מגילת רות בשייכות למסכת יבמות

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

yahoo האט געשריבן:מיללער;

איבער דיין קשיא וועגן עשה דוחה ל"ת איז דא א ספר ישרש יעקב אויף יבמות וואס ער שרייבט אז די מהרש"א האט עס נאר געשריבן בדרך דרוש.


יעצט געזען אז דער לעמבערגער רב זצ"ל בספרו דברי שאול על מגילת רות, פרעגט אויך אויפן מהרש"א כדברינו ונשאר בצ"ע.

אבער די חידוש איז אז בתוך כדי דיבור זאגט רבי יוסף שאול אז גואל פלוני אלמוני האט נישט געוואלט מייבם זיין מורא האבנדיג לדברי אבא שאול שאם אין מכוין למצוה נמצא פוגע בערוה בחייבי כריתות.

מאריה דאברהם, רות איז דען געווען אן ערוה בחייבי כריתות אויפן גואל?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר כח הרב נ"א שכל פאר די דברים נפלאים פונעם הייליגען חת"ס.

דער חידוש אז מי שבקי בריח יוכל להבחין בין דם חימוד לדם נדה ברענגט ער פון ר"ן.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

גערעכט הרב מיללער. ואני אמרתי בחפזי כותב...

א ריזיגען דאנק פארן עפענען די הערליכע אשכולת.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

מיללער האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:יישר הרב גלאזער, את התירוץ על האיסור דרבנן שגרים ישאו עריות, גם אני בתומי חשבתי כן, והייתי מעניין אם זה נמצא כבר בספרי המפרשים, אבל כמובן נאמנים עלי דבריכם ג"כ וברוך שכוונתי.

דברי סבבו על הערתך בהדרבנן, אבל לגופו של ענין חושבני שאין הגר אסור רק בדברים שהי' אסור מקודם אחותו ואמו או שארו מאם, לא קרובי הבעל. וצריך לעיין הדין בזה

לכאורה לפי הטעם של 'שלא יאמרו באנו מקדושה חמורה לקדושה קלה' צדקו דבריכם.

ואשת אחיו מאמו לא נאסר בבני נח?

מ'האלט נאכנישט דף צ"ח?
וויפיל ס'קוקט מיר אויס, איז אשת אחיו מאמו כאטש א קירב' מצד אמו, אבער אחי בעלה איז קירבות מצד אישות, דאס איז עפעס אנדערש.
Surface
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

מיללער האט געשריבן:איך האב דאך דאס געשריבן דארט, אז היינו הך, עיי"ש

גערעכט, געליינט אין איילעניש און נישט באמערקט.
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

מיללער האט געשריבן:אינטערעסאנט איז צו לערנען די מהרש"א בחידושי אגדות שפעטער בדף עז. וואו די גמ' רעדט וועגן דואג מיט דוד המלך וועגן רות המואביה און די היתר פון מואבי ולא מואבית, זאגט די מהרש"א אז לכאורה וואס האט זיך דואג יעצט דערמאנט, בועז האט מיט דורות צוריק חתונה געהאט מיט רות עפ"י השופטים, וואלט מען אים דען געלאזט עובר זיין אן איסור דאוריתא? זאגט די מהרש"א אז בימי בועז איז נאך נישט געווען די גזירה פון ביאה ראשונה אטו ביאה שניה, וממילא איז נישט קיין ראיה צום דין פון מואבי ולא מואבית, ווייל אפשר האט בועז חתונה געהאט מיט איר אלס עשה דוחה ל"ת און איר גע'גט נאך ביאה ראשונה, עיי"ש

ותמה תמה אקרא, קודם איז דען דא א מ"ע מה"ת מייבם צו זיין א קרובה - נישט אשת אח - אז איך זאל קלערן אז דארט איז דא עשה דוחה ל"ת? ויותר מזה, זי איז דאך געווען א נכרית און ווי רש"י זאגט אז הערשט עכשיו לאחר מיתת בעליה האט זי זיך מגייר געווען, ווי קומט דא אריין מצות יבום בכלל?

צו פארענטפערען דעם מהרש"א, קען מען אפשר זאגן, אז די מהרש"א האט געלערנט אז אפילו לאחר מתן תורה וואס איז נישט דא קיין חיוב בשאר קרובים, איז מען אבער עכ"פ מקיים א מצוה, והרבה אחרונים סוברים שאף במצוה קיומית עשה דוחה לא תעשה ראה בקובץ הערות סי' י"ד, ומצאתי בכלי חמדה בפר' וישב שכ"כ, והחיד"א בספר שמחת הרגל כתב 'דנהי מדאוריתא מצות יבום באחיו, מ"מ מנהג ישראל דגם הקרוב מיבם מצוה היא' ועיי"ש דשייך ע"ז שומר מצוה לא ידע דבר רע.

ובגוף הקושיא העיר כן גם הגר"י פיק בהגהות אוצר בלום על עין יעקב, וראה שם מה שכתב המגיה ליישב.

ועל דברי המהרש"א יש להעיר גם ממה שהאריכו האחרונים אם כשעדל"ת הולד פסול, ראה ע"ז http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=121 וראה שם בסימן הקודם השיטות אם נתגיירה רות קודם.
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

הבוחר בטוב האט געשריבן:אגב אויף די קשיות פון מהרש"א וואס איז פשט אז מען האט דן געווען בימי דוד אויף אזאך וואס איז שוין לכאורה אויסגעפסק'נט בימי בועז, און פארוואס דער פלוני אלמוני האט נאר חייש געווען על זרעיו לכאורה איז דאך דא אן איסור אויף עם אליין וכו',
איז דא א שיין פשט פון בריסקער רב, די הלכה איז אז בי"ד פסק'נט אויס א דין קען שפעטער קומען א צווייטע בי"ד שגדול כמותן בחכמה ובמנין און פסק'נן פארקערט, איז אוודאי בימי בועז האט בי"ד געפסק'נט מואבי ולא מואבית און ממילא איז אויפן גואל נישט געווען קיין איסור ער האט אבער חושש געווען אז שפעטערדיגע דורות קען קומען א צווייטע בי"ד און פסק'נן פארקערט און פסלן זיינע קינדער, וכך הווה אז דואג האדומי האט געפרעגט קשיות אויפן לימוד און געוואלט פסלן דוד המלך, איז גקומען עמשה און געזאגט כך מקובלני מבית שמואל וכו' און דאס איז מהלכה למשה מסיני וואס דאס קען מען נישט מבטל זיין.

ראה כעי"ז בדברי יואל פר' כי תצא, ובאמת העירו על הגרי"ז ממש"כ ביומא דהללמ"מ שנשתכח יכולים לחלוק עליו.
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”