חבורת לומדי תהלה - לימוד ספר תהלים - דחסידי טאהש

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

חבורת לומדי תהלה - לימוד ספר תהלים - דחסידי טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

בס"ד

די וואך האבן הונדעטער חסידי טאהש אנגעהויבן צו לערנען ספר תהלים מיט די מפרשי המקראות, אויפן פערזענליכן אינציאטיוו פון מנהיג העדה כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א ביי די פייערדיגע שלש סעודות תורה שב"ק וישב, שבת כינוס העעל"ט.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: חבורת לומדי תהלה - לימוד ספר תהלים - דחסידי טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

.
אטעטשמענטס
Liach Loimdei Tehilu_Page_1.jpg
Liach Loimdei Tehilu_Page_1.jpg (504.06 KiB) געזען 2350 מאל
Liach Loimdei Tehilu_Page_2.jpg
Liach Loimdei Tehilu_Page_2.jpg (612.51 KiB) געזען 2350 מאל
רצון - ווילן
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 1:59 pm

Re: חבורת לומדי תהלה - לימוד ספר תהלים - דחסידי טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון - ווילן »

די וואך פ' משפטים האלט מען ביי קאפיטל י"ט

א לשון פון רד"ק: תורת ה' תמימה. שהיא שלמה כלה, לא יחסר דבר בה מכל הדברים שצריך אדם להם בעולם הזה ובעולם הבא.
קומט אויס, אז א מענטש איז דבוק אין די תורה הקדושה וועט אים גארנישט פעלן אויך בעולם הזה. ס'איז דאך מורא'דיג.
רצון - ווילן
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 1:59 pm

Re: חבורת לומדי תהלה - לימוד ספר תהלים - דחסידי טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון - ווילן »

א וואונדערליכע זאך זאגט ער אויף מחכימת פתי: וכן שמירת השבת היא חכמה גדולה, שיחקור האדם בגללה על חדוש העולם וכל מעשה בראשית, והיא חכמת הטבע. ואמר על התורה (דברים ד ו): כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני כל העמים וגומר. ואמר (שם): רק עם חכם ונבון הגוי הגדול הזה.
אינטרעסאנטע זאך.
לעצט פארראכטן דורך רצון - ווילן אום מיטוואך יאנואר 26, 2022 1:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רצון - ווילן
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 1:59 pm

Re: לימוד ספר תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון - ווילן »

רד"ק: פיקודי ה' "ישרים" אין בהם נפתל ועקש; שאם לא היו כן לא היה השכל מורה עליהם.
דער שכל איז נאר עפעס וואס איז נישט קרום און פארדרייט
לעצט פארראכטן דורך רצון - ווילן אום מיטוואך יאנואר 26, 2022 1:19 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
רצון - ווילן
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 1:59 pm

Re: לימוד ספר תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון - ווילן »

ומזה הטעם הם משמחי לב כי החכם ישמח על שכלו. וכאשר יגבר על הגוף וינהגהו בדרכי השכל אין שמחה בעולם כשמחה ההיא, והיא שמחת הנפש.

ס'איז גוט צו געדענקען וואס ער זאגט, אז די גרעסטע שמחה וואס א מענטש קען האבן, איז ווען ער איז זיך מגביר אויפן גוף און גייט בדרכי השכל. נישטא נאך אזא שמחה.

לפיכך אמר: משמחי לב, ולא אמר משמחי האדם, כי האדם ישמח לתאות העולם, אבל השכל, והוא הלב, לא ישמח כי אם בדרכי שכל. וכן אמר (תהלים קיט קיא): כי ששון לבי המה.
קומט אויס אז ער וויל זאגן אז סתם א מענטש וואס האט זיך נאכנישט מתאחד געווען מיט זיין שכל הייסט נאכנישט קיין חכם, און ער וועט זיך נאך פרייען מיט תאוות העולם, אבער א חכם וואס איז איינס מיט זיין "שכל" וועט זיך פרייען מיט זיין שכל, ווען ער איז זיך מגביר אויפן גוף.
אבער לכאורה וועט דער מענטש וואס פריידט זיך נאך מיט תאוות נאכאלץ נישט קענען צוקומען צו אזא שמחה וואס דער חכם קומט צו ווען דער שכל איז זיך מגביר אויפן גוף אין שמחה בעולם כשמחה ההיא, והיא שמחת הנפש.
לעצט פארראכטן דורך רצון - ווילן אום מיטוואך יאנואר 26, 2022 1:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

Re: חבורת לומדי תהלה - לימוד ספר תהלים - דחסידי טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

האבן זיין כאטש עפעס גיטע שיערים? איך זיך שוין לאנג א גיטע מגי"ש וואס לערנט פאר תהלים, למעשה נאר געטראפען פין ר' מיכל זילבער וואס איז נישט מייו טייפ, ווייס נישט פארוואס אפשר זיין לשון...
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
אוועטאר
ענוותן
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 11:35 pm

Re: חבורת לומדי תהלה - לימוד ספר תהלים - דחסידי טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענוותן »

א געוואלדיגע זאך. א מוראעדיגע מוסר ספר. חיזוק ספר. אמונה. בטחון. ועוד ועוד ועוד
ממנו ילמדו
איך ווייס נאך נישט כמעט גארנישט.
איך פראביר מיך צו אויסלערנען.
אבער איך טראכט.
איך וויל מיך נישט אליין נער'ן
איך וויל מיך נישט לאזען אויסנער'ן
רצון - ווילן
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 1:59 pm

Re: לימוד ספר תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון - ווילן »

איך וויל מעורר זיין אז איך ברענג נאך פונעם "פירוש הארוך" פון רד"ק, און מען וועט דאס נישט טרעפן אינעם רד"ק וואס אינעם געווענליכן תהילים מיט אלע מפרשים, עס איז געווענליך די זעלבע זאך נאר אין דעם הארוך זאגט ער מער אויסגעברייטערט.
נאך דעם מקצר זיין איז רד"ק נאכאלץ כמעט די לענגסטע פירוש אויפן דף אין תהלים. (כ'רעד נישט אין קעגנשאץ מיט מלבי"ם.)
לעצט פארראכטן דורך רצון - ווילן אום מיטוואך יאנואר 26, 2022 1:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רצון - ווילן
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 1:59 pm

Re: לימוד ספר תהלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון - ווילן »

אז איתם ונקיתי מפשע רב: בפשטות איז עס פשט אז פשע וואס איז להכעיס איז גאר א גרויסע עבירה אין קעגנזאץ מיט שגגות און מזיד לתיאבון. דאס איז "רב".
כ'האב אבער אמאל געהערט א אדער געזען א פשט, אז דוד המע"ה האט געבעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל אים אפהיטן פון זינדיגן בשוגג און אפילו במזיד אויך נישט, נו, אויב וועט ער זיין ריין אן קיין עבירה קען ער דאך צוקומען צו גיאות ח"ו, האט ער געבעטן דעם אייבערשטן, אז איתם, אז איך וועל זיין גאנץ און ריין פון עבירות בעהט איך דיר: ונקיתי מפשע "רב" זאלסט מיר אויך היטן און רייניגן פון די עבירה פון זיך האלטן "רב" - גרויס, בגאוה.
רצון - ווילן
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 1:59 pm

Re: לימוד ספר תהלים - קאפיטל כ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון - ווילן »

ישלח עזרך מקודש ומציון יסעדך. די ישועה וואס דער אייבערשטער שיקט איז דורך דעם מקום המקדש דאס הייליגסטע פלאץ בעוה"ז. דארט איז דער דורכגאנג פון וואו דער אויבערשטער שיקט די ישועות.
ווען מען פארטיפט זיך אין דעם הייבט מען אן צו כאפן אז יעצט ווען דער בית המקדש איז חרוב בעוה"ר איז ממש א בחינה ווי די נשמה איז אויפן שפיץ נאז, א קיסתא דחיותא איז אונז געבליבן, ווי דער אייבערשטער האט צוגעזאגט לא מאסתים ולא געלתים לכלותם.
רצון - ווילן
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 1:59 pm

Re: לימוד ספר תהלים - קאפיטל כ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון - ווילן »

יזכור כל מנחותיך ועולתך ידשנה סלה זאגט רש"י וז"ל: לשון שומן, כמו "ואכל ושבע ודשן" (דברים לא כ), כלומר, יקבלם מרצון כעולות מחים.
און דער אבן עזרא זאגט: ידשנה – ישרפנה אש המזבח ותשוב דשן.
איך מיין אז עס איז נישט קיין אנדערע פשט, ס'איז נאר אנדערש ארויסגעברענגט, און ווי מען זעהט דער לשון פון מצודות דוד: ידשנה סלה – עד עולם יקבלו עולתך ברצון, ותאכלם האש וייעשו דשן.
דאס פארברענען פונעם פייער הייסט אכילת המזבח כביכול.
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: חבורת לומדי תהלה - לימוד ספר תהלים - דחסידי טאהש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

בעל דעת האט געשריבן:האבן זיין כאטש עפעס גיטע שיערים? איך זיך שוין לאנג א גיטע מגי"ש וואס לערנט פאר תהלים, למעשה נאר געטראפען פין ר' מיכל זילבער וואס איז נישט מייו טייפ, ווייס נישט פארוואס אפשר זיין לשון...

718-451-8674
4-8-2
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”