טשעירמאן האט געשריבן:מיינע הערות אויף די האולקואסט שמועס:
1. לכאורה איז זיין הנחה (אז ווער סאיז אין די באקס און פאלגט האבן נישט איבערגלעבט) נישט באגרינדעט, און אן נומבערס און אן הכחות איז עס סתם א סברה וואס איך קען זאגן אז מיין סברה איז פארקערט,
2. זיין הנחה איז אנטלויפן איז ארויס פון די באקס וואס עפעס? און ווי איינער האט שוין דא ארויסגברענגט אז לאמיר זאגן נישט אויספאלגן איז ארויס פון באקס? אוואדאי האט איינער וואס האט אויסגעפאלגט נישט איבערגעלעבט די רול איז דאך געווען אז מען טאר נישט עסן מער ווי א שווארץ ברויט וכו' וויאזוי וואלט איינער איבערגלעבט פאלגענדיג די שדים?
3. ווער זאגט אז די וואס האבן נישט אויסגעפאלגט זענען יא געבליבן לעבן? און פאר ווער סווייסט נישט יעצט לאחר המעשה איז גרינג צו זיין א חכם און שפעטער ווייסט מען פונקטליך וואס מוואלט געדארפט טון בשעת מעה פון ווי האט מען געדארפט וויסן "וואו" מדארף אנטלויפן? און פאר אביסל היסטארי עס איז נישט אנגעקומען אזוי גרינג צו טוישן מדינה /באקומען א פאס/ און כש''כ שווערצען אויב סאיז אפי' געווען מעגליך
4. נאך א נקודה איך בין נישט זיכער אז מיר האבן א רעכט צו רעדן מיט א זולזול אויף די אומגעקומענע, ממיינט אז וויבאלד משטאמער פון קדושים האבן אונז שוין לייסענס צו רעדן וואס מען וויל, דאס איז זיכער אונז האבמיר עס נישט איבעגעלעבט ברוך השם, און סאיז בכלל נישט קלוג צו זיין אומסענסעטיו צו די וואס האבן דורכגעמאכט די גיהנם, און לכאורה ווען א שווארצער וואלט אזוי גערעדט אויף זיין ראדיא טאלק שאו וואלט שוין געווען גענצעטע מחאות
לסיום גראדע איז דא אין היסטארי ןןאס שפילט אריין פאר רעב אליעזר'ן און דאס איז געווען ביי ניין עלעווין גלייך נאך די ערשטע קראך נאך פארן צווייטע האט מען געהייסען די עולם פונעם טורעם זאל צוריק גיין, און ווער סהאט נישט געפאלגט האט געהאט א טשאנס צו איבערלעבן די אטאקע, אבער אווער אלל איז גארנישט אזוי זיכער אז ווען יעדער וועט ווייזן אויבער'חכמ'שקייט איז מען מער זיכער, ועיין בקאפיטעל 'האריקען סענדי' פסוק 'גארביזש טראק'..
1. דאס איז קלאר פאר יעדער וואס איז אריינגעטון אין די האלאקאוסט, ווי איך האב פריער ארויסגעברענט
2. רויב זענען געבליבן, חוץ די "אויבערחכמים", ווי פריער ארויסגעברענט
3. ווארטן פאר לאחר המעשה "איז" די דעפעניציע פון זיין אין די קאמפורט זאון באקס, זיין אויט אוו די באקס מיינט טון וואס מען פארשטייט גייט זיין ריכטיג לאחר המעשה
4. ער האט נישט גערעדט מיט קיין זילזול, ער האט פשוט ארויסגעברענגט אז די "אויבערכחכמים" האבן געהאט א בעסערע טשאנס צו איבערלעבן