קול מבשר - פאר אייער קינד

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

קול מבשר - פאר אייער קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

איך האב שוין לאנג געוואלט פרעגן די קשיא, והנה, יעצט בין איך דא.

די וועג וויאזוי מען מעסט אויף א זאך צו עס איז גוט צו נישט, איז איינער פון די וועגן, "וואס וואלט איך געוואלט מיין קינד זאל טוהן"?

וועלעכע אפטיילונג פון קול מבשר, וואלט איר געגעבן פאר אייער קינד צו הערן (נישט וואס איר טוט, וואס איר וואלט באמת געוואלט) ברוחניות און אויך בגשמיות?

אינגאנצן נישט - צוליב עפעס א סיבה, נאר נישט נייעס, נאר נייעס, נאר אינטערוויאס, וכו - און פארוואס יא? פארוואס נישט?

ווי אויך, וועלעכע זאכן וואלט איך אראפגענומען, פאר מיר אליינס, ווייל איך וויל עס נישט הערן

ביטע נישט אוועקדרייען שמועסן צו פערזענליכע מענטשן וכדו'
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
שעבאשנוט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעבאשנוט »

איך וואלט נישט געוואלט מיין קינד זאל בכלל הערן קול מבשר, פון אויבן ביז אינטן, כווייס נאר נישט צו ער הערט טאקע נישט
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

איך פון מיין זייט: "ברוחניות", לאז איך עס נישט הערן צוליב "די אדווערטייזמענט'ס" וואס איך זעה דערין א ריזיגע פראסקייט און היפוך פון חינוך.

און "בגשמיות", 113 די בליץ נייעס, ווי אויך 114 וואס ברענגען אריין יעדע מין שרעקעדיגע מחשבה וואס שייך אין גרויסע ווי קליינע צוגלייך, זאכן וואס קינדער קענען בכלל נישט פארדייען. און אויך די עצם האבי וואס זיי האבן אריינצוברענגען אנטיסעמיטיזעם אין יעדע זאך.

דאס איז אין כלליות, אוודאי קען מען טרעפן אין יעדע זאך, אז פאר איינעם זאל עס באדערן, אבער מיר רעדן אין "דזשענערל"
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ר' אהרן קאהן, היסטאריע?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

וועלכע עלטער קינד? דער דמיון איז נישט עולה יפה נאר אז מען רעדט פון א קינד אין דעם זעלבן מצב ווי דער טאטע, און מען טראסט אים אזויפיל ווי מען טראסט זיך וכדו'
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

איך האב געשריבן די סיבות "פארוואס נישט", עס איז זיכער יא דא זייער אסאך גוטע זאכן
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
oko
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2011 12:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך oko »

פון אויבן ביז אינטן . ניקס . ניקס - נישט
פונקט ווי ס'איז אויך דא גוטע זאכן אולי אינ'ם ראדיו
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

oko האט געשריבן:פון אויבן ביז אינטן . ניקס . ניקס - נישט
פונקט ווי ס'איז אויך דא גוטע זאכן אולי אינ'ם ראדיו

אויב מעגליך, פארוואס?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
oko
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2011 12:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך oko »

ענדע צדיק! האט געשריבן:
oko האט געשריבן:פון אויבן ביז אינטן . ניקס . ניקס - נישט
פונקט ווי ס'איז אויך דא גוטע זאכן אולי אינ'ם ראדיו

אויב מעגליך, פארוואס?


ס'איז דא אזאך זייטן פון ווי מ'קען עס אנכאפן..
אבער לעת עתה - נאר איין צוויי נקודה'לעך

א קינד'ס מח - שטייט אויף דעם אין משנה אז דער מח פון א קינד איז אין דומה לזה - די געוואלדיג'קייט פון זיין לערנען - ווייל ס'איז דומה ככותב על נייר חדש..
- וואס ווי פארשטייט זיך אז וואס מער מ'וועט ארויף פאקען אויפ'ן קינד'ס מח די אלע זאכן 'גארבידש'.. מ'שטאפט אים.. - בפרט דער ראדיא וואס האט גענוג סחורה צו פאקן צו פארנעמען שעות ע''ג שעות - דאס עפעקט מורא'דיג פארקערט ווי דעם הייליגן משנה זאגט - נייר חדש.


און נאך א נקוד'הלע פון פילע
ווער רעדט נאך, אז ווי מ'ווייסט האט דער רבי זי''ע געשריבן בכתב ידו, די תקנות הישיבה פאר די בחורים - און ער ענדיגט דערויף ווער ס'וועט דאס נישט איין האלטן אינו ראוי להיות תלמיד בישיבה, - קען מען זעהן דארט ווי דער רבי זי''ע שרייבט צווישן די תקנות, אז א בחור טאהר נישט צו רירען צו קיין שום צייטונגען..

... און אז מ'וועט אריינגיין, איז דאך מבשר ראדוי נאך אסאך ארגער ווי א צייטונג, ווייל ער באריכט אלע דברים גשמיים ודברים הסמוכין לגוי ולתאוות - נישט סתם, נאר מיט די טעמים ונקודתיה ופרטיה, מיט'ן גאנצן ניגון לייגט ער עס אראפ.
ודי לע''ע.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

כאטש איך בין א נאנטער ידיד מיטן בעל קול מבשר, א געוועזענער צוהעלפער דערצו (פאר געלט), און שטארקער שטיצער בכל עת מצוא, לאז איך נישט מיינע קינדער 'אליינס' אנרופן קול מבשר. די קינדער ווייסן אז אויב זיי ווילן הערן די "פורים אפטיילונג" אדער "נייע טעיפס" אדער "שטענדיג מוזיק", מוז דאס קומען מיטן בעטן רשות, און די עלטערן האלטן אן אויער מען זאל נישט אליינס מישן גארנישט [די קינדער ווייסן אפילו נישט וואס מען דרוקט אנצוקומען וואו, די עלטערן מישן זיי אויף דעם ספעציפישן ווינקל].

ווי OKO האט געשריבן, קינדערישע מוחות דארפן זיך אנפולן מיט העכערע זאכן, און אך און וויי אויב זיי ווערן אזוי אינג געוואויר אז מען קען דארט טרייבן שעות על גבי שעות און כסדר הערן אינטערסאנטע זאכן [אינטערסאנטער ווי ראדיא, פאר אונז היימישע אידעלעך].
קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינקעפיק »

שעבאשנוט האט געשריבן:איך וואלט נישט געוואלט מיין קינד זאל בכלל הערן קול מבשר, פון אויבן ביז אינטן, כווייס נאר נישט צו ער הערט טאקע נישט

איך אויך נישט. פארדעם הער איך עס אויך נישט.
ווייל קינדער טוהן צוואנציג פראצענט וואס מען זאגט זיי, און אכציג פראצענט וואס די עלטערן טוען.
נערוועזער
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 13, 2008 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערוועזער »

לכאורה האט געשריבן:כאטש איך בין א נאנטער ידיד מיטן בעל קול מבשר, א געוועזענער צוהעלפער דערצו (פאר געלט), און שטארקער שטיצער בכל עת מצוא, לאז איך נישט מיינע קינדער 'אליינס' אנרופן קול מבשר. די קינדער ווייסן אז אויב זיי ווילן הערן די "פורים אפטיילונג" אדער "נייע טעיפס" אדער "שטענדיג מוזיק", מוז דאס קומען מיטן בעטן רשות, און די עלטערן האלטן אן אויער מען זאל נישט אליינס מישן גארנישט

דו ביסט פון מיינע מענטשן אדער איך פון דיינע, גענוי אזוי ווי דו פירסט דיך גייט עס ביי מיר אינדערהיים אויך מיט קול מבשר.
אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Alien »

ווענד זיך די עדזש.
Alien
פה לבנה יצ"ו
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

מיין מיינוג איף איטס רעליווענט, קינדער האבן נישט וואס צו זיכען ביי קיין פאון ליינס.. נישט ביי קול מבשר און נישט ביי קול סאטמער און ביי קול באבוב..

איך האב צוגעוויינט ביי מיר אין שטוב אז א פאון איז געמאכט צו רעדן פון איינער צום צווייטען, דרשות הערט מען אויף א סידי, נייעס ליינט מען אינעם נייעס באריכט, און תורה לערענט מען אין א ספר.. אבער א פאון אויף נישט צו רעדן איז נישט אקסעפטעבעל..

אמת אז קיין גרויסע קינדער קען מען נישט פייטען דערויף, אבער אויב געוויינט מען זיי צו פון די יוגענט איז גרינגער.

איך ווייס פון טאטעס וואס רייסען זיך די האר פון קאפ זיכענדיג אוועק צו שלעפן זייערע קינדער פון זיצען שעות אויפן טעלפאון.. און איין נומבער ברענגט א צווייטע...

לדעתי זענענן אלע טעלפאון ליינס אינעם זעלבען קאטעגאריע, און קול סאטמער אדער סיי וועלכע אנדערע חסידות איז פינקט אזוי שלעכט ווי קול מבשר.
לעצט פארראכטן דורך מחותן אום פרייטאג אוגוסט 08, 2014 1:32 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

אזוי האט טאקע דער גור'ער רבי געזאגט וועגן סעלפאונס. סעלפאונס זענען געמאכט צו רעדן און נישט אויף צו זיין קאמפיוטערס.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4654
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

אונז טאטע'ס וואלטען פינקט אזוי געהערט קול מבשר,
נאר וואס דען?? די אינטערנעט איז בעסער!
אונזערע קינדער האבן דאך נישט קיין אינטערנעט הערן זיי האט ליינ'ס
ווען איינער זאל אוועק שלעפען איינעמ'ס פאון ווייל ער קוקט אויף די אינטערנעט וועט עהם יענער ווייסעך וואס טון.
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

פער בריסטאו האט געשריבן:אונז טאטע'ס וואלטען פינקט אזוי געהערט קול מבשר, נאר וואס דען?? די אינטערנעט איז בעסער!
אונזערע קינדער האבן דאך נישט קיין אינטערנעט הערן זיי האט ליינ'ס, ווען איינער זאל אוועק שלעפען איינעמ'ס פאון ווייל ער קוקט אויף די אינטערנעט וועט עהם יענער ווייסעך וואס טון.


און דערפאר פאלט אוועק די חיוב פון חינוך??
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

מיר רופן נישט דעם נאמבער און כ'האף אז מיין קינד וועט עס נישט רופן
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

דער עולם שרייבט נישט פארוואס. מחותן איז די איינציגער וואס שרייבט דברים של טעם - אז מען הערט "בכלל" נישט גארנישט.

ווואס זאגן די אנדערע, פארוואס נישט? (ביי יעדעם געפעלט נישט עפס אנדערשט)

בעיקר וויל איך וויסן, אויב גייט מען אראפנעמען איינע פון די אפציעס, גייסטו עס יא לאזן הערן?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אפשר בין אך אנדערשט.....

אבער ווען מיין טאטע האט מיר געזאגט אויף עפעס ניין, איז מיר נישט שווער געווען "פארוואס טאטעס מעגען יא"? מיין טאטע האט מיר איינמאל געזאגט די כלל: "ווען מען איז שוין עלטער, איז די קאפ מער באזעצט, וועט מען נישט אזוי שנעל איבערגענומען און פארטראכט פון יעדע קלייניקייט, סא וועגן דעם מעגן טאטעס וויסען מער זאכען, און טאן מער זאכען", "א קינד איז נאך אינג, האסטו נאך נישט ערפארונג אין לעבן, ווערסטו שנעל פארטראכט פון יעדע קלייניקייט, און עס שטערט דאס לערענען"! אלע זאכען וואס "נאר טאטעס מעגן שמועסן" איז ביי מיר געווען "שרעקעדיגע זאכען" און מיט מיין אינג קעפעלע ווועט עס מיר אוועק נעמען די מנוחה.

איך האב עס פארשטאנען, און נישט געהאט קיינע קשיות מער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

מחותן האט געשריבן:מיין מיינוג איף איטס רעליווענט, קינדער האבן נישט וואס צו זיכען ביי קיין פאון ליינס.. נישט ביי קול מבשר און נישט ביי קול סאטמער און ביי קול באבוב..

איך האב צוגעוויינט ביי מיר אין שטוב אז א פאון איז געמאכט צו רעדן פון איינער צום צווייטען, דרשות הערט מען אויף א סידי, נייעס ליינט מען אינעם נייעס באריכט, און תורה לערענט מען אין א ספר.. אבער א פאון אויף נישט צו רעדן איז נישט אקסעפטעבעל..

אמת אז קיין גרויסע קינדער קען מען נישט פייטען דערויף, אבער אויב געוויינט מען זיי צו פון די יוגענט איז גרינגער.

איך ווייס פון טאטעס וואס רייסען זיך די האר פון קאפ זיכענדיג אוועק צו שלעפן זייערע קינדער פון זיצען שעות אויפן טעלפאון.. און איין נומבער ברענגט א צווייטע...

לדעתי זענענן אלע טעלפאון ליינס אינעם זעלבען קאטעגאריע, און קול סאטמער אדער סיי וועלכע אנדערע חסידות איז פינקט אזוי שלעכט ווי קול מבשר.

גם אני בחלומי כן
נאך מער, יעצט תשעה באב האב איך געוואלט אקויפייען מיין גרויסער אינגל האב איך געהאט א קלער אולי אים צו געבן הערן די תשעה באב פראגראם יעדע שעה א דרשה, און איך האב באשלאסן, איך לערן אים אויס, א דרשה השקפה וכו' הערט מען אויף א טעיפ/סידי נישט אויפן טעלעפאן, כ'האב אים געקויפט א סידי פון א גוטע דרשה און פיניש
קול מבשר אויב ווערט עס אן עדיקשען איז עס א חורבן, מ'קען זיצן שעות דערויף און נישט פערטיג ווערן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

שמעלקא טויב האט געשריבן:מיר רופן נישט דעם נאמבער און כ'האף אז מיין קינד וועט עס נישט רופן
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

ענדע צדיק! האט געשריבן:דער עולם שרייבט נישט פארוואס. מחותן איז די איינציגער וואס שרייבט דברים של טעם - אז מען הערט "בכלל" נישט גארנישט.

ווואס זאגן די אנדערע, פארוואס נישט? (ביי יעדעם געפעלט נישט עפס אנדערשט)

בעיקר וויל איך וויסן, אויב גייט מען אראפנעמען איינע פון די אפציעס, גייסטו עס יא לאזן הערן?

איך האלט - ווי רוב אנדערע - אז ס'איז נישט גוט פאר קינדער צו ליגן אין נייעס. ווען איך בין געווען א קינד האב איך נישט געוואוסט גארנישט אויסער געזעהן האלבע ווערטער אין איד איינמאל א וואך, און ס'איז זיכער אז וואס ווייניגער שטותים עס גייט אריין אין קאפ אלס מער תורה האט דארט פלאץ, און וואס זאל א טאטע זיך וואונטשן אויף זיין אינג קינד אויב נישט אז זיין קאפ זאל זיין רייף צו לימוד התורה.

לגבי דיין צווייטע שאלה, קען זיין אז ווען ס'איז נישט דא קיין פאליטישע נייעס-קנעפל וואלט איך ליבערשט געלאזט א קינד הערן.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

יוסף שרייבער האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:מיר רופן נישט דעם נאמבער און כ'האף אז מיין קינד וועט עס נישט רופן
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

די וואס שרייבון אז זיי רופן נישט, איז עס בשיטה, צו פשוט וואטסעפפ איז אינטערעסאנטער?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”