איך האב עס די ערשטע זאך אדןרכגעליינט. איך בין געווען נייגעריג וואס זיי זאגן. איך בין מסכים מיט זיי 99% אויף די טיים. איינע פון די עיקר סיבות וואס זיי זאגן איז אז זיי דארפן זיין קאנפידענשל. זייער א וויכטיגע זאך.
אבער!! שוין מערערע מאל האב איך מיטגעהאלטן קעיסעס ווי עס האט זיך יא אויסגעפעלט אריינמישן א דריטן, אמאל דארף מען רעדן צו די עלטערן, א רב, א עסקן, א דאקטאר (אן רשות פונעם פאציענט) און א נישט לייסענסד טעראפיסט האט דאס געקענט ארלעדיגן משא"כ א לייסענסד.
די דעקל איז פארפירעריש. וואלט ווען געדארפט שרייבן: 'וואס זאגן די טעראפיסטן. פארוואס האבן מיר געמאכט לייסענס?'
נעמען א נושא וואס איז זייער פארווייטאגט און פארוויקלט פון טויזנט זייטן, און קלאמפיש פארקויפן אז מ'גיייט דא סערווירן אן אביעקטיווע אנאליז, און עפענען די קארטן אויסצושמועסן די ענין פון א ברייטע פרעספעקטיוו. בו בזמן וואס בסך הכל איז עס אן אינטערוויו מיט אפאר 'לייסענסט טעראפיסטן', זיי אויסצופרעגן פארוואס זיי האלטן זיי האבן געטוען א ריכטיגע שריט.
גוט מארגן געלע! מ'קען נישט שלאגן כפרות מיט מענטשן. אויב טוט מען אזעלכע זאכן מערערע מאל פארלירט מען די טראסט פון די ליינער...
-----
יעצט צום עצם נושא: שוין געווארן אויסגעשמועסט דא און אין נאך אנדערע פלעצער צענדיליגע מאל, אז די תירוץ אויף די שאלה איז נישט בלויז א יא/ניין תירוץ, ס'נישט שווארץ אדער ווייס. יעדע זאך האט צדדים צידי צדדים, און מ''קען נישט מאכן קיין צד השוה פון איין קעיס צום צוויטן, און מ'קען נישט טראסטן א טעראפיסט סתם ווייל ער האט לייסענס!
די נושא האט צוויי צדדים, און ביידע צדדים זענען נישט כולו אמת, אין יעדע פאל איז דא אן אנדערע אמת.
אוודאי די אלע מעלות וואס זיי רעכענען אויס איז אמת, און מ'טרעינט זיי טאקע, און זיי האבן מער אחריות. אבער לא על הכלל כולו יצא, ס'נאך אלס דא 'לייסענסט טעראפיסטן' וואס נאך די אלע קורסעס זענען זיי ווערד אכט מאל גארנישט, פון די אנדערע זייט א פשוט'ע קלוגע איד מיט אביסל פארשטאנד אין נפש, קען דיר אמאל העלפן מיט זיין תמימות נאך אזוי גוט ווי זיי.
אפגערעדט פון די נושא פון די אטמעספער ווי מ'לערנט זיך און ווער זענען די וואס לערנען זיך, ווי האלטן זיי אין יראת שמים, השקפה וכו'
------
א ווארט וועגן וואס מענטשן גלייכן אנצונעמען די צד פון נאר לייסענסט טעראפיסטס:
די צוגאנג פון מאכן זאכן סיסטאמאטיש, איז א מחלה פון די היינטיגע דור, ס'איז א סימפטעם ווי שוואך מענטשן זענען, אז זיי האבן נישט קיין כח צו אליינס דורכטוען א נושא מיט די אייגענע שכל, מענטשן ציטערן צו נוצן דאס דזשעלי העכער די אקסלן...
אויב פלוני ופלוני מעכטיגע ארגינעזאציע/קאמפעני/עסקן/עידזשענסי זאגט אז פלוני ופלוני איז 'גוט', דאן וועל איך ניטאמאל איבערטראכטן איין מאל צו יענער איז כרפס צו גאר זאלץ וואסער...
די סטעיטמענט: ס'דא א סקול ווי 'אלע' טעראפיסטן קומען זיך לערענען 'שטאדירטע און עפעקטיווע מהלכים'. דאס געבט די רואיגקייט פארן שוואכטישיגן 2021 טאטע'לע צו אוועקווארפן זיין שכל און נאכגיין בלינדערהייט כצאן לטבח, אבי אנדערע טראכטן שוין פאר מיר...
אבי קיינער גייט מיר נישט קענען באשולדיגען און טויזנט יאר ארום אז איך האב געמאכט א שלעכטע דיזישן מיט מיין קינד. ענדערש זאל פלוני מעכטיגשטארק מאכן מיינע החלטות אזוי וועל איך פילן פארזיכערט.
חושב מחשבות... האט געשריבן:די דעקל איז פארפירעריש. וואלט ווען געדארפט שרייבן: 'וואס זאגן די טעראפיסטן. פארוואס האבן מיר געמאכט לייסענס?'
נעמען א נושא וואס איז זייער פארווייטאגט און פארוויקלט פון טויזנט זייטן, און קלאמפיש פארקויפן אז מ'גיייט דא סערווירן אן אביעקטיווע אנאליז, און עפענען די קארטן אויסצושמועסן די ענין פון א ברייטע פרעספעקטיוו. בו בזמן וואס בסך הכל איז עס אן אינטערוויו מיט אפאר 'לייסענסט טעראפיסטן', זיי אויסצופרעגן פארוואס זיי האלטן זיי האבן געטוען א ריכטיגע שריט.
גוט מארגן געלע! מ'קען נישט שלאגן כפרות מיט מענטשן. אויב טוט מען אזעלכע זאכן מערערע מאל פארלירט מען די טראסט פון די ליינער...
-----
יעצט צום עצם נושא: שוין געווארן אויסגעשמועסט דא און אין נאך אנדערע פלעצער צענדיליגע מאל, אז די תירוץ אויף די שאלה איז נישט בלויז א יא/ניין תירוץ, ס'נישט שווארץ אדער ווייס. יעדע זאך האט צדדים צידי צדדים, און מ''קען נישט מאכן קיין צד השוה פון איין קעיס צום צוויטן, און מ'קען נישט טראסטן א טעראפיסט סתם ווייל ער האט לייסענס!
די נושא האט צוויי צדדים, און ביידע צדדים זענען נישט כולו אמת, אין יעדע פאל איז דא אן אנדערע אמת.
קיינער האט נישט געזאגט אז מ'קען טראסטן א טעראפיסט בלויז ווייל ער האט לייסענס. פינטל. אדרבה, אויב ליינט איר נפשי וואלט איר געדארפט וויסן אז זיי האבן שוין בעבר ברייט אויסגעשמועסט וואס מ'דארף קוקן ווען מ'זוכט א טעראפיסט, און ווי אזוי זיך צו באהיטן פון די נישט ריכטיגע מענטשן, וואס זיי זענען מודה אז ס'זענען פארהאן.
------
א ווארט וועגן וואס מענטשן גלייכן אנצונעמען די צד פון נאר לייסענסט טעראפיסטס:
די צוגאנג פון מאכן זאכן סיסטאמאטיש, איז א מחלה פון די היינטיגע דור, ס'איז א סימפטעם ווי שוואך מענטשן זענען, אז זיי האבן נישט קיין כח צו אליינס דורכטוען א נושא מיט די אייגענע שכל, מענטשן ציטערן צו נוצן דאס דזשעלי העכער די אקסלן...
אויב פלוני ופלוני מעכטיגע ארגינעזאציע/קאמפעני/עסקן/עידזשענסי זאגט אז פלוני ופלוני איז 'גוט', דאן וועל איך ניטאמאל איבערטראכטן איין מאל צו יענער איז כרפס צו גאר זאלץ וואסער...
די סטעיטמענט: ס'דא א סקול ווי 'אלע' טעראפיסטן קומען זיך לערענען 'שטאדירטע און עפעקטיווע מהלכים'. דאס געבט די רואיגקייט פארן שוואכטישיגן 2021 טאטע'לע צו אוועקווארפן זיין שכל און נאכגיין בלינדערהייט כצאן לטבח, אבי אנדערע טראכטן שוין פאר מיר...
אבי קיינער גייט מיר נישט קענען באשולדיגען און טויזנט יאר ארום אז איך האב געמאכט א שלעכטע דיזישן מיט מיין קינד. ענדערש זאל פלוני מעכטיגשטארק מאכן מיינע החלטותף אזוי וועל איך פילן פארזיכערט.
קען זיין דאס איז די מהלך המחשבה פון געוויסע. אבער דעפינעטלי נישט ריכטיג אין אלגעמיין. דאס איז סתם סטיריאוטייפן. אסאך מענטשן גלייכן לייסענסעד טעראפיסטן ענדערש ווי נישט, ווייל זיי גלויבן אין די קראפט פון נאלעדזש. וואס דאס איז עפעס וואס איז זייער שווער צו באקומען היימישערהייט אויף די זעלבע ניווא ווי דורכ'ן זיך עס לערנען געהעריג. הגם ס'קען טעקניקלי זיין א מעגליכקייט דערצו.
וואס איך לערן מיך ארויס פון דעם שטיקל אין 'נפשי' איז א מעסעדש פאר די אלע וואס טוען טערעפי, און אין דעם איז אריינגערעכנט זייער זייער אסאך. ווער טוט נישט היינט טערעפי? יעדער בחור'ל אין ישיבה האט שוין מן הסתם פרובירט צו טון טערעפי אויף זיין חבר. יא?
יעדער ווייסט ווי שווער ס'איז צו אינסטראקטן א נפש. דו קענסט סך גרינגער מאכן א פיהלינג פאר א ציין, ווי מאכן אז א נפש זאל ווערן ריכטיג געפירט, ארויס מאפילה לאורה.
איינער זאגט מיך אויף עפעס א טערעפיסט אז ער איז א גוטער טערעפיסט. זאג איך אים: דיאגנאזירן קען ער גוט, און די מעדיקעשאן ארבעט זיכער. וואס האט מען פון קענען גאר גוט צוטרעפן וואס א מענטש ליידט? וואס האט מען פון דעם? דו קענסט אים העלפן?
wow, האסט מיט דיין גרויסן חכמה צוגעקומען אז דער מענטש ליידט פון OCD. פון א טיפע OCD. וואס נאר דו האסט עס געכאפט. און וואס איז יעצט? דער בחור'ל גייט באמת געהאלפן ווערן און ווערן נארמאל, יא אדער ניין?
קענען נפש מיינט נישט נאר קענען דיאגנאזירן. אמת אז אין דעם ווענד זיך ווי גוט מ'קען טערעפי. ווי גוט א טערעפיסט קען כאפן יענעמ'ס נפש, אלץ בעסער קען ער אי"ה העלפן. אבער נישט דאס מיינט טערעפי. טערעפי איז די מהלכים וויאזוי דו העלפסט אויף למעשה. מהלכים וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט צו ארבעטן.
אזוי ווי ווען איך וואלט גערעדט פון פיזישע רופאים, מוז איך נישט דא אריינגיין וועגן די ענין פון שטודירן. איך רעד פון די עצם זאך וואס הייסט "טערעפי". און איך רעד נישט דוקא צו "טערעפיסטן", איך רעד צו יעדעם וואס פרובירט צו העלפן. פרוביר עס צו טון אויף א אופן פון "אם לא יועיל, לא יזיק". דאס האב איך מיך אויסגעלערנט.
אם לא יועיל לא יזיק קען מיינען ווי צום ביישפיהל דו זאגסט אים סתם נאך א שטיקל תורה, א שטיקל חז"ל, א משנה אין אבות, אמונה און בטחון, חיזוק און מעשים טובים. וכו'. אם לא יועיל יכול להזיק איז ווען דו הייבסט אים אן צו זאגן אז ער דארף נישט אזוי שטארק פאלגן זיין טאטע. אדער דו ווילסט אים בויען סעלף עסטים אויף די נישט ריכטיגע וועג וואס רייסט אויס די הכנעה וואס ער דארף נאך האבן צו זיינע משפיעים וואס געבן אים איבער תורת משה
brooklyn האט געשריבן:אזוי געשוינט די שנור וואס די שוויגער בלאזט אויף איר, און א דאנק דעם זיך צוקריגט מיט די גאנצע משפחה…
דאס מיינט א שפענדל קען פארברענען א וואלד.
עס פעלט גאנצע שטיקער פון די מעשה, פון וואו ווייסט ער פון די בריוו צו זאגן? און מהיכי תיתי יענע שוועגערן האט עס געשריבן? האט ער געפרעגט א דעת תורה? אולי האט ער א חיוב כיבוד אם זיך פארענטפערן פאר די מאמע.
די מעשה פון די שנור/שוויגער פעלט זיכער א געוואלד מיט פרטים. אויב איז עס געווען פשוט און טרוקן אזויווי ס׳איז באשריבן איז דאס נישט עפעס וואס מען קען זאגן ״ממנו ילמדו וכן יעשו״. לא זו הדרך.
brooklyn האט געשריבן:אויך די ארטיקל פונעם אינגערמאן וואס האט זיך צוטיילט, אראפלייגענדיג זיינע דמויות וואס בוזשעוועט אים אים זינט אלץ בחור. איך און מיין ב״ב האבן מיטגעוויינט אויף זיין שווערע פעקעלע און בעטן השי״ת ער זאל אויפגעראכטן ווערן
מיך און ב"ב האט עס אויך באנומען.
פון דעם געשיכטע קען מען זעהן אז אפילו ווען א מענטש קריטיקירט און ער איז שלעכט קען זיין אז באמת וויל ער נישט. ער האט אליין נישט געכאפט אז די וועג וויאזוי ער פארשטייט יחס איז נישט ריכטיג. פון דעם זעהט מען אז א מענטש, אפילו אויב ער קריטיקירט אסאך, מיינט נישט אז ער וויל זיין שלעכט, ער האט פשוט נישט א ריכטיגע וועג פון פארשטיין און צוגיין צו יחס. איך וואונדער מיך צו די ווערטער אינעם ארטיקל זענען זיינע אייגענע. ווייל אפילו די אופן וויאזוי ער פארציילט עס, פעהלט געפיהל. ווי כאילו זיין רעכט צו וויינען אז קיינער פארשטייט אים נישט איז נאר א געבארגטע. אבער די טויש וואס ער האט געמאכט איז וואונדערבאר.
אינטערעסאנט: פון א קינד וואס האט געהאלטן אין איין שרייבן בריווען אז ער בעהט איבער, איז ער פארוואנדלט געווארן אין איינער וואס קען נישט פארנעמען אז ער איז שולדיג? פון א קינד וואס האט ליב איבערצובעטן אויב ער האט געטשעפעט, איז ער געווארן פאוקוסירט אז ער טוט נישט קיין עוולה? אפשר ווייל ס'שטערט אים שטארק אז ער איז אומגערעכט, דערפאר מוז ער זיין גערעכט?
די יסודות וואס מ'האט אים אויסגעלערנט איז שטארקע יסודות. קוק נישט אויב יענער איז שולדיג אדער אומשולדיג, קוק אויף וואס דו קענסט יעצט פאררעכטן. דער כלל איז אויך נישט שווארץ און ווייס, ס'האט יוצא מן הכללס, עניוועי.
brooklyn האט געשריבן:אזוי געשוינט די שנור וואס די שוויגער בלאזט אויף איר, און א דאנק דעם זיך צוקריגט מיט די גאנצע משפחה…
דאס מיינט א שפענדל קען פארברענען א וואלד.
עס פעלט גאנצע שטיקער פון די מעשה, פון וואו ווייסט ער פון די בריוו צו זאגן? און מהיכי תיתי יענע שוועגערן האט עס געשריבן? האט ער געפרעגט א דעת תורה? אולי האט ער א חיוב כיבוד אם זיך פארענטפערן פאר די מאמע.
פארוואס קומט נפשי נישט ארויס מער ווי איינמאל א חודש? סנעמט דאך נישט צו ליינען א חודש צייט! אין איין שבת האמיר גענדיגט די מאמענט מיט די מאמענט+ מיט די נפשי! איך האב נישט קיין נערוון צו ווארטן נאך א גאנצע חודש ביז נעקסטע נומבער גייט ערשינען... איך פארשטיי אז די ארבעט וואס גייט אריין אין איין נפשי איז זייער גרויס, און כלל ישראל שעצט עס!! אבער די עולם וויל מער!!!
די מעשה מיט איינעמ'ס ווייב א BPD וואס האט צוגעפיקסט דעם מאן דורך אוועקנעמען די קינדער (באשריבן דורך פנחס גלויבער היקר) האט מיך אומבאשרייבליך ארויסגענומען פון די כלים!!!! רשעים ארורים!!! מילא די פרוי איז בלויז "קראנק", אבער די משפחה ארום?? וואס איז זייער תירוץ?????