איך קוק זיך צו דא אביסל פון דער זייט, זייער אינטערעסאנט וואס דא טוט זיך...
ווי נאר איינער שרייבט אז ער האט הנאה געהאט, שפרינגט א צווייטער אריין מיט קריטיק, ווי ער וואלט אנגעשטעלט אן אלערט אויף דעם אשכול. איינער דרוקט אויס זיין הנאה פון קינדליין, מוז גלייך קומען די פראגע וואס ער זאגט צו הונדערט. און אפשר האט ער מתחילה נישט געקויפט דעם הונדערט? און אפשר האט ער עס יא געקויפט נאר ער האלט עס נאך אינמיטן ליינען? און אפשר האט ער עס יא געקויפט, געענדיגט צו ליינען, און עס האט אים נישט געכאפט?
איך מיין נישט קיינעם פערזענליך, און געוויס זענען טייל פון די פראגעס בתמימות און טייל פונעם קריטיק אויפריכטיג, אבער די אלגעמיינע בילד מאכט אזא רושם. מאיזה סיבה טרעף איך נישט אינעם הונדערט אשכול אז מען זאל די גאנצע צייט צוריקשפרינגען צו קינדליין, עפעס פאלט דארט נישט איין צו פרעגן פון קאמפלימענטירער אויב זיי האבן נישט פערצופאל מער הנאה געהאט פון קינדליין. ודי בזה.
גראדע האב איך אסאך צו זאגן און פארגלייכן צווישן די צוויי אויסגאבעס. איך האב יא געקויפט ביידע, און געזיצן און איבערגעליינט בלאט ביי בלאט און קאלום ביי קאלום, צוזאמען מיט מיינע קלוגע און ערוואקסענע קינדערלעך קע"ה. איך האב זיי איבערגעפרעגט וואס האט זיי געכאפט פון דא און וואס האט זיי געכאפט פון דארט, וואס האבן זיי זיך געלערנט עפעס ניי און וואס גייען זיי מיטנעמען אויף ווייטער. און אזוי האב איך געפאסט מיין באשלוס.
פערזענליך האב איך אפגעשריבן מיינע דעטאלירטע קאמענטארן, אין איבער צוועלף טויזנט אותיות, אבער איך גיי עס נישט ארויפשטעלן ווייל איך בין נישט דא אראפצורייסן. מיין אויספיר, נאך איבער צוואנציג עקסטערע שיקולים, איז אז קינדליין איז ביי מיר דורכאויס בעפארצוגט.
איך בין באמת נתפעל פון וויפיל עכטע תוכן ליגט דערין, אראפגעלייגט אויף די בעסטע וועג פאר קינדער. נאכאמאל, איך צייל דא מיינע ווערטער ווייל איך וויל נישט אראפקלאפן, אבער איך פלעג פון צייט צו צייט קויפן די אמאליגע קינדליין און נישט געשעפט אזויפיל נחת דערפון. שוין אפגערעדט אז די יעצטיגע קינדליין איז (על דרך כלל) אויף א העכערע ניווא ווי די אנדערע יעצטיגע קינדער אויסגאבעס.
און אז מען טראכט נאך אריין אז דאס אלעס האט דער נייער רעדאקטאר צאמגעשטעלט אין אזא קורצע צייט, יש מאין! איך וואלט דאס נישט געקענט באווייזן, און איך גלייב שווער אז איינער פון די קריטיקירער דא וואלט יא געקענט. דאס מיינט אויך אז קינדליין האט נאך אסאך מער פאטענציאל צו וואקסן און זיך פארבעסערן.
איך קען אפשר האבן נגיעות, (אונטערן באוואוסטזיין האט אפשר אפילו משפיע געווען דער אומסימפאטישער ריח וואס האט זיך געהויבן פון איינע פון די אויסגאבעס פונקט ווען איך האב מחליט געווען עס צו קויפן
), אבער דאס איז וואס איך האלט באמת - באזירט אויף פאקטישע זאכן. קיינער צאלט מיר נישט צו שרייבן די תגובה, און איך פארדין נישט קיין געלט פון דעם וואס קינדליין פארקויפט זיך אדער הונדערט נישט.
אבער ווידעראמאל, איך רייס נישט אראפ קיין איינע פון זיי. הונדערט איז אויך א וואוילע אויסגאבע, טייל קאלומען דערפון זענען אפילו אויף העכערע ניווא (איבערהויפט דארף דערמאנט ווערן "תנאים ואמוראים" פון הרב מיללער, וואס קינדליין האט נישט). וואלט איך נישט געווען אזוי קלויבעריש, וואלט איך מעגליך ווייטער געקויפט ביידע.
--
האקט