חבורת זכרו מסכת הוריות

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: חבורת זכרו מסכת הוריות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
שמואלי לענעראוויטש האט געשריבן:א זיסע מסכתא'לע! איך לערן עס שוין פאר איבער 3 יאר און נאכאלץ נישט זוכה געווען צו מסיים זיין! דעי חידושים וואס איז דא דארט איז עפעס וואס מ'זעהט נישט ערגעץ אנדערש!

א זיסע אינגעלע! לערנען איבער 3 יאר א מסכתא פון 13 בלאט און נאכנישט זוכה זיין צום סיום! דער חידוש איז עפעס וואס מ'זעהט נישט סתם אזוי!

נא, וואס איז מיטן נוהג כבוד זיין זה בזה?

מיר דוכט זיך ער האט געמיינט צו מאכן א ווערטל
ווי מיינסטו גייסטו
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: חבורת זכרו מסכת הוריות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי מיינסטו גייסטו »

עפעס בעסער האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:כ'האף ס'קומט א סיום מיט א קנאק.

אז ס'זאל א חיזוק פאר אידן זיך צו האלטן מיטן שיעור דבר יום ביומו און געבן א כבוד און שטאלץ ללומדי תורה בקביעות ובשעיבוד.

און א שטופ פאר אידן וואס דארפן זיך נאך אנייצע געבן מיטן יצר ער זאל זיי לאזן זיין א חלק זיך צו קובע זיין מיט א פעסטקייט.

ווי מער מצב, ווי מער פראכט, אלס מער וועט עס אינקארידזשען די וואס דארפן נאך א שטופ. זאל יעדער שפירן ווי 'ס'לוינט נישט צו פארפאסן אזוינס' און נישט זיין א חלק פונעם ציבור המסיימים נעקסטע מאל!

להגדיל תורה ולהאדירה!

לויט די פלאן יעצט הער איך אז די סיום גייט פארקומען אין די זאלן פון עטרת אברהם.

פאסט נישט פאר זכרו צו מאכן דארט בפרט ווען מ'רעדט פין אזא גרויסע סיום ווי סיום סדר זניקין
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: חבורת זכרו מסכת הוריות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

איך האב מיך גערישט אויף עפעס א שווערע אומפארשטענדליכע מסכתא כהאב שוין כמעט געוואלט אויפגעבן נאכן ליינען דא ווי שווער סאיז, ב'ה היינט פארטאגס האב איך אנגעהויבן די ערשטע עמוד מיט א מתיבתא גמרא און סאיז אדורך, סהאט טאקע גענומען א גאנצע שעה צו לערנען און איבערחזרן אבער איך האב אלעס פארשטאנען, יגעת ומצאת תאמין
אוועטאר
שמואלי לענעראוויטש
שר האלף
תגובות: 1781
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 am

Re: חבורת זכרו מסכת הוריות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלי לענעראוויטש »

שמואל בארג האט געשריבן:מיר דוכט זיך ער האט געמיינט צו מאכן א ווערטל

איך זאג נישט קיין ליגענט, איך לערן עס שוין פאר איבער דריי יאר מיט א היימישער ....

לייטער האט געשריבן:איך האב מיך גערישט אויף עפעס א שווערע אומפארשטענדליכע מסכתא כהאב שוין כמעט געוואלט אויפגעבן נאכן ליינען דא ווי שווער סאיז, ב'ה היינט פארטאגס האב איך אנגעהויבן די ערשטע עמוד מיט א מתיבתא גמרא און סאיז אדורך, סהאט טאקע גענומען א גאנצע שעה צו לערנען און איבערחזרן אבער איך האב אלעס פארשטאנען, יגעת ומצאת תאמין

אפשר קענסטו מיר מסביר דעם סברא פון רש''י הואיל ואילו מתידע ליה? איך פארשטיי עס נישט ער איז דאך פאקטיש געווען א שוגג?!
fr.png
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

Re: חבורת זכרו מסכת הוריות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

שמואלי לענעראוויטש האט געשריבן:אפשר קענסטו מיר מסביר דעם סברא פון רש''י הואיל ואילו מתידע ליה? איך פארשטיי עס נישט ער איז דאך פאקטיש געווען א שוגג?!
בילד

איך פארשטיי נישט די קושיא קענסט עס אביסל מער מסביר זיין?
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
אוועטאר
שמואלי לענעראוויטש
שר האלף
תגובות: 1781
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 am

Re: חבורת זכרו מסכת הוריות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלי לענעראוויטש »

יא! רש''י שרייבט הואיל ואילו מתידע ליה אז ס'איז חלב וואלט ער זיך נישט אפגעהאלטן פון עסן ווייטער, אקעי ממיילא? וואס יעצט? פארוואס ביסטו יעצט פטור? פאקטיש למעשה ביסטו נישט געווען א תולה בבי''ד ביסט געווען א געהעריגע שוגג גיי ברענג א קרבן, יעדע שוגג קען ווען אייביג שרייען ווען איך ווייס ווען אז היינט איז שבת וואלט איך נישט געטון א מלאכה.......
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

Re: חבורת זכרו מסכת הוריות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

שמואלי לענעראוויטש האט געשריבן:יא! רש''י שרייבט הואיל ואילו מתידע ליה אז ס'איז חלב וואלט ער זיך נישט אפגעהאלטן פון עסן ווייטער, אקעי ממיילא? וואס יעצט? פארוואס ביסטו יעצט פטור? פאקטיש למעשה ביסטו נישט געווען א תולה בבי''ד ביסט געווען א געהעריגע שוגג גיי ברענג א קרבן, יעדע שוגג קען ווען אייביג שרייען ווען איך ווייס ווען אז היינט איז שבת וואלט איך נישט געטון א מלאכה.......

א שוגג איז איינער וואס ווערט געוואר אז "ער" האט געהאט א טעות. דא אבער, אפילו ער ווערט געוואר אז ער האט געגעסן חלב, האט ער אבער געגעסן חלב וואס מען האט איהם מתיר געווען

געדענק אבער אז די סברה איז נאר לויט די ערשטע וועג אין רבא. די א"ד זאגט טאקע פארקערט
אוועטאר
סעלפאן
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע: אין טאש

Re: חבורת זכרו מסכת הוריות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעלפאן »

איך וועל נאר צו לייגן א קליינע נקודה, ביי שבת ווען ער ווערט געוואר אז ס'איז שבת ווייסט ער שוין גלייך אז ער האט געטון אן עבירה, און דאס מיינט א געהעריג שוגג, דא די מערסטע וואס ער קען געוואר ווערן איז אז דאס איז חלב, אבער אפילו דעמאלס איז עס ביי אים נאך נישט קיין עבירה, ווייל בי"ד זאגט דאך אז מ'מעג דאס עסן. און דערפאר הייסט ער אויך תולה בבי"ד.
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!
אוועטאר
שמואלי לענעראוויטש
שר האלף
תגובות: 1781
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 am

Re: חבורת זכרו מסכת הוריות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלי לענעראוויטש »

ס'איז דא א פשט וואס קען ווען גיין, אז די צדדים/מחלוקת צו זיין פטור אדער חייב ביי אזא פאל איז תלוי אין די גאנצע יסוד פון שוגג פארוואס איז בכלל א שוגג חייב? כ'האב פארגעסן וואס וויילסטו א מענטש איז נאר א מענטש..

איז דא צוויי פשטים,
איינס ''כפרה'' טאקע ביסט א אונס אבער דאך היות די האסט פאקטיש געטון אן עבירה גיי ברענג א קרבן.
צוויי ''לייג צו קאפ'' פאר א מליאן דאלער געדעקסטו אז ס'איז שבת! הא? זיי מוחל גיי ברענג א קרבן.

איז אזוי, רבא אינעם ערשטן גירסא און רב וואס לערנען אז מ'איז פטור, האלטן ווי דעם צוויטען פשט פון שוגג ממיילא איז הערליך פארוואס מ'איז פטור ווייל ער האט נישט מעיקרא צוגעלייגט קאפ טאקע ווייל בי''ד האט מתיר חלב! ''הואיל ואילו מתידע ליה דחלב הוא לא הוה הדר ביה''.

משא''כ רבא אינעם צווייטען גירסא און ר' יוחנן וואס לערנען אז מ'איז חייב, ווייל זיי האלטן ווי דעם ערשטען פשט פון שווג אז מ'דארף א כפרה ממיילא א כפרה בלייבט א כפרה....
אוועטאר
שמואלי לענעראוויטש
שר האלף
תגובות: 1781
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 am

Re: חבורת זכרו מסכת הוריות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלי לענעראוויטש »

פיצי קעפעלע האט געשריבן:א שוגג איז איינער וואס ווערט געוואר אז "ער" האט געהאט א טעות. דא אבער, אפילו ער ווערט געוואר אז ער האט געגעסן חלב, האט ער אבער געגעסן חלב וואס מען האט איהם מתיר געווען

זיין טעות בלייבט, ער האט געמיינט אז ס'איז שומן, ער איז נאר א ביטערן דורכפאל ווייל ער קען ווען עס אריינהאקן אויפן גראדען אויפן....
אוועטאר
סעלפאן
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע: אין טאש

Re: חבורת זכרו מסכת הוריות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעלפאן »

שמואלי לענעראוויטש האט געשריבן:ס'איז דא א פשט וואס קען ווען גיין, אז די צדדים/מחלוקת צו זיין פטור אדער חייב ביי אזא פאל איז תלוי אין די גאנצע יסוד פון שוגג פארוואס איז בכלל א שוגג חייב? כ'האב פארגעסן וואס וויילסטו א מענטש איז נאר א מענטש..

איז דא צוויי פשטים,
איינס ''כפרה'' טאקע ביסט א אונס אבער דאך היות די האסט פאקטיש געטון אן עבירה גיי ברענג א קרבן.
צוויי ''לייג צו קאפ'' פאר א מליאן דאלער געדעקסטו אז ס'איז שבת! הא? זיי מוחל גיי ברענג א קרבן.

איז אזוי, רבא אינעם ערשטן גירסא און רב וואס לערנען אז מ'איז פטור, האלטן ווי דעם צוויטען פשט פון שוגג ממיילא איז הערליך פארוואס מ'איז פטור ווייל ער האט נישט מעיקרא צוגעלייגט קאפ טאקע ווייל בי''ד האט מתיר חלב! ''הואיל ואילו מתידע ליה דחלב הוא לא הוה הדר ביה''.

משא''כ רבא אינעם צווייטען גירסא און ר' יוחנן וואס לערנען אז מ'איז חייב, ווייל זיי האלטן ווי דעם ערשטען פשט פון שווג אז מ'דארף א כפרה ממיילא א כפרה בלייבט א כפרה....

עס איז נישט ממש אזוי, ווייל אויף א פאל וואס ער האט געגעסן חלב וואס דעמאלס איז ער זיכער תולה בבי"ד איז ר' יוחנן אויך מודה אז ער איז פטור פון א חטאת, לויט דיין פשט איז שווער פארוואס דארף ער נישט קיין כפרה?
דא איז אבער די שאלה עפעס אנדערש, צו ער הייסט תולה בעצמו "ער האט געמאכט דער טעות", צו ער הייסט תולה בבי"ד "אז בי"ד האט געמאכט דער טעות" און ער האט זיך פארלאזט אויף זיי.
די חידוש פון רבא אינעם ערשטן גירסא איז אז אפילו אויף א פאל וואס מ'קען נישט ווייזן מיטן פינגער אויף בי"ד, ווייל ער האט דאך למעשה נישט געטון עפעס וואס זיי האבן מתיר געווען, דאך וויבאלד סוכ"ס וואלט ער זיך נישט צוריק געהאלטן פון עס עסן ווייל ער וואלט זיך סומך געווען אויף בי"ד ליגט דער טעות ביי זיי.
און אויף דעם איז שייך זיך צו קריגן.
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!
אוועטאר
שמואלי לענעראוויטש
שר האלף
תגובות: 1781
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 am

Re: חבורת זכרו מסכת הוריות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלי לענעראוויטש »

סעלפאן האט געשריבן:עס איז נישט ממש אזוי, ווייל אויף א פאל וואס ער האט געגעסן חלב וואס דעמאלס איז ער זיכער תולה בבי"ד איז ר' יוחנן אויך מודה אז ער איז פטור פון א חטאת, לויט דיין פשט איז שווער פארוואס דארף ער נישט קיין כפרה?

ס'איז טאקע שווער! אבער די תורה האט מגלה דעת געווען אז אויף אזא פאל איז מען פטור, טאקע דאס איז דער גאנצע חידוש פונעם פסוק!
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: חבורת זכרו מסכת הוריות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

ר' פייוול זאגט נאך א שיינע רעיון
דאס וואס רבנים מכשירים שרייבן "יאכלו ענוים וישבעו" איז צוליב ווייל עס דארפן זיין "הורו לעשות" נישט סתם א הוראה.
אוועטאר
סעלפאן
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע: אין טאש

Re: חבורת זכרו מסכת הוריות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעלפאן »

שמואלי לענעראוויטש האט געשריבן:ס'איז טאקע שווער! אבער די תורה האט מגלה דעת געווען אז אויף אזא פאל איז מען פטור, טאקע דאס איז דער גאנצע חידוש פונעם פסוק!

ס'קען זיין אז דיין פשט איז ריכטיג אבער נישט פון רעדט מען יעצט, די גמרא איז דן און די שאלה צו ער הייסט תולה בעצמו אדער תולה בבי"ד.
אויף אזא פאל וואס ער האט עס נישט געמיינט צו טון אבער מיר ווייסן אז ער וואלט עס געטון, דא קריגט מען זיך ארום.
(חוץ פון דעם פארשטיי איך סתם אזוי נישט, אין דיין קושיא האסטו נישט פארשטאנען רבא לויט די ערשטע לשון, און יעצט פארשטייסטו נישט ר' יוחנן, איז ממ''נ בלייבט עפעס שווער צו פארשטיין)
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!
עפעס בעסער
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 5:57 pm

Re: חבורת זכרו מסכת הוריות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס בעסער »

שפע רב האט געשריבן:
פארפלאנטערט האט געשריבן:די שפה ברורה ואס מען האט געטיילט ביי עבודה זרה איז אויך אויף הוריות

איך הער אז אויף זבחים העט מען אויך טיילן שפה ברורה גמרות, הגם ביי די אנדערע חבורות האט מען נישט געטיילט דאסמאל, עס איז א געוואלדיגע זיכו הרבים.

יא, דאס איז איינע פון די חידושים ביי די סיום, אז מגייט טיילן שפה ברורה בנדבת לבו פון ר' יודא לייב פערלמוטער משב"ק כ"ק אדמו"ר מפעשווארסק באה"ב
אוועטאר
עכט נארמאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אין כולל

Re: חבורת זכרו מסכת הוריות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט נארמאל »

איך פיל מיך דא ממש ווי אין ישיבה !!!

גייטס אן
איך לערן די זכרו-ש"ס באנאכט אויב איך וועל נישט פארשטיין עפעס וועל איך אי"ה בל"נ ארויפקומען דא

דער אייבערשטער זאל העלפן די התחדשות זאל אנהאלטן ווי לענגער

נ. ב. ס'זייער א גוטע זאך דעיס, צו קענען לערנען צוזאמען!
\
ווי מיינסטו גייסטו
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: חבורת זכרו מסכת הוריות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי מיינסטו גייסטו »

עפעס בעסער האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:
פארפלאנטערט האט געשריבן:די שפה ברורה ואס מען האט געטיילט ביי עבודה זרה איז אויך אויף הוריות

איך הער אז אויף זבחים העט מען אויך טיילן שפה ברורה גמרות, הגם ביי די אנדערע חבורות האט מען נישט געטיילט דאסמאל, עס איז א געוואלדיגע זיכו הרבים.

יא, דאס איז איינע פון די חידושים ביי די סיום, אז מגייט טיילן שפה ברורה בנדבת לבו פון ר' יודא לייב פערלמוטער משב"ק כ"ק אדמו"ר מפעשווארסק באה"ב

ר' אברהם פנחס בערקאוויטש האט געסטאפט טיילן?
עפעס בעסער
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 5:57 pm

Re: חבורת זכרו מסכת הוריות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס בעסער »

יא, לכאורה איז דאס די סיבה פארוואס אנדערע קהילות האבן נישט געטיילט דאס מאל.
עפעס בעסער
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 5:57 pm

Re: חבורת זכרו מסכת הוריות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס בעסער »

ווי מיינסטו גייסטו האט געשריבן:
עפעס בעסער האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:
פארפלאנטערט האט געשריבן:די שפה ברורה ואס מען האט געטיילט ביי עבודה זרה איז אויך אויף הוריות

איך הער אז אויף זבחים העט מען אויך טיילן שפה ברורה גמרות, הגם ביי די אנדערע חבורות האט מען נישט געטיילט דאסמאל, עס איז א געוואלדיגע זיכו הרבים.

יא, דאס איז איינע פון די חידושים ביי די סיום, אז מגייט טיילן שפה ברורה בנדבת לבו פון ר' יודא לייב פערלמוטער משב"ק כ"ק אדמו"ר מפעשווארסק באה"ב

ר' אברהם פנחס בערקאוויטש האט געסטאפט טיילן?

יא
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: חבורת זכרו מסכת הוריות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

סעלפאן האט געשריבן:
שמואלי לענעראוויטש האט געשריבן:ס'איז דא א פשט וואס קען ווען גיין, אז די צדדים/מחלוקת צו זיין פטור אדער חייב ביי אזא פאל איז תלוי אין די גאנצע יסוד פון שוגג פארוואס איז בכלל א שוגג חייב? כ'האב פארגעסן וואס וויילסטו א מענטש איז נאר א מענטש..

איז דא צוויי פשטים,
איינס ''כפרה'' טאקע ביסט א אונס אבער דאך היות די האסט פאקטיש געטון אן עבירה גיי ברענג א קרבן.
צוויי ''לייג צו קאפ'' פאר א מליאן דאלער געדעקסטו אז ס'איז שבת! הא? זיי מוחל גיי ברענג א קרבן.

איז אזוי, רבא אינעם ערשטן גירסא און רב וואס לערנען אז מ'איז פטור, האלטן ווי דעם צוויטען פשט פון שוגג ממיילא איז הערליך פארוואס מ'איז פטור ווייל ער האט נישט מעיקרא צוגעלייגט קאפ טאקע ווייל בי''ד האט מתיר חלב! ''הואיל ואילו מתידע ליה דחלב הוא לא הוה הדר ביה''.

משא''כ רבא אינעם צווייטען גירסא און ר' יוחנן וואס לערנען אז מ'איז חייב, ווייל זיי האלטן ווי דעם ערשטען פשט פון שווג אז מ'דארף א כפרה ממיילא א כפרה בלייבט א כפרה....

עס איז נישט ממש אזוי, ווייל אויף א פאל וואס ער האט געגעסן חלב וואס דעמאלס איז ער זיכער תולה בבי"ד איז ר' יוחנן אויך מודה אז ער איז פטור פון א חטאת, לויט דיין פשט איז שווער פארוואס דארף ער נישט קיין כפרה?
ווייל ער באקומט א כפרה פון די פר העלם דבר של ציבור
דא איז אבער די שאלה עפעס אנדערש, צו ער הייסט תולה בעצמו "ער האט געמאכט דער טעות", צו ער הייסט תולה בבי"ד "אז בי"ד האט געמאכט דער טעות" און ער האט זיך פארלאזט אויף זיי.
די חידוש פון רבא אינעם ערשטן גירסא איז אז אפילו אויף א פאל וואס מ'קען נישט ווייזן מיטן פינגער אויף בי"ד, ווייל ער האט דאך למעשה נישט געטון עפעס וואס זיי האבן מתיר געווען, דאך וויבאלד סוכ"ס וואלט ער זיך נישט צוריק געהאלטן פון עס עסן ווייל ער וואלט זיך סומך געווען אויף בי"ד ליגט דער טעות ביי זיי.
און אויף דעם איז שייך זיך צו קריגן.
מטעם זה ביסטו גערעכט די מחלוקת דא איז אויב עס הייסט התולה בבי"ד
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

Re: חבורת זכרו מסכת הוריות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

שמואלי לענעראוויטש האט געשריבן:יא! רש''י שרייבט הואיל ואילו מתידע ליה אז ס'איז חלב וואלט ער זיך נישט אפגעהאלטן פון עסן ווייטער, אקעי ממיילא? וואס יעצט? פארוואס ביסטו יעצט פטור? פאקטיש למעשה ביסטו נישט געווען א תולה בבי''ד ביסט געווען א געהעריגע שוגג גיי ברענג א קרבן, יעדע שוגג קען ווען אייביג שרייען ווען איך ווייס ווען אז היינט איז שבת וואלט איך נישט געטון א מלאכה.......

זע הערה 22 צווייטע חלק
אטעטשמענטס
Screenshot_20210614-222332_Gallery.jpg
Screenshot_20210614-222332_Gallery.jpg (326.49 KiB) געזען 679 מאל
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: חבורת זכרו מסכת הוריות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

יודיש בלעטל האט געשריבן:
סעלפאן האט געשריבן:עס איז נישט ממש אזוי, ווייל אויף א פאל וואס ער האט געגעסן חלב וואס דעמאלס איז ער זיכער תולה בבי"ד איז ר' יוחנן אויך מודה אז ער איז פטור פון א חטאת, לויט דיין פשט איז שווער פארוואס דארף ער נישט קיין כפרה?
ווייל ער באקומט א כפרה פון די פר העלם דבר של ציבור

פטור איז דער 'יחיד' ווייל ער האט זיך פארלאזט אויף בית דין.
א פר העלם דבר של ציבור איז 'בית דין' מחיוב, נישט אלעמאל דאס וועט מען שוין זעהן שפעטער בעז"ה.

דאס הייסט, מ'קען זיין פטור אפילו בי"ד ברענגט נישט קיין קרבן.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: חבורת זכרו מסכת הוריות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

שמואלי לענעראוויטש האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:מיר דוכט זיך ער האט געמיינט צו מאכן א ווערטל

איך זאג נישט קיין ליגענט, איך לערן עס שוין פאר איבער דריי יאר מיט א היימישער ....

אוי זיי מיר מוחל, פונקט יעצט זעה איך אז ס'איז א דבר ידוע אז אויף הוריות קען מען זיצן, דא האסטו פונעם בעל פתחי נדה רבי בצלאל רנשבורג אינעם ספר הורה גבר.
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (106.73 KiB) געזען 617 מאל
אוועטאר
שמואלי לענעראוויטש
שר האלף
תגובות: 1781
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 am

Re: חבורת זכרו מסכת הוריות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלי לענעראוויטש »

שמואל בארג האט געשריבן:אוי זיי מיר מוחל, פונקט יעצט זעה איך אז ס'איז א דבר ידוע אז אויף הוריות קען מען זיצן, דא האסטו פונעם בעל פתחי נדה רבי בצלאל רנשבורג אינעם ספר הורה גבר.

;l;p- יישר פאר די חיזוק!
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”