרידן שטעלן,
האט מען אים געפרעגט וואס ביסטו נישט צופרידן, האט ער געזאגט, דער ערשטער האט גערעדט צו לאנג, דער צווייטער האט ניטאמאל גערעדט פון די סדרה, דער דריטער האט סתם נישט געזאגט קיין אמתדיגע דבר תורה,
בקיצור מהאט פארשטאנען די דרשה מיז האבן דריי תנאים, די וואכעדיגע סדרה, סמיז זיין אמת, און קורץ און שארף,
איז אנגעקומען א רב און געזאגט א דרשה, און ער האט געזאגט, רבותי איך האב גארנישט קיין חידושים אויף די וואכעדיגע סדרה,און ער איז אראפ פון בימה,
אויפן פלאץ האט די ראש הקהל אינטערגעשריבן די קאנטרעקט מיט אים דער איז אונזער נייע רב,
מהאט געפרעגט די ראש הקהל וואס איז די גדלות פון דעם רב,
האט ער געזאגט ער האט דאך געזאגט אמת, ער האט נישט קיין חידושים, און סאיז געווען אויף די וועכעדיגע סדרה, און סאיז געווען קורץ און שארף...

הצלחה רבה
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

יום א' ראה, בסייעתא דשמיא, זבחים ו.

איינע פון די פורים תורות גייט אזוי,
סשייט אין די מגילה שבעת הסריסים, אז סאיז געווען זיבן סריסים, און סשטייט מטות זהב שש, אז בעטן איז נאר געווען זעקס, איז דאך א מורהדיגע סתירה,
אויף דעם איז די תירץ, אז מקוקט אריין אין פסוק ווערט אלעס פארענטפערט, סשטייט שתר אדמתא, אז שתר איז געשלאפן אויף דער ערד, האט ער נישט געהאט קיין בעט, איז זעקס בעטן געווען גענוג פאר זיבן סריסים,

הייבט אן די פרישע וואך מיט דף ו
איר זאלט האבן ברכה והצלחה בכל ענינים
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

יום ב' ראה, בסייעתא דשמיא, זבחים ו:

סאיז געווען אין די עיסט סייד, א כולל מיטן נאמען כולל חפץ חיים, די ראש הכולל איז געווען הרב זאקס, דארטן האבן געלערנט עטליכע סאטמערע יונגעלייט, נאך פאר סאטמער האט געהאט אן אייגענע כולל,
איינע פון די יונגעלייט דארט איז געווען הגה''צ העלמיצע רב זצ''ל ר' אהרן ישעי' פעקעטע, האט ער דערציילט, אז מהאט געלערנט דארט קדשים, און די ר''כ איז ארומגעגאנגען פרעגן וועלעכע מסכת מזאל לערנען קומעדיגע זמן פון קדשים, מנחות תמורה וכדומה, און יעדער האט געענטפערט עפעס אנדערש, ווען מהאט געפרעגט ר' אהרן ישעי' וואס ער וויל לערנען, האט ער געענטפערט מסכת שבת, זאגט אים די ר''כ, סדארף זיין אין קדשים, האט ער געזאגט, וואס איז די קשיא שבת קודש וואס הייסט סאיז נישט קדשים !!!

הצלחה וברכה
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

יום ג' ראה, בסייעתא דשמיא, זבחים ז.

מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען ונשלמה פרים שפתינו, אז דורך די דיבור באצאלן מיר די פרים, וואס מוואלט געדארפט מקריב זיין,
איז לכאורה שווער, דעס זאגט מען דאך ביים תמיד וואס איז געווען פון א כבש און נישט פון קיין פר,
זאגט די וועלט, בזמן הבית וואס מהאט געדארפט ברענגען א קרבן האט עס געקאסט געלט, שוין האט מען געברענגט א קליין כבש'ל, אבער היינט וואס איז נאר מיטן דיבור, זאל שוין זיין א גרויסע טייערע פר,

ברכה והצלחה בכל ענינים
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

יום ד' ראה, בסייעתא דשמיא, זבחים ז: ח''א

אין גליון שמחת החיים פון הרב ר' שלום יוסף פריינד שליט''א, ברענגט ער א גוט ווערטעלע,
א יונגערמאן האט אמאל געזאגט, אז אין זיין הויז פילט ער ממש ווי אין א ביהמ''ד, ער שנדר'ט און זיין ווייב מאכט די מי שברך,

נאך שרייבט ער, סאיז געווען א יונגערמאן וואס איז געווען זייער א פוילער, ער האט נישט געהאלטן ביים העלפן אינדערהיים,
פאר פסח האט זיין ווייב זיך געבעטן ביי אים אפשר העלפסטו אביסל, אבער ער האט נישט געהאלטן דערביי,
אזוי פול האט ער יא געטוהן, ער האט געהאלטן און איין שרייען אויף די קינדער זיי זאלן העלפן,
האט מען אויף דעם געטייטשט, ונקה לא ינקה, רייניגן האלט ער נישט דערביי, אבער פוקד עון אבות על בנים, אויף די קינדער געט ער זיך אויס,


האטס א פרייליכן תמיד
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

יום ה' ראה, בסייעתא דשמיא, זבחים ח.

איינער האט אמאל געזאגט א דרשה, און סהאט נישט אזוי געטויגט,
איז איינער ציגעגאנגען צו אים אים נאכדעם און געזאגט, איר זענט ממש א וועלטס רעדנער,
האט דער עולם אים געפרעגט, אזא גוטע קאמלימענט געסטו פאר אזא שוואכע דרשה ?
האט ער געזאגט, איך האב געמיינט צו זאגן איר האט גערעדט אין די וועלט אריין.

די וועלט שטייט אויף די תורה, ממילא דארף מען אבאכט געבן נישט צו רעדן אין די וועלט אריין, תרתי משמע.

און ספר צרור החיים פון ר' שמעלקע סעלישער ברענגען זיי, אז ווען ער פלעגט קומען אין די פרעמד פלעגט ער רעדן זייער בקיצור, ער האט געטייטשט איזהו דרך ישרה שיבא לו האדם, כל שהיא, וואס איז ריכטיגע מהלך אויף א וועג, רעדן א כל שהיא.

מזאגט אויף איינע פון די רביס, אז ער הייסט זיין דרייווער ספידן,
ווייל חז''ל זאגן כל הדרכים בחזקת סכנה, ממילא זאל מען ווי שנעלער ארויסגיין פונעם סכנה,
מיר זאגן דעס להלכה ולא למעשה,


האטס א גרינגע רייזע
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

יום א' שופטים, בסייעתא דשמיא, זבחים ח:

סאיז געווען ווען די ציונים האבן געמאכט א רעש ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל, זיי האבן דאס גערופן עולה
האט מען געפרעגט א יוד אין ארץ ישראל צו ער איז אויך פון די עולים, האט ער געזאגט ער ווייסט צו א עולה צו א חטאת אבער א קרבן בין איך זיכער.


ברכה והצלחה
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
אוועטאר
ר' פייוויל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 28, 2021 10:42 am

Re: בדחו רבנן מיט ר' פייוויל מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' פייוויל »

יום ב' שופטים, בסייעתא דשמיא, זבחים ט. ח''א

מיר האבן שוין געלערנט פון קדשי קדשים, און קדשים קלים,
ווען ממאכט די ראשי תיבות דערפון, איז ק''ק די ר''ת פון אלע ביידע,
מהאט זיך אמאל געטענהט ווען סשטייט ק''ק אין די מפרשים וואס סמיינט, צו סמיינט קצת קשה צו קשה קצת,
סאיז געווען איינער וואס האט זיך ממש געשווארן אז סמיינט קצת קשה, ווייל אויב מיינט עס קשה קצת, וואלט דאך די אנדערע ק' געדארפט שטיין קודם.
גרויס צו קליין, פאביל צו פייוויל,
נאדער אינזער אשכולות
בדחו רבנן מיט ר' פייוויל
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”