הרב דפה האט געשריבן:[align=center]אויף מערכת 'קול סאטמאר' קען מען שוין הערן די פלאם פייער'דיגע דברי אלוקים חיים פון כ"ק מרן אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א נעכטן ביים ריזן
כינוס דולה ומשקה
אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל[/align]
[align=center]מען קען עס הערן אויף קול סאטמאר 1-1-0[/align]
[align=center]דער רבי האט ארומגערעדט צווישן אנדערע איבער די טומאת רעיון הציוני, גלות, גאולה, אמונה, גודל כוחו והשפעתו והשקפתו של רביה"ק מסאטמאר זי"ע, הכנעה, פארן לערנען קיין ארץ ישראל, אנטי וואקסינען התגרות באומות, שיקן בחורים לערנען אין ארץ ישראל, זיין שטאלץ אלץ 'סאטמארער' בחור, ווי אזוי דארף א חסיד'ישער בחור אויסקוקן, בגנות די וואס פארן אויף ימים טובים אין די קאנטריס. ועוד ועוד[/align]
[align=center]והודעת להם את הדרך ילכו בה, ואת המעשה אשר יעשון[/align]
דעם רבין'ס דרשה:
א. מ'זאל מתפלל זיין מ'זאל קענען זוכה זיין צו גיין אין די וועגן פונעם פעטער און דעם טאטן.
ב. די עצה זיך צו מתגבר זיין אויף תאוות איז דורכ'ן לערנען תורה.
ג. מ'טאר נישט מאכן קיין שום פעולת בשר ודם בענין הגאולה, דאס געהער נאר צום אייבערשטן אליין.
ד. די תאווה פון נאציאליזם איז ציונות - און מ'דארף וויסן, אז יודישע קינדער האבן אויך די תאווה, און ער מעג זיין א שומר תורה ומצוות, און אויך האבן די תאווה. (פרומע ציונים)
ה. ויגבה לבו בדרכי ה', איך בין א סאטמאר'ע בחור! - יעדע תלמיד באזונדער פון ישיבה תורה ויראה ד'סאטמאר דארף צו וויסן, אז ער האט אויף זיך א חותם כהן גדול פונעם מייסד המוסדות.
ו. פארן אויף א"י - אפילו צו לערנען - איז קעגן דעם דרך פונעם פעטער ז"ל, יעדער ווייסט דאס קלאר! און די הפקרות וואס גייט דארט פאר, און די חרבנות אויף שפעטער וואס קומט ארויס.
ז. מ'דארף זיין בהכנעה ובענווה, אננעמען דעם עול הגלות, און ציונות איז פונקט דאס פארקערטע במחשבה בדיבור ובמעשה. - יעדער האלט מיט ס'דא א גאנצע וויכוח איבער עניני בריאות הגוף, איז דא מענטשן וואס האבן א מיינונג, נו, א מענטש מעג האבן א מיינונג, אבער ארויסצוקומען בשחצנות און מיט א קריג בפרהסיה, דאס איז נישט דער אידישער וועג, דאס איז נישט אונזער דרך!
ח. די מקבל דארף זיין נידריגער פונעם משפיע, דאס איז נוגע יעדן, פון א קליין אינגל ביז א בעל הבית, מ'דארף זיין בהכנעה צו איינעם וואס איז גרעסער.
ט. די עיקר פון די לעבן איז די צרכי הנשמה, נישט די צרכי הגוף, די עיקר פון שבועות איז נישט די מילעכיגס און די וויין און די פלייש, די עיקר איז די צרכי הנשמה.
י. לערנען חסיד'ישע ספרים פאר יעדע יו"ט.
יא. שבת ביי שלש סעודות דארף יעדער זיצן ביי ש"ס אין ביהמ"ד מיט חסיד'ישע אידן.
יב. איך וויל דא זאגן פאר אלע בחורים, מי האיש החפץ חיים, זאל אדורכלערנען די הקדמה אין ספר דרך פקודיך, ס'איז א גרינג לשון, זייער הייליג, און יעדער בחור מוז דאס דורכלערנען! מ'קען נישט זיין קיין חסיד'ישער בחור אויב מ'האט נישט דורכגעלערנט די הקדמה.
יג. יעדער זאל זיך אויסקלויבן א חסיד'יש ספר וואס דאס לערנט ער.
יד. זיך פוצן איז תאוות אמעריקע, מ'דארף זיך נישט באדן יעדן טאג.
טו. מ'דארף גיין אין מקווה יעדן טאג פאר'ן דאווענען.
טז. הפרשה און התבדלות פון אלע האטליינס און צייטונגען, און נייע מאדערנע ניגונים.
יז. לערנען א מוסר ספר יעדן טאג.
יח. זיך צוגרייטן צום דאווענען דורכ'ן אויפשטיין פארטאגס און לערנען תורה