פסח אויסגאבעס תשפ״א

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

אט אט האלטן מיר ביים יו״ט פסח ווען די אויסגאבעס ווערן געהויבן מיט א העכערע גייסט און געשרייבעכצער בכל מכל כל.

באלד באקומען מיר וואגאנען מיט ״אידישע״ ליין מאטריעל.

ווער ווייסט עטוואס עפעס אונטער די קוליסן?

וואס קומט עפעס חידישים אויפן פסח?

נייע אויסגאבעס? (דען נישטא גענוג...)

דער עולם זאל אביסל טוישן דעם צוגאנג פון אפשאצן געוויסע אויסגאבעס און מאגאזינען נאר זיך באציען צו איינצעלנע ארטיקלן. ווייל עס איז נישט קיין כלל אויף אלעם אויב עס זעהט אויס גוט און עס איז נישט קיין כלל אויף פארקערט אויב אסאך זענען נישט גוט, נאר עס איז מער יושר זיך צו באציען צו גוטע (אדער נישט גוטע) ארטיקלן.

נישט אזוי?

צום ווידערזעהן.
Browsing
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 2:45 pm
לאקאציע: אויפן געוועב

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Browsing »

לכאורה וועלן רוב צייטונגען/מאגאזינען פארמאגן ארטיקלען איבער קאראנא מיט פסח. פסח אין שפיטאל בשעת קאראנא וכו'.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

אני הקטן בין אויך פון די פילע וואס קוקן ארויס אויף די מאגאזינען/צייטונגען וכו' און יעדע יו"ט פון ניי שאפט מיר עס אן עונג יו"ט און כ'האף אז ס'העט זיין צום זאך, נאר איין זאך וויל איך בעטן פון די מנהלים און אחראים פון די אלע מאגאזינען וואס האפנטליך וועלן זיי זעהן דעם תגובה: ביטע לייגט נישט אריין צופיל אדווערטייזמענטס ס'נעמט אוועק די גאנצע חן פון ליינען ווען יעדע פעידש האט נאך אן עד פון דעם און פון יענעם, חוץ פון די עצם שאלה להלכה וואס מ'טאר נישט ליינען קיין עדס שבת ויו"ט נעמט עס אוועק די געשמאק! כ'וועל ענדערש צי צאלן נאך א דאלאר צוויי און דאס גאנצע ביכל זאל ערהאלטן בלויז די באשרייבונגען ווי איידער יעדע פעידש זאל זיין נאך אן עד פון דשי ענד דשי'ס דיזיינ'ס אדער פון כ'ווייס וועם! כ'האף אז ס'איז נאך נישט צו שפעט!!
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

עס דארף אויך ארויסגעברענגט ווערן אז עס איז דא אויסגאבעס וואס לייגן באמת אריין א סך כוחות און געלט אהערצושטעלן א גוטע פראדוקט וואס ברענגט א עונג יום טוב, און עס איז דא אזוינע, בעיקר צייטונגען, וואס זוכן נאר צו ארויפברענגען דעם סכום פון זייטן, אזוי עס זאל קענען שטיין אינדרויסן "נאנט צו 700 זייטן", בשעת ווען די קוקסט אריין אינעווייניג זעהסטו אז אויסער דעם וואס בערך 35 פראצענט איז אדווערטייזמענט, איז נאך 20 פראצענט מודעות און נייעס פון די קהילה אלוועלטליך, וואס די אלע מודעות קען מען ליינען אין די קהלישע בתי מדרשים אויף די ווענט, און נאך 10 פראצענט איז תורה ארטיקלען וואס זענען מלוקט פון די אלטע ארכיווען פון דעם צייטונג זעלבסט וואס כווייס ישט וועלכע למדן ליינט זיינע תורה ארטיקלען אין א צייטונג, און די "יום טוב ביילאגע" וואס דארף שוין צו זיין דער קלימאקס איז א קאלעקשאן פון ארטיקלען פון וועלוועל שמעלצער וכדו' וואס זענען שוין לאנגע געווען געדרוקט אין פארשידענע אויסגאבעס, אזוי אז סך הכל באקומט מען הונדערטער ליידיגע זייטן און מען בלייבט אום פסח הונגעריג גייסטיש ווי פיזיש...
סשיינט מיר אז זיי שאצן פוט אונטער דעם עולם און די מבינות אויף שרייבעריי, אפשר ווען מען וואלט זיך אנגערופן עפעס וואלט געווען א טויש אין דעם הינזיכט.
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1609
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

די יאר אנדערש ווי יעדע יאר האט מען נאך א גאנצע ערב פסח / שבת נאכמיטאג צו ליינען, 11 אזייגער פארמיטאג האלט מען שוין נאך שלש סעודות ע''פ חשבון.

כ'האף די רעדאקטארן וועלן עס נעמען אין חשבון..
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

עירוב תבשילין האט געשריבן:אני הקטן בין אויך פון די פילע וואס קוקן ארויס אויף די מאגאזינען/צייטונגען וכו' און יעדע יו"ט פון ניי שאפט מיר עס אן עונג יו"ט און כ'האף אז ס'העט זיין צום זאך, נאר איין זאך וויל איך בעטן פון די מנהלים און אחראים פון די אלע מאגאזינען וואס האפנטליך וועלן זיי זעהן דעם תגובה: ביטע לייגט נישט אריין צופיל אדווערטייזמענטס ס'נעמט אוועק די גאנצע חן פון ליינען ווען יעדע פעידש האט נאך אן עד פון דעם און פון יענעם, חוץ פון די עצם שאלה להלכה וואס מ'טאר נישט ליינען קיין עדס שבת ויו"ט נעמט עס אוועק די געשמאק! כ'וועל ענדערש צי צאלן נאך א דאלאר צוויי און דאס גאנצע ביכל זאל ערהאלטן בלויז די באשרייבונגען ווי איידער יעדע פעידש זאל זיין נאך אן עד פון דשי ענד דשי'ס דיזיינ'ס אדער פון כ'ווייס וועם! כ'האף אז ס'איז נאך נישט צו שפעט!!

ס'זיכער געשמאקער אן אדווערטייזמענס אבער פארשטיי אז זיי זענען דא פאר ביזנעס נישט לשם מצוה.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

דריידל האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:אני הקטן בין אויך פון די פילע וואס קוקן ארויס אויף די מאגאזינען/צייטונגען וכו' און יעדע יו"ט פון ניי שאפט מיר עס אן עונג יו"ט און כ'האף אז ס'העט זיין צום זאך, נאר איין זאך וויל איך בעטן פון די מנהלים און אחראים פון די אלע מאגאזינען וואס האפנטליך וועלן זיי זעהן דעם תגובה: ביטע לייגט נישט אריין צופיל אדווערטייזמענטס ס'נעמט אוועק די גאנצע חן פון ליינען ווען יעדע פעידש האט נאך אן עד פון דעם און פון יענעם, חוץ פון די עצם שאלה להלכה וואס מ'טאר נישט ליינען קיין עדס שבת ויו"ט נעמט עס אוועק די געשמאק! כ'וועל ענדערש צי צאלן נאך א דאלאר צוויי און דאס גאנצע ביכל זאל ערהאלטן בלויז די באשרייבונגען ווי איידער יעדע פעידש זאל זיין נאך אן עד פון דשי ענד דשי'ס דיזיינ'ס אדער פון כ'ווייס וועם! כ'האף אז ס'איז נאך נישט צו שפעט!!

ס'זיכער געשמאקער אן אדווערטייזמענס אבער פארשטיי אז זיי זענען דא פאר ביזנעס נישט לשם מצוה.

נא, האב איך קלאר באטאנט אז כ'וועל ענדערש צוצאלן אביסל מער געלט און דארט זאלן זיי מאכן זייער געלט ווי איידער צו זעהן די עדס
שירו לו
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:21 pm

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירו לו »

איך הער אז "די וואך" פלאנט ארויסצוקומען דעם יום טוב מיט איין ספר ווייניגער!
זיך ארומצושלעפן מיט פיר פינף ביכער איז פשוט אוממעגליך, און מ'שניידט היבש פון די פארגאנגענע ימים טובים.
ווי עס שיינט וועט עס טאקע זיין קלענער, אבער א דאנק דעם פיל בעסער און רייכער!!!
לאמיר האפן
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

מי כעמך האט געשריבן:די יאר אנדערש ווי יעדע יאר האט מען נאך א גאנצע ערב פסח / שבת נאכמיטאג צו ליינען, 11 אזייגער פארמיטאג האלט מען שוין נאך שלש סעודות ע''פ חשבון.

כ'האף די רעדאקטארן וועלן עס נעמען אין חשבון..

ס'טייטשט אז געווענליך קומסטו אן אויסצוליינען אלע אויסגאבעס דורכאויס די אכט טעג פסח?
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

עירוב תבשילין האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:אני הקטן בין אויך פון די פילע וואס קוקן ארויס אויף די מאגאזינען/צייטונגען וכו' און יעדע יו"ט פון ניי שאפט מיר עס אן עונג יו"ט און כ'האף אז ס'העט זיין צום זאך, נאר איין זאך וויל איך בעטן פון די מנהלים און אחראים פון די אלע מאגאזינען וואס האפנטליך וועלן זיי זעהן דעם תגובה: ביטע לייגט נישט אריין צופיל אדווערטייזמענטס ס'נעמט אוועק די גאנצע חן פון ליינען ווען יעדע פעידש האט נאך אן עד פון דעם און פון יענעם, חוץ פון די עצם שאלה להלכה וואס מ'טאר נישט ליינען קיין עדס שבת ויו"ט נעמט עס אוועק די געשמאק! כ'וועל ענדערש צי צאלן נאך א דאלאר צוויי און דאס גאנצע ביכל זאל ערהאלטן בלויז די באשרייבונגען ווי איידער יעדע פעידש זאל זיין נאך אן עד פון דשי ענד דשי'ס דיזיינ'ס אדער פון כ'ווייס וועם! כ'האף אז ס'איז נאך נישט צו שפעט!!

ס'זיכער געשמאקער אן אדווערטייזמענס אבער פארשטיי אז זיי זענען דא פאר ביזנעס נישט לשם מצוה.

נא, האב איך קלאר באטאנט אז כ'וועל ענדערש צוצאלן אביסל מער געלט און דארט זאלן זיי מאכן זייער געלט ווי איידער צו זעהן די עדס

איך האף דו פארשטייסט, אז די עד'ס ברענגט זיי אריין אסאך מער, ווי דיינע צוויי דאלער מער.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
למען ידעו
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 19, 2020 6:31 pm

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למען ידעו »

Ban Mazel האט געשריבן:עס דארף אויך ארויסגעברענגט ווערן אז עס איז דא אויסגאבעס וואס לייגן באמת אריין א סך כוחות און געלט אהערצושטעלן א גוטע פראדוקט וואס ברענגט א עונג יום טוב, און עס איז דא אזוינע, בעיקר צייטונגען, וואס זוכן נאר צו ארויפברענגען דעם סכום פון זייטן, אזוי עס זאל קענען שטיין אינדרויסן "נאנט צו 700 זייטן", בשעת ווען די קוקסט אריין אינעווייניג זעהסטו אז אויסער דעם וואס בערך 35 פראצענט איז אדווערטייזמענט, איז נאך 20 פראצענט מודעות און נייעס פון די קהילה אלוועלטליך, וואס די אלע מודעות קען מען ליינען אין די קהלישע בתי מדרשים אויף די ווענט, און נאך 10 פראצענט איז תורה ארטיקלען וואס זענען מלוקט פון די אלטע ארכיווען פון דעם צייטונג זעלבסט וואס כווייס ישט וועלכע למדן ליינט זיינע תורה ארטיקלען אין א צייטונג, און די "יום טוב ביילאגע" וואס דארף שוין צו זיין דער קלימאקס איז א קאלעקשאן פון ארטיקלען פון וועלוועל שמעלצער וכדו' וואס זענען שוין לאנגע געווען געדרוקט אין פארשידענע אויסגאבעס, אזוי אז סך הכל באקומט מען הונדערטער ליידיגע זייטן און מען בלייבט אום פסח הונגעריג גייסטיש ווי פיזיש...
סשיינט מיר אז זיי שאצן פוט אונטער דעם עולם און די מבינות אויף שרייבעריי, אפשר ווען מען וואלט זיך אנגערופן עפעס וואלט געווען א טויש אין דעם הינזיכט.

די שרייבסט וואס די טראכסט אדער וואס די ווייסט?

א מין געשרייבעכץ דאס, אינטערגעריסן א גאנצע טוץ מיט צייטונגען וועלכע לייגן אריין כוחות, קומען ארויס מיט שיינע זאכן, טראץ וואס זיי בעטן גאנצע 3 4 דאללער בעת די מאגאזינען בעטן דאפעלט, נאך אריינגעשליידערט א נאמען וועלוול שמעלצער ווי כאילו עס קומט דא אריין און די ביזט נאך א מבין אויף שרייבעריי אויך ווי די ענדיגסט צו....
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2890
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

כהער אז קינדליין קומט צוריק ארויס אויף פסח

( נישט אריינברענגען יעצט א שמועס ווער סאיז גערעכט מרעדט וועגן די אויסגאבע נישט בעלי בתים ודי)
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

Potus האט געשריבן:כהער אז קינדליין קומט צוריק ארויס אויף פסח

( נישט אריינברענגען יעצט א שמועס ווער סאיז גערעכט מרעדט וועגן די אויסגאבע נישט בעלי בתים ודי)

זאג נישט און בעט נישט.
סיז דא א טרעילער אייער, קיינער זאל נישט ווארפן.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

עירוב תבשילין האט געשריבן:אני הקטן בין אויך פון די פילע וואס קוקן ארויס אויף די מאגאזינען/צייטונגען וכו' און יעדע יו"ט פון ניי שאפט מיר עס אן עונג יו"ט און כ'האף אז ס'העט זיין צום זאך, נאר איין זאך וויל איך בעטן פון די מנהלים און אחראים פון די אלע מאגאזינען וואס האפנטליך וועלן זיי זעהן דעם תגובה: ביטע לייגט נישט אריין צופיל אדווערטייזמענטס ס'נעמט אוועק די גאנצע חן פון ליינען ווען יעדע פעידש האט נאך אן עד פון דעם און פון יענעם, חוץ פון די עצם שאלה להלכה וואס מ'טאר נישט ליינען קיין עדס שבת ויו"ט נעמט עס אוועק די געשמאק! כ'וועל ענדערש צי צאלן נאך א דאלאר צוויי און דאס גאנצע ביכל זאל ערהאלטן בלויז די באשרייבונגען ווי איידער יעדע פעידש זאל זיין נאך אן עד פון דשי ענד דשי'ס דיזיינ'ס אדער פון כ'ווייס וועם! כ'האף אז ס'איז נאך נישט צו שפעט!!

כ'הער דיין פריוואטע מיינונג, אבער זייט וויסן אז ס'קומען יעדע וואך ארויס עטליכע אויסגאבעס פון בלויזע אדווערטייזמענטס וואס ווערט ממש צוכאפט,
איך פערזענליך האב גראדע יא הנאה דורכצובלעטערן די אדווערטייזמענטס, ס'ליגט היינט צוטאג אין כמעט יעדע אדווערטייזמענט חכמה אין קריעטיוועטי אז דאס אליינס איז שוין א הנאה פאר זיך, און דאס איז שוין חוץ די חלק פון זיך באקענען מיט אלא סארט סערוויסעס וואס איז דא ביים היימישן עולם,
סקען זיין אז ס'שטערט דיך אז די ארטיקלען און אדווערטייזמענטס זענען אויסגעמישט, אבער
כ'מיין אז דו וועסט עס אנקוקן אביסל מער פאזיטיוו וועסטו הנאה האבן פון דעם אויך
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

תגובה דורך פרישע קוגל »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:כ'הער דיין פריוואטע מיינונג, אבער זייט וויסן אז ס'קומען יעדע וואך ארויס עטליכע אויסגאבעס פון בלויזע אדווערטייזמענטס וואס ווערט ממש צוכאפט,
איך פערזענליך האב גראדע יא הנאה דורכצובלעטערן די אדווערטייזמענטס, ס'ליגט היינט צוטאג אין כמעט יעדע אדווערטייזמענט חכמה אין קריעטיוועטי אז דאס אליינס איז שוין א הנאה פאר זיך, און דאס איז שוין חוץ די חלק פון זיך באקענען מיט אלא סארט סערוויסעס וואס איז דא ביים היימישן עולם,
סקען זיין אז ס'שטערט דיך אז די ארטיקלען און אדווערטייזמענטס זענען אויסגעמישט, אבער
כ'מיין אז דו וועסט עס אנקוקן אביסל מער פאזיטיוו וועסטו הנאה האבן פון דעם אויך

;l;p- גא''מ
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

כ'קויף גארנישט ב"ה
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

למען ידעו האט געשריבן:
Ban Mazel האט געשריבן:עס דארף אויך ארויסגעברענגט ווערן אז עס איז דא אויסגאבעס וואס לייגן באמת אריין א סך כוחות און געלט אהערצושטעלן א גוטע פראדוקט וואס ברענגט א עונג יום טוב, און עס איז דא אזוינע, בעיקר צייטונגען, וואס זוכן נאר צו ארויפברענגען דעם סכום פון זייטן, אזוי עס זאל קענען שטיין אינדרויסן "נאנט צו 700 זייטן", בשעת ווען די קוקסט אריין אינעווייניג זעהסטו אז אויסער דעם וואס בערך 35 פראצענט איז אדווערטייזמענט, איז נאך 20 פראצענט מודעות און נייעס פון די קהילה אלוועלטליך, וואס די אלע מודעות קען מען ליינען אין די קהלישע בתי מדרשים אויף די ווענט, און נאך 10 פראצענט איז תורה ארטיקלען וואס זענען מלוקט פון די אלטע ארכיווען פון דעם צייטונג זעלבסט וואס כווייס ישט וועלכע למדן ליינט זיינע תורה ארטיקלען אין א צייטונג, און די "יום טוב ביילאגע" וואס דארף שוין צו זיין דער קלימאקס איז א קאלעקשאן פון ארטיקלען פון וועלוועל שמעלצער וכדו' וואס זענען שוין לאנגע געווען געדרוקט אין פארשידענע אויסגאבעס, אזוי אז סך הכל באקומט מען הונדערטער ליידיגע זייטן און מען בלייבט אום פסח הונגעריג גייסטיש ווי פיזיש...
סשיינט מיר אז זיי שאצן פוט אונטער דעם עולם און די מבינות אויף שרייבעריי, אפשר ווען מען וואלט זיך אנגערופן עפעס וואלט געווען א טויש אין דעם הינזיכט.

די שרייבסט וואס די טראכסט אדער וואס די ווייסט?

א מין געשרייבעכץ דאס, אינטערגעריסן א גאנצע טוץ מיט צייטונגען וועלכע לייגן אריין כוחות, קומען ארויס מיט שיינע זאכן, טראץ וואס זיי בעטן גאנצע 3 4 דאללער בעת די מאגאזינען בעטן דאפעלט, נאך אריינגעשליידערט א נאמען וועלוול שמעלצער ווי כאילו עס קומט דא אריין און די ביזט נאך א מבין אויף שרייבעריי אויך ווי די ענדיגסט צו....

ער רעדט פון דער איד (און אפשר אויך פון דער בלאט).
און גראדע איז דאס זייער אמת..

וואס איך וועלט יא געבעטן איז ביטע נישט מאכן אז יעדע צווייטע פעידזש זאל זיין א עד.. ס'איז זייער שווער צו ליינען אן ארטיקל ווען אויף יעדע פעידזש איז נאר דא איין זייט, און די אנדערע זייט איז א עד...
מאכטס א באזונדערע בוק פון אלע עדס.... :?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

eller האט געשריבן:
למען ידעו האט געשריבן:
Ban Mazel האט געשריבן:עס דארף אויך ארויסגעברענגט ווערן אז עס איז דא אויסגאבעס וואס לייגן באמת אריין א סך כוחות און געלט אהערצושטעלן א גוטע פראדוקט וואס ברענגט א עונג יום טוב, און עס איז דא אזוינע, בעיקר צייטונגען, וואס זוכן נאר צו ארויפברענגען דעם סכום פון זייטן, אזוי עס זאל קענען שטיין אינדרויסן "נאנט צו 700 זייטן", בשעת ווען די קוקסט אריין אינעווייניג זעהסטו אז אויסער דעם וואס בערך 35 פראצענט איז אדווערטייזמענט, איז נאך 20 פראצענט מודעות און נייעס פון די קהילה אלוועלטליך, וואס די אלע מודעות קען מען ליינען אין די קהלישע בתי מדרשים אויף די ווענט, און נאך 10 פראצענט איז תורה ארטיקלען וואס זענען מלוקט פון די אלטע ארכיווען פון דעם צייטונג זעלבסט וואס כווייס ישט וועלכע למדן ליינט זיינע תורה ארטיקלען אין א צייטונג, און די "יום טוב ביילאגע" וואס דארף שוין צו זיין דער קלימאקס איז א קאלעקשאן פון ארטיקלען פון וועלוועל שמעלצער וכדו' וואס זענען שוין לאנגע געווען געדרוקט אין פארשידענע אויסגאבעס, אזוי אז סך הכל באקומט מען הונדערטער ליידיגע זייטן און מען בלייבט אום פסח הונגעריג גייסטיש ווי פיזיש...
סשיינט מיר אז זיי שאצן פוט אונטער דעם עולם און די מבינות אויף שרייבעריי, אפשר ווען מען וואלט זיך אנגערופן עפעס וואלט געווען א טויש אין דעם הינזיכט.

די שרייבסט וואס די טראכסט אדער וואס די ווייסט?

א מין געשרייבעכץ דאס, אינטערגעריסן א גאנצע טוץ מיט צייטונגען וועלכע לייגן אריין כוחות, קומען ארויס מיט שיינע זאכן, טראץ וואס זיי בעטן גאנצע 3 4 דאללער בעת די מאגאזינען בעטן דאפעלט, נאך אריינגעשליידערט א נאמען וועלוול שמעלצער ווי כאילו עס קומט דא אריין און די ביזט נאך א מבין אויף שרייבעריי אויך ווי די ענדיגסט צו....

ער רעדט פון דער איד (און אפשר אויך פון דער בלאט).
און גראדע איז דאס זייער אמת..

וואס איך וועלט יא געבעטן איז ביטע נישט מאכן אז יעדע צווייטע פעידזש זאל זיין א עד.. ס'איז זייער שווער צו ליינען אן ארטיקל ווען אויף יעדע פעידזש איז נאר דא איין זייט, און די אנדערע זייט איז א עד...
מאכטס א באזונדערע בוק פון אלע עדס.... :?

אינטערעסאנט ארויף, אינטערעסאנט אראפ. ער איז דא פאר ביזנעס...
אויב ווערסטו פארלוירן ווייל ער שרייבט 750 זייטן איז עס דיין פראבלעם. דאס שרייבן וויפל זייטן עס האט איז א חלק פון די ביזנעס.
בחנם באקומט מען א גאנצע בוק פון עדס און אויך דריי בלורי פיקטשערס פון רבי'ס מיט א פארזעצונג וואס נעמט א מינוט צו ליינען און א שעה צו פארשטיין...
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:אני הקטן בין אויך פון די פילע וואס קוקן ארויס אויף די מאגאזינען/צייטונגען וכו' און יעדע יו"ט פון ניי שאפט מיר עס אן עונג יו"ט און כ'האף אז ס'העט זיין צום זאך, נאר איין זאך וויל איך בעטן פון די מנהלים און אחראים פון די אלע מאגאזינען וואס האפנטליך וועלן זיי זעהן דעם תגובה: ביטע לייגט נישט אריין צופיל אדווערטייזמענטס ס'נעמט אוועק די גאנצע חן פון ליינען ווען יעדע פעידש האט נאך אן עד פון דעם און פון יענעם, חוץ פון די עצם שאלה להלכה וואס מ'טאר נישט ליינען קיין עדס שבת ויו"ט נעמט עס אוועק די געשמאק! כ'וועל ענדערש צי צאלן נאך א דאלאר צוויי און דאס גאנצע ביכל זאל ערהאלטן בלויז די באשרייבונגען ווי איידער יעדע פעידש זאל זיין נאך אן עד פון דשי ענד דשי'ס דיזיינ'ס אדער פון כ'ווייס וועם! כ'האף אז ס'איז נאך נישט צו שפעט!!

כ'הער דיין פריוואטע מיינונג, אבער זייט וויסן אז ס'קומען יעדע וואך ארויס עטליכע אויסגאבעס פון בלויזע אדווערטייזמענטס וואס ווערט ממש צוכאפט,
איך פערזענליך האב גראדע יא הנאה דורכצובלעטערן די אדווערטייזמענטס, ס'ליגט היינט צוטאג אין כמעט יעדע אדווערטייזמענט חכמה אין קריעטיוועטי אז דאס אליינס איז שוין א הנאה פאר זיך, און דאס איז שוין חוץ די חלק פון זיך באקענען מיט אלא סארט סערוויסעס וואס איז דא ביים היימישן עולם,
סקען זיין אז ס'שטערט דיך אז די ארטיקלען און אדווערטייזמענטס זענען אויסגעמישט, אבער
כ'מיין אז דו וועסט עס אנקוקן אביסל מער פאזיטיוו וועסטו הנאה האבן פון דעם אויך

אוודאי ווערט עס צוכאפט, פאר בחנם פארוואס נישט
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

לא לנו האט געשריבן:

דו טראגסט יעדע וואך אהיים די ליקוטי דברות קודש?
בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

נכד האט געשריבן:
דער עולם זאל אביסל טוישן דעם צוגאנג פון אפשאצן געוויסע אויסגאבעס און מאגאזינען נאר זיך באציען צו איינצעלנע ארטיקלן. ווייל עס איז נישט קיין כלל אויף אלעם אויב עס זעהט אויס גוט און עס איז נישט קיין כלל אויף פארקערט אויב אסאך זענען נישט גוט, נאר עס איז מער יושר זיך צו באציען צו גוטע (אדער נישט גוטע) ארטיקלן.

נישט אזוי?

ממש אזוי. וואס דארף מען א גרעסערע באווייז ווי דאס אז פאריאר איז שוין דא געווען וואלן איבער וועלכע אויסגאבע ס'איז בעסער, נאך בעפאר ס'איז אנגעקומען אין געשעפט... וואס דאס צייגט אז לייענער וועלן וועלן פאר זייער באליבטער מאגאזין ווי איידער פאר אן ארטיקל
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21044
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

באמת איז א שאלה און הלכה צו מען מעג ליינען א בוק מיט אדווערטייזמענטס שבת
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אבי איינער
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2011 8:13 pm

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי איינער »

איך האב נישט קיין פראבלעם מיט די אלע עדס ווילאנג איך שטויס מיך נישט אן דערמיט אינמיטן פון אן ארטיקעל. פונקט פארקערט, איך האב דירעקט יא הנאה פון די אלע קאלירפולע עדווערטייזמענטס.
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2869
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

#טוישן די קעפל אלערט
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

Re: פסח אויסגאבעס תשפ״א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

מדארף נישט טוישן דעם קעפל פון דעם שנירל נאר דאס קעפל פון עטליכע שרייבער...

ווייס מיר שוין אז ״קינדליין״ קומט בעה ארויס מיט א פרישקייט.
אויך אז ״די וואך״ האט עפעס פלעינער.

וואס נאך?
ווער נאך?
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”