מאמענט מאגאזין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

פארפאלן. זייער פראנט קאווערס זענען איינס אין דער וועלט.
נאך איינער

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

לויטן פראנט קאווער קען מען ערווארטן אן אשכול אפשליסיג קימענדיגען וואך, ברויך מען זען ארייו צי כאפן,
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

נאך איינער האט געשריבן:לויטן פראנט קאווער קען מען ערווארטן אן אשכול אפשליסיג קימענדיגען וואך, ברויך מען זען ארייו צי כאפן,

;l;p-
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6415
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

נאך איינער האט געשריבן:לויטן פראנט קאווער קען מען ערווארטן אן אשכול אפשליסיג קימענדיגען וואך, ברויך מען זען ארייו צי כאפן,

:lol:
משוגע מטארע וואס גייט פאר מיט אונז, יעדע דריטע סובזשעקט איז קאנטראוועארשל...!!!!

אז מען רעדט שוין פון די מאמענט האב איך שוין לאנג א שאלה אויף די גראפיקס, אסאך זאכן שטערט מיך (ווי למשל לייגן די ערשטע פעידזש פון א ארטיקל מיט ווייסע ווערטער אויף שווארצע בעקגראנד), אבער א מאדנע זאך פאס איך אויף יעדע וואך, ביי די "קרישקעלעך" מער צום סוף, זענען די ארטיקלען איינגעטיילט מיט מאדנע קאלירן און מאדנע געשניטן (כווייס נישט ווי אזוי עס מסביר צו זיין, נעם סיי וועלכע מאמענט אויסגאבע און גיב א קוק, איז עס נישט אביסל Wיערד?)
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10742
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

סאבאבא האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:דער זושא ארטיקל איז לדעתי די היט פון מאמענט, א ארטיקל מלא תוכן און עקסטרעם גוט געשריבן.

-----

קריטיק איז נישט אויסגעשלאסן, אדרבה סאיז א וויכטיגע זאך, אבער מיט אחריות און אנע שנאה.

1. לדעתי איז דער עיקר פראבלעם פון די זושא ארטיקל לאו דווקא א 'רוחניתדיגע/היימישע/חסידישע'. דער פראבלעם איז אז אזא ארטיקל איז חוזק געמאכט פון די איטעליגענציע פון די ליינער.יא יא, די סארט פאפאליסטישע לאזונגען פון צוויי היפיס וואס קומען 'מגלה זיין די אור החסידות' און 'קאנעקשאן טו השם' איז מער פאסיג פאר די מער תמימותדיגע ענגלישע עמי און משפחה ליינער, די מאמענט ליינער קויפן נישט אפ אזוי שנעל די לאקשן..

2.די צווייטע נקודה אין פראבלעם וואס איז דא אז די צוויי חברה זענען נישט קיין היימישע (היימיש גערעדט..) און אזא ארטיקעל געבט אין א געוויסע וועג א לעגיטימאציע פאר אט די היפיס אין זייער שיטה. ס'נישטא מער גערעכטע קריטיק ווי דאס . זיי ' פארדינען טאקע רעספעקט אלס אידען' , אבער ס'האט נישט קיין קשר, די ווילסט נישט מ'זאל אנהייבן באשרייבען כל מיני אידן מיט שיטות שונות ומשונות בלויז ווייל זיי זענען אידען אדער זיי זענען בעלי תשובות, רייט?

אה מ'האט שוין נאך 4 מאל פארעכטן.
אבער יאפס צו די לעצטע הגאה בין איך 100 פראצענט מסכים..
הגם ס'איז גאנץ א שיינע ארטיקל (אפשר שפעטער וועל איך אריינקומען מיט א קורצע ריוויא איבערן גאנצען מאמענט..) אבער די זושא ארטיקל ווי מ'לייגט אראפ ווי ממש דא זענען די צוקניפטיגע ממשיכי דרך הבש"ט דאס האט מיר זייער געבאדערט..
ס'איז אזא מצב ווי למשל קולמא ברענגט זיי נישט ארויף, ווייל זיי ווייסן אז רובא דרובא פון זייערע צוהערער הערן זיי נישט אויס..
און לגבי די קריטיק, לענ"ד מעג מען ארויסברענגען די קריטיק, (פארשטייט זיך נישט סתם קריכן אויף די ווענט צו טרעפן, נאר עכ"פ דא אין די אשכול מעג יעדער ארויסברענגען זיין מיינונג..) אין די מאמענט שפארט זיך נאך נישט צו, (און ווי מאנכע דריקן זיך אייביג אויס אז די מאמענט האט דאך ליב ווען מ'רעדט פון זיי..)
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

מחצה''ק האט געשריבן:איך ווייס אז די מאמענט האט זיך געמיטשעט מיט טרעפן אינטערוויוס מיט רבנים אויף די יו''ט
סא בעצם קען מען נישט האבן קיין טענות
אדרבה האט איינער א געדאנק זאל ער גיין זאגן דעם מאמענט איך גלייב זיי וועלן אויסהערן
במציאות איז גרינגער צי מאכן א אינטערוויא מיט א זינגער ווי מיט א רב

קיין תירץ. כגלייב נישט אז דאס איז געווען דער פראבלעם.

ווען איך דרייוו א פליגער קענסטו אויך נישט האבן קיין טענות פארוואס עס קראכט, איך קען פשוט נישט!
דאס איז וואס א מאגאזין דארף קענען דעליווערן און אויב דו קענסט נישט גיי אהיים און פארטיג. קיינער הייסט דיך נישט ארויסקומען בכלל.

איך גלייב אז עפעס א טעכנישער פראבלעם איז דא געווען ווייל זיי האבן א רייכן רעקארד פון מעכטיגע יו"ט אויסגאבעס
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

איך האב זייער הנאה געהאט פון די מאמענט ארטיקלען, און פון די זושא באנד אויך.

אבער איין טענה ערלויב איך מיך צו האבן. ווילסט באשרייבן צוויי מאדנע כאראקטערן אינעם נגינה וועלט, זייער שיין. אבער ביטע, ברענג מיר נישט נאך וואס זיי זאגן איבער די 'ריכטיגע' מהלך און דרך החסידות... שנייד ביטע אויס די פאר פאראגראפן.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6415
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

נעכטן געליינט די זושא'ס, איך זע וואס עס קרענקט דעם עולם.
אבער איך זע נישט די גרויסע חילוק פון ווען זיי באשרייבן א בעל תשובה אדער א גר צדק, סך הכל ברענגען זיי ארויף יענעמ'ס פערספעקטיוו און עס מיינט נישט אז דו דארפסט עס מקבל זיין, זיי זענען נישט דיין מורה דרך, איז וואס גייט דיך אן צו הערן זייער בליק?
און איך האלט שטארק איבער די חלק וואס זיי שרייבן אז "א מענטש זאל זיין זיך זעלבסט" דארף א שטארקע תיקון אין אונזער געמיינדע ווי מען לעבט נאר פאר יענעם, און מען מעג עס הערן.
איך האלט אז מען קאכט אויף א שטורעם אין א טעפל עפל דזשוס.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך האלט אז מען קאכט אויף א שטורעם אין א טעפל עפל דזשוס.

דא שטייט אז עפל דשוס קען עקספלאדירן... אן ערנסטע שטורעם
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

ברוך וויינשטאק׳ס פעדער׳ל טריפט גאלד. א מין געשמאק.

די ׳איש׳ סעריע וועפט נישט אויס. א היט.

-
אוועראל איז געווען ווייניגער וואס צי ליינען אן מאמענט ווי יעדע יו״ט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:נעכטן געליינט די זושא'ס, איך זע וואס עס קרענקט דעם עולם.
אבער איך זע נישט די גרויסע חילוק פון ווען זיי באשרייבן א בעל תשובה אדער א גר צדק, סך הכל ברענגען זיי ארויף יענעמ'ס פערספעקטיוו און עס מיינט נישט אז דו דארפסט עס מקבל זיין, זיי זענען נישט דיין מורה דרך, איז וואס גייט דיך אן צו הערן זייער בליק?
און איך האלט שטארק איבער די חלק וואס זיי שרייבן אז "א מענטש זאל זיין זיך זעלבסט" דארף א שטארקע תיקון אין אונזער געמיינדע ווי מען לעבט נאר פאר יענעם, און מען מעג עס הערן.
איך האלט אז מען קאכט אויף א שטורעם אין א טעפל עפל דזשוס.

באשרייבן א מענטש איז איין זאך. ברענגען עקסטערע פאראגראפן ווי זיי לייגן אראפ וויאזוי מען דארף זיך פירן איז שוין א שטאפל ווייטער וואס מענטשן גלייכן נישט
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

נישט ווי יעדעם האט געשריבן:האט איינער דא קליפס פון די "זושא" חברה ?
כ'וויל וויסן ווי אזוי זיי זינגען נאכן עס לייענען

?
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

כאפט א רייזע מיטן סובוועי...
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:כאפט א רייזע מיטן סובוועי...

נישט אין פלאן
זענען זיי נאכנישט געווען דא אויף קליפס ?
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:כאפט א רייזע מיטן סובוועי...

:shock:
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17522
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:כאפט א רייזע מיטן סובוועי...

שיגענער די... !
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10742
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

סוכות מעגא אויסגאבע ריוויא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

אקעי מיין קורצע מאמענט ריוויא..

קודם לאמיר גיין די גוטע חלקים...

ראשית כל א פרישקייט אין מאמענט, ווען כמעט די גאנצע מאמענט איז פון די גאר געלונגענע שרייבער מנשה רייך... וואס ער האט גאר א געשמאקע שפראך, (טאקע..) נישט קיין אויפגעקלערטע ווערטער, נאר מער אזא רעדן שפראך וואס ליינט זיך גאר פליסיג... און קודס צו מנשה! עקסטער הנאה געהאט פון יעדען ארטיקל...

יעצט קודם די ערשטע (מעין) ארטיקל מיט די פאטא-גראפיגער איז גאר רייך און תוכנדיג, כ'האב ממש געשטוינט פון אזוי געהויבענע איד (און טאקע מיט א בייק..) זייער שיין און רייך.. אונטערסאנט וויאזוי איינער האלט זיך אזוי (אן עסן געהעריג נאכטמאל) #בעסטע אויסצייכענונג נאר דא..

ברוך וויינשטאקס וויזיט אין ווילי איז זייער אינטערסאנט (הגם מ'זעהט אז ער איז נישט קיין היזיגע תושב און ער שרייבט בעיקר נאך וואס ער זעהט אלץ גאסט.. ווי למשל צו לייגן א בילד פון די נאסטרענד בילדונג און פון די נייע סאניטעישאן בילדונג אלץ מ'זעהט אז ווילי בויט איז נישט אין פלאץ, בעסער לייג פון דושינסקי אויף וואולבויט וכדומה, און אזוי אויך ביי נאך אפאר פלעצער האט זיך עס געפילט אזוי...) אבער יא זיין שריפט איז איינס אין די וועלט.. און יאפס זייער שטארק הנאה געהאט..

די סוכות'לעך אינטערוויאס איז גאר שיין און רייך.. הנאה געהאט פון יעדע אינטערוויא עקסטער...

די טוסאן גלות באזוך איז אויך זייער אינטערסאנט הגם נישט אזוי שטארק און לאנג ווי זיינע פאריגע (אזוי אויך נישט די היסטאריע) אבער יא אלי' יואל מיט זיין פעדער'ל (און רעקל..) איז געווען זייער ליינבאר און אינטערסאנט.

יעצט לאמיר גיין צו די זושא, ווי געשריבן אויבן הרב אליעזר ראזען מיט זיין פעדער'ל דארף נישט מיין הסכמה אבער די ארטיקל לענ"ד וואלט יא געדארפט מיין הסכמה (און ער באקומט עס נישט..) אביסל מער האב איך שוין געשריבן אויבן, און איך קוק עס אן אז פונקט אזוי ווי קולמא האט נישט קיין אינטערוויא מיט זיי.. אגעין רוב רובו ליינער'ס וואלטן נישט געהערט און געזעהן א קליפ פון זיי... אבער לגבי די ארטיקל גופו האט הרב ראזען אראפגעלייגט א מאסיווע ארבעט אזוינס וואס נאר ער קען.....

פארט העלמיטאן ארטיקל איז מיר געווען א חידוש, הגם כ'כאפ נאכנישט ווען פונקטליך מ'ניצט עס, און באזונדער איז מיר נאך א חידוש וויאזוי מ'קען ארויסשיסן קאנאנען בשעת קארן פארן אפאר פיס ארויף..

יצחק עקשטיין איז אינטערסאנט יעדע וואך עקסטער און ווי מער קעראקטערס איז אלץ מער אינטערסאנטער...

פנחס האפמאן'ס מאמענטן איז גאר רייך אייביג, און פון מיין פעיווערדס אין די מאמענט (הגם כ'האב שוין געשריבן די לעצטע פאר מאל אויך אז לענ"ד ביי א מעגא אויסגאבע דארף זיין א גאנצע מעשה און נישט נאר א פארזעצונג (הגם כ'פארשטיי אז זיי מיינען דא ביזנעס אז זאלסט עס קויפן די נעקסטע מאל....)

די איש סעריע (ווי שוין געשריבן ביי די לעצטע פאר מעגא נומערן) אינטערסירט מיר זייער נישט.. (ס'קען זיין אז ס'איז אינטערסאנט און ס'ליגט גאר אסאך ארבעט, אבער כ'קען נישט ליינען זאכן וואס כ'ווייס אז געלונגענע שרייבר'ס טרייען צו שפינען און אויפטראכטן) #מיין מיינונג

טאליבאסטאן - טראמפ - און די טאראנעס באשרייבונגען, איז געווען אינטערסאנט אלץ א נייעס אויס, אבער ס'איז נישט דאס וואס כ'וויל ליינען וועל איך ליג סוכות נאכמיטאג אין די סוכה...

די מאלעריי קונסט האט מיר אויך עפעס נישט געצויגען ווייס כ'נישט פארוואס..

יואל גליק מיט זיינע ביידע זייטן זענען ווערטערלאז.. אזוינס וואס נאר א נשמה פון ארט קען... ווער רעדט נאך די ווערטער עפעס שפראכלאז..

אוואו קען מען פארגעסן פון די כאוואליעס וואס ברוך וויינשטאק דעליווערט אונז וועכענטליך.. סארא כאוואליעס.. עס ברויזט און טאנצט יעדע עקסטער..

און ווי אויבן געשריבן ס'האט געפעלט נאך אזא איינס אדער בעסער צוויי הויפט ארטיקלען וואס זאלן זיין גרויס אויפן דעקל (און טאקע נאר די פעינטונג האט געטראפן דאס פלאץ אויף דעם)

און אזוי אויך די עדס יעדע צווייטע בלאט האט זייער געשטערט....

כ'האב ארויסגעקוקט צו האבן נאך אזא ארטיקל- לען פון הרב אליעזר ראזען און חנוך (הגם יאפס זיי האבן אונז אהערגעשטעלט אין די פאר ואכן פאר סוכות גאר שיינע זאכן ווי שלמה באכנער, מאיר ברוך, און יואל פליישמאן...) אבער אוואו זענען זיי געווען סוכות ווען נאכן בשר ויין וויל מען צוליינען עפעס א זאפטיגס ?

דאס איז אין קורצן מיין ריוויא
סך הכל הנאה געהאט פון א שיינע פאר ארטיקלען- אינטערוויאס
אבער ס'האט געפעלט היבש.. נישט געווען קיין שלימות..

עניוועי כ'זעה אז ס'איז דא א פרישע מאמענט אויף שבת (שכח טאקע פארדעם) און ס'זעהט אויס זאפטיגס סא כ'בלייב ווייטער א פארברענטע מאמענט אנהענגער..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שלשה אחים
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 11:09 am

Re: מאמענט פר׳ בראשית תשפ״ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלשה אחים »

שלשה אחים האט געשריבן:מאמענט פר׳ בראשית תשפ״ב

ער האט זיך געמוטשטעט מיט דיסלעקציע, אבער דער חסרון איז אים צום סוף געווען א טובה וואס האט אים געהאלפן זיך דערגרינטעווען צו א ווירקזאמער מהלך אין שלום בית וואס ער האט שוין אויסגעלערנט פאר מער ווי 3,000 חתנים און יונגעלייט. ליינט דעם אויסשליסליכן אינטערוויו מיט הרה״ח המפורסם רבי יעקב משה גאנץ שליט"א פון וויליאמסבורג אין “מאמענט” פון היינטיגער וואך פרשת בראשית. אֶעֱשֶׂהּ לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ

קליפ אויף גוגל דרייוו
קוק אהער
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 8:50 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אהער »

שלשה אחים האט געשריבן:

אקעי…. כ׳מיין וואס איז נעקסט??

א סעריע פון חתן רבי׳ס וואס זאל לויפן וועכענטליך??

אנטשולדיגט, אבער כ׳מיין זיי האבן איבערגעטרעטן דעם שטריק מיט דעם,

מאכט נישט קיין טראפ סענס צו באשרייבן אין פאבליק
Doesn’t sound good to me
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

קוק אהער האט געשריבן:
שלשה אחים האט געשריבן:
שלשה אחים האט געשריבן:מאמענט פר׳ בראשית תשפ״ב

ער האט זיך געמוטשטעט מיט דיסלעקציע, אבער דער חסרון איז אים צום סוף געווען א טובה וואס האט אים געהאלפן זיך דערגרינטעווען צו א ווירקזאמער מהלך אין שלום בית וואס ער האט שוין אויסגעלערנט פאר מער ווי 3,000 חתנים און יונגעלייט. ליינט דעם אויסשליסליכן אינטערוויו מיט הרה״ח המפורסם רבי יעקב משה גאנץ שליט"א פון וויליאמסבורג אין “מאמענט” פון היינטיגער וואך פרשת בראשית. אֶעֱשֶׂהּ לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ

קליפ אויף גוגל דרייוו

אקעי…. כ׳מיין וואס איז נעקסט??

א סעריע פון חתן רבי׳ס וואס זאל לויפן וועכענטליך??

אנטשולדיגט, אבער כ׳מיין זיי האבן איבערגעטרעטן דעם שטריק מיט דעם,

מאכט נישט קיין טראפ סענס צו באשרייבן אין פאבליק
Doesn’t sound good to me

וויאזוי איז מעגליך צו קאמענטן אויף אן ארטיקעל פארן ליינען?
קוק אהער
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 8:50 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אהער »

איך קאמענטיר אופן קליפ אנטשולדיגט
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

קוק אהער האט געשריבן:
שלשה אחים האט געשריבן:
שלשה אחים האט געשריבן:מאמענט פר׳ בראשית תשפ״ב

ער האט זיך געמוטשטעט מיט דיסלעקציע, אבער דער חסרון איז אים צום סוף געווען א טובה וואס האט אים געהאלפן זיך דערגרינטעווען צו א ווירקזאמער מהלך אין שלום בית וואס ער האט שוין אויסגעלערנט פאר מער ווי 3,000 חתנים און יונגעלייט. ליינט דעם אויסשליסליכן אינטערוויו מיט הרה״ח המפורסם רבי יעקב משה גאנץ שליט"א פון וויליאמסבורג אין “מאמענט” פון היינטיגער וואך פרשת בראשית. אֶעֱשֶׂהּ לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ

קליפ אויף גוגל דרייוו

אקעי…. כ׳מיין וואס איז נעקסט??

א סעריע פון חתן רבי׳ס וואס זאל לויפן וועכענטליך??

אנטשולדיגט, אבער כ׳מיין זיי האבן איבערגעטרעטן דעם שטריק מיט דעם,

מאכט נישט קיין טראפ סענס צו באשרייבן אין פאבליק
Doesn’t sound good to me

יעדער איינער האט זיך זיין שטריקל וואס דער מאמענט ציט איבער פון צייט צו צייט

הגם אז אויב דו וואלסט געקענט מסביר זיין וואס דיין פראבלעם וואלט געווען מיט א וועכנטליכע סעריע פון חתן רבי'ס וואלט דאס געווען א גוטע איידיע, אפשר נישט אויף איבערצייגן אנדערע אבער כאטש אויף דאס פארשטיין
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
קוק אהער
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 8:50 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אהער »

איך פיל נישט ווי דאס איז א נושא וואס דארף געשריבן ווערן אין public,

קען זיין נאכן ליינען העליך טוישן מיין גאנצע בליק דערויף,
כ׳זאג נאר ווי ס׳קוקט מיר אויס כרגע,
Just my opinion
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

קוק אהער האט געשריבן:איך קאמענטיר אופן קליפ אנטשולדיגט

וואס איז די פראבלעם מיטן קליפ?
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

Programming האט געשריבן:יעדער איינער האט זיך זיין שטריקל וואס דער מאמענט ציט איבער פון צייט צו צייט

הייליג ווארט!!
פוצה פה ומצפצף
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”