הערות על הבחינות
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
מיללער האט געשריבן:זייער גוטע שאלות געווען, תחזקנה ידיהם פון די מזכי הרבים!
מיינע קליינע הערות (איך געדענק נישט די מספרי השאלות, איך שרייב פון זכרון)
ג. צלי איז מען אויך נישט מדיח צונן לתוך צונן, און עס פארלאנגט קליפה, לפי"ז ענען פארהאן (4) פיר פעלער פון צונן לתוך צונן וואס הדחה איז נישט גענוג (מליח, מתובל, פילי, וצלי) כאטש זיי האבן געפרעגט וואס פארלאנגט קליפה ודו"ק.
לפענ"ד איז דא פינעף זאכען וואס הדחה איז נישט גענוג, כבוש אויך.
yahoo האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:זייער גוטע שאלות געווען, תחזקנה ידיהם פון די מזכי הרבים!
מיינע קליינע הערות (איך געדענק נישט די מספרי השאלות, איך שרייב פון זכרון)
ג. צלי איז מען אויך נישט מדיח צונן לתוך צונן, און עס פארלאנגט קליפה, לפי"ז ענען פארהאן (4) פיר פעלער פון צונן לתוך צונן וואס הדחה איז נישט גענוג (מליח, מתובל, פילי, וצלי) כאטש זיי האבן געפרעגט וואס פארלאנגט קליפה ודו"ק.
לפענ"ד איז דא פינעף זאכען וואס הדחה איז נישט גענוג, כבוש אויך.
גערעכט
(כאטש מקען זאגן אז צונן לתוך צונן רעדט מען אריין און ארויס, נישט געווייקט)
מיללער האט געשריבן:זייער גוטע שאלות געווען, תחזקנה ידיהם פון די מזכי הרבים!
מיינע קליינע הערות (איך געדענק נישט די מספרי השאלות, איך שרייב פון זכרון)
א. אין די צוואנציג בלאט זענען פארהאן צוויי קליינע שטיקלעך אגדתא גמרות, ביידע זענען געווארן געפרעגט אין די שאלות (איך האב ב"ה ביידען געקענט, אבער) לדעתי איז ענדערש צו ווידמען די שאלות אויף די מסובכ'דיגע סוגיות ווי אויף וויפיל זאכן געשעהט פון כעס, ויש לבע"ד לחלוק ע"ז ואיני אומר קבלו דעתי.
ב. פארדריסליך צו זעהן אומריכטיגע ספעלינגס אין די שאלות, ספעציעל ווען עס זעהט נישט אויס ווי קיין טייפא נאר מער אמעראציש, צוויי מאל אויסגעלייגט דאס ווארט "אוכלתי" אנשטאט "אוכלסי" ביי די שאלה פון אגריפס המלך מיט די כוליות.
ג. צלי איז מען אויך נישט מדיח צונן לתוך צונן, און עס פארלאנגט קליפה, לפי"ז זענען פארהאן (4) פיר פעלער פון צונן לתוך צונן וואס הדחה איז נישט גענוג (מליח, מתובל, פילי, וצלי) כאטש זיי האבן געפרעגט וואס פארלאנגט קליפה ודו"ק.
ד. די שאלה פון רואה אני דברי ר"י ור"א במנחות וזבחים וואס הרב להחדד מערקט אן, האט מיך אויך געגרילצט אין די אויערן און פארטרערט די אויגן.
אבער ווידעראמאל, דאס איז ווי מ'זאגט "קאנסטראקטיוו (נישט פארמישן מיט פראדאקטיוו) קריטיק", בדרך כלל זענען די שאלות געווען מצוינים (די תשובות, אממ וועט מען זעהן אין די פאסט)
גיימיר אריין ווי 'ישמחו' זאגט, אינעם לעצטן דריטל פון די מסכתא, בדחילו ורחימו! מאן דמוסיף יוסיף
נאך צוויי הערות וואס איך דערמאן זיך יעצט
ה. איינע פון די שאלות האט אדערסירט שיטת יהודה בן דורתאי וטעמו - אז די גמרא איז ברוגז מסביר צו זיין "טעמא דפרושים", ברויך עס נישט זיין אויף קיין שאלות (ווידער, לפע"ד)
ו. זיי האבן געפרעגט פארוואס ביי די פיר זאכן איז "הכל מודים דבעינן לכם"; שבת, עצרת, פורים און ערב יוה"כ. טראץ דעם וואס זיי זענען גערעכט אין קאנצעפט, אבער ערב יוה"כ איז א מצוה צו עסן, מיט 'לכם' האט עס אבער גארנישט און עס איז בכלל נישט קיין יו"ט ודו"ק.
שאלתי לחכמים ואין מגיד לי, אפשר ווייסט דא איינער. ווען די גמרא בלייבט אז די טענה פון הלל איז געווען צו די בני בתירה פ״וו זיי האבן נישט דן געווען די ק״ו מעצמן , מוז איך יעצט אויך זאגן אז ער האט האטעס געזאגט קודם, אדער יעצט קען מען שוין זאגן אז ער האט געזאגט די ג״ש קודם, און נאכדעם געקומען מיט טענות צו זיי פ״וו זיי האבן נישט דן געווען די ק״ו , אבער סמוז נישט האבן געווען קודם. ?? בין איך גענוג קלאר?
מיינע הערות אויף די שאלות:
שאלה ח
למסקנת הגמרא איז נישט דא קיין רישא און קיין סיפא ווי ערווענט
שאלה כ"ה
מיין תמצית איז אויסגעקומען אזוי: מליח אדער צלי דארף קליפה, צלי וואס האט סדקין אדער תבלין דארף נטילת מקום
שאלה כ"ו
לויט די מ"ד ריחא לאו מילתא איז די מחלוקת און ריחא מילתא
שאלה כ"ז
איז נישט גוט געפרעגט מחמת כמה טעמים איך האב נישט קיין כח מאריך צו זיין
שאלה כ"ט
איז א נעמען שאלה
בדרך כלל זייער גוטע שאלות געווען אבער פאריגעס מאל איז געווען בעסער

- אטעטשמענטס
-
- BCHINA.pdf
- (23.2 KiB) געווארן דאונלאודעד 272 מאל
נגילה ונשמחה ב"ך - די 22'סטע בחינה
ויהי ממחרת...
נגילה ונשמחה ב"ך, בך בתורתך!
נעכטן א' תבוא איז פארגעקומען בחינה נומער 22 (אזוי האב איך באמערקט אויף די ערשטע צעטיל "בחינה כב") אין "תורתך שעשועי".
ווי ווייט דער אויג האט געקענט זען איז דאס ביהמ"ד הגדול אין ווילי געווען איבערגעפילט, און דאס איז בכלל נישט קיין מליצה, נאר טאקע געשטאפט, ב"ה.
די בחינה איז געווען זייער גוט, צו דער זאך און געשמאק געפרעגט, בעיקר אז מ'האט נישט געדארפט בארגן פלאץ פון די ליידיגע זייטן פונעם פאפיר צו ענטפערן די גאנצע שאלה.
עס איבערצייגט זיך די ווערטער פון חז"ל אז תורה נמשלה למים, ווי מער מ'נעמט ארויס קומט אריין נאך, די זעלבע די תורה, אם שמוע בישן תשמע בחדש, ואם שמוע בחדש תשמע בישן.
אויב האט מען געקלערט אז שונה הלכות וועט עפעס אוועקנעמען פון די גמרא חבורות, איז דאס פונקט פארקערט, דער עולם לערנט הלכות אין די מאסן (געהערט פון ר' סיני ראטה פון פרינטאוט אז ער האט זיי שוין געדריקט העכער זיבן אלפים קונטרסים פון שונה הלכות!), און אויך די גמרא חבורות וואקסן און שטייגן.
יעצט ווארט מען קוים צום גרויסן פארהער א' סליחות אויף שונה הלכות.
ילכו מפארהער לפארהער...

ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
שאלה כ"ז (די צווייטע העלפט פון די שאלה) איז געווען "ותמורתו אחר שחיטת הפסח קרב שלמים - מתי נמצא (2)?"
און די תירוץ איז געווען " נחלקו ב' לשונות ברבא אי נמצא קודם שחיטה והמיר אחר השחיטה אי נדחה או לא"
איך מיין אז ס'איז געווען עפעס א טעות די וועג וויאזוי ער האט געפרעגט די שאלה, נאך איינער האלט אזוי? די קשיא איז געווען מתי נמצא און די תירוץ איז אז מ'איז זיך מחולק מתי המיר.

yahoo האט געשריבן:שאלה כ"ז (די צווייטע העלפט פון די שאלה) איז געווען "ותמורתו אחר שחיטת הפסח קרב שלמים - מתי נמצא (2)?"
און די תירוץ איז געווען " נחלקו ב' לשונות ברבא אי נמצא קודם שחיטה והמיר אחר השחיטה אי נדחה או לא"
איך מיין אז ס'איז געווען עפעס א טעות די וועג וויאזוי ער האט געפרעגט די שאלה, נאך איינער האלט אזוי? די קשיא איז געווען מתי נמצא און די תירוץ איז אז מ'איז זיך מחולק מתי המיר.
געטראכט דאס זעלבע בשעת מעשה - פשוט פארפעלט "אימתי נמצא ומתי המיר"
-
- אנשי שלומינו
- תגובות: 7
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 2:41 pm
מיללער האט געשריבן:yahoo האט געשריבן:שאלה כ"ז (די צווייטע העלפט פון די שאלה) איז געווען "ותמורתו אחר שחיטת הפסח קרב שלמים - מתי נמצא (2)?"
און די תירוץ איז געווען " נחלקו ב' לשונות ברבא אי נמצא קודם שחיטה והמיר אחר השחיטה אי נדחה או לא"
איך מיין אז ס'איז געווען עפעס א טעות די וועג וויאזוי ער האט געפרעגט די שאלה, נאך איינער האלט אזוי? די קשיא איז געווען מתי נמצא און די תירוץ איז אז מ'איז זיך מחולק מתי המיר.
געטראכט דאס זעלבע בשעת מעשה - פשוט פארפעלט "אימתי נמצא ומתי המיר"
לפענ"ד איז די שאלה יא ריכטיג געפרעגט
די חילוק פון די ערשטע צו די צוויטע וועג ווען ס'איז קרב שלמים, ווענט זיך נאר אין די "מתי נמצא" נישט אין די זמן תמירה
לויט ביידע וועגן איז זעכער די תמירה נאכן שחיטת הפסח, אבער די מציאה לויט די ערשטע וועג איז אויך נאך די שחיטת הפסח, נאר דעמאלטס איז קרב שלמים
און לויט די צוויטע וועג, אפילו די מציאה איז געווען פאר די שחיטת הפסח, נאר ווייל די תמירה איז נאכדעם, איז קרב שלמים
מחיל אל חיל, פיינע שאלות געוועזן נעכטן, די שאלה אז עס איז פארהאן זעקס שיטת לגבי החיוב של בל תאחר איז געווען וואס מ'רופט די "קעטש" פונעם אוונט, דאס האט דר'עולם איבערגעשמועסט אין די קארידארן און פאדערצימערן.
א שיינער עולם נייע משיבים ועונים לרגל התחלת מס' ראש השנה, בראש השנה יכתבון אן עולם אנגעהויבן שרייבן די בחינות, השי"ת זאל העלפן שנזכה כולנו ללמוד ולסיים ולהתחיל מס' וספרים אחרים, מיט אלע גוטע השפעות.
מזונותיו של אדם קצובות לו מראש השנה! (מריש שתא - פאר לומדי מס' שקלים)

- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3687
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע: קאר וואש
אין כעת תח"י די תירוצים אויף די בחינה, מילער; וואס איז טאקע די תירוץ אויף די 6 אופנים עובר צו זיין אויף בל תאחר:
א. ג' רגלים - כיון שחזר הכתוב הג' רגלים
ב. ג' רגלים ופסח בראש - ל"ה צריך לכתוב חג הסוכות דמיניה סליק
ג. רגל א' - ובאת שמה והבאתם שמה
ד. ב' רגלים - אלו תעשו לד' במועדיכ"ם
ה. דוקא סוכות - ל"ה צריך לכתוב חג הסוכות דמיניה סליק, אלא מאי דבה עובר
וואס איז די זעקסטע?
דרך אגב: זייער אינטערעסאנט, אז אופן ב' ואופן ה' איז פון די זעלבע לימוד [כמעט] און איינס איז ר' שמעון, און די צווייטע ר' אלעזר ב"ר שמעון.
נאך אזאך איז געווען פאני: נעכטן נאכט ביים צייכענען די שאלות אין גרויסן ביהמ"ד אין וומ"ס הופער, איז צען אזייגער אריינגעקומען די ערלים צוצוגרייטן די שול צו די חתונה היינט נאכט, זיי האבן אנגעהויבן צו ריקן די טישן, שרייט צו זיי איינער: העי, איי עם האלדינג אינמיטל אויף רייטינג דע פעפער, קאם דאן. ולעמתו ברוך יאמרו, רופט זיך דער גוי אן: איף יו וואלד לערן מאר די לעסט פייאו דעיס, יו וואלט בי עבעל טא ענסער אין א העלף אווער! איט וואלט נאט טאק יו סאוי לאנג...

יגרסהדותא האט געשריבן:אין כעת תח"י די תירוצים אויף די בחינה, מילער; וואס איז טאקע די תירוץ אויף די 6 אופנים עובר צו זיין אויף בל תאחר:
א. ג' רגלים - כיון שחזר הכתוב הג' רגלים
ב. ג' רגלים ופסח בראש - ל"ה צריך לכתוב חג הסוכות דמיניה סליק
ג. רגל א' - ובאת שמה והבאתם שמה
ד. ב' רגלים - אלו תעשו לד' במועדיכ"ם
ה. דוקא סוכות - ל"ה צריך לכתוב חג הסוכות דמיניה סליק, אלא מאי דבה עובר
וואס איז די זעקסטע?
בדף ו: מביא הגמרא ברייתא שגם עם עברה שנה בלא רגלים בין בבכור בין בשאר קדשים עוברין על בל תאחר, ועיי"ש בתוס' שמקור הברייתא היא בספרי והלימוד הוא מ'כל' הבכור.
- קושר כתרים
- שר מאה
- תגובות: 136
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm
יגרסהדותא האט געשריבן:ה. דוקא סוכות - ל"ה צריך לכתוב חג הסוכות דמיניה סליק, אלא מאי דבה עובר
בסוגייתינו (ד' ע"ב) מבואר שר' אלעזר ב"ר שמעון ס"ל כיון שעבר עליהן חג הסוכות עובר עליהן בבל תאחר, וטעמי' דלא יאמר חג הסוכות שבו דיבר הכתוב, למה נאמר לומר שזה גורם.
לפלא, שבירושלמי ר"ה (ב' ע"ב) מובא פלוגתת תנאים זו בזמן בל תאחר, ושם ס"ל "רבי לעזר בי ר"ש" (הוא ר' אלעזר ב"ר שמעון) "ג' רגלים ובלבד חג המצות אחרון".
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)
אין באראפארק האט מען אויסגערופען אויף די שאלה פון צום השביעי אז ס'איז א טעות און אזוי אויך אויף די שאלה פון יובל הוא אז ס'מיינט נישט די שאלה וואס מערערע משיבים אן איהרטום (וואס מיינט די ווארט??) האבען גימיינט אז ס'איז.
און לויט ווי איך הער האט מען אין וויליאמסבורג אויך אויסגערופען אויף די שאלה פון צום השביעי.
און לויט ווי איך הער האט מען אין וויליאמסבורג אויך אויסגערופען אויף די שאלה פון צום השביעי.
yahoo האט געשריבן:אין באראפארק האט מען אויסגערופען אויף די שאלה פון צום השביעי אז ס'איז א טעות און אזוי אויך אויף די שאלה פון יובל הוא אז ס'מיינט נישט די שאלה וואס מערערע משיבים אן איהרטום (וואס מיינט די ווארט??) האבען גימיינט אז ס'איז.
און לויט ווי איך הער האט מען אין וויליאמסבורג אויך אויסגערופען אויף די שאלה פון צום השביעי.
viewtopic.php?p=882520#p882520
להתחדד האט געשריבן:עס איז געווען א קידוש השם וואספארא עולם עס איז געווען ממש נישט געווען קיין פלאץ
נאך א האלבע שעה איז שוין נישט געווען קיין ביחנות מען האט געדארפדט ווארטען פאר נאך קאפיס
איך בין אנגעקומען 7:48 זיך געדרייט פון מזרח צו מערב, פון צפון צו דרום, ממש נישט געטראפן קיין איין זיץ ליידיג, דאס גאנצע ביהמ"ד איז געווען "פול" מן הקצה אל הקצה, כ'מיין אז מ'קען זאגן "ווי קיינמאל בעפאר".
די פרסומים פאר סיום מס' און התחלת מסכתא מאכט גאר אסאך אויס, אז מענטשן זאלן זיך דערוועקן פון שלאף און זען וואסארא תענוג און סיפוק הנפש די בחינה ברענגט
נ.ב. די שאלות זענען יש ויש, געווען עטליכע וואס זענען נישט געווען גענוג קלאר געפרעגט, אדער נישט גוט צאמגענומען לויט די סדר הגמרא
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!