אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?

אחראי: יאנאש

אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?

צד א'
64
59%
צד ב'
45
41%
 
סך הכל שטימען: 109

אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

מטעמים האט געשריבן:צד א׳ האט נישט קיין הלכות אין שלחן ערוך, צד ב׳ זענען לעבעדיגע אידען וואס זעהען מיט זייער פליישיגע אויגען ווי געוואוסע ענינים ווערן נישט מסודר סאו א טייל פון צד ב׳ ווערן עווענטועלע צד ב׳ אידען.

אן קיין רייץ, חוצפה, ברען און ווילדקייט פון צד ב׳ ווערט קיינמאל באשאפען קיין צד א׳, די שאלה וואס איך וואונדער זיך, פארוואס איז אזוי וויכטיג פאר אונז צו האבען עסקנים? איז די נארם פון ניו יארק טאקע אזוי שווער פאר אונז אידען אז מיר מיזען כסדר צוקומען צו עסקנים אונז צו העלפען?

זעמיר טאקע אזוי נישט קעפעבל צו זיין אין טשארדזש פון אונזער אייגענע לעבן אז מיר מיזען האבען עסקנים ווי די שווארצע און די היספאנישע געמיינדע? און אן דעם זעמיר ממש אויס מענטש?! איך פרעג נישט ווייל איך ווייס די ענטפער אדער אונז חלילה וחס אראפצורייסען נאר פשוט צו פארשטיין.


פון דיין פראגע זעהט מען אז דו האסט נאכנישט געלערנט היסטאריע, נעם ארויס היסטאריע ביכער וויאזוי אידישקייט האט זיך נאר געהאלטן מיט די פרנסי הציבור און ערליכע רבנים וועלכע האבן געפירט קהלות.

די חורבנות זענען געקומען סיי פון ראשי קהלה וועלכע האבן אראפגעווארפן פון זיך דעם עול פון די רבנים, און פון פארפוילטע רבנים.

עס איז א פאקט אז דער סאטמאר רב, ווען עס האט זיך געהאנדלט מיט מערכות קעגן די הנהגה איז ער געווען גאר שארף, אויף אן עקסטרעמען פארנעם.

עס קען אמאל זיין אז די הנהגה מאכט טעותים. אבער אן קיין הנהגה איז הפקר וועלט אינגאנצן. רבי ר' אלימלך האט געזאגט, אז עס איז נישטא קיין מנהיג, איז דער שטן דער מנהיג.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:צד א'
ווי מיינע עלטערן און רבי'ס די לעצטע 50-60 יאר

אבער די פארטיי מיט וועמען אונזערע עלטערן האבן זיך אידענטיפיצירט, האט אמאל געצייגט מאראל און רעספעקט פאר רעליגיע. היינט איז עס פארקערט. סיי לאקאל, סיי נאציאנאל, און סיי גלאבאל.


גוט געזאגט אסדר'ל!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

לאו דוקה
מיין רבי (הרה''ק מ'סאטמאר זצוק''ל) האט קלאר נישט געהאלטן אז דאס מאכט א נפק''מ ביים וועלן וכדומה
ער האט אפי געטענעה'ט איבערדעם מיט אנדערע איבער נאפאליען וכדומה ואכמ''ל
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

פונעם אנדערן אשכול.
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
חמרא האט געשריבן:האט דער פרעזידענט געהערט הרב פנחס דוד פרענקעל׳ס דרשה???... ס׳זעהט אזוי אויס


אלעס קען זיין. וואס מ׳ווייסט אבער קלאר איז, אז דעם דינסטאג איז געקומען א ביטע צו דעם חרידישן ווייסע הויז געהילף פון איינע פון די פראמונענטע חסידישע רבי׳ס אין ניו יארק, ער האט געזאגט ״מיר האבן פארמאכט ווען מ׳האט געהייסן, און יעצט איז צייט מ׳זאל אונז לאזן עפענען״. די ענפער איז געווען אז מ׳גייט ארבעטן דערויף.

ס׳איז זיכט געקומען שתדלנות פון להבדל נישט אידישע גרופעס, וואס זענען אסאך מער מאכטפול אין לאביאינג.

דאס ווייס איך קראנט.



זעט מען דא אז מ'דארף נישט נעמען אייגענע שריט וואס קען נאר שאדן מאכן לאוסאוט אדג. , נאר מ'מעג זיך פארלאזן אויף די אלטבאזעצענע עסקנים, אז זיי טוען וואס זיי קענען אונטער די קוליסן.

א פערפעקט ביישפיל..
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

לאו דוקא, איך זיך נישט אריינצוגיין אין א פארקריפעלטע שמועס.. אין מיין תגובה וואס דו ציטירסט זעה איך גארנישט לגבי דאס וואס דו ווילסט פראוון.

איך ווייס נישט ווי ווייט דו מיסט באקאנט, אבער אין אלע בתי מדרשים פון סאטמאר מהר״א אין גרעיטער ניו יארק זענען שוין געעפענט געווארן 3 וואכן צוריק.

מ׳האט זיך שוין אנגעליטן מיט אומפאזאטיווע דעקונג, כידוע.. מ׳פראבירט זיך אנייצע צו געבן אויפן מינוט, מ׳גייט אבער ווייטער אן.

שתדלנות ביי די גאווערמענט? קיין שום סתירה, מ׳מעג און מ׳ברויך משתדל זיין. הגם דער געזעץ איז קיין אפהאלט פאר אידישקייט אויכנישט.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: אנקעטע: זענט איר מיט צד א' אדער צד ב' ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

חושב'ס ארטיקל איז געווען זייער אפען בייעסד קעגן צד אלף, און קלאר פראפעגאנדירט פאר צד ב'. איך שטעל מיר בעצם אריין אין די מיטלגארטיגע גרופע, אבער מיט א נטיה צו גרופע אלף אויף דעם וועג ווי אזוי איך וועל דאס דעסקרייבן דורך קאמענטירן אויף די פרטים ווי אזוי ער שטעלט אראפ צד א'. וז"ל:

מ'דארף זיך לאזן פירן פון די אלטע בארימטע געטרייע עסקנים פון די לעצטע צענדליגע יארן. די יחיד האט נישט אריינצורעדן אין קיין שום נושא, אלעס איז זייער קאמפליצירט און האקל מ'דארף זיך לאזן פירן ביי די גרויסע חברה. די עיקר איז די טובת הכלל. מיטארבעטן מיט די דעמאקראטן, ווייל זיי געבן די מערסטע בעניפיטס פארן כלל. נישט ארויסשטארן אלס איד. גלייבן יעדע ווארט פון א דאקטער. מיטגיין מיט די אלטוועלטליכע אנגענומענע דעת ביי יעדע נושא. האלטן גוטע קשרים מיט די רעגירונג כדי צו קענען האבן ווי מער טובת הנאה פון די גאווערמענט. פרא סיסטעם...


פרעג איך אזוי, אונז האבן מיר איינער וואס איינער וואס האלט אז מ'דארף גיין מיט די אלטע און עקספיריענסד עסקנים, ווייל זייער מהלך האט זיך בעבר ארויסגעוויזן אלץ ווירקזאם, אדער ווייל אזוי האבן די רבנים פון פריערדיגן דור אראפגעשטעלט דעם דרך השתדלנות, און די נייע דרכים קענען קאליע מאכן. ווי קומט דא אריין אז ער זאל אויך האלטן אז מ'דארף מיטארבעטן מיט די דעמאקראטן? גלייבן יעדעס ווארט פון א דאקטאר? וכו' וכו', איך הייב נישט אהן צו זעהן ווי מ'קומט אהן צו דעם מסקנא.

איך וואלט אראפגעשטעלט די צווי צדדים אביסל אנדערש וזהו:

צד א' זענען די וואס זענען זייער "פארזיכטיג" ווען עס קומט צו נייע זאכן וואס זענען נאכנישט אדורך קיין טרייעל, וכן זענען זיי זייער "פארזיכטיג" פון צו נעמען מיינונגן פון נייע אומבאקאנטע מענטשן וואס מ'ווייסט נישט ווער זיי זענען, און צו זיי פארשטייען אן ענין.. וכדו'. זיי קלערן צוויי מאל פארן זיך פארלאזן אויף עפעס א האטליין רעדנער וואס האט כלומר'שט ערפונדן היימישע רפואות פאר 'דאס און יענץ'... און וועלן ענדערש ציען זיך צו פארלאזן אויף באקאנטע אינסטיטוציעס וואס מ'קען זיי שוין.. וכו'.

צד ב' זענען מענטשן וואס גלייכן צו טרעפן זייער "יחודיית" אין יעדע זאך, טרעפן זייער אייגענע סעלף דורך "אליינס" אפמאכן מיינונגן אויף יעדע זאך, און דערפאר וועט עס טאקע ע"פ רוב זיין די אומקאנווענציאלע געדאנקען און יוצא דופן'דיגע שיטות. ווייל סתם נאכבעבלען די אנגענומענע מהלך געט דאך נישט דער געפיל פון "זיך"... עס איז בלויז ווייטער א חלק פונעם כלל...

אנצווישן די צוויי לויפן די מענטשן מיט חילוקים וויפיל זיי זענען בכלל גרייט צו הערן נייע מהלכים. ס'זענען דא מענטשן וואס פילן זיך נאר "פארזיכערט" אז זיי סטיקן צו איין סיסטעם, זיי גייען נאך א אויסגעטראטענע מהלך און ביי דעם האלטן זיי זיך. מאידך זענען דא מענטשן וואס זענען יא אפען צו הערן אנדערע מיינונגען און פרישע מהלכים, זיי האבן נישט מורא דערפון...
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”