מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

אבדזשעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 5:35 pm

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

תגובהדורך אבדזשעקטיוו » דאנארשטאג יוני 10, 2021 3:18 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:עס ליגט מיר אין קאפ, אז א טייל פון די ריזיגע שאטער אין תשע״ו, איז געוועהן געבויעט אויף א stage,
ווייל די ערד איז געוועהן שיף.
עס שטימט??

ס'איז געווען געבויעט אויפן בארג.

יויש האטצעך עס געשאקלט... ס'געווען פאר שמו"ע פון מנחה ערש"ק, ווען די גאנצע עוילעם האבן אינאיינעם געטרויטן שמו"ע..


איך האב זיך געשטעלט שמו"ע אפאר סקונדעס שפעטער, און מיין אויפפאסונג איז עס געשעהן צוליב דעם ערשטן ביק ביי שמו"ע

Rimnitz
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2017 3:14 pm

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

תגובהדורך Rimnitz » דאנארשטאג יוני 10, 2021 3:46 pm

כ״ק מרן רבינו שליט״א אין א שמועס מיטן לאנגיאריגע מנהל מוסדותינו הק׳ בבני ברק הרה״ח ר׳ משה חיים ווייס הי״ו
צוגעלייגטע
IMG-20210610-WA0112.jpg
IMG-20210610-WA0112.jpg (163.62 KiB) געזעהן 3192 מאל

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1728
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג יוני 10, 2021 4:15 pm

איז אמת אז די פאליציי האט אפגעשטעלט די ארבעט אויפן טענט אין צפת און לאזן עס נישט נוצן אויף שבת?
אויב דער פרעזידענט דארף ווערן קאנטראלירט, דארף עס זיין דורך געזעץ. אויב איז עס דורך פריוואטע קאמפאניס איז עס א סכנה פארן לאנד.

- - -

Boeing is the last to admit they made mistakes - this is why I no longer trust them.

קליינע טאטע
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 4:52 pm

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

תגובהדורך קליינע טאטע » דאנארשטאג יוני 10, 2021 5:10 pm

Rimnitz האט געשריבן:כ״ק מרן רבינו שליט״א אין א שמועס מיטן לאנגיאריגע מנהל מוסדותינו הק׳ בבני ברק הרה״ח ר׳ משה חיים ווייס הי״ו

דברי יואל על המועדים?

מי יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7326
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג יוני 10, 2021 5:15 pm

קליינע טאטע האט געשריבן:
Rimnitz האט געשריבן:כ״ק מרן רבינו שליט״א אין א שמועס מיטן לאנגיאריגע מנהל מוסדותינו הק׳ בבני ברק הרה״ח ר׳ משה חיים ווייס הי״ו

דברי יואל על המועדים?

ער האט עפעס נאכגעקוקט, וואס איז אזוי אינטערעסאנט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
להחיות
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע: ביי די גמרא

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

תגובהדורך להחיות » דאנארשטאג יוני 10, 2021 5:48 pm

בשם כל ישראל האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:ס'איז היינט באשטעטיגט געווארן, אז מארגן פרייטאג פארטאגס, 6:00 אזייגער צופריה, וועט מרן מסאטמאר שליט"א שופך שיח זיין במעמד תפילת רבים, על ציון המצוינת של התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי זי"ע, ווי מ'וועט אויסזאגן גאנץ ספר תהלים. בעפאר אמירת תהלים, וועט דער רבי שליט"א משמיע זיין דברי התעוררות.
ס'ליגט נאך אין טיפן זכרון, די זעלבעדיגע סארט מעמד פון עש"ק פקודי במעמד אלפי ישראל.
ויתקבלו התפלות לרחמים ולרצון לפני אדון כל.

דעמלטס איז אויך געווען ראש חודש און מען איז נישט זוכה צו הערן פונעם רבי'ן די לאנגע יהי רצון פון נאך תהילים מיט בכיות.

פאר די פאריגע נסיעה וואס איך בין נישט מיטגעפארן בין איך אריין צום רבי'ן מיט א פאר חברים מיט שיקן א קוויטל און פרעגן די רבי צו אונז מעגן זאגן תהלים באנאכט ביים ציון אין קר"י די זעלבע צייט ווי די רבי וועט זאגן אין מירון האט די רבי געזאגט אז ליל ששי מעג מען האט מיין חבר געפרעגט ס'דאך ראש חודש האט די רבי געזאגט אין מירון איז אויך ראש חודש

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2752
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג יוני 10, 2021 5:49 pm

https://hm-news.co.il/169995/

העסקן הרב שמעון שישא מ’העדה החרדית’ שמנהל את ארגון ‘מרכז עזרה וייעוץ’ לעזרה לאברכים ובני ישיבות שהסתבכו עם הצבא, נכנס היום (חמישי) למעונו של האדמו”ר מהר”א מסאטמאר השוהה בימים אלו בישוב מירון, הדברים ששמע היו מפתיעים.

במהלך ביקורו סיפר הרב שישא לרבי מסאטמאר על כך שממשלת בנט ולפיד צפויה לחוקק חוק גיוס חדש כפי שהצבא הציע ויש התנגדות מצד הח”כים החרדים לכך.

האדמו”ר לא הסתפק בכותרות וביקש להבין את סעיפי החוק, ואז התבטא “ההחלטה להוריד את גיל הפטור לגיל 21 היא החלטה מאוד מאוד טובה, ותביא למצב שאי”ה אברכים בני 25 עם ילדים קטנים לא יסתבכו עם הצבא, החלטה מבורכת”.

ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

תגובהדורך ידעתי » דאנארשטאג יוני 10, 2021 5:49 pm

מיר איז מער שווער די שיסל קענדיס דארט.
איי געס ס'איז דא חאלאקעס אדער האט די בכלל אכסניא געוואלט זיין נייס :)

אוועטאר
אלטער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8199
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

תגובהדורך אלטער » דאנארשטאג יוני 10, 2021 6:04 pm

ידעתי האט געשריבן:מיר איז מער שווער די שיסל קענדיס דארט.
איי געס ס'איז דא חאלאקעס אדער האט די בכלל אכסניא געוואלט זיין נייס :)

ביים רבי’ן איז אייבג דא א שיסל קענדיס. ווען ס’קומט אריין א משפחה מיט קליינע קינדער, געט דער רבי א קענדי פאר די קינדער.
ווען איך וואלט געוועזן רייך,
וואלט איך געהאט ניסיונות גאר גאר אסאך,
איך דארף נישט קיין פאר מיליאן,
און באשעפער וועסטו זען וואס איך קאן.

זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

תגובהדורך זאג א גוטס » דאנארשטאג יוני 10, 2021 6:20 pm

די קונטרס לא תוכל להתעלם איז פון מרכז עזרה ויעוץ?
שטארקע חיזוק אין יעדן מצב! קורץ צום פינטל. דורך: וויכי

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר האלפיים
תגובות: 2744
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

תגובהדורך נאר מיט שמחה » דאנארשטאג יוני 10, 2021 6:41 pm

ידעתי האט געשריבן:מיר איז מער שווער די שיסל קענדיס דארט.
איי געס ס'איז דא חאלאקעס אדער האט די בכלל אכסניא געוואלט זיין נייס :)

לכאו' פאר די קינדער וואס קומען אריין מיט די עלטערן צום קבלת קהל.

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג יוני 10, 2021 6:56 pm

ידעתי האט געשריבן:מיר איז מער שווער די שיסל קענדיס דארט.
איי געס ס'איז דא חאלאקעס אדער האט די בכלל אכסניא געוואלט זיין נייס :)

דאס איז אנגעגרייט דא אין אמעריקא אין די זייט פאר די קינדער וואס קומען מיט די עלטערן, די קינדער באמערקן עס געווענטליך נאך פארן ליינען די קוויטל און זיי בעטן גלייך איינס און אויב איז דא שוועסטער ביים עק שטוב שיקט דער רבי צו טראגן פאר די שוועסטער, אזוי ווערט רוהיג אין שטוב און מקען לייענען

פונדערנאנט
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 2:24 am

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

תגובהדורך פונדערנאנט » דאנארשטאג יוני 10, 2021 8:11 pm

ידעתי האט געשריבן:מיר איז מער שווער די שיסל קענדיס דארט.
איי געס ס'איז דא חאלאקעס אדער האט די בכלל אכסניא געוואלט זיין נייס :)

יא ס׳איז פאר די חאלאקעס

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלף
תגובות: 1306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

תגובהדורך קאקאש קעיק מיט מילך » דאנארשטאג יוני 10, 2021 9:11 pm

ידעתי האט געשריבן:מיר איז מער שווער די שיסל קענדיס דארט.
איי געס ס'איז דא חאלאקעס אדער האט די בכלל אכסניא געוואלט זיין נייס :)

אין ק"י אויף 12 איהעל קאורט איז אויך דא אזאנס

עס איז פאר די קליינע קינדער וואס קומען אריין
דריי זאכן ענדיגן זיך קיינמאל נישט:
- קאקאש קעיק מיט מילך
- די שטערצל מיט די טאפ
- א טובה פאר א בנש"ק

אוועטאר
תנא-קמא
שר חמש מאות
תגובות: 958
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

תגובהדורך תנא-קמא » דאנארשטאג יוני 10, 2021 9:42 pm

דעם רבי'נס שמועס מיט הרב שמעון שישא:
https://drive.google.com/file/d/1JJ6S-- ... sp=sharing
בס"ד ------------------------------------------------------------------------------------------- א נעטפרי באניצער

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4251
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דאנארשטאג יוני 10, 2021 10:00 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:מיר איז מער שווער די שיסל קענדיס דארט.
איי געס ס'איז דא חאלאקעס אדער האט די בכלל אכסניא געוואלט זיין נייס :)

דאס איז אנגעגרייט דא אין אמעריקא אין די זייט פאר די קינדער וואס קומען מיט די עלטערן, די קינדער באמערקן עס געווענטליך נאך פארן ליינען די קוויטל און זיי בעטן גלייך איינס און אויב איז דא שוועסטער ביים עק שטוב שיקט דער רבי צו טראגן פאר די שוועסטער, אזוי ווערט רוהיג אין שטוב און מקען לייענען

דער ברך משה האט געהאט גוטע לאליס, אלטס קינד פלעג איך אסאך בעטען מיין טאטען צו גיין צום ברך משה ער האט אלמעאל געהאט די ברייטע פלאטשיגע לאליס, און ער האט אויכעט געקענט גיבען צוויי, און אויב האט ער נישט געהאט איז ער ארויס פון צימער צו ברענגען.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11136
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דאנארשטאג יוני 10, 2021 10:28 pm

ק/פ באריכט פונעם היינטיגן טאג דאנערשטאג קרח א'דר"ח תמוז תשפ"א לפ"ק:

סאטמאר'ע נייעס האט געשריבן: *צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל*
אנשי שלומינו בארץ הקודש, לבשי בגדי תפארתך, הנה ימים באים!

און ווייטערדיגע באריכטן פונעם "מסע הקודש" פון הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קיין "אתרא קדישא מירון".

יום ה' קרח

-נעכטן מיטוואך זענען אריין בקודש פנימה במעון קדשו בבית האכסניא הגאון ר' אברהם ישעי פערקאוויטש מראשי ישיבות מיר אינאיינעם מיט די חסידישע חבורה אין ישיבה, ווי די רבי האט משמיע געווען א שיינע שמועס בדברי תורה.
אויך איז אריין בקודש פנימה -ווי געמאלדן- די מחנכים מפורסמים בארה"ק פון "ארגון משכינו" און פון "ארגון משוך נועם" צווישן זיי הרה"ג ר' משה בראווערמאן שליט"א, הרה"ג ר' יצחק קירשנבוים שליט"א -תולדות אהרן, הרה"ג ר' יושע פינק שליט"א, אזוי אויך הרה"ג ר' גבריאל דאווידאוויטש שליט"א -דושינסקיא, און הרה"ג ר' יעקב באטעלמאן שליט"א -מגדולי המחנכים, און הרה"ג ר' יוסף גערליץ שליט"א, און נאך אסאך עסקנים, און אויפן טעלעפאון הרה"ג ר' משה בלוי שליט"א -מגדולי המחנכים, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני חינוך און איבער די פעולות בארה"ק און די פלענער אין חוץ לארץ, און די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו.-
*

שוין פון די גאר פריע פארטאגס שעה'ן האט רבינו שליט"א פארברענגט בעסק התורה במעון הקודש בבית האכסניא, און דערנאך געגאנגן אין מקוה אין די אכסניא.

ארום 9:15 איז די רבי ארויף צום ציון הקדוש על גג הציון און א צימער וואס איז ספעציעל אפגעדינגן געווארן פארן רבין.

9:30 איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית נעבן מערת רבי אלעזר, די רבי איז צוגעגאנגען צו "הלל" בהתעוררות רב, און ביים ליינען עולה געווען רביעי און "גומל געבענטשט" מען האט געענדיגט 11:30.

*ברוך שעשה לנו ניסים במקום הזה*
ארום 11:50 איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען צום "מעמד ההודאה" ביים פלאץ ווי עס איז געווען אויפגעשטעלט די גיגאנטישע שאטער "שבת מירון" תשע"ו וואס האט זיך א טרייסל געטאן ליל שב"ק און בניסי ניסים גארנישט געשעהן, די רבי האט געמאכט דעם *ברוך שעשה לנו ניסים במקום הזה* בשם כל אנ"ש וואס האבן זיך דארט געפינען, און מהאט געזינגען נגוני הודאה.
*חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו*

במשך די נאכמיטאג שעות האט זיך אהנגעהויבן די רייע -ווייטער פון נעכטן- פון הונדערטער אנ"ש תושבי ארה"ק אריינצוגיין בקודש פנימה בפו"פ להפקד בדבר ישועה ורחמים, וואס האט זיך פארצויגן פאר איבער 6 שעה!, און איז געניט אהנגעפירט מיט א וואונדערבארן סדר דורך עסקנים פון קהלתינו הק'.

אויך איז אריין בקודש פנימה נאכמיטאג צווישן אנדערע הגה"צ גאב"ד זכרון מאיר שליט"א ומלפנים אב"ד דקהלתינו לאנדאן ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס צווישן אנדערע האט מען ארומגערעדט איבערן אסון נורא ל"ג בעומר און איבער די מעגליכע שינוים וואס וועלן געמאכט ווערן, דערנאך האט אים די רבי מכבד געווען מיט לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו,
אויך איז אריין בקודש פנימה כ"ק אדמו"ר מלייפניק שליט"א ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און די רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו.
אויך איז אריין במשך היינט און נעכטן "צענדליגע מנהלים עטה"ק" וואס האבן זיך באדאנקט אויף די געוואלדיגע תמוכה פון "שקל הקודש" מדי חודש בחדשו אויף א שטילן פארנעם.

ארום 5:30 איז אנגעקומען במעון קדשו בבית האכסניא באתרא קדישא מירון א משלחת פונעם *מרכז עזרה ויעוץ* אין שפיץ פונעם "ראש המצילים" העסקן הנמרץ הרב שמעון שישא יו"ר "מרכז עזרה ויעוץ" ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די פעולות הצלות פונעם מרכז און מטכס עצה געווען ווי אזוי צו ראטווען די הונדערטער בחורים בפרט נאך די לעצטערע שוועריקייטן, אויך האט מען ארומגערעדט איבערן די מרכז עזרה ויעוץ "נפשי ועוד נפשות" קאמפיין וואס איז אריין אין פולן שוואונג פאר כלל חסידי סאטמאר, דערנאך האט די רבי משמיע געווען גאר ווארימע ברכות הקודש פאר די געטרייע מצילים.

דערנאך ארום 6:30 איז די רבי אנגעקומען אויף א באזיך ביי הגה"צ האדמו"ר רבי רפאל אביחצירא שליט"א בבית מדרשו באתרא קדישא מירון, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און די רבי האט זיך באדאנקט פארן ארויסגעבן די ביהמ"ד פאר די בחורי הישיבות צו קענען פראווענען די מעמדים פאר די בחורים, דערנאך האט ער מכבד געווען דעם רבין מיט לחיים און די רבי האט געוואונטשן ברכות קדשו.

צוליב די ריבוי העם פון די הונדערטער אנ"ש בארה"ק אריינצוגיין בקודש פנימה וואס האט געשטראמט אן א אויפהער, איז ווייטער פארגעקומען די זמני כניסה, ארום 8:15 האט די רבי געדאווענט מנחה במעון קדשו בבית האכסניא, און דערנאך ממשיך געווען די זמני כניסה, ארום 9:30 האט די רבי געדאווענט מעריב.

דערנאך האט זיך די רבי כדרכו בקודש איינגעשפארט אינעם ספרים שטוב און עוסק געווען בלימוד התורה ביז שפעט אין די נאכט שעות נאך חצות הלילה.


*גילי מאוד בת ציון, הנה מלכך יבוא לך*


Rimnitz
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2017 3:14 pm

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

תגובהדורך Rimnitz » דאנארשטאג יוני 10, 2021 10:55 pm

*כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א* וועט עולה זיין צום ציון התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי *באתרא קדישא מירון*, בשעה 6:00 (11 ביינאכט אמעריקאנע זייגער) וועט מען הערן דברי התעוררות פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און דערנאך וועט מען אינאיינעם אויסזאגן "כל ספר תהילים" להפקד בדבר ישועה ורחמים.

מען וועט קענען מיטהאלטן די דברות קודש און אמירת תהלים אויפן הוקאפ נומבער 3392078688

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 10, 2021 11:10 pm

מ'הערט גארנישט אויף די נומער, דער רבי רעדט שוין?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11136
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דאנארשטאג יוני 10, 2021 11:20 pm

*קומי רוני בלילה לראש אשמרות*

לשאלות הרבים טוען מיר מעלדן פאר אנ''ש די בכל אתר ואתר אז יעצט "עש"ק ר"ח תמוז 6:00 באתרא קדישא מירון" - ארום 11:00 בארה"ב /קאנאדע, 4:00 אין אייראפע, וועט מען קענען מיטהאלטן די "מעמד התעוררות" די דברי אלוקים חיים פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און דערנאך אמירת "כל ספרי תהילים" ביים ציון הקדוש פון "התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי" צו קענען מיטהאלטן און מיטזאגן ספר תהילים להפקד בדבר ישועה ורחמים,

-אויף די פאלגענדע נומערן ווי עס ווערן צוגעשטעלט שווערע טויזענטער ליינס.
>קול סאטמאר: 845-951-1110 /845-414-8018, #311
>אויף די בעק-אפ נומבער: 339-207-8688

אדער אין ארץ ישראל
>קול אנ"ש ירושלים: 2-372-2115 #91
>בני ברק: 2-437-22111 #92

ויהו''ר מען זאל פויעלן אלעס גוטס לנו ולכל ישראל.

סאטמאר'ע נייעס

שלישקעס
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 4:58 pm

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

תגובהדורך שלישקעס » דאנארשטאג יוני 10, 2021 11:23 pm

farshlufen האט געשריבן:מ'הערט גארנישט אויף די נומער, דער רבי רעדט שוין?

רבינו שליט״א וועט אנקומען צום ציון הקדוש אין בערך 10 מינוט

צפנת פענח
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 14, 2018 10:49 pm

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

תגובהדורך צפנת פענח » דאנארשטאג יוני 10, 2021 11:49 pm

שלישקעס האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:מ'הערט גארנישט אויף די נומער, דער רבי רעדט שוין?

רבינו שליט״א וועט אנקומען צום ציון הקדוש אין בערך 10 מינוט



רבי האט יעצט אנגעהויבן רעדן

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג יוני 10, 2021 11:50 pm

רבינו שליט"א רעדט יעצט

מי שברך
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

תגובהדורך מי שברך » פרייטאג יוני 11, 2021 1:23 am

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פארענדיגט די פייערדיגע דברות קודש
בבכיות נוראות, די רבי האט צוגעשיקט צום
עמוד בנו בכורו הגה"צ אבדק"ק ור"מ וומ''ס שליט"א.

Rimnitz
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2017 3:14 pm

Re: מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א - סיון - תמוז תשפ"א

תגובהדורך Rimnitz » פרייטאג יוני 11, 2021 7:19 am

*ובעד עמך רחמים שאלי*

פייערדיגע דברות קודש בבכיות נוראות ובקול חוצב להבות אש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, ביים ציון התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי באתרא קדישא מירון פאר אמירת ספר תהילים.

די רבי האט זיך געשטעלט אויף "תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו היא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי" און אויסגעבראכן און שטורעמישע בכיות "..הייליגע רבי שמעון אידישע קינדער דארפן ישועות ורפואות, אידישע קינדער דארפן ישועות בגשמיות וברוחניות.." און אויסגערעכנט ישועות פארן כלל און פארן פרט, "..ווען מען קומט צום ציון פונעם הייליגן תנא רבי שמעון "אוי" היא ימליץ טוב בעדינו.." און געטייטשט במאמריו פון רבי שמעון, "..רבי שמעון בר יוחאי קען איבערדרייען פון דין צו רחמים ..אונז זעמיר דא געקומען פון די מרחקים צום 'מקום קדוש די ציון המציונת פונעם הייליגן תנא רבי שמעון.." דערביי האט די רבי אראפגעברענגט א זוה"ק אויפן פסוק 'והנה הנער בוכה' אז משה רבינו האט געוויינט פאר די צרות ישראל, און מיט בכיות נוראות אויסגעשריגן צו רבי שמעון "..הייליגע תנא, כלל ישראל וויינט!! כלל ישראל איז צובראכן!! כלל ישראל דארף רפואות וישועות!! הייליגע תנא פויעל ישועות פאר אידישע קינדער!!! אידישע קינדער קיקן ארויס ארויס געהאלפן ווערן בברכת הבנים!! אידישע קינדער קיקן ארויס אויף רפואות!! אנשים נשים וטף!! הייליגע תנא האב רחמנות!! זיי מעורר רחמים פאר כלל ישראל!! אידישע קינדער דארפן רפואות אין רפואות הנפש!! און ממשיך געווען בבכיות עצומות פאר עטליכע מינוט, און ממשיך געווען "..אידישע קינדער דארפן פרנסה עמך ישראל צריכים פרנסה!! אידישע קינדער דארפן טוען שידוכים!! הן בבנים והן בבנות!! אידישע קינדער ווילן זעהן נחת פון די קינדער!! בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות!!.." דערנאך האט די רבי ממשיך געווען אז סאיז דא דריי מיני גלות, אידן צווישן גוים, אידן צווישן רשעי ישראל, נאכדעם איז דא א גלות ווען מען איז ביים יצר הרע, "די לעצטע איז די שווערסטע בכמות ובאיכות" און געטייטשט מיט א קול געשטיקט פון טרערסן "ולכל המורא גדול אשר משה לעיני כל ישראל" אז משה רבינו האט אונז ארויסגענומען פון "אלע דריי גלות'ער" "בראשית איז ראשי תיבות א'ור ת'ורת ר'בי ש'מעון ב'ר יו'חאי, "..הייליגע תנא אונז וויל מיר ארויסגיין פון אלע גלות'ער!! הן פון צווישן די גוים!! והן צווישן די רשעי ישראל!! און פון די גלות יצר הרע!! מזאל קענען עוסק זיין בתורה ובמצוות!! קענען מחנך זיין די קינדער לתוי"ש!! און זעהן נחת בהרחבת הדעת!! און נאך שטראקע ברכות הקודש, און אויסגעפירט "די אייבערשטער וועט העלפן *היא ימליץ טוב בעדינו* זוכה זיין בביאת גוא"צ בב"א.
צוגעלייגטע
IMG-20210611-WA0012.jpg
IMG-20210611-WA0012.jpg (115.25 KiB) געזעהן 884 מאל
IMG-20210611-WA0010.jpg
IMG-20210611-WA0010.jpg (163.01 KiB) געזעהן 884 מאל
IMG-20210611-WA0011.jpg
IMG-20210611-WA0011.jpg (187.47 KiB) געזעהן 884 מאל


צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט