"מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טשעירמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך טשעירמאן » מיטוואך מאי 05, 2021 1:09 pm

די וואך דארף מען -מן הסתם- פארדעם הערן קול מבשר סזאל זיין אינטערסאנט די הויפט ארטיקעל..
ווי איך פארשטיי א געווענליכער וואך ווערט עס אויס אינטערסאנט אויב האלט מען מיט אלע נייעס אויף קולמע

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6486
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך eller » מיטוואך מאי 05, 2021 1:31 pm

הקיצור איינער וואס וויל נישט ליינען איבער די טראגעדיע האט נישט וואס צו עפענען די מאמענט די וואך..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

אוועטאר
טשעירמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך טשעירמאן » מיטוואך מאי 05, 2021 1:52 pm

eller האט געשריבן:הקיצור איינער וואס וויל נישט ליינען איבער די טראגעדיע האט נישט וואס צו עפענען די מאמענט די וואך..

קענסט שוין אויך ארויפלייגען קול מבשר אונטערוואויס און גאנץ מעגליך אייוועלט.. קוק וועלכע אשכולות זענען אקטיוו יעצט

אוועטאר
מתמודד
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2020 5:15 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך מתמודד » מיטוואך מאי 05, 2021 1:56 pm

קוקט אויס ווי סנישטא וואס צו ליינען די וואך. [חוץ דעם וואס מיין אידענע האט געאסרט צו דערמאנען סיי וואס איבער סיי ווי אין מיטל מזרח אויס מורא זיך צו דערמאנען פון מירון....]
אני גאה להתמודד עם ההתמודדיות שהשם מודד לי!

עכט היימיש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3510
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך מאי 05, 2021 2:01 pm

מתמודד האט געשריבן:קוקט אויס ווי סנישטא וואס צו ליינען די וואך. [חוץ דעם וואס מיין אידענע האט געאסרט צו דערמאנען סיי וואס איבער סיי ווי אין מיטל מזרח אויס מורא זיך צו דערמאנען פון מירון....]

פראבירסט מיט דער תגובה צו אפשלאגן מיין אויפדעקונג?
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
מתמודד
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2020 5:15 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך מתמודד » מיטוואך מאי 05, 2021 2:11 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:קוקט אויס ווי סנישטא וואס צו ליינען די וואך. [חוץ דעם וואס מיין אידענע האט געאסרט צו דערמאנען סיי וואס איבער סיי ווי אין מיטל מזרח אויס מורא זיך צו דערמאנען פון מירון....]

פראבירסט מיט דער תגובה צו אפשלאגן מיין אויפדעקונג?

וואס עפעס? כהאב סאך טיפערע כוונות....קודם אנצוזייען א קאלטקייט צו מירון ביים עולם, פון דארט ביז דער עולם וועט אומבאוויסטזיניג גיין צו רעב שייעלע איז א קאצן שפרונג, און אין קערעסטיער וועלן אפווארטן א פלאטע פערד און וועגענער אפצוטראגן דעם עולם מיט געוואלד קיין גואטעמאללע.....
אני גאה להתמודד עם ההתמודדיות שהשם מודד לי!

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך בלא בלא בלא » מיטוואך מאי 05, 2021 2:34 pm

מתמודד האט געשריבן:קוקט אויס ווי סנישטא וואס צו ליינען די וואך. [חוץ דעם וואס מיין אידענע האט געאסרט צו דערמאנען סיי וואס איבער סיי ווי אין מיטל מזרח אויס מורא זיך צו דערמאנען פון מירון....]

ס'איז א אלטע זאך אז אין קהלת לב טהור טאר מען נישט רעדן פון ארץ ישראל און ציונים...

קיין חידוש..

אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך נישט ווי יעדעם » מיטוואך מאי 05, 2021 2:43 pm

בלא בלא בלא האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:קוקט אויס ווי סנישטא וואס צו ליינען די וואך. [חוץ דעם וואס מיין אידענע האט געאסרט צו דערמאנען סיי וואס איבער סיי ווי אין מיטל מזרח אויס מורא זיך צו דערמאנען פון מירון....]

ס'איז א אלטע זאך אז אין קהלת לב טהור טאר מען נישט רעדן פון ארץ ישראל און ציונים...

קיין חידוש..

נו גילו :lol: :lol:

אוועטאר
מתמודד
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2020 5:15 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך מתמודד » מיטוואך מאי 05, 2021 2:43 pm

אבער צו פארבאטן צו רעדן פון אונזערע אליאירטע איראנער ברודער איז נישט מעשים בכל יום...
אני גאה להתמודד עם ההתמודדיות שהשם מודד לי!

מסתמא
שר חמש מאות
תגובות: 814
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך מסתמא » מיטוואך מאי 05, 2021 3:13 pm

בלא בלא בלא האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:קוקט אויס ווי סנישטא וואס צו ליינען די וואך. [חוץ דעם וואס מיין אידענע האט געאסרט צו דערמאנען סיי וואס איבער סיי ווי אין מיטל מזרח אויס מורא זיך צו דערמאנען פון מירון....]

ס'איז א אלטע זאך אז אין קהלת לב טהור טאר מען נישט רעדן פון ארץ ישראל און ציונים...

קיין חידוש..

:lol: :lol: ביג דיעל..

כהאב געזעהן אין די אלטע כתבים פון קהילת לב טהור אז מדארף שלאגן די רעבעצין אלץ שמאל דוחה..

זיי שרייבן דארטן "כידוע שרבינו הקדוש מ' היכה כמה פעמים את אשתו וכו'"

(ווער סכאפט נישט קיין סארקאזם קען אויסלאזן די תגובה)

דורך געטראכטער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך דורך געטראכטער » דאנארשטאג מאי 06, 2021 6:03 pm

איך גיי שרייבן א לענגערס, די מאמענט דארף קריטיק און אויך קאמפלימענטס.

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך בלא בלא בלא » דאנארשטאג מאי 06, 2021 6:05 pm

דורך געטראכטער האט געשריבן:איך גיי שרייבן א לענגערס, די מאמענט דארף קריטיק און אויך קאמפלימענטס.

מיר ווארטן מיט שפאנונג

דורך געטראכטער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך דורך געטראכטער » דאנארשטאג מאי 06, 2021 8:41 pm

איך האב נאכנישט געליינט די פלוס
קודם כל אויף די געווענליכע מאמענט
די דעקל איז פיין
בריוון - קריטיק, איינער שרייבט א בריוו קעגן די לב טהור ארטיקל, נישט גענוג אז די מאמענט האט נישט אריינגעלייגט א געהעריגע אנטשולדיגונג האבן זיי אפילו נישט רעגאירט אויף די בריוו, זיי וואלטן זיך אביסל מער געמעגט רעכענען מיט זייערע ליינער.
די לוחות איז אייביג ערליך און שיין
גאסט עדיטאריעל פון הרב לאבין איז אויסערגעווענליך, אמת, כהאב עס געדארפט איבערליינען צוויי מאל צו פארשטייין, אבער זיינע ווערטער זענען גאלד, סיי די געדאנק די חילוק פון אהבה און כבוד סיי די וועג וויאזוי ס'איז געשריבן, מורא'דיג
עת לחנך איז אויך אייביג שיין מער א מוסר ספר, הערליך געשריבן
פענסטערלעך איז פון מיט אלי יואל עמאציעס קיינער געווינט עם נישט אין די פעלד
יש אומרים איז פיין שטארק ווארט פון ארי ווייזער
מנחם גאלדס דעטאלירטע כראנאלאגיע איז נישט אזוי דעטאלירט, אז דו נעמסט דיך שוין אונטער אויסצוקלארן די דעטאלן טו עס אינגאנצן מיט גוטע בילדער און אלעס
ברוך וויינשטאק פאעזיע, ער איז א נייע שטערן אין די מאמענט זייער זייער ציפעדיג
מציל נפשות אויך ברוך וויינשטאק איז שרעקעדיג, גוט געשריבן
ר' יואל המציל אויך מנחם גאלד אינטערעסאנט שרעקעדיג און גוט געשריבן
נשמה ליכט שמעון שטרייכער איז ייער גוט קורץ און פיין
מכיר בניסו צום דריטן מאל וויינשטאק עס איז זייער זייער גוט, סיי שרעקעדיג סיי חיזוק
פחד יצחק עקשטיין איז זייער אינטערעסאנט, ניעע דעטאלן, אויך ער נעמט אראפ די שולד פון הצלה, איך גלייב עם. איך האב בכלל ליב וויאזוי ער שרייבט
ר' טוביה מאיר ליין איך נישט אייביג
פנחס גלויבער ווייזט אונז כסדר נייע פלעצער אין ארץ ישראל, ער האט פאן דארט, ער איז פארשטייטזעך אייזן שטארק, זיינע ווערטער זענען א פיעס אוו ארט
יואל גליק נשמה פארב בין איך א שטארקע חסיד איך ווייס נישט וואס ער איז א בעסערע שרייבער אדער מעלער, ער איז זייער גוט
מעקסיקאע געהיימניס קריכט שמיר שוין אויף די נערוון
סעניאר אבאנעל איז נישט מיין סטייל כאטש כקען פארשטיין אז מענטשן זאלן ליב האבן
האק און טשייניק ליין איך נישט עכט איך האב נישט ליב הומאר
אפענע שמועסן איז גאנץ פיין לעצטענס, א בילד מיט א אמתע נאמען וואלט עס ווען געמאכט אינטערעסאנט (כפארשטיי אז סשווער צו טרעפן מענטשן
שמעון יואל קליין שבת טיש איז הערליך כהאב עס זייער ליב צו ליינען שבת איך האב עס ליב צו פארציילן און די זאכן ביי די זייטן ס זייער זייער א גוטע ארבעט
מאמענטעלעך איז אמאל געווען אינטערעסאנטער פון צייט צו צייט פאלט אריין א גוט שטיקל
מאמעטאלע מאמענטן פנחס האפפמן איז אייביג קנאקעדיג געשריבן אבער נישט אייביג איז מיר די נושא אינטערסאנט
כוואליעס ברוך וויינשטאק איז עפעס מורא'דיג די וואך גראדע האט מיר קיין איין שטיקל נישט געכאפט אבער בכלל איז עס נישט נארמאל גוט

ע"כ דברי הרב

אנפין נהירין
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 2:01 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך אנפין נהירין » דאנארשטאג מאי 06, 2021 9:09 pm

ר יואל אשר לאבין האסט עס געלייגט אויף זיין טעליגרעם טשעינעל

איך טייל מיט א מאמר וואס איך האב געשריבן איבער מירון תשפ"א, געדרוקט די וואך אין די "מאמענט" אויסגאבע. איך האף אס עס וועט געבן חיזוק.
צוגעלייגטע
מחשבות על אסון מירון.pdf
(80.66 KiB) דאונלאודעד 157 מאל

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך בלא בלא בלא » פרייטאג מאי 07, 2021 12:07 am

דורך געטראכטער האט געשריבן:ע"כ דברי הרב

האסטעך געשריבן אז ס'גייט זיין קריטיק

מחצה''ק
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך מחצה''ק » פרייטאג מאי 07, 2021 12:10 am

האב איך מורא'דיג הנאה פון די שמועס מיט ר' הענדל ברייער ענדליך ווייסעך ווער אברהם רייכמאן מיט יושע העשיל היימאן איז....

בעל מדרגה
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך בעל מדרגה » זונטאג מאי 09, 2021 1:02 am

איינער האט א האנונג וואס איז געשען מיט ר’ שמעון שלמה זילבער’ס ארטיקל די וואך?

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך בלא בלא בלא » זונטאג מאי 09, 2021 1:33 am

בעל מדרגה האט געשריבן:איינער האט א האנונג וואס איז געשען מיט ר’ שמעון שלמה זילבער’ס ארטיקל די וואך?

וואלט ווען געפאסט אז ער זאל שרייבן איבער דעם תרפ''א אסון מירון

אוועטאר
no way
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:56 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך no way » זונטאג מאי 09, 2021 2:06 am

בלא בלא בלא האט געשריבן:
בעל מדרגה האט געשריבן:איינער האט א האנונג וואס איז געשען מיט ר’ שמעון שלמה זילבער’ס ארטיקל די וואך?

וואלט ווען געפאסט אז ער זאל שרייבן איבער דעם תרפ''א אסון מירון

Maybe after so much criticism he decided to quit ...
נישט מסכים!

SOME PEOPLE ARE SO POOR ALL THEY HAVE IS MONEY

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך מיט א פרישקייט » זונטאג מאי 09, 2021 9:58 am

מ'האט לכאורה געדארפט די פלאץ פאר טראגעדיע דעקונג. יעדע מאגאזין האט א געוויסע צאל בלעטער וואס מ'דרוקט א וואך.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך בלא בלא בלא » זונטאג מאי 09, 2021 2:51 pm

מיט א פרישקייט האט געשריבן:מ'האט לכאורה געדארפט די פלאץ פאר טראגעדיע דעקונג. יעדע מאגאזין האט א געוויסע צאל בלעטער וואס מ'דרוקט א וואך.

מאמענט איז געווען דיקער דעי וואך

אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך נישט ווי יעדעם » זונטאג מאי 09, 2021 3:08 pm

מחצה''ק האט געשריבן:האב איך מורא'דיג הנאה פון די שמועס מיט ר' הענדל ברייער ענדליך ווייסעך ווער אברהם רייכמאן מיט יושע העשיל היימאן איז....

;l;p- גא"מ

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6486
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך eller » מיטוואך מאי 12, 2021 4:55 pm

מיטוואך נאכמיטאג און קיינער האט נישט געברענגט די מאמענט......
ווי איז דער וואס ברענגט יעדע וואך פאר שלשה אחים ???
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

בן כלבא שבוע
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 22, 2018 11:25 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך בן כלבא שבוע » מיטוואך מאי 12, 2021 6:08 pm

eller האט געשריבן:מיטוואך נאכמיטאג און קיינער האט נישט געברענגט די מאמענט......
ווי איז דער וואס ברענגט יעדע וואך פאר שלשה אחים ???

:lol: :lol: :lol:
כ'האב מורא שלשה אחים האט פארלוירן זיין פאסטן אין די מאמענט...

Potus
שר חמש מאות
תגובות: 704
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך Potus » מיטוואך מאי 12, 2021 6:45 pm

eller האט געשריבן:מיטוואך נאכמיטאג און קיינער האט נישט געברענגט די מאמענט......
ווי איז דער וואס ברענגט יעדע וואך פאר שלשה אחים ???

נאכנישט געזען קיין ערגעץ כמיין אז סקומט ארויס מארגן


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט