מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

אחראי: יאנאש

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:מיר איז מער שווער די שיסל קענדיס דארט.
איי געס ס'איז דא חאלאקעס אדער האט די בכלל אכסניא געוואלט זיין נייס :)

דאס איז אנגעגרייט דא אין אמעריקא אין די זייט פאר די קינדער וואס קומען מיט די עלטערן, די קינדער באמערקן עס געווענטליך נאך פארן ליינען די קוויטל און זיי בעטן גלייך איינס און אויב איז דא שוועסטער ביים עק שטוב שיקט דער רבי צו טראגן פאר די שוועסטער, אזוי ווערט רוהיג אין שטוב און מקען לייענען

דער ברך משה האט געהאט גוטע לאליס, אלטס קינד פלעג איך אסאך בעטען מיין טאטען צו גיין צום ברך משה ער האט אלמעאל געהאט די ברייטע פלאטשיגע לאליס, און ער האט אויכעט געקענט גיבען צוויי, און אויב האט ער נישט געהאט איז ער ארויס פון צימער צו ברענגען.

יאפ, דענק איך װען אונז זעמיר ארײן, האט ער געזאגט מײן טאטען צו עפענען די קארנער שאפע, און ברענגען די צוקערלעך, װאױלע רבי געװען..
Rimnitz
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2017 3:14 pm

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rimnitz »

הכנות לשבת
אטעטשמענטס
IMG-20210611-WA0035.jpg
IMG-20210611-WA0035.jpg (156.72 KiB) געזען 5276 מאל
IMG-20210611-WA0032.jpg
IMG-20210611-WA0032.jpg (199.29 KiB) געזען 5276 מאל
IMG-20210611-WA0031.jpg
IMG-20210611-WA0031.jpg (275.17 KiB) געזען 5276 מאל
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

סאטמאר'ע נייעס האט געשריבן:*צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל*

און ווייטערדיגע באריכטן פונעם "מסע הקודש" פון הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין "אתרא קדישא מירון".

יום ו' עש"ק קרח ר"ח תמוז

*ויהי ביום השישי בהיות הבוקר ויחרד כל העם אשר במחנה*
ארום 6:45 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום "מעמד התעוררות" ביים ציון התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי "באתרא קדישא מירון", ווי די רבי האט משמיע געווען דברי אלוקים חיים דב"ק ודברי התעוררות בבכיות עצומות מיט א תפילה צו בוכ"ע בזכות התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי צו פויעלען ישועות ורפואות פאר כלל ישראל, -זעהט עקסטער די באריכט פון די פייערדיגע דברים חוצבים להבות אש ביי די פריערדיגע מעלדונגען- דערנאך ארום 7:05 האט מען אנגעהויבן אינאיינעם אויסזאגן "כל ספר תהילים" להפקד בדבר ישועה ורחמים, די רבי האט צוגעשיקט צום עמוד בנו בכורו מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א און ביי קאפיטל "ק"ל" האט די רב פארגעזאגט פסוק בפסוק בנוסח ימים נוראים ברוב התעוררות והשתפכות הנפש, -צוליב ר"ח האט מען נישט געזאגט די יהו"ר- מען האט געענדיגט ארום 9:05 און די רבי האט געליינט די קוויטלעך צווישן זיי די טויזענטער קוויטלעך פון די לומדי חבורת "יסודי התורה - תורתך שעשועי" בשעת מען זינגט נגוני התעוררות, ארום 9:35 האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד "אויסגעפויעלט אלעס גוטס" מיט כל מיני ישועות, שפעטער איז די רבי צוריק אנגעקומען אין מערה צו שחרית און צוגעגאנגען צו הלל און עולה געווען רביעי.

*לקראת שבת לכו ונלכה*
און די נאכמיטאג שעות האט זיך די רבי ארויסגעלאזט צום "עיה"ק צפת" ווי עס וועט פארקומען די גרויסע "שבת המרומם במחיצת הקודש" פאר די טויזענטער אנ"ש בארה"ק.

*גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך*
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

סאטמאר'ע נייעס האט געשריבן:*צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל*
אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!

*אכסוף נועם שבת המתאחדת*: מיט אן עקסטאזליכע הכנה דרבה גרייטן זיך אלפי אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר בארץ הקודש מיט א "חרדת קודש און א התרגשות והתרוממות עילאה" און מיט אן התלהבות דקדושה צו דעם "שבת המרומם במחיצת הקודש" פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בעיר הקודש צפת תובב"א.
א שבת וואס פארשפרעכט צו זיין א *שבת של התרוממות הנפש* ווי מען וועט זיך אנווארמען באורה הבהיר פון רבינו שליט"א ביי די הייליגע תפילות און די געהויבענע לעכטיגע טישן, שבת קודש בצל כנפיך יחסיון!!

*סדר וזמני השבת המרומם*

די תפילות ועריכת השלחנות וועלן פארקומען אינעם ריזן בנין פון "מוסד תומר דבורה".
זמן הדלקה"נ 7:18,
ביים זמן הדלקה"נ וועט אויפטרעטן הגה"צ ר' יואל רב דביהמ"ד בית ברוך בן כ"ק רבינו שליט"א מיט א דרשת הכנה,
מנחה 8:10,
ארום 2 שעה נאכן דאווענען וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אריינקומען צום עריכת שלחן הטהור,
שחרית ביום שב"ק 9:30,
שב"ק צופרי ביים "סעודת עתיקא קדישא" וועלן אנ"ש האבן די זכיה צו עסן אינאיינעם מיט רבינו שליט"א ווי עס וועט אויך אויפטרעטן מורינו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
שב"ק נאכמיטאג 6:30 וועט פארלערנען פרקי אבות הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש רב דביהמ"ד ישמח משה -חדב"ן,
מנחד און דערנאך די "דערהויבענע סעודת רעוא דרעוין" 20 מינוט נאכן זמן הדלקה"נ,
*לקראת שבת לכו ונלכה*

*במוצאי יום גילה*: מוצאי שב"ק וועט פארקומען די גרויסן מעמד "כינוס אנ"ש בארה"ק" אינאיינעם מיטן "סיום מס' יבמות" בחבורת יסודי התורה דקהלתינו הק' ברוב פאר והדר אין א פראכטפולע גיגאנטישן זאל בשכנות פון עיה"ק צפת, בתופים ובמחולות לכבוד שמחת התורה ולומדיה, כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט משמיע זיין די צענטראלן דברות קודש ודברי הדרכה פאר אנ"ש בארה"ק, *שישו ושמחו בשמחת התורה*

*גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך*
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

וואס איז געשעהן מיטן שאטער וואס איז געבויעט געווארן סמוך ונראה צום בית החיים?
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

IMG-20210611-WA0035.jpg
IMG-20210611-WA0035.jpg (125.94 KiB) געזען 4492 מאל

בית המדרש און צפת פאר די גרויסע שבת
אין עוד מלבדו
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

מי שברך האט געשריבן:
IMG-20210611-WA0035.jpg

בית המדרש און צפת פאר די גרויסע שבת


ווי איז מזרח דרום?
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

א נחת צו זען ווי אידן גרייטן זיך לעשות את השבת
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

סאיז א זאל אדער א גאנץ יעריגע ביהמ"ד?
אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1750
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייזן »

כבקרת רועה עדרו
דער רבי שליט"א שעפט אן עונג רוחני ביי די סדרי הלימוד לפני התפילה
פון די בחורי חמד תלמידי ישביתינו הקדושות פון ירושלים און בני ברק
unnamed - 2021-06-11T153107.921.jpg
unnamed - 2021-06-11T153107.921.jpg (79.62 KiB) געזען 4330 מאל
unnamed - 2021-06-11T153110.464.jpg
unnamed - 2021-06-11T153110.464.jpg (92 KiB) געזען 4330 מאל
unnamed - 2021-06-11T153051.662.jpg
unnamed - 2021-06-11T153051.662.jpg (75.7 KiB) געזען 4330 מאל
אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1750
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייזן »

9cc70e8d-c1cf-4443-86f5-c2453a8176da.jpg
9cc70e8d-c1cf-4443-86f5-c2453a8176da.jpg (172.78 KiB) געזען 4377 מאל
c715d724-5f43-4da6-97dc-a74edef737a5.jpg
c715d724-5f43-4da6-97dc-a74edef737a5.jpg (89.53 KiB) געזען 4377 מאל
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

מען גרייט אן די סעודת שבת. קוקט מיר אויס ווי עס ווערט אנגעפירט דורך די פריעד'ס.
2021-06-11.jpg
2021-06-11.jpg (155.73 KiB) געזען 4333 מאל
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

ווי איז די רבי אויף שבת?
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

אין וועלכע בית מדרש זענען די תפלות שבת?
דער רבי עסט מיטן עולם אדער פירט טיש עקסטער?
ווי קומט פאר דער טיש?
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

פרייזן האט געשריבן:
9cc70e8d-c1cf-4443-86f5-c2453a8176da.jpg
c715d724-5f43-4da6-97dc-a74edef737a5.jpg

ווער איז דעי יוד מיטן שטריימל אויפן ערשטן בילד וועם די רבי וואונטשט אן?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ר' חיים שלום קליין שליט"א, מזקני החסידים און פון די חשוב'ע אידן פון סאטמאר בני ברק
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
אויסגעשלאפן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 10:32 am

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעשלאפן »

גייט נישט די טישן זיין אינעם גרויסען טענט וואס מען האט אויפגעשטעלט?
שטענדיג "אויסגעשלאפן"
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ערהאלטן דעם בילד פון הארט פארן זמן אין א"י, אין א לעצט מינוטיגע אנטוויקלונג פירט רבינו שליט"א טיש ברחובה של עיר. פרטים ווייס איך נישט.


A86445F0-8155-44F0-A7D7-F8D82F422659.jpeg
A86445F0-8155-44F0-A7D7-F8D82F422659.jpeg (132.09 KiB) געזען 3678 מאל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
געב_מיר_כח
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 07, 2015 10:11 pm

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געב_מיר_כח »

שלש סעודות
אטעטשמענטס
20210612_223734.jpg
20210612_223734.jpg (151.62 KiB) געזען 3615 מאל
רבש"ע גיב מיר אביסעלע כח (קרעדיט דודי קאליש)
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

IMG-20210612-WA0019.jpg
IMG-20210612-WA0019.jpg (100.44 KiB) געזען 3211 מאל
אין עוד מלבדו
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

סיום
סיום
IMG-20210612-WA0005.jpg (188.75 KiB) געזען 3209 מאל
אין עוד מלבדו
Rimnitz
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2017 3:14 pm

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rimnitz »

*הדרא דלא אפשר למיפרט בשפוותא*

דאס איז דער טריקענער אויסדרוק אויפ'ן לעכטיגן און גאר דערהויבענעם שב"ק וואס אנשי שלומינו תושבי ארה"ק האבן זוכה געווען מיטצולעבן בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין עיה"ק צפת ת"ו

*בלי שום גוזמא!* ס'איז נישט מעגליך בכלל אראפצוגעבן אין די ראמען פון א באריכט דאס געהויבנקייט, דאס התרגשות, דאס הייליגקייט פונעם לעכטיגן שבת, אנגעהויבן פון די תפילות ליל שב"ק, דער געהויבענער שלחן הטהור ביז צו די פארטאגס שעה'ן, די תפילות יום שב"ק, דער הערליכער סעודת יום שב"ק אין שפיץ פון מרן רבינו שליט"א, דער התעוררות'דיגער סעודת רעווא דרעווין, די מעמד מרומם מוצש"ק ביים סיום רבתי אויף מסכת יבמות אינעם מסגרת יסודי התורה, *דיו אילו ימי וכל מי כנישותא זענען מיר נישט ביכולת דאס צו באשרייבן.*

פארט וועלן מיר לתועלת הציבור פרובירן צו באריכטן די בלויזע געשעהנישן און כיבודים וואס זענען פארלאפן דוירכאויס דעם שבת בצל הקודש.

פון דאנארשטאג נאכמיטאג האט מען שוין געזעהן סאטמארע חסידים זיך דרייען אין די געסלך בעיר העתיקה צפת ת"ו ווי ביי זיך אינדערהיים, ספעציעל די וועלכע זענען געקומען מיט זייערע משפחות, אבער דער גרויסער שוואונג האט זיך אהנגעהויבן פרייטאג אינדערפרי נאך תהלים, ווען דער גרעסערער חלק ציבור איז אריבער פון מירון קיין צפת, אידן פון אלע יארגענג און פון אלע שפעט בארה"ק האבן זיך געשלעפט מיט די רענצלך איבער די צפת'ער בערג מיט א געוואלדיגע תשוקה און שמחה, *"עפעס א קלייניקייט? מ'זעמיר זוכה צו א שבת מיטן רבין בלויז מיט אונז בני ארה"ק!!!!"* .

רבינו שליט"א זעלבסט איז אהנגעקומען קיין צפת שוין נאך די מקוה א האלבע שעה פארן זמן, דאס דאווענען איז פארגעקומען אין א היכל אינעם בנין פון תומר דבורה הארט נעבן דעם צפת'ער ביה"ח, ביים זמן הדלקת הנירות זענען זיך צוזאם געקומען אלע סאטמארע בחורים פון ירושלים און בני ברק צו א ספעציעלע דרשת הכנה פון הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, בערך א 3/4 שעה נאכן זמן ווען דער רבי איז אריינגעקומען אינעם היכל הביהמ"ד וואס איז געווען מלא על כל גדותיו האט דער רבי תיכף ציגעטרעטן צום עמוד צו הודו, די הרגשים פון יענע רגע וואלט מען נישט פארקויפט פאר כל הון בעלמא!

נאך מנחה האט מען געהערט קורצע אבער פלאם פייערדיגע דברי פתיחה פון הרה"ג ר' *מרדכי יאזשעף* שליט"א, מנה"ר ישיבה גדולה ב"ב, איבער די געגועים און תשוקה פון אונז תלמידי וחסידי רבינו שליט"א בארה"ק צו אבינו רועינו עט"ר שליט"א וכמים פנים אל פנים, און איבער דער תכלית והשפעה וואס מ'דארפ ארויסנעמען פון אזא זעלטענעם געהויבענעם שבת קודש.

צו קבלת שבת איז צוגעגאנגן הרה"ג ר' *יושע הערש יאזשעף* שליט"א מו"ץ דקהלתינו אין ב"ב, און מיט א התלהבות אש ובקולו הנעים האט ער אהנגעצינדן א פלאם פייער און אונזערע הערצער, א התרגשות'דיגע לכה דודי העכערן ציון הק' פונעם בעל לכה דודי, די ריקודין ביי בואו בשלום, ווען א האלבער עולם שטייט אויף די בענקלעך און טישן מיט די קינדער אין די הענט לראות את הצדיק בעבודתו, און דער רבי טאנצט בכל כוחו לכבוד שבת, אויסגעדרייט בלויז צו די רעכטע זייט כמנהג צפת אז מ'דאווענט צו דרום און צו בואו בשלום דרייט מען זיך צו מעריב, און מ'זינגט איבער דער ניגון נאכאמאל און נאכאמאל, אט דאס איז געווען א מחזה נורא צו געדענקן, דערנאך די פייערדיגע ריקודין *בר יוחאי* כמנהג מירון לכבוד התנא אלוקי, האט יעדן ארויף געטראגן אין די הויכע ספערן.

נאכן דאווענען איז דער גאנצער עולם אריבער 'גוט שבת זאגן', וואס האט גענומען א לענגערע צייט, דער ציבור איז אריין אין זאל עסן די סעודת שבת, ווען דערביי האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה *הגה"צ רב חדב"ן רב ד'ביהמ"ד אוהל פיגא שליט"א* , און מ'האט געזינגען זמירות שירות ותשבחות בדיבוק חברים.


צו די באשטימטע צייט איז דער גאנצער עולם ארויס אין הויף צום ספעציעל אויסגעשטעלטן שלחן הטהור. דער שטח האט זיך בליץ שנעל אנגעפילט עד אפס מקום אז ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס פירן טיש אויף דעם ארט איז געווען א באזונדערע סייעתע דשמיא כדי יעדער זאל האבן פלאץ.


האב'נדיג די מעלה אז דער שטח געפינט זיך צופיס'נס פונעם בארג, הארט נעבן דעם בית החיים העתיק אין צפת, האט מען געקענט אויף די בערג העכערן שטח אויסשטעלן גענוג פלאץ פאר די הונדערטער נשים פון אנ"ש בארה"ק זאלן גענען גוט מיטהאלטן דעם גאנצן טיש.

בערך אום 11:30 איז מרן רבינו שליט"א ארויסגענומען צום שלחן הטהור און אנגעהויבן שלום עליכם באש להבה כדרכו בקודש. א ברען האט ארומגענומען אלע תלמידים וחסידים וואס האבן שוין אזוי לאנג ארויסגעקוקט אויף אט דעם געהויבענעם מאמענט.

מיט אשת חיל האט דער רבי שליט"א מכבד געווען בנו הגה"צ *רב ד'קהלתינו וומסב"ג* שליט"א. תיכף נאך די פריסת המוציא האט דער רבי שליט"א אויפגעהויבן דעם גאנצן ציבור און אריבערגעפירט קיין את"ק מירון, מיט א הקדמה פון א צאנזע מעשה האט דער רבי ארויסגעברענגט אז קומען קיין צפת ווען מען קען נישט זיין אין מירון איז נישט גורע נאר מוסיף, און תיכף ארויס אין א פייערליכע טאנץ לכ' התנא האלוקי רשב"י.

נאך איידער מען האט אויפגעגעבן די פיש האט מען פארברענגעט מיט שירות ותשבחות און דברות קודש לכבוד התנא אלוקי רשב"י על דרך דרוש וחסידות.

במשך דער טיש האט דער רבי שליט"א עטליכע מאהל מאריך געווען בדברות קודש. מיט כל מקדש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ ר' *אליעזר ערענסטער* רב דק' מאור חיים צפת שליט"א און מיט מנוחה ושמחה הגה"צ *רב ד'צאנז שטובל בצפת* שליט"א. מיט קה אכסוף האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ *אדמו"ר מ'סערעדנא-ב"ב* שליט"א, מיט ברכהמ"ז בנו הגה"צ *רב ד'קהלתינו וומסב"ג* שליט"א, דערנאך האט דער רבי שליט"א דערציילט א לענגערע סיפור איבער דודו מרן רביה"ק ז"ל ווען ער האט געוויילט בעיר צפת. און מיט אז ביום השביעי האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג רבי *אלי' וואלף יאקאב* שליט"א רב ראשון לציון.

עס איז שוין געווען בערך 3:15 פארטאגס ווען מען האט געענדיגט דעם דערהויבענעם שלחן הטהור.


*ביום השב"ק*

שב"ק אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום דאווענען אום 9:50. מיט אמירת הברכות איז מכובד געווארן הרה"ג רבי *שלום קליין* שליט"א מרבני קהלתינו ב"ב, און מיט פסוקי דזמרא הרה"ג ר' *יצחק אייזיק פריעדמאן* שליט"א ראה"כ ד'קהלתינו בית שמש, און צו תפילת שחרית האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה מיט גרויס התעוררות כדרכו בקודש.

מיט פתיחת הארון הקודש ואמירת שמע ישקראל איז מכובד געווארן הרה"ג *דומ"ץ ד'קהלתינו ב"ב* שליט"א, ביים די בימה זענען געשטאנען די *גבאי קהלתינו פון ירושלים און ב"ב הרה"ח ר' זוסיא ארי' שטערן הי"ו און הרה"ג ר' יקותיאל יצחק בראך שליט"א* און מסדר געווען די עליות וכיבודים.

כהן האט עולה געווען הרה"ג ר' *אברהם שלמה כ"ץ* שליט"א מרבני קהלתינו הק'-ב"ב, לוי – הרה"ח הנכבד ר' *אלי' זאב לעווי* הי"ו פון עיה"ב וויען, שלישי – הגה"צ *רב ד'קהלתינו וומסב"ג* שליט"א, רביעי – הגה"צ *רב ביהמ"ד אוהל פיגא* שליט"א, חמישי – הגה"צ *דומ"ץ דקהלתינו ירושלים* שליט"א, שישי האט דער רבי שליט"א עולה געווען און דאן קורא שם געווען פאר עטליכע ניי געבוירענע מיידלעך ביי אנ"ש למז"ט, שביעי – הנגיד מוה"ר *אשר זעליג לעוו* הי"ו ראה"ק ד'קהלתינו לאנדאן, הוספה – הרה"ח ר' *חיים שלמה פישער* הי"ו משב"ק, אחרון – הגה"צ *רב דקהל סיגוט* שליט"א, מפטיר -הרה"ח הנכבד ר' *מאיר הירש* הי"ו, מראה"ק והמוסדות אין קרית יואל.

מיט הגבה וגלילה זענען מכובד געווארן די צוויי מנהלים הר"ר *אלעזר יונה שטיינמעץ* שליטא מנה"ר ת"ת ב"ב, הרה"ג ר' *יושע קליין* שליט"א מנה"ר ישיב"ק ירושלים.

תפילת מוסף האט געדאווענט פארן עמוד *הגה"צ רב ביהמ"ד בית ברוך שליט"א,* און מען האט געדוכנ'ט נאר ביי מוסף כמנהג צפת. מיט פתיחה ביי אנעים זמירות איז מכובד געווארן הרה"ג ר' *זלמן יודא כהנא* שליט"א מרבני קהלתינו בית שמש.

רבינו שליט"א האט קידוש געמאכט בחדרו הפרטי, און דערווייל איז דער ציבור אריין אין חדר אוכל ווי מען האט זיך געוואשן צום סעודת יום שב"ק. צוליב מאנגעל אין פלאץ האט מען מסדר געווען א באזונדער ארט פאר די סעודת יום שב"ק פון די הונדערטער בחורי חמד, הגה"צ *רב ד'קהלתינו וומס"ב* שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה און אינצווישן איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו די סעודה און זיך געוואשן, און דאן האט דער רב שליט"א ממשיך געווען.

בתו"ד האט דער רב שליט"א ארויסגעברענגט די קשר אמיץ וחזק וואס אנ"ש בארה"ק האבן מיטן רבין וכמים פנים אל פנים די אהבה וואס רבינו שליט"א האט צו אנ"ש בארה"ק טייטשנדיג דעם 'פרשה זו יפ"ה נדרשת' אז די מצוה צ"ה איז בנין המשכן וואס איז אלעס געווען 'על פי ה' ביד משה', אבער דאס איז געווען די שבח פון בצלאל כאטשיק ער איז געווען מלא חכמה ומדע וואס דער אייבערשטער האט אים באשאנקן, אעפ"כ האט ער געפרעגט יעדע זאך פון משה רבינו, און דאס איז געווען אויף וואס קרח האט חולק געווען.

במשך די גאנצע סעודה האט דער ציבור געזונגן שירות ותשבחות מיט א התרוממות הנפש אינאיינעם כאיש אחד ובלב אחד, נאך וואס דער רבי שליט"א האט געזונגן דער זמר חי ה' האט הרה"ג ר' *יקותיאל יצחק בראך* שליט"א געשטעלט עטליכע פראגן צום רבי'ן שליט"א אויף פארשידענע ענינים אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט מיט א צוגעלאזנקייט און נאנטשאפט.
צווישן אנדערע האט דער רבי אויסגעשמועסט און דערציילט זיינע זכרונות פון די נסיעות פון דודו רביה"ק ז"ל קיין אר"י בשנות תשט"ו, תשי"ט, תשכ"ה, מיט אסאך פרטים וואס ער האט אליינס מיטגעהאלטן דאס ארויסבאגלייטן און דאס מקבל פנים זיין דודו הגדול, לימין פון זיין טאטן רבינו הגה"ק בעל ברך משה ז"ל.
אויף די פראגע בנוגע די יעצטיגע איבערקערענישן בארה"ק ווען עס טוישט זיך די רעגירונג וואס דאס איז נוגע פאר סאטמארע חסידים האט דער רבי געענטפערט א קורצע תשובה בדרך מליצה: *לא רע"ה זה כרע"ה זה אלא שדרכם לילך ולהזיק.....!*
אזוי אויך האט מען אויסגעשמועסן נאך פארשידענע ענינים בעניני דעות, ובעניני שמיטה ווי דער רבי האט דערציילט פארשידענע גאר אינטערעסאנטע ענינים מאוצר זכרונותיו פון די שמיטה יאר ווען ער האט געוואוינט אין אר"י.

שפעטער האט מען מאריך געווען בזמירות שירות ותשבחות גאר א לאנגע צייט מיטן זמר ברוך ה' יום יום איז מכובד געווארן הרה"ג רבי *יצחק דוד יאקאב* שליט"א פון ירושלים, מנה"ר ישיב"ק-ב"ב, מיטן זמר ברוך א' עליון - הרה"ג ר' *אברהם מאיר דירענפעלד* שליט"א מנה"ר ת"ת-בי"ש. דערנאך האט דער רבי שליט"א געזאגט קורצע דברות קודש און געזאגט פארן ציבור אנ"ש אז ער פלאנט אי"ה צו קומען עפטער אויף קורצע נסיעות קיין ארה"ק - מירון, און אויך זיך צו טרעפן מיט אנ"ש אחים לדעה.
מיט ברהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ *רב דקהל סיגוט* שליט"א, דער זייגער האט שוין געקלאפט כמעט 4:00 אזייגער נאכמיטאג ווען מ'האט פארענדיגט דעם טיש.

נאכמיטאג האט *הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א חדב"נ* , פארגעלערנט א הערליכן שיעור אין פרקי אבות פאר'ן ציבור אנ"ש פול מיט הדרכה וחיזוק.

צו מנחה איז דער רבי אריינגעקומען א האלבע שעה נאכן זמן הדלה"נ מיט פתיחת הארון איז מכובד געווארן הרה"ג ר' *שמעון יואל בראך* שליט"א מרבי"ת בקהלתינו-ב"ב, כהן - מוה"ר *אברהם יהושע גלאנץ* הי"ו, לוי - מוה"ר *יואל ב"ר אברהם חיים וויינבערגער* הי"ו, שלישי - *הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה* שליט"א, הגבה - *מרן רבינו שליט"א* , גלילה - הרה"ח ר' *מאיר שטערן* הי"ו יו"ר הנהלת ממלכת התורה וומסב"ג.

דאס התעוררות ביים מעמד רעוא דרעווין אויפן שטח אינעם הויף איז געווען א מורא'דיגער מעמד, די ניגוני דביקות בעפאר די זמירות, די זמירות זעלבסט און די קבלת עול מלכות שמים מיט א פייער'דיגן ברען האט אפגעהילכעט מסוף עיר צפת ועד סופו, מיט אודה האט דער רבי מכבד געווען מוה"ר *צבי עקיבה ברייטשטיין* הי"ו מנהל המוסדות בי"ש, שיר המעלות - מוה"ר *ישכר בצלאל יאקאב* הי"ו מנהל המוסדות ירושלים, דערנאך האט דער רבי מאריך געווען בדי"ת חיזוק והתעוררות בעניני מסירות נפש, ידיד נפש - מוה"ר *משה חיים ווייס* הי"ו יו"ר הנהלת המוסדות ב"ב, אל מסתתר - מוה"ר *יחזקאל ראטטער* הי"ו מנהל המוסדות ב"ב. רבינו שליט"א האט געבענטשט על הכוס, און נאך מעריב געמאכט הבדלה דארט אינעם שטח אויפן הויף, די הבדלה האט געהאלטן בשותפות 2 חשובע קינדער מתלמידי מוסדותינו ירושלים און בני ברק.

מוצש"ק אין א שפעטע שעה זענען די באסעס אפגעפארן צום מעמד רבתי סיום יסודי התורה אינעם גיגאנטישן זאל 'מגיה' אין טברי' ווי דער ריזיגער ציבור האט זיך משמח געווען לכבוד התורה בראשות כ"ק רבינו שליט"א מייסד החבורה, דער רבי איז געפארן מיט די קאר פון הרבני הנגיד הנכבד מוה"ר *מנחם שלמה פריעדמאן* הי"ו - ב"ב.

ס'האט אויפגעטוהן הרה"ח ר' *מאיר הירש* שליט"א מראשי הקהילה והמוסדות בעיר קרית יואל מיט גאר טרעפליכע דיבורים, מיטן סיום איז מכובד געווארן הרה"ג ר' *דוד כהן* שליט"א מראה"כ עצי חיים, און מיט די התחלת המסכת איז מכובד געווארן הרה"ג ר' *ליפא טייטלבוים* שליט"א ראש כולל ערב 'לב אהרן' ויו"ר הנהלת התאחדות אבריכם ירושלים, און דאן איז דער ציבור ארויס אין א פייערליכן טאנץ בשמחת התורה א לענגערע צייט.

דערנאך האט רבינו שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשת חיזוק והדרכה פאר אנ"ש תושבי ארה"ק און מיט הארציגע געפילן דערביי ארויסגעברענגט רגשי לבבו פון דער געהויבענעם שב"ק מיט אנ"ש אחים לדעה, דערנאך האט מען מיט פייערדיגע טענץ 'אשרי העם שככה לו' ארויסבאגלייט דעם רבי'ן אויפן וועג צום קבר רבי מאיר בעל הנס צו תפילת שחרית באשמורת הבוקר.

אי"ה פארמיטאג וועט רבינו שליט"א בשעטומ"צ ארויספליען פון ארה"ק און זיך אומקערן למעון קדשו אין קרית יואל.

*אשרי עין ראתה שמחת קהלינו!*
אטעטשמענטס
IMG-20210612-WA0021.jpg
IMG-20210612-WA0021.jpg (96.02 KiB) געזען 3204 מאל
IMG-20210612-WA0048.jpg
IMG-20210612-WA0048.jpg (171.07 KiB) געזען 3204 מאל
IMG-20210612-WA0046.jpg
IMG-20210612-WA0046.jpg (106.65 KiB) געזען 3204 מאל
Rimnitz
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2017 3:14 pm

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rimnitz »

סיום בחבורת יסודי התורה
אטעטשמענטס
IMG-20210612-WA0025.jpg
IMG-20210612-WA0025.jpg (157.19 KiB) געזען 3201 מאל
IMG-20210612-WA0027.jpg
IMG-20210612-WA0027.jpg (149.44 KiB) געזען 3201 מאל
IMG-20210612-WA0062.jpg
IMG-20210612-WA0062.jpg (218.74 KiB) געזען 3201 מאל
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

*כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך*

נאך תפילת שחרית און פוקד זיין די ציון הקדוש פון התנא אלוקי רבי מאיר בעל הנס, ארום 7:30 האט זיך די רבי ארויסגעלאזט צום שטאט לוד ווי די רבי וועט פארלאזן ארה"ק קיין אמעריקא, און וועט בעז"ה אנקומען אין די נאכמיטאג שעות און זיך אומקערן למעון קדשו בקרית יואל.

*בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה*
אין עוד מלבדו
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”