פנינים בשיעורי תורתך שעשועי

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

פנינים בשיעורי תורתך שעשועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אשכול מיוחד פאר ווערטליך אדער שיינע דבאי אגדה מספרים וסופרים אויף ענינים פון די שיעורי היום.

-

פונקט געזען אינעם נפלא'דיגען חיבור "ויאמר הנני" וואס איז נארוואס ערשינען לתולדות אדם הגדול בענקים רבי אברהם גניחובסקי זצ"ל אז אמאל פארלערנענדיג א שיעור האט ער זיך אפגעשטעלט בדברי הגמ' פסחים ד: וט. חבר שמת והניח מגורה מליאה פירות ואפי' הן בני יומן הרי הן בחזקת מתוקנין.

ארויסברענגענדיג וויאזי עס זעהט אויס דאס לעבן פון א חסיד ויר"ש אז אפי' ביום שבו מת לחיי העולם הבא פארגעסט ער נישט פון די וואס בלייבן דא אז זיי זאלן נעשט חלילה נכשל ווערן בדבר איסור על ידו, אט אזוי לעבט און שטארבט אן ערליכער איד.

וראוים הדברים למי שאמרם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קבלתי מאדם חשוב וישר:

דבר בעתו מה טוב.

בעמדינו בימי הספירה ימי האבל על פטירת תלמידי רבי עקיבא, אשר על אותו הזמן מביא רש"י בסוגיין (פסחים י"ח ע"א) מה דתניא ביבמות (ס"ב ע"ב) והיה העולם שמם עד שבא ר' עקיבא אצל רבותינו שבדרום ושנאה להן, ואלו הן ר' מאיר ור' יהודה, ור' יוסי, ור' שמעון ור' אלעזר בן שמוע. ונודע כי סתם רבי אלעזר דמשנה וברייתא הוא התנא רבי אלעזר בן שמוע, כמבואר ברש"י שבת י"ט ע"ב (וסתם רבי אלעזר האמורא הוא ר' אלעזר בן פדת). נמצא כי רוב הסוגיא הדן בהברייתא של טומאת משקין לטמא אחרים (המוצג בראש ט"ז ע"א) כוללת כל חמשת תלמידי רבי עקיבא, רבי מאיר, רבי אלעזר כדבריו, רבי יהודה, רבי יוסי ורבי שמעון, אשר הם המה עמודי העולם שבשבילם נתקיים העולם בימי הספירה האלו אחר מות כ"ד אלף תלמידיו הראשונים, ודו"ק.

ותשוח"ח לו
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ישר כח מילער פארן גיין פתיחה.

ואף אנן אימור בו מילתא

אויף דף כ"ב ברענגט רש"י שאין הקב"ה מקפח שכר כל בריה, אז פארן כלב געט מען טריפה ווייל ער האט זיך געהאלטן דאס צינג ביי יציאת מצרים, ולכל בני ישראל לא יחרץ כלב. האבעך געהערט איינעם פרעגן: פארוואס זעהט מען נישט עפעס הכרת הטוב פאר צפרדע וואס איז געשפרינגן אין פייער ביי מכת צפרדע?

נאר צומאל איז שווערער צו האלטן דאס מויל ווי שפרינגן אין פייער...
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

עד שבא רבי עקיבא - פון וואו איז ער געקומען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמחו »

די גמרא כ"ב ע"ב ברענגט א ברייתא "שמעון העמסוני היה דורש כל אתים שבתורה, כיון שהגיע לאת ה' אלקיך פירש. עד שבא רבי עקיבא ולימד את ה' אלוקיך תירא לרבות תלמידי חכמים"

אין ספר תשואות חן פון הרה"ק ר' גדליה מליניץ ז"ל ברענגט פון הגאון רבי נפתלי כ"ץ בעל סמיכת חכמים אויף די עשרה הרוגי מלכות, וואס שטייט אין כתבי אריז"ל אז חז"ל זאגן אז די השבטים זענען געווען בלויז ניין, האבן זיי מצרף געווען די שכינה אז ס'זאל זיין א מנין עשרה אז דער חרם זאל חל זיין (נישט מגלה צו זיין פאר יעקב די מכירת יוסף). זאגט דער אריה"ק, אז וויבאלד רבי עקיבא איז געווען א בן גרים איז ער געווען מכוון קעגן די שכינה, כביכול.

זאגט דער סמיכת חכמים אויף אונזער ברייתא, אז שמעון העמסוני כשהגיע לאת ה' אלקיך תירא פירש, ווייל מה ראית לרבות עמו, אבער רבי עקיבא האט יא גע'דרש'נט "לרבות תלמידי חכמים", ווייל ער זעלבסט האט זוכה געווען צו זיין תחת השכינה, און וויבאלד זיין שורש נשמה איז געווען מתחת כנפי השכינה וואס איז דער משכן נפש הגרים, אזוי אויך איז זיין תורה און דרשות געווען אויף דעם אופן.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמחו »

אגב.
ס'איז באקאנט דער הפלא'דיגער טייטש וואס דער ישמח משה ברענגט (פר' תשא) בשם הגאון הקדוש רבי שמשון מאוסטרופוליא הי"ד, אויפן פסוק די וואך (פר' בחקותי) "וכל מעשר בקר וצאן", דאס זענען די עשרה הרוגי מלכות, "כל אשר יעבור תחת השבט", יעדער פון זיי איז געווען מכפר צו זיין אויף איין שבט פון די שבטים אויפן חטא מכירת יוסף, "העשירי יהיה קודש לה'", און דער צענטער דאס איז דער הייליגער תנא רבי עקיבא, איז געווען קודש לה', קעגן די שכינה הקדושה. און דעריבער זאגן חז"ל (סוף ברכות) אויף רבי עקיבא יצתה נשמתו "באחד", כלומר במקום האחד, זיין מיתה איז געווען קעגן דעם יחידו של עולם, עכדה"ק.

בדרך צחות שרייבט דער כתב סופר (פר' קרח), אז אויך שמעון העמסוני האט זיכער געוואוסט אז מ'דארף האבן מורא תלמידי חכמים, נאר ער האט נישט מעלה על הדעת געווען אז מ'דארף דערצו א באזונדערן לימוד, ווארים דאס איז דאך קלאר און פארשטענדליך פאר אלעמען אז א תלמיד חכם וויבאלד ער האט אויסגענוצט אלע זיינע יארן בתורה ועבודה איז ער מורם מעם און קודש לה'.
עד שבא רבי עקיבא, וואס ער איז מתחילתו געווען אן עם הארץ, און ער האט געזאגט (להלן מ"ט ע"ב) "כשהייתי עם הארץ אמרתי מי יתן לי תלמיד חכם ואנשכנו כחמור", דוקא ער האט געדארפט האבן א באזונדערן פסוק לרבות תלמידי חכמים, ודפח"ח.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

געוואלדיג!

-

אויף דעם את איז דא אסאך שיינע ענינים, בלויז איין זאך קלער איך יעצט, ס'איז א באקאנטע זאך אז אויף זכור את יום השבת לקדשו דרש'ט מען תוספות שבת, דאכט זיך ס'איז א תוספתא, און דער בנין דוד זאגט אדער ברענגט ער עס צו אז אויף די טענה פון שכר מצוה בהאי עלמא ליכא ענטפערט מען אז אידן זענען מוסיף מחול על הקודש באקומען זיי אויך שכר אויף די וועלט, פון וואו זעהט מען אז מ'איז מוסיף מחול על הק', פון זכור את יום השבת לקדשו.

איז אזוי: אידן זענען ארויס פון מצרים אין זכות פון מתן תורה, בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלוקים בהר הזה, איז דאס לכאו' א שכר פארן מקבל זיין די תורה, האט משה רבינו געטענה'ט צו השי"ת אז אויב ס'יאז פאר די צייט, און די גאנצע סיבה איז וויל אידן וועלן מקבל זיין די תורה, שכר מצוה, און מ'זאגט שכר מצוה בהאי עלמא ליכא נאר מ'קען יא געבן שכר פאר די אידן ווייל זיי דרש'ן זכור "את" יום השבת און זענען מוסיף מחול על הקודש, אויב אזוי זאגט משה רבינו שלח נא ביד תשלח ביד ר' עקיבא וואס ער דרש'ט בכל התורה כולה את, והבן!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמחו »

שיין.
והדא הוא דכתיב בהוציאך "את" העם ממצרים, בזכות שדורשין ה"את" יצאו ממצרים בשכר קבלת התורה.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

עטליכע וואכן צוריק ביי פרק פארלערנען האט די רבי (מהר"א) שליט"א דערמאנט ביי פרק פארלערנען די גמרא פון שמעון העמסוני, און האט געפרעגט א מורא'דיגע קשיא, עד שבא רבי עקיבא, שמעון העמסוני איז דען נישט געווען אזא גרויסע ת"ח ווי רבי עקיבא ער זאל קענען דרש'נען את ה' אלקיך תירא לרבות ת"ח?.
האט דער רבי געענטפערט (איך דענק נישט צו ער האט עס נאכגעזאגט צו אליין געזאגט מדעת עצמו), שמעון העמסוני איז אויך בייגעפאלן די דרש, ער האט נאר געהאלטן אז ווי קען מען דרש'נען אזא דרש אויף א תלמיד חכם, ווי קען מען אים מדמה זיין צו כביכול, ממילא פירש, וואס איז דער פשט פון פירש? זאגט רש"י שמעון העמסוני האט ביז אהער גע'דרש'נט יעדע את, דאס מיינט ער האט מחבר געווען אסאך אסאך ספרים, איז פירש טייטש אז אלע דרשות אויף די אתין צופאלן, ד. מ. צוזאגן אז שמעון העמסוני איז געווען גרייט גונז זיין א בארג מיט חידושים אויף די אלע אתין, אלעס פאר כבוד שמים, אז רבי עקיבא האט דאס געזען, האט ער געזאגט, א תלמיד חכם קען צו קומען צו אזא מדריגה פאר כבוד שמים, קען מען אויף אים דרש'נען את ה' אלקיך תירא לרבות ת"ח.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

מי יודע האט געשריבן:עטליכע וואכן צוריק ביי פרק פארלערנען האט די רבי (מהר"א) שליט"א דערמאנט ביי פרק פארלערנען די גמרא פון שמעון העמסוני, און האט געפרעגט א מורא'דיגע קשיא, עד שבא רבי עקיבא, שמעון העמסוני איז דען נישט געווען אזא גרויסע ת"ח ווי רבי עקיבא ער זאל קענען דרש'נען את ה' אלקיך תירא לרבות ת"ח?.
האט דער רבי געענטפערט (איך דענק נישט צו ער האט עס נאכגעזאגט צו אליין געזאגט מדעת עצמו), שמעון העמסוני איז אויך בייגעפאלן די דרש, ער האט נאר געהאלטן אז ווי קען מען דרש'נען אזא דרש אויף א תלמיד חכם, ווי קען מען אים מדמה זיין צו כביכול, ממילא פירש, וואס איז דער פשט פון פירש? זאגט רש"י שמעון העמסוני האט ביז אהער גע'דרש'נט יעדע את, דאס מיינט ער האט מחבר געווען אסאך אסאך ספרים, איז פירש טייטש אז אלע דרשות אויף די אתין צופאלן, ד. מ. צוזאגן אז שמעון העמסוני איז געווען גרייט גונז זיין א בארג מיט חידושים אויף די אלע אתין, אלעס פאר כבוד שמים, אז רבי עקיבא האט דאס געזען, האט ער געזאגט, א תלמיד חכם קען צו קומען צו אזא מדריגה פאר כבוד שמים, קען מען אויף אים דרש'נען את ה' אלקיך תירא לרבות ת"ח.

דער רבי האט דאס געזאגט מדעת עצמו נאר ער האט עס מער מרחיב בדיבור געווען:

וואס איז לרבות תלמידי חכמים, דאס אז צדיק גוזר והקב"ה מקיים, ווייל הקב"ה איז אויך א שומר משמרתו של תורה, האט ר' עקיבא געזעהן אז שמעון העמסוני איז אזוי מבטל זיין אייגענע נגיעה פאר כבוד שמים האט ער פארשטאנען אז אויב א תלמוד חכם איז אויף אזא מדריגה קען ער צוקומען צום צדיק גוזר והקב"ה מבטלו.

מיט דעם האט ער פארטייטשט די משנה: בטל רצונך מפני רצונו כדי שיבטל רצון אחרים מפני רצונך, אז שמעון העמסוני האט מבטל געווען זיין רצון פארן רצון ה' איז ער צוגעקומען שיבטל רצון אחריך כרצונך צו צדיק גוזר והקב"ה מקיים.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתחדד »

ישמחו האט געשריבן:בדרך צחות שרייבט דער כתב סופר (פר' קרח), אז אויך שמעון העמסוני האט זיכער געוואוסט אז מ'דארף האבן מורא תלמידי חכמים, נאר ער האט נישט מעלה על הדעת געווען אז מ'דארף דערצו א באזונדערן לימוד, ווארים דאס איז דאך קלאר און פארשטענדליך פאר אלעמען אז א תלמיד חכם וויבאלד ער האט אויסגענוצט אלע זיינע יארן בתורה ועבודה איז ער מורם מעם און קודש לה'.
עד שבא רבי עקיבא, וואס ער איז מתחילתו געווען אן עם הארץ, און ער האט געזאגט (להלן מ"ט ע"ב) "כשהייתי עם הארץ אמרתי מי יתן לי תלמיד חכם ואנשכנו כחמור", דוקא ער האט געדארפט האבן א באזונדערן פסוק לרבות תלמידי חכמים, ודפח"ח.

די בן יהוידע שרייבט דא אז מיט דעם האט ר׳ עקיבא מתקן געווען דעס וואס ער האט נישט ליב געהאט ת״ח ווען ער איז געווען אן ע״ה
אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמחו »

מי יודע האט געשריבן:עטליכע וואכן צוריק ביי פרק פארלערנען האט די רבי (מהר"א) שליט"א דערמאנט ביי פרק פארלערנען די גמרא פון שמעון העמסוני, און האט געפרעגט א מורא'דיגע קשיא, עד שבא רבי עקיבא, שמעון העמסוני איז דען נישט געווען אזא גרויסע ת"ח ווי רבי עקיבא ער זאל קענען דרש'נען את ה' אלקיך תירא לרבות ת"ח?.
האט דער רבי געענטפערט (איך דענק נישט צו ער האט עס נאכגעזאגט צו אליין געזאגט מדעת עצמו), שמעון העמסוני איז אויך בייגעפאלן די דרש, ער האט נאר געהאלטן אז ווי קען מען דרש'נען אזא דרש אויף א תלמיד חכם, ווי קען מען אים מדמה זיין צו כביכול, ממילא פירש, וואס איז דער פשט פון פירש? זאגט רש"י שמעון העמסוני האט ביז אהער גע'דרש'נט יעדע את, דאס מיינט ער האט מחבר געווען אסאך אסאך ספרים, איז פירש טייטש אז אלע דרשות אויף די אתין צופאלן, ד. מ. צוזאגן אז שמעון העמסוני איז געווען גרייט גונז זיין א בארג מיט חידושים אויף די אלע אתין, אלעס פאר כבוד שמים, אז רבי עקיבא האט דאס געזען, האט ער געזאגט, א תלמיד חכם קען צו קומען צו אזא מדריגה פאר כבוד שמים, קען מען אויף אים דרש'נען את ה' אלקיך תירא לרבות ת"ח.

דער געדאנק פון רבי'ן שליט"א ווערט שוין דערמאנט (עכ"פ בדוגמתו) בס' זקינו הקדושת יום טוב פר' תרומה, וז"ל:
...כשם שמצוה לקיים העשה כדי לעשות נחת רוח להבורא ב"ה, כן אם ע"י קיומה של העשה נולד אח"כ דבר שהוא נגד רצונו יתברך, אז מצוה לפרוש ממנה, כי אז נתמלא רצונו יתברך שהוא בשב ואל תעשה.
וזכר לדבר איכא משמעון העמסוני ואמרי ליה נחמיה העמסוני, שהיה דורש כל אתים שבתורה כיון שהגיע לאת ה' אלקיך תירא (ואתחנן ו יג) פירש, א"ל תלמידיו רבי כל אתים שדרשת מה תהא עליהם, אמר להם כשם שקבלתי שכר על הדרישה כך אקבל שכר על הפרישה, עד שבא רבי עקיבא ודרש את ה' אלקיך תירא לרבות תלמידי חכמים (פסחים כ"ב ע"ב), וחזות קשה היא אומרו כך אקבל שכר על הפרישה, דבשלמא על הדרישה כיון שמצות עשה הוא לדרוש ולחדש חידושין דאורייתא, (ואתיא מכללא דמצות עשה פרו ורבו כידוע מספרים הקדושים (דרך פיקודיך מ"ע א' חלק המחשבה אות כו)) שייך קיבול שכר, משא"כ על הפרישה על מה יבא בשכרו. ולפי הנחתינו יונח כמו שאמרנו, שכאשר נראה שרצונו יתברך שלא לקיים העשה, מצוה לפרוש ממנה, ועל כן כיון שבא לאת ה' אלקיך תירא, אמר מה ארבה לירא עמו ית"ש, על כן פירש, וע"י שהיה נראה בעיניו שזה היא רצונו יתברך שיהיה שב ואל תעשה, נחשב לו הפרישה למצוה כאלו היה דורש, וז"ש כשם שקבלתי שכר על הדרישה שזה רצונו יתברך, כמו כן אבא על שכרי על הפרישה כי גם בזה נתמלא רצון השם הטוב:

וראויים הדברים למי שאומרם, דער הייליגער קדושת יו"ט איז געווען באקאנט אלס ענוותן ושפל ברך, אבער ווען ס'איז געקומען למען כבוד שמו ית' האט ער אוועקגעלייגט זיין מדת העניוות און געפירט די שארפע מלחמות קעגן די מהרסים אין סיגוט.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

איך האב אמאל געהערט פון דינובער רבין שליט"א, האט ער מסביר געווען פארוואס דוקא ר' עקיבא האט גדרשנ'ט די דרשה, די רמב"ם זאגט דאך אז מ'דארף גיין בדרך הממוצע, חוץ אויב מ'וויל עוקר זיין א מדה רעה, דארף מען גיין עד קצה האחר, ממילא אזא דרשה צו משווה זיין כבוד ת"ח לכבוד המקום דאס איז א עקסטרעימע דרשה, האט קיינער נישט געוואלט דרשנ'ן אזא דרשה, נאר ר' עקיבא וואס פאר ער האט אנגעהויבן לערנען האט ער פיינט געהאט ת"ח, עד כדי כך אז ער האט גזאגט 'אנשכנו כחמור', ממילא האט ער געמוזט גיין עד קצה האחרון און משווה זיין כבוד ת"ח לכבוד המקום, ודפח"ח
----
די ווארט וואס דער רבי האט געזאגט ביי אבות, האט ער נישט יעצט מחדש געווען איך האב עס שוין געהערט פון איהם, איך קען מיר נאר נישט דערמאנען ווען

---
אופס, יעצט זעה איך אז מ'האט מיר שוין מקדים געווען בקיצור, און די ווארט שטייט שוין אין בן איש חי, אבער איך האך עס געהערט פון'ם דינובער בשם עצמו
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ישמחו האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:עטליכע וואכן צוריק ביי פרק פארלערנען האט די רבי (מהר"א) שליט"א דערמאנט ביי פרק פארלערנען די גמרא פון שמעון העמסוני, און האט געפרעגט א מורא'דיגע קשיא, עד שבא רבי עקיבא, שמעון העמסוני איז דען נישט געווען אזא גרויסע ת"ח ווי רבי עקיבא ער זאל קענען דרש'נען את ה' אלקיך תירא לרבות ת"ח?.
האט דער רבי געענטפערט (איך דענק נישט צו ער האט עס נאכגעזאגט צו אליין געזאגט מדעת עצמו), שמעון העמסוני איז אויך בייגעפאלן די דרש, ער האט נאר געהאלטן אז ווי קען מען דרש'נען אזא דרש אויף א תלמיד חכם, ווי קען מען אים מדמה זיין צו כביכול, ממילא פירש, וואס איז דער פשט פון פירש? זאגט רש"י שמעון העמסוני האט ביז אהער גע'דרש'נט יעדע את, דאס מיינט ער האט מחבר געווען אסאך אסאך ספרים, איז פירש טייטש אז אלע דרשות אויף די אתין צופאלן, ד. מ. צוזאגן אז שמעון העמסוני איז געווען גרייט גונז זיין א בארג מיט חידושים אויף די אלע אתין, אלעס פאר כבוד שמים, אז רבי עקיבא האט דאס געזען, האט ער געזאגט, א תלמיד חכם קען צו קומען צו אזא מדריגה פאר כבוד שמים, קען מען אויף אים דרש'נען את ה' אלקיך תירא לרבות ת"ח.

דער געדאנק פון רבי'ן שליט"א ווערט שוין דערמאנט (עכ"פ בדוגמתו) בס' זקינו הקדושת יום טוב פר' תרומה, וז"ל:
...כשם שמצוה לקיים העשה כדי לעשות נחת רוח להבורא ב"ה, כן אם ע"י קיומה של העשה נולד אח"כ דבר שהוא נגד רצונו יתברך, אז מצוה לפרוש ממנה, כי אז נתמלא רצונו יתברך שהוא בשב ואל תעשה.
וזכר לדבר איכא משמעון העמסוני ואמרי ליה נחמיה העמסוני, שהיה דורש כל אתים שבתורה כיון שהגיע לאת ה' אלקיך תירא (ואתחנן ו יג) פירש, א"ל תלמידיו רבי כל אתים שדרשת מה תהא עליהם, אמר להם כשם שקבלתי שכר על הדרישה כך אקבל שכר על הפרישה, עד שבא רבי עקיבא ודרש את ה' אלקיך תירא לרבות תלמידי חכמים (פסחים כ"ב ע"ב), וחזות קשה היא אומרו כך אקבל שכר על הפרישה, דבשלמא על הדרישה כיון שמצות עשה הוא לדרוש ולחדש חידושין דאורייתא, (ואתיא מכללא דמצות עשה פרו ורבו כידוע מספרים הקדושים (דרך פיקודיך מ"ע א' חלק המחשבה אות כו)) שייך קיבול שכר, משא"כ על הפרישה על מה יבא בשכרו. ולפי הנחתינו יונח כמו שאמרנו, שכאשר נראה שרצונו יתברך שלא לקיים העשה, מצוה לפרוש ממנה, ועל כן כיון שבא לאת ה' אלקיך תירא, אמר מה ארבה לירא עמו ית"ש, על כן פירש, וע"י שהיה נראה בעיניו שזה היא רצונו יתברך שיהיה שב ואל תעשה, נחשב לו הפרישה למצוה כאלו היה דורש, וז"ש כשם שקבלתי שכר על הדרישה שזה רצונו יתברך, כמו כן אבא על שכרי על הפרישה כי גם בזה נתמלא רצון השם הטוב:

וראויים הדברים למי שאומרם, דער הייליגער קדושת יו"ט איז געווען באקאנט אלס ענוותן ושפל ברך, אבער ווען ס'איז געקומען למען כבוד שמו ית' האט ער אוועקגעלייגט זיין מדת העניוות און געפירט די שארפע מלחמות קעגן די מהרסים אין סיגוט.

האב מיר געוואוסט פונעם קדושת יו"ט, דער געדאנק פון רבין פארט אביסל אנדערש, דער סך הכל איז נאר די זעלבע
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמחו »

ס'איז געווען מרגלא בפומי' פון הגרש"ז אויערבאך זצ"ל

ווער עס לערנט "כל שעה" מוז ווערן א תלמיד חכם...

און ער האט צוגעלייגט: נישט בלויז אין צייט, נאר איך מיין טאקע אויך דעם פרק כל שעה, מיט די יסודות'דיגע סוגיות הש"ס, איסור אכילה, הנאה, חמץ שעבר עליו הפסח, תערובות חמץ, כלי חמץ בפסח, הלוה על חמץ, תרומת חמץ, סוגי דגן לחמץ ומצה, לחם עוני, ירקות הכשרות למרור, מצה עשירה, מצה שמירה, וכו'.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

געהערט פון ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א בשם דעם קאצקער זי"ע

"את ה' אלוקיך לרבות ת"ח" - נישט נאר די פשוטע אידן דארפן מורא האבן, נאר די ת"ח דארפן אויך מורא האבן פון באשעפער...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

עד שבא ר"ע - פון וואו איז ער געקומען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושר כתרים »

בפשטות קען זיין (מעגליך ס'שטייט שוין, ואת הקודם לי הסליחה).

בלויז צוויי מאל טרעפט מען אין ש"ס דעם אויסדריק "עד שבא רבי עקיבא", דא ביי דעם דרש פון את ה' אלקיך תירא לרבות תלמידי חכמים, און ס'צווייטע אין מס' יבמות (ס"ב ע"ב) "אמרו שנים עשר אלף זוגים תלמידים היה לו לרבי עקיבא וכולן מתו בפרק אחד מפני שלא נהגו כבוד זה לזה והיה העולם שמם "עד שבא רבי עקיבא" אצל רבותינו שבדרום ושנאה, רבי מאיר, ורבי יהודה, ורבי יוסי, ורבי שמעון, ורבי אלעזר בן שמוע, והם העמידו התורה באותה שעה, תנא כולם מתו מפסח ועד עצרת".

דער שייכות פארשטייט זיך גאר גוט, ווען רבי עקיבא האט געזען דעם עונש פון זיינע צוויי דאזען אלף תלמידים וועלכע זענען אזוי ביטער אומגעקומען צוליב "שלא נהגו כבוד זה לזה", האט ער פארשטאנען צו מאכן סדר, דעריבער האט ער אויך גע'דרש'עט "תירא לרבות תלמידי חכמים", אז מ'זאל נזהר זיין בכבוד ת"ח, וועט דאס זיין א תיקון אויפן חטא פון שלא נהגו כבוד זה לזה.

"עד שבא רבי עקיבא" - פון וואו איז ער געקומען? - פון צווייטן "עד שבא רבי עקיבא".
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

בפשטות איז אבער די גמ' שווער, וואס האבן די תלמידים געפרעגט, און וואס האט זיי שמעון גענפערט?
האבן דען זיי געפרעגט וועגן שכר?
בכלל דער לשון "שקבלתי" א לשון עבר איז שווער,

יתכן (קען זיין ס'שטייט שוין) אז זיי האבן געפרעגט וואס טוט זיך מיט די תורה ביז אהער, האבן מיר געלערנט אומזיסט?,
זאגט שמעון ניין, כשם שקבלתי שכר וכו', מיין שכר אויפן לערנען ביז יעצט איז אז יעצט האב איך דעגרייכט צום ריכטיגן פשט, ממילא איז א הוכחה אז דאס לערנען ביז יעצט איז נישט געוועהן קיין אומזיסטע, ווייל דאס איז ווי איינער וואס מאטערט זיך אויסצוארבעטן א גוטן פש און דערייכט עס צום סוף, (ע"ד יגעתי ומצאתי תאמין - מצאתי ערגעץ אנדערשט)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושר כתרים »

רבי מאיר'ל אפטער זי"ע שרייבט אין ספה"ק אור לשמים (פ' בראשית), "את ה' אלקיך תירא לרבות ת"ח", דורך יראת רבו ות"ח קומט מען צו יראת הרוממות.

זאגט דוד המלך ע"ה "דרשתי את ה'", דוד המלך האט געהאט יראת רבו, ווייל דרשתי "את ה'" אלקיך תירא לרבות ת"ח, דעריבער "וענני", בין איך געווען נענה בתפילתי, ווייל מיט יראת הרוממות איז מען זוכה צו קבלת התפלות.
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

קושר כתרים האט געשריבן:רבי מאיר'ל אפטער זי"ע שרייבט אין ספה"ק אור לשמים (פ' בראשית), "את ה' אלקיך תירא לרבות ת"ח", דורך יראת רבו ות"ח קומט מען צו יראת הרוממות.

זאגט דוד המלך ע"ה "דרשתי את ה'", דוד המלך האט געהאט יראת רבו, ווייל דרשתי "את ה'" אלקיך תירא לרבות ת"ח, דעריבער "וענני", בין איך געווען נענה בתפילתי, ווייל מיט יראת הרוממות איז מען זוכה צו קבלת התפלות.

שיין ווארט
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעיר באלפי ישראל »

עס איז דא דבר נפלא וואס שטייט הן אין ערוגת הבושם און הן אין עצי חיים און שניהם נתכוונו לדבר אחד. שמעון העמסוני האט נישט געקענט דרשנ'ן לרבות ת"ח ווייל מי ידמה להשי"ת, אבער רבי עקיבא, וואס איז ידוע דאס ווארט פון הרה"ק רבי שמשון מאסטורפלי זי"ע אויפן פסוק וכל מעשר בקר וצאן כל אשר יעבור תחת השבט, וכל מעשר בקר וצאן ר"ת וכי למה מת עקיבא שהיה רועה בקר וצאן אצל העשרה הרוגי מלכות, בשלמא כל שאר התשעה איז א בחינה פון 'כל אשר יעבור תחת השבט' שמתו בשביל השבטים, אבל למה מת רבי עקיבא, וע"ז אמר העשירי יהיה קודש לה' שהוא מת כביכול בכפרה על ה' שנצטרף אז עם השבטים. זעהט מען פון רבי עקיבא אז א מענטש קען קומען צו דער מדריגה כמו ה' , ועל כן האט ער געקענט זאגן את לרבות ת"ח.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ישמחו האט געשריבן:די גמרא כ"ב ע"ב ברענגט א ברייתא "שמעון העמסוני היה דורש כל אתים שבתורה, כיון שהגיע לאת ה' אלקיך פירש. עד שבא רבי עקיבא ולימד את ה' אלוקיך תירא לרבות תלמידי חכמים"

אין ספר תשואות חן פון הרה"ק ר' גדליה מליניץ ז"ל ברענגט פון הגאון רבי נפתלי כ"ץ בעל סמיכת חכמים אויף די עשרה הרוגי מלכות, וואס שטייט אין כתבי אריז"ל אז חז"ל זאגן אז די השבטים זענען געווען בלויז ניין, האבן זיי מצרף געווען די שכינה אז ס'זאל זיין א מנין עשרה אז דער חרם זאל חל זיין (נישט מגלה צו זיין פאר יעקב די מכירת יוסף). זאגט דער אריה"ק, אז וויבאלד רבי עקיבא איז געווען א בן גרים איז ער געווען מכוון קעגן די שכינה, כביכול.

זאגט דער סמיכת חכמים אויף אונזער ברייתא, אז שמעון העמסוני כשהגיע לאת ה' אלקיך תירא פירש, ווייל מה ראית לרבות עמו, אבער רבי עקיבא האט יא גע'דרש'נט "לרבות תלמידי חכמים", ווייל ער זעלבסט האט זוכה געווען צו זיין תחת השכינה, און וויבאלד זיין שורש נשמה איז געווען מתחת כנפי השכינה וואס איז דער משכן נפש הגרים, אזוי אויך איז זיין תורה און דרשות געווען אויף דעם אופן

אגב.
ס'איז באקאנט דער הפלא'דיגער טייטש וואס דער ישמח משה ברענגט (פר' תשא) בשם הגאון הקדוש רבי שמשון מאוסטרופוליא הי"ד, אויפן פסוק די וואך (פר' בחקותי) "וכל מעשר בקר וצאן", דאס זענען די עשרה הרוגי מלכות, "כל אשר יעבור תחת השבט", יעדער פון זיי איז געווען מכפר צו זיין אויף איין שבט פון די שבטים אויפן חטא מכירת יוסף, "העשירי יהיה קודש לה'", און דער צענטער דאס איז דער הייליגער תנא רבי עקיבא, איז געווען קודש לה', קעגן די שכינה הקדושה. און דעריבער זאגן חז"ל (סוף ברכות) אויף רבי עקיבא יצתה נשמתו "באחד", כלומר במקום האחד, זיין מיתה איז געווען קעגן דעם יחידו של עולם, עכדה"ק.

צעיר באלפי ישראל האט געשריבן:עס איז דא דבר נפלא וואס שטייט הן אין ערוגת הבושם און הן אין עצי חיים און שניהם נתכוונו לדבר אחד. שמעון העמסוני האט נישט געקענט דרשנ'ן לרבות ת"ח ווייל מי ידמה להשי"ת, אבער רבי עקיבא, וואס איז ידוע דאס ווארט פון הרה"ק רבי שמשון מאסטורפלי זי"ע אויפן פסוק וכל מעשר בקר וצאן כל אשר יעבור תחת השבט, וכל מעשר בקר וצאן ר"ת וכי למה מת עקיבא שהיה רועה בקר וצאן אצל העשרה הרוגי מלכות, בשלמא כל שאר התשעה איז א בחינה פון 'כל אשר יעבור תחת השבט' שמתו בשביל השבטים, אבל למה מת רבי עקיבא, וע"ז אמר העשירי יהיה קודש לה' שהוא מת כביכול בכפרה על ה' שנצטרף אז עם השבטים. זעהט מען פון רבי עקיבא אז א מענטש קען קומען צו דער מדריגה כמו ה' , ועל כן האט ער געקענט זאגן את לרבות ת"ח.

קוקט אויס ווי דאס איז אלעס איין בחינה
אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמחו »

קושר כתרים האט געשריבן:בפשטות קען זיין (מעגליך ס'שטייט שוין, ואת הקודם לי הסליחה).

בלויז צוויי מאל טרעפט מען אין ש"ס דעם אויסדריק "עד שבא רבי עקיבא", דא ביי דעם דרש פון את ה' אלקיך תירא לרבות תלמידי חכמים, און ס'צווייטע אין מס' יבמות (ס"ב ע"ב) "אמרו שנים עשר אלף זוגים תלמידים היה לו לרבי עקיבא וכולן מתו בפרק אחד מפני שלא נהגו כבוד זה לזה והיה העולם שמם "עד שבא רבי עקיבא" אצל רבותינו שבדרום ושנאה, רבי מאיר, ורבי יהודה, ורבי יוסי, ורבי שמעון, ורבי אלעזר בן שמוע, והם העמידו התורה באותה שעה, תנא כולם מתו מפסח ועד עצרת".

דער שייכות פארשטייט זיך גאר גוט, ווען רבי עקיבא האט געזען דעם עונש פון זיינע צוויי דאזען אלף תלמידים וועלכע זענען אזוי ביטער אומגעקומען צוליב "שלא נהגו כבוד זה לזה", האט ער פארשטאנען צו מאכן סדר, דעריבער האט ער אויך גע'דרש'עט "תירא לרבות תלמידי חכמים", אז מ'זאל נזהר זיין בכבוד ת"ח, וועט דאס זיין א תיקון אויפן חטא פון שלא נהגו כבוד זה לזה.

"עד שבא רבי עקיבא" - פון וואו איז ער געקומען? - פון צווייטן "עד שבא רבי עקיבא".

תיקון טעות:
דער פשט איז זייער טרעפליך און דבר בעתו.
אבער דער אויסדריק "עד שבא רבי עקיבא" טרעפט מען נאך עטליכע מאל אין ש"ס.

א. מס' שבת (ס"ד ע"ב):
דתניא והדוה בנדתה, זקנים הראשונים אמרו שלא תכחול ולא תפקוס ולא תתקשט בבגדי צבעונין, עד שבא רבי עקיבא ולימד אם כן אתה מגנה על בעלה ונמצא בעלה מגרשה.

ב. מס' ר"ה (י"ז ע"ב):
כתיב אשר לא ישא פנים, וכתיב ישא ה' פניו אליך וכו', כאן בעבירות שבין אדם למקום כאן בעבירות שבין אדם לחבירו, עד שבא רבי עקיבא ולימד כאן קודם גזר דין כאן לאחר גזר דין.

ג. מס' נדרים (כ"ז ע"א):
רבי נתן אומר יש נדר שמקצתו מותר ומקצתו אסור, כיצד נדר מן הכלכלה והיו בה בנות שוח ואמר אילו הייתי יודע שבנות שוח בתוכה לא הייתי נודר, הכלכלה אסורה בנות שוח מותרות, עד שבא רבי עקיבא ולימד נדר שהותר מקצתו הותר כולו.

ד. מס' נדרים (ס"ו ע"א):
משנה, פותחין בימים טובים ובשבתות, בראשונה היו אומרים אותן הימים מותרין ושאר כל הימים אסורין, עד שבא רבי עקיבא ולימד שהנדר שהותר מכללו הותר כולו. (געברענגט אויך אויף דף כ"ה ע"ב).

ה. מס' ב"מ (ס"ב ע"א):
שנים שמהלכין בדרך וביד אחד מהן קיתון של מים, אם שותין שניהם מתים ואם שותה אחד מהן מגיע לישוב, דרש בן פטורא מוטב שישתו שניהם וימותו ואל יראה אחד מהם במיתתו של חבירו, עד שבא רבי עקיבא ולימד וחי אחיך עמך, חייך קודמים לחיי חבירך.

ביז אהער וואס איך געדענק אויפן מאמענט.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושר כתרים »

ייש"כ הרב "ישמחו".

דער אויסדריק "עד שבא רבי עקיבא" איז לפי פשוטו אז ער איז צוריקגעקומען נאכן לערנען מיט די נייע פינף תלמידים, ווי דאס לשון "עד שבא רבי עקיבא אצל רבותינו שבדרום ושנאה להם".

ייש"כ אויף דעם תיקון און א הנאה צו פירן שיחות של ת"ח דא אויפן וועלטל מיט ידידים מיט אזעלכע ברייטע ידיעות בש"ס.

*
ובדרך צחות קען גאר זיין, אז אלע מאמרים גייען על קוטב אחד, ווי די גמרא דערציילט אין מס' כתובות די מעשה פון כלבא שבוע, דער שווער פון רבי עקיבא, טאטע פון זיין אשת חיל רחל, אז ער האט מדיר געווען ר' עקיבא'ן מנכסיו, און שפעטער ווען ער איז צוריקגעקומען האט אים ר' עקיבא געגעבן א פתח חרטה און געפרעגט "אדעתא דגברא רבה מי נדרת" (אלמלי דו וואלסט געוואוסט אז דער איידעם וועט אויסוואקסן א אדם גדול וואלסטו אויך געמאכט דעם נדר), האט דער שווער געזאגט "אפילו פרק אחד ואפי' הלכה אחת" אויב ער זאל קענען וואלט איך אויך נישט געמאכט דעם נדר, "אמר ליה אנא הוא", האט ר' עקיבא זיך מגלה געווען, "נפל על אפיה ונשקיה על כרעיה ויהיב ליה פלגא ממוניה".

קומט אויס אז אלע מימרות פון "עד שבא רבי עקיבא" זענען אויף דעם איינעם זמן ווען ס'איז געווען "בא רבי עקיבא".
דאן האט ער זיך געזארגט לטובת אשתו הצדיקת רחל און געזאגט "אם כן אתה מגנה על בעלה" (הערה א), און נאכן "גזר דין" פונעם שווער ווען ס'איז געווען "לא ישא פנים" (הערה ב), האט ער פותח געווען בנדרו און געזאגט אז "נדר שהותר מכללו הותר כולו" (הערה ג-ד), און דורך דעם באקומען דעם שווער'ס פארמעגן און מקיים געווען דעם "חייך קודמים לחיי חבירך" (הערה ה).

ס'איז בלויז בדרך צחות, אבער כל פטפוטין טבין.
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)
צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעיר באלפי ישראל »

משום מה לא הבחנתי דברי הרב ישמחו, ואתו הסליחה. אני רואה כי שניהם (העצ"ח והערוגות) נתכונו לדברי גאון קדמון בעל סמיכת חכמים.

רביה"ק מסאטמאר אמר פעם בדרך צחות, כאשר הגיע לעיר אחת לדרוש, ודרש בכבוד המרא דאתרא, אמר על מאמר חז"ל הלזה, כי שמעון העמסוני לא היה יכול לדרוש לרבות ת"ח כי יאמרו שלכבוד עצמו הוא דורש, 'עד שבא' רבי עקיבא הגיע ממקום אחר ושבת שם, והוא דרש על כבודו של הרב, לרבות ת"ח.
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”