זילבערווערק האט געשריבן:רעד צו די זאך האט געשריבן:איך פלעג נישט קויפן בקביעות דער יוד, לעצטענס האב איך געהערט פון עטליכע איבער די געוואלדיגע חינוך ארטיקל איך האב עס אנגעהויבן קויפן איך בין מיר מחיה וועכענטליך דערמיט.
איך וואלט זייער געוואלט האבן די פריערדיגע ארטיקלן איך בין גרייט צו באצאלן בכסף מלא.
כמעט נישטא היינט ארטיקלען, וואס געבן א קלארקייט און שטאלץ, אום=ן בעיקר א קלארן דרך אין חינוך, אן צו ווערן פארכאפט מיט די היינטיגע "פארגעשריטענע" חינוך, דער איד, האט דאס יא.
אויך איך דערקוויק זיך דערמיט יעדע וואך, צב"ש, דער איד פון יום כיפור האב איך נישט געקלערט צו קויפן, אבער דער מחשבה אז ס'וועט מיר פעלן איין תורה אפטיילונג, האט מיר באוואויגן דאס צו קויפן.
און ווער ס'ווייסט טאקע וואו איך קען האבן די תורה אפטיילונג פון פרשת עקב, זאל מיר ביטע מעלדן, איך בין דאן געווען אויף שבת אין מירון, און ווען כ'בין צוריק געקומען זונטאג איז דאס שוין נישט געווען אין קיין איין געשעפט.
איך מיין אז איר קענט אריינרופן אין איד אפיס, און פארן געווענליכער פרייז וואס איר צאלט פאר דער איד אין געשעפט וועלן זיי דאס אייך שיקן אויף אימעיל.