באסעלע האט געשריבן:ר' שמעון איז מחולק מיט אייך, ווען ער האט גערעדט אנהייב פון די ביליגע פרייז האט ער זיך געגרויסט אז דאס איז אן אויסגאבע מיט טייערע גלאסי פעפער פאר שפאט ביליג.
געב א קוק אין געשעפט... מאגאזינען קענען טאפלען זייערע צאל בלעטער איבערנאכט, אנפולנדיג די טייערע גלאנציגע פאפיר מיט לופטיגע פאפיראצי און וויקיפעדיע-נאכגעבאמבלטע קאנטענט, אבער אן אויסגאבע מיט אריגינעלע תוכן מוטשעט זיך צו אנפולן בלויז אירע געווענליכע בלעטער-צאל מיט קוואליטעט.
די טערמין 'קוואנטיטיוו איזענינג' וואס מען נוצט אויף די פעדעראלע רעזערוו ביים לויז מאכן דעם פאסיק פון גרינע דאלארן, איז דער פאסיגסטער אויסדרוק פאר די אויסגאבעס.
תוכן איז א טייערער קאמאדיטי, און איז ביטער שווער - און זייער טייער - צוצושטעלן. ווער עס האט נאר אמאל צוגערירט צו די ווירטשאפט אונטער די קוליסן פון אן אויסגאבע ווייסט דאס גאר גוט.