ענדיגן תהילים יעדן טאג לע''נ הקדושים ולזכות מש' הקדושים פון מירון תשפ''א

שיעורי הקהילות און אנדערע שיעורי תורה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
געלט גייער
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 06, 2021 4:23 pm

ענדיגן תהילים יעדן טאג לע''נ הקדושים ולזכות מש' הקדושים פון מירון תשפ''א

תגובהדורך געלט גייער » זונטאג מאי 02, 2021 11:06 pm

כ' אייר תשפ''א
זינטאג פר' בהר-בחקתי.

ס'שטייט און מדרש, אז דוד המלך האט געבעטן פונעם אויבערשטן אז יעדער וואס זאגט תהילים זאל עס ווערן גרעכנט אזוי ווי ער לערנט דוריך נגעים ואהלות. פרעגט ר' דודל טאלנער. ווי אזוי קען, זאגן א קאפיטל וואס מ'ווייסט אפי' נישט וואס ס'שטייט דארט, ווערן גרעכנט אזוי ווי דורך הארווען די שווערסטע סגיא'ס און ש"ס?

ענפערט ער, ביי נגעים,האט עס מיט די כהן'ס רעדן. אזוי ווי חז''ל זאגן, אויב איינער האט א נגע און ער קימט צו א תלמיד חכם און ער פסקנט אז סע'טמע. דארף מען נאך אלץ גיין צו א כהן וואס זאל זאגן אז ס'איז טמע, אפי' אויב ס'א כהן וואס איז א שוטה, און קען גארנישט לערנען, קען אים דער ת''ח זאגן אז ער זאל זאגן טמע אדער טהור. און הערשט דעמעלס ווערט ער א מצורה. זעהט מען אז די רעדן פוענעם כהן מאכט עס.

די זעלבע האט דוד המלך געבעטן פוננעם איבערשטן אז א יוד זאל קענען קימען, און זאגן א קאפיטל תהילים, נישט קיין חילוק וועלכע סארט יוד. און אפי' ער פארשטייט נישט וואס ער זאגט און אפי' ער פארשטייט נישט די הויעכע כונה'ת וואס דוד המלך האט אריין געלייגט. זאל עס ווערן אנגענימען אזוי ווי ער הארוועט דוירך די שווערסטע סגיא'ס פון ש''ס! און ער זאל קענען געבענטשט ווערן מיט אלעם גיטס!

מ'האלט יעצט נאך א שווערע מצב וואס איז פארגעקימען אויף כלל ישראל, וואס האט צובראכן און ציפיצלט גאנצענע משפחה'ס אויף שברי שברים. כמעט יעדער איד האט א באקאנטע וואס איז ליידער געווען פון די קדושים, כמעט יעדער איד ווייסט פון משפחה'ס וואס זעמען צעשטיקלט געווערן. "יעדע איד" האט א ווארמע הארץ וואס פילט מיט מיט אלע משפחה'ס וואס האבן פארלוירן זייער באקאנטע, און יעדע איד האפט און ווארט צו הערן דעם גיטע בשורה, דער בשורה וואס וועט יעדעם אויפלעבן. די בשורה אויף וואס אינז און אינזערע עלטערן ווארטן אזויפיל טויזענער יארן. די בשורה וואס וועט אינז צירוק ברענגען אלע נשמות וואס זענען נעבעך פארבלאנדזעט געווארן.

פון איין זייט דארף מען וויינען און שרייען אב הרחמן שמע קולני חוס ורחים עלינו. אבער פון די אנדערע זייט, אינז זענען אידן מאמינים בני מאמינים און אינז גלייבן אז ס'האט געוועבט העכער כלל ישראל גאר א שווערע גזירה, און ר' שמעון האט איינגעריסן וועלטן און ער האט געפוילט אז "נאר" דאס זאל געשעהן, און דאס וועס ס'איז געשעהן איז נאך א ריזיגע נס קעגן וואס ס'האט געווארט פאר אינז.

וויל איך אז פאר די 40 טעג, אנגעהויבן פון דעם מיטוואך כג' אייר, ביז זינטאג פר' חקת ג' תמוז. זאלן אלע תושבי איי וועלט זיך אויסוועלן איין-צוויי קאפיטלען-וכל המרבה הרי זה משובך, און עס זאגן נאך שחרית, און נאך א קאפיטל פאר נאך מנחה, און אויב מ'וויל אויך איינס פאר מעריב. אזוי וועט מען יעדן טאג ענדיגן גאנץ תהילים. און פויעלן א גאנצע ישיעה פאר כלל ישראל בכלל, און אלע באטראפענע משפחות בפרט.

אויב איינער האט עפעס צו צולייגן זאל זיך פילן פריי צו שרייבן. און ביטע נעמטס קאפיטלען (בישות וויל איך נישט אז ס'זאל זיין...).

שרייבט וועלכע קאפיטלן איר ווילט נעמען און איך וועל מאכן א חשבון.

(מ'קען מיר אויך שיקן אויף geltgeiyer@gmail.com צו נעמען, און איך וועל עס ארויף לייגן)
לעצט פאראכטן דורך געלט גייער אום זונטאג מאי 02, 2021 11:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Haklal
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: ענדיגן תהילים יעדן טאג לע''נ הקדושים ולזכות מש' הקדושים פון מירון תשפ''א

תגובהדורך Haklal » זונטאג מאי 02, 2021 11:09 pm

עס איז שוין דא א מבצע פין זאגן תהילים אין אנדערען אשכול, קען איך זאגן ווייטער אפאר קאפיטלעך פאר זיי

אוועטאר
געלט גייער
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 06, 2021 4:23 pm

Re: ענדיגן תהילים יעדן טאג לע''נ הקדושים ולזכות מש' הקדושים פון מירון תשפ''א

תגובהדורך געלט גייער » זונטאג מאי 02, 2021 11:11 pm

Haklal האט געשריבן:עס איז שוין דא א מבצע פין זאגן תהילים אין אנדערען אשכול, קען איך זאגן ווייטער אפאר קאפיטלעך פאר זיי

אוואדי, אבער דאס איז פאר 40 טעג, יעדן טאג די קאפיטלן וואס דו האסט געוועלט

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ענדיגן תהילים יעדן טאג לע''נ הקדושים ולזכות מש' הקדושים פון מירון תשפ''א

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג מאי 02, 2021 11:38 pm

סתם פאר נייגער פארוואס רופט מען זיי קדושים?
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
געלט גייער
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 06, 2021 4:23 pm

Re: ענדיגן תהילים יעדן טאג לע''נ הקדושים ולזכות מש' הקדושים פון מירון תשפ''א

תגובהדורך געלט גייער » מאנטאג מאי 03, 2021 7:50 am

קרייסלער האט געשריבן:סתם פאר נייגער פארוואס רופט מען זיי קדושים?

עס איז זיכער אז ר' שמעון האט נישט פארגעסן פון אינז. דאס וואס ס'איז געשעהן דא, איז שוין דאס וואס ר' שמעון האט "אויסגעפויעלט" פאר אינז. יא! אויסגעפויעלט, צו וואלט געדארפט קומען אן אטאקע אויף כלל ישראל? צו וואלט R.S.V. געווען פארשריבן אנפאנג יאר, אז די קליינע זיסע קינדער זאלן עס חלילה נישט איבער לעבן?! און ר' שמעון איז געקימען, און געזאגט אז ער איז גרייט צו נעמען דער פעקל אויף זיך, ער איז גרייט אז אז און זיין הייליגסטע טאג, זאל געשעהן א קאטסטראפע, און "נאר" 45 מענטשן זאלן נפטר ווערן. אנשטאטס הינדריטע קליינע קינדער-ה''י?!

יא! די קרבנות זענען קדושים. זיי זענען געגאנגן אשטאטס אונז. יעצט קימט אונזער חלק, פון וויינען און שרייען אז אזאנס זאל מער נישט פאסירן, און ווי אויך שרייען "ברוך דיין האמת", יא השי''ת געלויבט ביסטו, פארוואס? ווייל דיין האמת די פירסט די וועלט מיט א גרעכטיגקייט! מיט א אמת! די מעשה איז נישט געווען סתם... עס איז שוין געווען אויסגרעכנט פון לאנג לאנג צירוק.

אוועטאר
געלט גייער
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 06, 2021 4:23 pm

Re: ענדיגן תהילים יעדן טאג לע''נ הקדושים ולזכות מש' הקדושים פון מירון תשפ''א

תגובהדורך געלט גייער » מאנטאג מאי 03, 2021 2:34 pm

געלט גייער האט געשריבן:(בישות וויל איך נישט אז ס'זאל זיין...).


מ'האלט שוין מאנטאג!
וועלכע קאפיטל האסטו?!
יא! בלויז איין קאפיטל א טאג! ס'נעמט נאר אפאר סקונדעס!

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3826
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: ענדיגן תהילים יעדן טאג לע''נ הקדושים ולזכות מש' הקדושים פון מירון תשפ''א

תגובהדורך שמו » מאנטאג מאי 03, 2021 4:20 pm

קאפ' כ"ג בל"נ קען איך נעמען?
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/


צו זעהן וואס מען באהאלט פון דיר

אוועטאר
געלט גייער
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 06, 2021 4:23 pm

Re: ענדיגן תהילים יעדן טאג לע''נ הקדושים ולזכות מש' הקדושים פון מירון תשפ''א

תגובהדורך געלט גייער » מאנטאג מאי 03, 2021 6:59 pm

שמו האט געשריבן:קאפ' כ"ג בל"נ קען איך נעמען?


קאפיטל כ'ג.pdf
(171.04 KiB) דאונלאודעד איין מאל

אוועטאר
געלט גייער
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 06, 2021 4:23 pm

Re: ענדיגן תהילים יעדן טאג לע''נ הקדושים ולזכות מש' הקדושים פון מירון תשפ''א

תגובהדורך געלט גייער » מאנטאג מאי 03, 2021 8:03 pm

בלוי איז שוין גענימען
א- ב- ג- ד- ה- ו- ז- ח- ט- י-

יא- יב- יג- יד- טו- טז- יז- יח- יט- כ-

כא- כב- כג- @שמו. ד- כה- כו- כז- כח- כט-

ל- לא- לב- לג- לד- לה- לו- לז- לח- לט- מ-

מא- מב- מג- מד- מה- מו- מז- מח- מט-

נ- נא- נב- נג- נד- נה- נו- נז- נח- נט- ס-

סא- סב- סג- סד-@ד.ר. באימייל. סה- סו- סז- סח- סט-

ע- עא- עב- עג- עד- עה- עו- עז- עח- עט- פ-

פא- פב- פג- פד- פה- פו- פז- פח- פט -

צ- צא- צב- צג- צד- צה- צו- צז- צח- צט- ק-

קא- קב- קג- קד- קה- קו- קז- קח- קט- קי-

קיא- קיב- קיג- קיד- קטו- קטז- קיז- קיח- קיט-@געלט_גייער. קכ-

קכא- קכב- קכג- קכד- קכה- קכו- קכז- קכח- קכט- קל-

קלא- קלב- קלג- קלד- קלה- קלו- קלז- קלח- קלט-

קמ-קנ-@ח.ש.א. באימייל
לעצט פאראכטן דורך געלט גייער אום מאנטאג מאי 03, 2021 11:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלף
תגובות: 1447
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ענדיגן תהילים יעדן טאג לע''נ הקדושים ולזכות מש' הקדושים פון מירון תשפ''א

תגובהדורך יש לו מנה » מאנטאג מאי 03, 2021 10:08 pm

געלט גייער האט געשריבן:לייט בלוי איז שוין גענימען
א- ב- ג- ד- ה- ו- ז- ח- ט- י-

יא- יב- יג- יד- טו- טז- יז- יח- יט- כ-

כא- כב- כג- @שמו. ד- כה- כו- כז- כח- כט-

ל- לא- לב- לג- לד- לה- לו- לז- לח- לט- מ-

מא- מב- מג- מד- מה- מו- מז- מח- מט-

נ- נא- נב- נג- נד- נה- נו- נז- נח- נט- ס-

סא- סב- סג- סד-@ד.ר. באימייל. סה- סו- סז- סח- סט-

ע- עא- עב- עג- עד- עה- עו- עז- עח- עט- פ-

פא- פב- פג- פד- פה- פו- פז- פח- פט -

צ- צא- צב- צג- צד- צה- צו- צז- צח- צט- ק-

קא- קב- קג- קד- קה- קו- קז- קח- קט- קי-

קיא- קיב- קיג- קיד- קטו- קטז- קיז- קיח- קיט-@געלט_גייער. קכ-

קכא- קכב- קכג- קכד- קכה- קכו- קכז- קכח- קכט- קל-

קלא- קלב- קלג- קלד- קלה- קלו- קלז- קלח- קלט-

קמ-קנ-@ח.ש.א. באימייל

Change color
היכי דמי קידוש השם?

קוקט דא.

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3826
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: ענדיגן תהילים יעדן טאג לע''נ הקדושים ולזכות מש' הקדושים פון מירון תשפ''א

תגובהדורך שמו » דינסטאג מאי 04, 2021 6:38 pm

איך קען נישט גלייבן, אז ס'נאך נישט אלעס גענומען געווארן

קענסט מיר אויך געבן כ"ד
און אויך די 15 שיר המעלות.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/


צו זעהן וואס מען באהאלט פון דיר


צוריק צו “שיעורי הקהילות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט