קושיות והערות בשיעור היום - מסכת זבחים

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

קושיות והערות בשיעור היום - מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

ט ע"ב

רב אחא ברי' דרבא לערנט די מימרא פון רב משמי' דמבוג לפסולא, א חטאת מוז זיין אינגאנצן פאר די סארט עבירה אויף וואס מ'ברענגט עס, אפילו פון חלב אויף דם איז שוין שינוי קודש.

לויט ווי די גמרא קומט צו אין די מסקנא - כדי ס'זאל שטימען די איבעאי פון חטאת דטומאת מקדש וקדשיו - איז די מימרא אויף שינוי בעלים, אז חטאת חלב ששחטה "על מי" שמחויב חטאת דם וכו' פסולה וכו'.

פארשטיי איך דעמאלטס נישט, פארוואס ביי שינוי קודש פסל'ט אפילו ביידע זענען חטאות, וויבאלד ס'איז א אנדערע עבירה, אבער ווען ס'קומט צו שינוי בעלים, זאג איך אז כל זמן ס'איז א חטאת, אפי' פון חלב צו דם, הייסט עס נאך אלץ די זעלבע עבירה, אז כ'זאל עס פאררעכענען אלס מחויב כפרה כמותו, וואס איז פסול ביי שינוי בעלים

האיך אוחזין החבל בשני ראשין?

אפשר טאקע לויט דעם אז רב משמי' דמבוג רעדט פון שינוי בעלים, ציט ער צוריק פון די הלכה אז חטאת חלב ששחטה 'לשם' חלב דם פסולה?
אווער נייט קוגעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 10:51 am

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אווער נייט קוגעל »

לא לנו האט געשריבן:ט ע"ב

רב אחא ברי' דרבא לערנט די מימרא פון רב משמי' דמבוג לפסולא, א חטאת מוז זיין אינגאנצן פאר די סארט עבירה אויף וואס מ'ברענגט עס, אפילו פון חלב אויף דם איז שוין שינוי קודש.

לויט ווי די גמרא קומט צו אין די מסקנא - כדי ס'זאל שטימען די איבעאי פון חטאת דטומאת מקדש וקדשיו - איז די מימרא אויף שינוי בעלים, אז חטאת חלב ששחטה "על מי" שמחויב חטאת דם וכו' פסולה וכו'.

פארשטיי איך דעמאלטס נישט, פארוואס ביי שינוי קודש פסל'ט אפילו ביידע זענען חטאות, וויבאלד ס'איז א אנדערע עבירה, אבער ווען ס'קומט צו שינוי בעלים, זאג איך אז כל זמן ס'איז א חטאת, אפי' פון חלב צו דם, הייסט עס נאך אלץ די זעלבע עבירה, אז כ'זאל עס פאררעכענען אלס מחויב כפרה כמותו, וואס איז פסול ביי שינוי בעלים

האיך אוחזין החבל בשני ראשין?

אפשר טאקע לויט דעם אז רב משמי' דמבוג רעדט פון שינוי בעלים, ציט ער צוריק פון די הלכה אז חטאת חלב ששחטה 'לשם' חלב דם פסולה?

זייער פשוט
ביי שינוי קודש האט ער א לימוד פון פסוק "אותה לחטאת", לשם "אותה" חטאת, משא"כ ביי שינוי בעלים
דאס הייסט מסברא האלט ער אזוי ווי די מימרא פון רבא אז חלב ודם הייסט זיכער די זעלבע, נזיר ומצורע זיכער נישט די זעלבע, און ביי טומאת מקדש וקדשיו האב איך א ספק, אבער ביי שינוי קודש האב איך א לימוד פון פסוק אז עס מיז זיין ממש די זעלבע
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

אווער נייט קוגעל האט געשריבן:

יישר כח, זייער גלייך
אוועטאר
זינגי
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 5:07 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגי »

אינער ווייסט צו מ'קען באקומען א אימייל פון די קונטרסים און די חזרות פון תורתך שעשועי? (פון יסודי התורה באקום איך שוין)
האדם לא נברא אלא לשבר את הטבע
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

זינגי האט געשריבן:אינער ווייסט צו מ'קען באקומען א אימייל פון די קונטרסים און די חזרות פון תורתך שעשועי? (פון יסודי התורה באקום איך שוין)

סיינט אויף אייער אימעיל
(קען זיין דאס איז נאר פאר די שיעור-אודיו וואס ווערט געשיקט יעדן טאג)
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

אפשר פאנגט איינער אן צו געבן א שיעור דא אויף אייוועלט פון די שיעור פונעם טאג?

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

נעכטיג-היינטיגער שיעור דף יד, מ'קאכט אריין אין רבי שמעונ'ען, אה, אלע טעמים, מתוקים מדבש ונופת צופים, רבי שמעון מכשיר בהילוך, מ'בראקט אריין אין די סוגיא אז ס'גייט א רויעך
אשרי העם הם לומדיך!
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

לא לנו האט געשריבן:נעכטיג-היינטיגער שיעור דף יד, מ'קאכט אריין אין רבי שמעונ'ען, אה, אלע טעמים, מתוקים מדבש ונופת צופים, רבי שמעון מכשיר בהילוך, מ'בראקט אריין אין די סוגיא אז ס'גייט א רויעך
אשרי העם הם לומדיך!

א שטיקל דיאגראם (צייכענונג) פון מזבח החיצון, צפון, אולם, היכל וואלט מעגליך געהאלפן.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

טו.
די גמרא קומט צו אז ביי הולכה זוטרתי קריגט מען זיך נישט, נאר מ'קריגט זיך ביי הולכה רבתי, איז רש"י גורס אז ביי הלוכה זוטרתי איז פסול און ביי הולכה רבתי איז די מחלוקה.
יעצט צום קשיא, אויב זאגסטו אז ביי זוטרתי איז זיכער פסול, איז זיכער דא און די רבתי אויך א זוטרתי, וועגן און יעדע רבתי איז במציאות דא א זוטרתי, אויב אזוי וואס איז די מחלוקה? אז זוטרתי איז פסול איז רבתי פינקט אזוי פסול?

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

enjoy האט געשריבן:טו.
די גמרא קומט צו אז ביי הולכה זוטרתי קריגט מען זיך נישט, נאר מ'קריגט זיך ביי הולכה רבתי, איז רש"י גורס אז ביי הלוכה זוטרתי איז פסול און ביי הולכה רבתי איז די מחלוקה.
יעצט צום קשיא, אויב זאגסטו אז ביי זוטרתי איז זיכער פסול, איז זיכער דא און די רבתי אויך א זוטרתי, וועגן און יעדע רבתי איז במציאות דא א זוטרתי, אויב אזוי וואס איז די מחלוקה? אז זוטרתי איז פסול איז רבתי פינקט אזוי פסול?

נאך א מזל איך האב געפרעגט וועגן ווי נאר איך האב געענדיגט פרעגן איז מיר עס קלאר געווארן.

לאמיר מסביר זיין וואס סאיז מיר שווער געווען און וואס סאיז מיר געווארן פארענטפערט,
מיר איז שווער געווען אז ווען די גמרא קומט צו צום סוף אז ביי א קליינע הולכה איז זיכער פסול וועגן סאיז נישטא וואס אוועק צונעמען ממוז מאכן דעם הולכה וועגן דעם האלט יעדער אז סאיז פסול משאכ ביי א פלאץ ווי מדארף לאנג וואקן איז נאך דא א מעגליכקייט צו עס מאכן נענטער אז מזאל נישט דארפן וואקן אזוי סאך, איז מיר שווער געווען אז ממה נפשך און יעדע לאנגע וואק קומט מען למעשה אויך צו צום קורצע וואק אויב אזוי גייסטו פינקט אזוי אנקומען צום פסול,

ביז איך האב מיר פשוט געכאפט אז טאקע פון דעם רעדט די גמרא, ביי א לאנגע וואק טאקע דארט איז א מחלוקה וועגן מקען דיך עס דאך פארמינערן אבער ווען סקומט שוין טאקע אויף אזוי ווייט אז מהאלט שוין ביי אזא קורצע וואק אז מקען שוין גארנישט פארמינערן דעמאלטס איז טאקע יעדע מודה אז סאיז פסול.
ופשוט הוא

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

כ'מיין מ'דארף נעמען אביסל וואקאציע פון די לעצטע 16 בלעטער...

איי איז דאס געוועון שווער, אבער צוקער זיס, לולא תורתך שעשועי וכו'
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לא לנו האט געשריבן:
כ'מיין מ'דארף נעמען אביסל וואקאציע פון די לעצטע 16 בלעטער...

איי איז דאס געוועון שווער, אבער צוקער זיס, לולא תורתך שעשועי וכו'
;l;p- איר זענט דאך דא?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: קושיות והערות בשיעור היום - מסכת זבחים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

די גמרא אין דף נד רעדט איבער וויאזוי מ׳האט געבויעט דעם מזבח.
מ׳האט געברענגט א מלבן (א באקס) פון 32 אמות אויף 32 אמות בגובה אמה, מ׳האט עס אנגעפילט מיט ווייכע שטיינער און אריינגעגאסן בליי און סעמענט. נאך וואס סאיז טריקן געווארן האט מען געמאכט דעם סובב דורך בויען א מלבן פון 30 ביי 30 בגובה חמש וחזור חלילה, דערנאך א מלבן פון 28 ביי 28 בגובה שלש. און פאר די קרנות האט מען געמאכט מלבנים פון אמה על אמה.

למעשה דער יסוד איז נישט געווען קיין סקווער (לויט איין שיטה) ווייל דער יסוד איז דאך געווען נאר אויף צוויי זייטן און אריין נאר א אמה אויף די אנדערע צוויי זייטן. זאגט די גמרא אז סקען נישט זיין אז מהאט נאכדעם אראפ געהאקט פונעם יסוד ווייל אבנים שלמות כתיב נאר דמחית מידי מתותיה ושקיל ליה זאגט רש״י ״הניח עץ ארוך ועוביו כעובי המלבן וחלק [והניח] בתוך המלבן ולא יכול להדביק עם חלוקי האבנים ע"י שפיכת המיחוי של סיד וקוניא ולכשיבש קצת נטלו ונשאר מקומו חלק״
אזוי אויך ביי די קרנות וואס זענען געווען חלול מתוכו דמחית מידי מתותיה ושקיל ליה, זאגט רש״י: ״מקלות וקסמין [דקים] נתן בין חלוקי האבנים וכשיבש הוציאם ונשארו מקומות בנקבים חלוקים ולא הוצרך לפגום בפגימות לנקבים״

ווי איך פארשטיי מיינט דאס אז מהאט אריינגעלייגט אינעם מלבן ביי די זייטן א האלץ ברייט א אמה, און ביי די קרנות האט מען געלייגט אין די קרנות מקלות וקסמין.

מזבח.png
מזבח.png (85.39 KiB) געזען 653 מאל
קרנות.png
קרנות.png (107.28 KiB) געזען 653 מאל

סאו די ערשטע זאך וואס איז מיר געווען א חידוש, אז היינט צו טאגס רופט מען א מלבן א רעקטענגל און נישט קיין סקווער.
נאכקוקנדיג זע איך אז מלבן איז לאו דוקא א רעקטענגל (הנקרא רעקטענגל ביי דעפאלט), נאר מלבן הייסט א זאך וואס זיינע קעגן זייטן זענען שוה, דהיינו זייט 1 און 3 זענען די זעלבע לאנג, און זייט 2 און 4 זענען די זעלבע לאנג, און ממילא יעדער מרובע איז אויך א מלבן כאטש נישט יעדער מלבן איז א מרובע

Screen Shot 2023-03-02 at 10.52.10 AM.png
Screen Shot 2023-03-02 at 10.52.10 AM.png (33.58 KiB) געזען 635 מאל

צווייטנס וואס די לשון מחות מידי מתותיה, סאיז דאך נישט געווען פון אונטן , נאר מצידו אדער בתוכו.

און דערנאך א דיוק הלשון אין רש״י, ביי דעם יסוד שרייבט רש״י כשיבש קצת נטלו, און ביי די קרנות זאגט רש״י וכשיבש״.
אויב איז דאס בדיקא, לכאורה וואלט געדארפט זיין פונקט פארקערט,, ביי די קרנות וואס מדארף ארויס שלעפן פון אינמיטן וואלט מען געדארפט ענדערש ארויס נעמען וווען סאיז יבש קצת, און ביי דעם יסוד וואס די העלצער ליגן פון די זייט קען מען ווען ווארטן ביז סאיז יבש אינגאנצן. נאכמער אז קיסמין ווערן ענדערשער אנגעקלעבט ווי א גרויסע שטיקל האלץ.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”