מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

אחראי: יאנאש

שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שצם_חנכל »

מען הערט אז עס זענען פארגעקומען עפעס א פריוואטע צוזאמענקומפט אין קרית יואל פון פרויען וואס ווילן זיך טוישן, עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן די "קאנווערזשאן רעיט" פון אזא אסיפה
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

ס'נישט נאר אז מיין באבע איז אזוי געגאנגען... דאס אליינס איז אויך נישט קיין קלייניגקייט...

מיין זיידע האט געהאט א רב/רבי/דיין, וואס האט געלאזט גיין אזוי....

מיין טאטע האט געהאט א רב/רבי/דיין, וואס האט געלאזט גיין אזוי....

איך האב א רב/רבי/דיין, וואס לאזט גיין אזוי...

אוודאי איז דאס נישט קיין היתר צו גיין מיט א שייטל וואס איז נישט אויגעהאלטן מטעם צניעות אד"ג. אזוי ווי א קלייד, וואס איז מותר לכל הדיעות צו גיין מיט א קלייד, דארף נאך אויך זיין באשיידן און צניעות'דיג
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

קלארע דעת קדשו פין מרן רבינו זי"ע

Webp.net-resizeimage (1).jpg
Webp.net-resizeimage (1).jpg (177.67 KiB) געזען 5094 מאל


Webp.net-resizeimage.jpg
Webp.net-resizeimage.jpg (219.59 KiB) געזען 5094 מאל


Webp.net-resizeimage (2).jpg
Webp.net-resizeimage (2).jpg (224.86 KiB) געזען 5094 מאל
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

קלארע דעת קדשו פון מרן רביה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר זי"ע

lazy האט געשריבן:האלקים אנה לידי א קונטרס פון טשאטה רב לגבי קאמאן קאור וואו ער פארציילט דאס פאלגענדע:

עס איז געווען אין די כ' יארן, האט ער אנגעהויבן צו טוהן אויף שייטלען. האט דער רבי אריינגערופן צוויי אינגעלייט, און זיי געבעטן, זיי זאלן ארומגיין צווישן עולם און בעטן ברחמים, און מעורר זיין אז ער וויל מען זאל גיין מיט שפיצלעך. מען איז געגאנגען פון רעכל צו מעכיל, איז דאך געווען אלץ ביי אונז אין בית המדרש אזעלכע אינגעלייט וועלכע זענען פרומער. אזוי ווי דער רבי האט ארויסגעשיקט שלוחים איבער שייטלען, האבן זיי אויפגעהאנגען א צעטל "שייטלען רחמנא ליצלן, דער קידוש איז נישט קיין קידוש." מען האט אנגעהויבן אראפצורייסן די בעלי בתים, מיט א מורא'דיגע מדה גדושה. דערציילט מיר א אינגערמאן, דער רבי איז אריינגעלאפן צו מנחה ערב שבת, כדרכו פלעגט ער אריינלויפן צו מנחה. און עס האט געהאנגען דער צעטל אויף דער טיר, און דער רבי גיט א קום אריין אין בית המדרש, און גיט עס שנעל א ליין אפ. ער האט גערופן דעם שמש, ער זאל רופן א גוי, און זאל עס שוין אראפרייסן. און זונטאג האט ער אריינגערופן די אינגעלייט, אז זיי זאלן אויפהערן צו גיין. ער האט געזאגט, "איך וויל טוהן עפעס און זיי לאזן מיך נישט טוהן. זיי שטערן מיך!"
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

שמחהלע האט געשריבן:קלארע דעת קדשו פין מרן רבינו זי"ע

Webp.net-resizeimage (1).jpg


Webp.net-resizeimage.jpg


Webp.net-resizeimage (2).jpg


שמחה'לע פון ווען איז די דרשה?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
לייטיש
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 10:10 pm

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטיש »

די טיב ליבב איז דאך נישט כתב יד קדשו און אויך נישט העתקה פון א טעיפ. סך הכל האט איינער אפגעשריבן לפי זכרונו' יעדע ווארט אדער קלייניגקייט קען טוישן די משמעות אין אזא הייקעלע ענין. למעשה איז נישט דא קיין שום טעיפ אדער כתב יד ווי די רבי גייט ארויס קעגן שייטלעך. הלא דבר הוא.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

איך קום אריין ווי עפעס א צובויגענע שירעם נאך א מבול, אבער איך וויל מצמצם זיין מיינע צוויי צענט צום פוינט,

די נושא פון שייטלעך איז נישט קיין פראבלעם ווייל עס הייסט 'שייטל', און די נושא פון אייגענע האר איז נישט קיין פראבלעם ווייל עס הייסט 'האר', פארשטענדליך.

האר איז די ערשטע און סאמע שטארקסטע נסיון און מכשול, און די זעלבע איז מיט א שייטל וואס זעהט אויס ווי האר! - פון וואו נעם איך דאס? ווייל ווי געזאגט איז דער פראבלעם נישט עפ"י קבלה נאר עפ"י נאטור ואכמ"ל, (עפ"י קבלה איז אויך דא זייער שארף, אבער איך בין נאכנישט אין יענע מסגרת)
דעריבער, עס איז ריכטיג אז אונזערע באבעס פלעגן גיין שייטלעך, אבער, עס פלעגט נישט ענדלען אפילו אין חלום צו עכטע האר, און נאך מער, שייטלעך ביי אונזערע באבעס איז געווען ווייט פון א לכתחילה נאר ס'געווען דער בוחר הרע במיעוטו - פאר ווער עס איז באקאנט מיט מציאות הדברים,

אלזא, די היינטיגע שייטלעך זענען א פראבלעם, קלאר אז יא!

נישט קיין רב און נישט קיין רבי ז"ל זענען די וואס זאגן דאס, נאר מיר פשוטע מענטשן מיט מענטשליכע נאטורן קענען דאס עדות זאגן - נישט קיין חילוק ווי א גרויסע צדיק אדער בעל עבירה מען איז (אין א ניכטערע מינוט פארשטייט זיך), און דעריבער איז קלאר אז א פרוי וואס באצירט זיך דערמיט איז עובר אויף לפני עוור לא תתן מכשול און די עונשים פאר די ענינים זענען גארנישט באטעמט,

אשע"כ איז ארויסצוהייבן דאס אז פרויען טוען זיך אינגאנצן אויס דעם שייטל און לייגן אראפ א פעסטע גדר אין אזעלכע הייקעלע עניני צניעות,
(ובפרט מיט די מציאות אז ליידער איז כמעט נישטא קיין משפחה וואס מען קען זאגן אז פאר צוויי דזשענערעישאנס איז די שייטל געבליבן די זעלבע ביי אלע קינדער, געווענליך ווערט עס לענגער און מער רעשיג, ביי איינעם מער און ביי איינעם ווייניגער, וואס מיטן אנטון א שפיצל טוט מען בס"ד א שריט דאס צו פארמיידן)
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

20200923_181213.jpg
20200923_181213.jpg (417.4 KiB) געזען 4639 מאל
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

20200923_181158.jpg
20200923_181158.jpg (394.55 KiB) געזען 4658 מאל
שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שצם_חנכל »

שמחהלע האט געשריבן:
20200923_181158.jpg

וואו זענען די מודעות ארגינעל נתפרסם געווארן? איז נאך דא א שוואונג ביי פרויען זיך צו טוישן?
זייער פארנימען
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2020 4:39 pm

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער פארנימען »

איך ווייס פרעזענדליך פון 6 וואס האבן זיך געטוישט פאר די ימים נוראים
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

שצם_חנכל האט געשריבן:
שמחהלע האט געשריבן:
20200923_181158.jpg

געווען אין די וויליאמסבורג בולעטין
וואו זענען די מודעות ארגינעל נתפרסם געווארן? איז נאך דא א שוואונג ביי פרויען זיך צו טוישן?

די עזרת נשים געבן איבער אז יעדן טאג איז דא פרישע נעמען פין אלע סארט שטיבער לאו דווקא גאר פרימע.
שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שצם_חנכל »

זייער פארנימען האט געשריבן:איך ווייס פרעזענדליך פון 6 וואס האבן זיך געטוישט פאר די ימים נוראים

זיך נאכפרעגענדיג הערט מען נישט פון קיין ספעציעלע שוואונג יעצט פאר די ימים נוראים אויף די זעלבע פארנעם וואס מען האט געזען פריער אין די יאר הגם עס זענען נאך געווען וואס האבן זיך געטוישט ווי @זייער פארנומען האט דערמאנט. אויב אבער רעכענט מען צוזאם אלע פרויען וואס האבן אנגעטון שפיצלעך לכבוד די שלש רגלים וואס מיר זענען אריבער זינט די קאראנע האט זיך אנגעהויבען, ברויך דאס אויסצוקומען א באדייטפולע נומער, און אויב איר פילט אז דאס איז א גוטע זאך באלאנגט דאס טאקע אפשר אין דעם אשכול.

די גאנצע התעוררות איז גוטע קעיס סטאדי איבער די שטארקע השפעה פון קאנסיסטענט מארקעטינג אזויווי א טעלעפאן ליין מיט קביעות׳דיגע שיעורים. מען זעט אז שטילע וואסערן גראבן טיף, לויט ווי מען הערט זענען רוב פון די פרויען באיינפלוסט געווארן פון די ומרים ראשי האטליין וואס האט געמאכט אונטער-כוואליעס פאר א וויילע און איז נאר ארויפגעקומען אויף די אויבערפלאך ביי די איצטיגע פענדמעמיק.

עס לאזט זיך טראכטען וואס ווייטער אבער דאס איז זיכער אז עס איז געווארן פיל "נארמאלער" זיך צו טוישן און צו רעדן דערוועגן. ווי שויו דערמאנט אין א אנדערע תגובה, וואלט געווען אינטערעסאנט מיטצוהאלטען אויב און וויאזוי דאס וועט אויפשאקלען פארשידענע שידוכים צירקלען.

אויך קען מען שפעקולירן אויב פרומערע מחנכות אין שולעס וועלן זיך מער וואגן צו רעדן וועגן טוישן. כפי מיטב ידיעתי פלעגט מען אמאל בכלל נישט רעדן דערוועגן אין שולע אין דרשות אדער שיעורים, אמאל אמאל ביי די מענער אין כולל אפשר. כמדומה, איז דא געדרוקט וואס דער ברך משה האט אמאל גערעדט דערוועגן ביי א פתיחה אין כולל. לעצטענס אבער הערט מען יא דא דארט פון צוועלפטע קלאס מחנכות וואס זענען מעורר נישט אנצוטון שייטלעך בכלל אדער זיך טוישן נאך די חתונה.

רעדענדיג וועגן שולעס, מען ווייסט אז אפענע שייטלעך איז געווענטליך אנטמוטיגט אין סאטמארע מוסדות אין וויליאמסבורג און קרית יואל. וועט שפיצלעך ווערן די ערווארטעטע נארם ביי איינגעשטעלטע אין אזא מוסד ווי, לאמיר זאגן, סאטמאר קרית יואל?

ימים ידברו, אבער עס וואלט נישט געווען קיין גענצליכע איבעראשונג אויב מען קוקט צוריק אין עטליכע יאר פון איצט און מען זעט אז עס איז פארגעקומען אן ערענסטע טויש צווישען דורת אינם הינזיכט פון חסידישע לבוש ביי פרויען.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

פופציגער האט געשריבן:איך קום אריין ווי עפעס א צובויגענע שירעם נאך א מבול, אבער איך וויל מצמצם זיין מיינע צוויי צענט צום פוינט,

די נושא פון שייטלעך איז נישט קיין פראבלעם ווייל עס הייסט 'שייטל', און די נושא פון אייגענע האר איז נישט קיין פראבלעם ווייל עס הייסט 'האר', פארשטענדליך.

האר איז די ערשטע און סאמע שטארקסטע נסיון און מכשול, און די זעלבע איז מיט א שייטל וואס זעהט אויס ווי האר! - פון וואו נעם איך דאס? ווייל ווי געזאגט איז דער פראבלעם נישט עפ"י קבלה נאר עפ"י נאטור ואכמ"ל, (עפ"י קבלה איז אויך דא זייער שארף, אבער איך בין נאכנישט אין יענע מסגרת)
דעריבער, עס איז ריכטיג אז אונזערע באבעס פלעגן גיין שייטלעך, אבער, עס פלעגט נישט ענדלען אפילו אין חלום צו עכטע האר, און נאך מער, שייטלעך ביי אונזערע באבעס איז געווען ווייט פון א לכתחילה נאר ס'געווען דער בוחר הרע במיעוטו - פאר ווער עס איז באקאנט מיט מציאות הדברים,

אלזא, די היינטיגע שייטלעך זענען א פראבלעם, קלאר אז יא!

נישט קיין רב און נישט קיין רבי ז"ל זענען די וואס זאגן דאס, נאר מיר פשוטע מענטשן מיט מענטשליכע נאטורן קענען דאס עדות זאגן - נישט קיין חילוק ווי א גרויסע צדיק אדער בעל עבירה מען איז (אין א ניכטערע מינוט פארשטייט זיך), און דעריבער איז קלאר אז א פרוי וואס באצירט זיך דערמיט איז עובר אויף לפני עוור לא תתן מכשול און די עונשים פאר די ענינים זענען גארנישט באטעמט,

אשע"כ איז ארויסצוהייבן דאס אז פרויען טוען זיך אינגאנצן אויס דעם שייטל און לייגן אראפ א פעסטע גדר אין אזעלכע הייקעלע עניני צניעות,
(ובפרט מיט די מציאות אז ליידער איז כמעט נישטא קיין משפחה וואס מען קען זאגן אז פאר צוויי דזשענערעישאנס איז די שייטל געבליבן די זעלבע ביי אלע קינדער, געווענליך ווערט עס לענגער און מער רעשיג, ביי איינעם מער און ביי איינעם ווייניגער, וואס מיטן אנטון א שפיצל טוט מען בס"ד א שריט דאס צו פארמיידן)

דאס איז אודאי א שיינע תורה, אבער איז גענצליך מופרך מצד די תורה הקדושה. האר איז אסור אפילו אויב עס קוקט אויס ערגער ווי דיי שייטלען פון אונזערע באבעס, פשוט ווייל עס איז האר. אודאי דארף מען נעמען אין באטראכט די נאטור, אבער די מציאות איז אז האר איז אסור בכל אופן, לכל הדיעות, יוצא בלא כתובה, אפילו ווען מצד נאטור איז עס נישט קיין שום פראבלעם.

סאו ניין, שייטלען זענען נישט די זעלבע ווי האר.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

ווי האט ער געזאגט אז עס אי די זעלבע ווי האר? ער ברענגט נאר שיין ארויס די פראבלעם.
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: מערערע פרויען טוישן קאפ צודעק צו שפיצלעך אין ליכט פון קאראנא וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

חלה האט געשריבן:
20201027_222723.jpg

בספר "אורחות רבינו הקהילות יעקב" (חלק ג' אות ס"ג) מובא:
"אמר לי הגר"ח קניבסקי שליט"א, זקנתו הרבנית ע"ה, אמו של מרן החזו"א זצוק"ל, לבשה פאה נכרית, וכן הרבנית ע"ה זוגתו
של מרן החזו"א לבשה פאה נכרית, וכן הרבנית ע"ה זוגתו של מו"ר זצוק"ל [בעל הקהילות יעקב] לבשה פאה נכרית

א סתורות חזון איש

ס'נישט קיין סתירה נאר א 'מעשה לסתור' דאס וואס די גליון ברענגט פון א ליקוט ספר
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”