די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

אחראי: יאנאש

קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1143
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

שיקט מיר איינער א טעקסט:
מיין טאטע איז געווען ביים דאקטאר נעמען די קאראנע וואקסין (די מיט די קאמפיוטער טשיפס פארשטעקט דערינען), בשעת'ן שטעכן האט אים דער דאקטאר געהייסן צומאכן די אויגן, נאכ'ן ענדיגן הייסט ער אים עפענען די אויגן, אבער נאר איין אויג האט זיך געעפנט, מיט שרעק פרעגט ער דעם דאקטאר "וואס גייט פאר" דער דאקטאר זיצט פארטיפט אין קאמפיועטר אוו ענטפעט אים, "אנטשולדיגט, אבער די קאמפיוטער האט יעצט א ERROR, ווארט צו אביסל,, אין דריי מינוט ווען די קאמפיוטער ערראר איז אוועקגעגאנגען זאגט דער דאקטאר, אקעי, די ערראר איז שוין נישט דא, (און דער טשיפ האט ערלויבט), און דער אויג האט זיך געעפנט..
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5437
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

צוריק צום נושא אויב הלכה האט וואס אריינצורעדן דא.

די תירוץ איז, 100% יא, הלכה האט וואס אריינצורעדן דא

די שאלות וואס איך קלער זענען אזוי:
נאמנות פון א גוי׳שע דאקטער - די שאלה איז נוגע אויך אויף יוכ״פ אויב מען קען זיך פארלאזן אויף א גוי׳שע דאקטער אויף צו עסן יוכ״פ, און אויף צו מחלל שבת זיין. און נאך אסאך זאכן, וכבר התפשט המנהג אז מען פארלאזט זיך אויך אויף גוי׳שע דאקטורים, און פרייע אידן (וועלעכע האבן נישט מער נאמנות ווי א גוי), מילא אויב וויל איינער אסר׳ן די וואקסין מטעם זה, זאל ער זיך נישט פארלאזן אויף גויים און פרייע אידן אויף מחלל שבת צו זיין. און ווי איז די קול קורא יעדעס יאר פאר יוכ״פ אז מען זאל זיך ח״ו נישט פארלאזן אויף א גוי׳שע דאקטער ווען מען עסט יוכ״פ? מען זאל זיך בלויז פארלאזן אויף דאקטורים שומרי תורה?

רפא ירפא - אויב א דאקטער האט רשות אויך אויף מעדיציען אויף צוריק צו האלטן מחלות. די שאלה איז אויך נוגע ווען מען נעמט ווייטעמינס, אויב מעג מען זיך פארלאזן אויף דער דאקטער ווען ער זאגט למשל אז מען דארף נעמען ווייטעמין D, ווייל דאס האלט צוריק ווירוסעס, אפשר זאל מען נישט מעגן, ווייל אין לו רשות לרפא ווירוסעס וואס זענען נאך נישט דא.

דער וואס קען טראכטען פון אנדערע שאלות זאל ביטע שרייבן

בין כך ובין כך, די שאלות זענען אלטע שאלות וואס מען קען טרעפן תשובות אויף אלע זייטן, מילא וואלט אפשר געווען א געדאנק צו עפענען באזונדערע אשכולות פאר די שאלות אין רפואה, און מען זאל ברענגען תשובות פון אמאליגע גדולים, און מען זאל זיך מפלפל זיין אין די שאלות. אודאי אויף צו פסקנ׳ען דארף מען פרעגען א דיין.
אוועטאר
מגדים
שר חמש מאות
תגובות: 783
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגדים »

בבקשה האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
ווען "רוב דאקטורים" האבן נישט קיין אייגענע מיינונג און עקספיריענס אין די ענינים נאר פארלאזן זיך אויף די CDC וכדומה, הייסט דאס נאכאלץ "רוב דאקטורים" האלטן?

איך בין בכלל נישט אנטי, אבער איך מיין אז דעס איז א שטארקע נקודה.
קיינער פון אונז אלע דא קענען זיך נישט פרעזענליך פארלאזן אויף א גוטן דאקטער. אדרבה, פרעג א דאקטער וואס דו טראסט וואס ער האלט בנוגע וואקסינען, עטער דיך ענטפערן וואס ער האט געגוגעלט א האלבע שעה פריער... פאר די געלט קען איך אליין סירטשען אויף גוגעל און זען וואס איז ״די סטענדערט שטעלונג פון רוב דאקטורים״.

דיין דאקטער האט דיר אזוי געענטפערט? נישט מיין דאקטער, מיין דאקטער האט מיר געזאגט אז ער טוהט אסאך ריסערטש אין דעם, בעיקר כדי צו וויסן וואס צו ענטפערען ווען מענטשען קומען זאגן אז זיי האבן מורא צו געבן די וואקסין.

ואפילו נניח אז די דאקטער פארלאזט זיך בלויז אויף די CDC, די CDC באשטייט נישט פון בלויז איין דאקטער, און די FDA טוהט אויך דארך די וואקסינען, און זיי באשטייען אויך פון צענדליגער דאקטורים, חוץ מזה, דארפ׳ן וואקסינען אויך באקומען באשטעטונגען פון די ACIP, וואס באשטייט אויך נישט פון איין דאקטער, און אנדערע לענדער פארלאזן זיך נישט אויף די אמעריקאנע דאקטורים, מילא זעה איך נישט פארוואס מען זאל נישט קענען זאגן אז רוב דאקטורים האלטען אזוי.

@בבקשה, זייער קלאר גענטפערט.
איך וויל נאר צולייגן איין ביישפיל, דר. ווערצבערגער וואס האט א אפיס אין קרית יואל ער האט יא גאר אסאך עקפערטיז ווען עס קומט צו וואקסינען "אין ער פארשטייט וויאזוי צו ליינען א שטודיע בנוגע וואקסינען" ער זאגט אז ער האט דורך געקוקט אלע אינפאמאציע וואס איז דא, ווי אויך די פאקטן פון די מענטשן וואס האבן שוין באקומען די וואקסין, אזוי אויך די צוזאמשטעל און געבוי פונעם וואקסין, און ער איז זייער צופרידן, איך ווייס פערזענליך פון עטליכע עלטערע אידן וועם ער שטארק רעקאמאנדירט צו נעמען די וואקסין.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מגדים האט געשריבן:דר. ווערצבערגער

און לייג צו, און ווי פארשטענדליך ביי אים קומט די גאנצע מירתת גג על גג פשט'ל כלל נישט אהער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5437
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

farshlufen האט געשריבן:

לענ״ד קומט מירתת בכלל נישט אריין דא. וויפיל איך געדענק לגבי נאמנות פון א גוי, ווען א גוי זאגט עפעס, איז ער נישט נאמן, חוץ אויב ער איז אדער מסיח לפי תומו, אדער א מומחה, ווייל חזקה לא מרע אומנותו. דא איז לכאורה נישט קיין שאלה פון מסיח לפי תומו, ס׳איז כמעט זיכער נישט קיין מסיח לפי תומו, אבער חזקה לא מרע אומנותו קומט יא אריין דא (און חזקה לא מרע אומנותו מיינט נישט אז ער האט מורא מען גייט עם סוען)

מירתת קומט אריין אויב איך טראכט אז אפשר האט א גוי געטוהן עפעס, דאן אויב איז דא איד יוצא ונכנס, דארף איך נישט חושש זיין אז די גוי האט עפעס געטוהן וועגן מירתת, ער האט מורא צו טוהן ווען א איד דרייט זיך ארום.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5437
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

איין נקודה וויל איך צולייגן, אז אויב א רב שרייבט א תשובה אויף א שאלה להלכה, און ער זאגט אז ער האלט אז א גוי׳שע דאקטער איז נישט באגלייבט, און דערפאר איז אסור צו נעמען די וואקסין, בין איך גרייט צו הערען, אבער אויב די רב שרייבט א תשובה אז מען טאר נישט נעמען די וואקסין וועגן א מעדיצענישע סיבה, און רוב דאקטורים האלטן אז די סיבה איז קיין סיבה נישט, איז אזא תשובה בעיני גארנישט ווערט, סיידן אויב די רב איז א מומחה אין עניני רפואה.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

יש בו האט געשריבן:דאס גייט שוין אן זייט אברהם אבינו, זיי גלייבן אין באשעפער,

זיי דינען אים און פראבירן צו זיין די מערסטע גלויביג צום אייבערשטן וואס איז שייך,

זייערע נביאים זענען מער נישטא, אבער אביסל זענען פארשריבן, עס איז די צווייטע און די דריטע חלק פון די תנ"ך

זייערע רעליגיע ווערט היינט צוטאגס איבערגעגעבן דורך צדיקים וגאונים וגדולי הרבנים יראי השם וחושבי שמו,

וואס נאך איז דיר שווער?

אינטערעסאנט, עס איז דא עפעס א חלל דא, צווישן תש''ה און תש''ס האבן געוואוינט צענדליגער טויזענטער ערליכע אידן אין אמעריקע, בראשית גדולים וצדיקים, כמעט יעדער איינער האט געגעבן וואקסינען, אנגענומען וואס די דאקטוירים האבן צו זאגן, און נישט געגלייבט אז די וועלט פירט זיך דורך געהיימע קאבאלן, סאמהאו ערגעץ ווי אין די זעלבע צייט וואס די אינטערנעט האט זיך פארשפרייט, האט זיך אויך אנגעהויבן זען א שטארקע צוריקקער צום שורש, די אריגינעלע אידישקייט פון אברהם אבינו און די נביאים ראשונים אחרונים וכו', איז פרעזערווירט געווארן דורך אלעקס דזשאונס וחביריו, כדי די היימישע אמת'ע ערליכע אידן זאלן עס קענען צוריק מקבל זיין פון זיי דורך די הייליגע אינטערנעט.

ר''ל מהאי דעתא.
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

רעד דיג וועגן דאקטוירים, פיל איך פאר נויטיג צוצוברענגען די רייד פונעם רעק"א אין א בריוו וועגן דעם מגיפה אין זיין צייט.

"גם הזהרתי פעמים הרבה באזהרה אחר אזהרה שיהיו הנהגתם באכילה ושתי׳ כפי אשר סדרו ואשר שפטו הרופאים להזהר מזה וירחקו כמטחוי קשת כאילו הם מאכלות אסורות(!!), ולא יעברו על דבריהם אף כמלא נימא ובכלל הזה להשמר מכל דבר ודבר כגון שלא לצאת בשחרית מביתו אליבא ריקנא, וההכרח לשתות חמין מקודם, והעובר על ציווי הרופאים בסדר ההנהגה חוטא לה׳ במאוד כי גדול סכנתא מאיסורא ובפרט במקום סכנה לו ולאחרים שגורם ח״ו התפשטות החולי בעיר וגדול עונו מנשוא"
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5437
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

יואל שרייבער האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:דאס גייט שוין אן זייט אברהם אבינו, זיי גלייבן אין באשעפער,

זיי דינען אים און פראבירן צו זיין די מערסטע גלויביג צום אייבערשטן וואס איז שייך,

זייערע נביאים זענען מער נישטא, אבער אביסל זענען פארשריבן, עס איז די צווייטע און די דריטע חלק פון די תנ"ך

זייערע רעליגיע ווערט היינט צוטאגס איבערגעגעבן דורך צדיקים וגאונים וגדולי הרבנים יראי השם וחושבי שמו,

וואס נאך איז דיר שווער?

אינטערעסאנט, עס איז דא עפעס א חלל דא, צווישן תש''ה און תש''ס האבן געוואוינט צענדליגער טויזענטער ערליכע אידן אין אמעריקע, בראשית גדולים וצדיקים, כמעט יעדער איינער האט געגעבן וואקסינען, אנגענומען וואס די דאקטוירים האבן צו זאגן, און נישט געגלייבט אז די וועלט פירט זיך דורך געהיימע קאבאלן, סאמהאו ערגעץ ווי אין די זעלבע צייט וואס די אינטערנעט האט זיך פארשפרייט, האט זיך אויך אנגעהויבן זען א שטארקע צוריקקער צום שורש, די אריגינעלע אידישקייט פון אברהם אבינו און די נביאים ראשונים אחרונים וכו', איז פרעזערווירט געווארן דורך אלעקס דזשאונס וחביריו, כדי די היימישע אמת'ע ערליכע אידן זאלן עס קענען צוריק מקבל זיין פון זיי דורך די הייליגע אינטערנעט.

ר''ל מהאי דעתא.

די סמאל פאקס וואקסין איז שוין ארויסגעקומען בשנת תקנ״ו, עס ווערט באהאנדעלט להלכה אין ספר הברית, ווי אויך אין תפארת ישראל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ורפא ירפא טייטשט אז א דאקטאר האט רשות צו היילן. כאטש דער אויבערשטער פירט די וועלט, פארט דארף נישט זאגן "פארלאז זיך אויפ'ן אויבערשטן".

פשוט פשט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

בבקשה האט געשריבן:
די סמאל פאקס וואקסין איז שוין ארויסגעקומען בשנת תקנ״ו, עס ווערט באהאנדעלט להלכה אין ספר הברית, ווי אויך אין תפארת ישראל.

איך ווייס, אבער אויף דעם וועט ער דאך אייביג האבן תירוצים, דעמאלט איז נאך געווען אנדערש, דאקטוירים זענען געווען עכטע דאקטוירים וכדומה, איך רעד פון דא אויף אדמת אמעריקע, מיט די זעלבע מעדיצינישע סיסטעם, דאך זענען ערליכע אידן נישט געווען פארנומען מיט די זאכן ביז בערך צוואנציג יאר צוריק.

גראדע, אין ספר הברית זעהט אויס אז ערליכע אידן האבן טאקע יא מורא געהאט פון די וואקסינען מתחילה, און נאר נאך דרייסיג יאר וואס גוים האבן עס גענומען האט מען עס אנגעהויבן צו נעמען.
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4445
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

יואל שרייבער האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:דאס גייט שוין אן זייט אברהם אבינו, זיי גלייבן אין באשעפער,

זיי דינען אים און פראבירן צו זיין די מערסטע גלויביג צום אייבערשטן וואס איז שייך,

זייערע נביאים זענען מער נישטא, אבער אביסל זענען פארשריבן, עס איז די צווייטע און די דריטע חלק פון די תנ"ך

זייערע רעליגיע ווערט היינט צוטאגס איבערגעגעבן דורך צדיקים וגאונים וגדולי הרבנים יראי השם וחושבי שמו,

וואס נאך איז דיר שווער?

אינטערעסאנט, עס איז דא עפעס א חלל דא, צווישן תש''ה און תש''ס האבן געוואוינט צענדליגער טויזענטער ערליכע אידן אין אמעריקע, בראשית גדולים וצדיקים, כמעט יעדער איינער האט געגעבן וואקסינען, אנגענומען וואס די דאקטוירים האבן צו זאגן, און נישט געגלייבט אז די וועלט פירט זיך דורך געהיימע קאבאלן, סאמהאו ערגעץ ווי אין די זעלבע צייט וואס די אינטערנעט האט זיך פארשפרייט, האט זיך אויך אנגעהויבן זען א שטארקע צוריקקער צום שורש, די אריגינעלע אידישקייט פון אברהם אבינו און די נביאים ראשונים אחרונים וכו', איז פרעזערווירט געווארן דורך אלעקס דזשאונס וחביריו, כדי די היימישע אמת'ע ערליכע אידן זאלן עס קענען צוריק מקבל זיין פון זיי דורך די הייליגע אינטערנעט.

ר''ל מהאי דעתא.

אוי האסטו דאס גוט ארויסגעברענגט!
(וכן הוא בכמעט כל עבירות ומצוות חדשות שלא שערום אבותינו מעולם)
;l;p- ;l;p- ;l;p-
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מיינונגען קעגן וואקסינען זענען פיל עלטער פון אינטערנעט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4621
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

פעיק ניוז האט געשריבן:מיינונגען קעגן וואקסינען זענען פיל עלטער פון אינטערנעט.

נישט די שטארקע מאוומענט קעגן וואקסינען
(--ווערטערלאז--)
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5610
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

פעיק ניוז האט געשריבן:מיינונגען קעגן וואקסינען זענען פיל עלטער פון אינטערנעט.

אמת אבער די מיינונגען אז די וואקסינס איז א חלק פון א גרסערע פלאן אונטערצוברענגען די מענטשהייט איז אין איינקלאנג מיט די אויפשטייג פון די אינטערנעט.

זיך נישט פארלירן רבותי, א מיינונג קעגן וואקסין איז נאך נישט קיין ראיה פון קאנספיראציע.

געזונטע דאבטעס אויף געזונטהייט ענינים איז געזונט פאר די געזעלשאפט. קראנקע קאנספיראציעס פון קראנקע וואנזיניגע פארשוינען ווען אזויפיל קראנקע האבן זיך שוין אפגעליטן, איז קראנק פאר די מענטשהייט בנפש רוח ונשמה.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

לאמיר א מינוט רעדן פון די 'קאראנא וואקסין', בנוגע גלייבן דאקטוירים בלינדערהייט. דער קאראנא וואקסין איז א נייע בריה. עס איז געמאכט אויף גאנץ אן אנדערע מהלך ווי געווענליכע וואקסינען. קיין איין דאקטאר האט דאס נאכנישט שטודירט און באקומען א קאלעדזש דעגרי דערויף ביז היינט.

איז ווילסטו מיר זאגן אז די אלע דאקטוירים וועם מען פרעגט וואס זאגן אז די וואקסין איז זיכער גוט און אז זייער מיינונג איז געבויעט אויף 'ריסורטש' דערויף, ווייסן וואס זיי רעדן? קוים איז דער בריה באשאפן געווארן און שוין האסטו דאס שטודירט? שטעלט דאס נישט א קוועסשאן מארק אויף זייער באגלויבטקייט, אז מען זאל דארפן טראכטן צוויי מאל בעפאר'ן אננעמען זייערע מיינונגען בתורת גלייבן א דאקטאר?

איך פרעג באמת.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5610
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

פעיק ניוז האט געשריבן:לאמיר א מינוט רעדן פון די 'קאראנא וואקסין', בנוגע גלייבן דאקטוירים בלינדערהייט. דער קאראנא וואקסין איז א נייע בריה. עס איז געמאכט אויף גאנץ אן אנדערע מהלך ווי געווענליכע וואקסינען. קיין איין דאקטאר האט דאס נאכנישט שטודירט און באקומען א קאלעדזש דעגרי דערויף ביז היינט.

איז ווילסטו מיר זאגן אז די אלע דאקטוירים וועם מען פרעגט וואס זאגן אז די וואקסין איז זיכער גוט און אז זייער מיינונג איז געבויעט אויף 'ריסורטש' דערויף, ווייסן וואס זיי רעדן? קוים איז דער בריה באשאפן געווארן און שוין האסטו דאס שטודירט? שטעלט דאס נישט א קוועסשאן מארק אויף זייער באגלויבטקייט, אז מען זאל דארפן טראכטן צוויי מאל בעפאר'ן אננעמען זייערע מיינונגען בתורת גלייבן א דאקטאר?

איך פרעג באמת.

איך פערזענליך האט די זעלבע פראגע און ס'ערגבערט מיך.

אלץ גוי, ווען איך דארף ווען נוצן שכל וואלט איך דאס געשטיצט בבחינת הבוחר רע במעוטו. אלץ "איד" ווייס איך נישט וואס צו האלטן אדער טוהן.

איך כשלעצמי פלאן דאס נישט צו נעמען נאר טאמער איך קען ליידן קאנסעקווענצן ווי טרעוועל אדער סיי וואס. איך זעה נישט קיין סיבה פארוואס איך זאל דאס נעמען. איך בין נישט פון די "הויך ריזיקע" קאטעגאריע.

איך שטיץ יא די וועלכע קאראנע קען זיי לייגן אין געפאר, אז זיי זאלן דאס נעמען.

דאס האלט איך "פראקטיש" גערעדט. אבער וואס די תורה האלט ווייס איך נישט און איך גאר דאס צו וויסן. איך וועל דאס פאלגן אפגעזעהן צו איך פארשטיי.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לאמיר טראכטן גראד.

דער ציל פון די אלע העלט דעפארטמענטס פון אלע לענדער איבער די גארער וועלט איז אך ורק איין זאך, אפשטעלן די פאנדעמיע בעוד מועד.

איה"נ, כדי דאס צו דערגרייכן ווי שנעלער האבן זיי אראפגעשניטן א גאנצע רייע פון [א גרויסע טייל אומנויטיגע] ביוראקראטיע און רויטע טעיפ, אבער אדרבה דאס צייגט אונז ווי שטארק זיי ווילן גרייכן דעם ציל הנ"ל און אפשטעלן די סכנה.

די פשט'ל אז מ'קען זיי נישט קלאגן און ובכן פארלירן זיי נאמנות הויבט נישט אן צו שטימען, ווייל קיינער סיי פון די געזונטהייט ארגענעזאציעס סיי פון די פראדוצירער ווילן נישט דערלייגן זייער פרעזטיזש און סטאק ווערט, מיטן פארשפרייטן עפעס וואס איז חלילה א סכנה, אדרבה ואדרבה יעדער פו זיי זוכט צו הייבן זייער פרעזטיש בעיני כל העולם כולו און זיין דער וואס די וועלט וועט קרעדיטן הונדערט יאר ארום פארן אפשטעלן די וויירוס וכו' ועוד.

דאס אז ס'קען זיין א געוויסע פראצענט ריסק ווייסן זיי אויך, נאר דער שכל הישר וועגט שכרו כנגד הפסידו אזוי ווי ביי רוב מעדיצינישע באשלוסן.

כל הנ"ל כתבתי פאר די וואס האבן נאך נישט גע'אסר'ט קאמען סענס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4621
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

פעיק ניוז האט געשריבן:לאמיר א מינוט רעדן פון די 'קאראנא וואקסין', בנוגע גלייבן דאקטוירים בלינדערהייט. דער קאראנא וואקסין איז א נייע בריה. עס איז געמאכט אויף גאנץ אן אנדערע מהלך ווי געווענליכע וואקסינען. קיין איין דאקטאר האט דאס נאכנישט שטודירט און באקומען א קאלעדזש דעגרי דערויף ביז היינט.

איז ווילסטו מיר זאגן אז די אלע דאקטוירים וועם מען פרעגט וואס זאגן אז די וואקסין איז זיכער גוט און אז זייער מיינונג איז געבויעט אויף 'ריסורטש' דערויף, ווייסן וואס זיי רעדן? קוים איז דער בריה באשאפן געווארן און שוין האסטו דאס שטודירט? שטעלט דאס נישט א קוועסשאן מארק אויף זייער באגלויבטקייט, אז מען זאל דארפן טראכטן צוויי מאל בעפאר'ן אננעמען זייערע מיינונגען בתורת גלייבן א דאקטאר?

איך פרעג באמת.

די פארשטייסט אבער די חילוק פון 'קוועסטשענען די וואקסין' ביז אנקומען מיט גאנצעטע קראנקע קאנפיראציעס? טשיפס אין די אדערן, מאנקיס, טוישן די ען עי, נישט קענען האבן קיין קינדער, ס'ברענגט מחשבות זרות (ביג טיים גראדע..), וכהנה וכהנה

פון דעם רעדט מען
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

@פארשלאפן: פון די אנדערע זייט קען מען פונקט אזוי מצדד זיין אז טאקע צוליב זייער געיעג האבן זיי אויך פארקוקט אויף עכטע געזונטהייט פאקטארן. כאפסט די דילעמע?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

בעסער אזוי האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:לאמיר א מינוט רעדן פון די 'קאראנא וואקסין', בנוגע גלייבן דאקטוירים בלינדערהייט. דער קאראנא וואקסין איז א נייע בריה. עס איז געמאכט אויף גאנץ אן אנדערע מהלך ווי געווענליכע וואקסינען. קיין איין דאקטאר האט דאס נאכנישט שטודירט און באקומען א קאלעדזש דעגרי דערויף ביז היינט.

איז ווילסטו מיר זאגן אז די אלע דאקטוירים וועם מען פרעגט וואס זאגן אז די וואקסין איז זיכער גוט און אז זייער מיינונג איז געבויעט אויף 'ריסורטש' דערויף, ווייסן וואס זיי רעדן? קוים איז דער בריה באשאפן געווארן און שוין האסטו דאס שטודירט? שטעלט דאס נישט א קוועסשאן מארק אויף זייער באגלויבטקייט, אז מען זאל דארפן טראכטן צוויי מאל בעפאר'ן אננעמען זייערע מיינונגען בתורת גלייבן א דאקטאר?

איך פרעג באמת.

די פארשטייסט אבער די חילוק פון 'קוועסטשענען די וואקסין' ביז אנקומען מיט גאנצעטע קראנקע קאנפיראציעס? טשיפס אין די אדערן, מאנקיס, טוישן די ען עי, נישט קענען האבן קיין קינדער, ס'ברענגט מחשבות זרות (ביג טיים גראדע..), וכהנה וכהנה

פון דעם רעדט מען

בוודאי פארשטיי איך. מיין ווייטאג איז אבער, אז אין די פראו לאגער זעען אסאך נישט דעם חילוק.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35409
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פעיק ניוז האט געשריבן:@פארשלאפן: פון די אנדערע זייט קען מען פונקט אזוי מצדד זיין אז טאקע צוליב זייער געיעג האבן זיי אויך פארקוקט אויף עכטע געזונטהייט פאקטארן. כאפסט די דילעמע?

ניין, קיינער פון זיי וויל דאס נישט, ס'איז קעגן זייער גאנצע ציהל.

צו זיי קענען פארפאסן עפעס?

געוויס, יעדער בשר ודם קען, אבער זיי פרובירן דאס בעסטע וואס ס'איז שייך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

farshlufen האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:@פארשלאפן: פון די אנדערע זייט קען מען פונקט אזוי מצדד זיין אז טאקע צוליב זייער געיעג האבן זיי אויך פארקוקט אויף עכטע געזונטהייט פאקטארן. כאפסט די דילעמע?

ניין, קיינער פון זיי וויל דאס נישט, ס'איז קעגן זייער גאנצע ציהל.

צו זיי קענען פארפאסן עפעס?

געוויס, יעדער בשר ודם קען, אבער זיי פרובירן דאס בעסטע וואס ס'איז שייך.

איך הער דיין מסקנא. ביי מיר איז דאס אבער אן ערנסטער קאנסורן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4621
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

פעיק ניוז האט געשריבן:
בעסער אזוי האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:לאמיר א מינוט רעדן פון די 'קאראנא וואקסין', בנוגע גלייבן דאקטוירים בלינדערהייט. דער קאראנא וואקסין איז א נייע בריה. עס איז געמאכט אויף גאנץ אן אנדערע מהלך ווי געווענליכע וואקסינען. קיין איין דאקטאר האט דאס נאכנישט שטודירט און באקומען א קאלעדזש דעגרי דערויף ביז היינט.

איז ווילסטו מיר זאגן אז די אלע דאקטוירים וועם מען פרעגט וואס זאגן אז די וואקסין איז זיכער גוט און אז זייער מיינונג איז געבויעט אויף 'ריסורטש' דערויף, ווייסן וואס זיי רעדן? קוים איז דער בריה באשאפן געווארן און שוין האסטו דאס שטודירט? שטעלט דאס נישט א קוועסשאן מארק אויף זייער באגלויבטקייט, אז מען זאל דארפן טראכטן צוויי מאל בעפאר'ן אננעמען זייערע מיינונגען בתורת גלייבן א דאקטאר?

איך פרעג באמת.

די פארשטייסט אבער די חילוק פון 'קוועסטשענען די וואקסין' ביז אנקומען מיט גאנצעטע קראנקע קאנפיראציעס? טשיפס אין די אדערן, מאנקיס, טוישן די ען עי, נישט קענען האבן קיין קינדער, ס'ברענגט מחשבות זרות (ביג טיים גראדע..), וכהנה וכהנה

פון דעם רעדט מען

בוודאי פארשטיי איך. מיין ווייטאג איז אבער, אז אין די פראו לאגער זעען אסאך נישט דעם חילוק.

מיט דעם ביזטו גערעכט

דאס האב איך געשריבן איבער דעם ענין נישט לאנג צוריק:
בעסער אזוי האט געשריבן:איינער וואס יאגט זיך נישט צו געבן יעדע וואקסין ווערט נישט אנטי, איינער וואס האלט נישט אז מ'לייגט אריין טשיפס אין די וואקסינען ווערט נישט פרא, ס'איז דא א מיטל וועג
(--ווערטערלאז--)
זכריהו
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 12:47 pm

Re: די געפאר און אנשיקעניש פון היימישע קאנספיראציע טעאריקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכריהו »

פעיק ניוז האט געשריבן:לאמיר א מינוט רעדן פון די 'קאראנא וואקסין', בנוגע גלייבן דאקטוירים בלינדערהייט. דער קאראנא וואקסין איז א נייע בריה. עס איז געמאכט אויף גאנץ אן אנדערע מהלך ווי געווענליכע וואקסינען. קיין איין דאקטאר האט דאס נאכנישט שטודירט און באקומען א קאלעדזש דעגרי דערויף ביז היינט.

איז ווילסטו מיר זאגן אז די אלע דאקטוירים וועם מען פרעגט וואס זאגן אז די וואקסין איז זיכער גוט און אז זייער מיינונג איז געבויעט אויף 'ריסורטש' דערויף, ווייסן וואס זיי רעדן? קוים איז דער בריה באשאפן געווארן און שוין האסטו דאס שטודירט? שטעלט דאס נישט א קוועסשאן מארק אויף זייער באגלויבטקייט, אז מען זאל דארפן טראכטן צוויי מאל בעפאר'ן אננעמען זייערע מיינונגען בתורת גלייבן א דאקטאר?

איך פרעג באמת.

די פראגע און זארג איז אויפריכטיג, אבער עס האט שוין כעת עתה עקספייערט.

נאכן וואקסינירן צענדליגער מיליאנען מענטשן איבער דער וועלט, און עס שטעלט זיך ארויס נאכצוקומען די האפענונגען וואס מ'האט ערווארטעט, איז שוין נישטא וואס צו זארגן.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”