בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:@בבקשה
דו זאגסט אז:
1- ס'איז שווער צו טרעפן סטאדיס
2- פיל מאל נוצט מען אלומינום
דער פראבלעם איז אז דו ביסט לכאורה נישט גערעכט, ווייל:
[אויף נומער 1-]די cdc זאגט קלאר אז עס זענען דא הונדערטער אדער טויזענטער סטאדיס וואס זענען פלאסיבא קאנטראלד. קען נישט זיין אז ס'איז שווער צו טרעפן. מ'דארף נאר אהערברענגען די בקיאים.
[אויף נומער 2-] דארף מען קודם ברענגען א סטאדי וועגן אלומינום אליין-
און בעיקר, אז פון דיינע ווערטער זעט אויס אז עס זענען טאקע נישט פאראן קיין סאך סעילין פלאסיבא[אויף וואקסינען רעקאמענדעד דאהי פאר קינדער], דאס קען נישט זיין.
דערפאר האט מיין שאלה זיך באצויגן צו דעם שמועס וואס זיי האבן גערעדט פון סעילין פלאסיבא.
נאכאמאל: איך בין נישט מסופק אז עס איז לייכט צו טרעפן, עס זענען פאראן 'בערג' פון אזעלכע סטאדיס. מ'דארף נאר ברענגען איינעם וואס ווייסט.
וואו זענען די ידענים?
ס׳איז דא צענליגע טויזענטער סטאדיס געמאכט אויף וואקסינען, ס׳איז דא סעלין, ס׳איז דא פון אנדערע וואקסינען און ס׳איז דא אלומונים, לגבי אלומינם, איז אויך דא צענדליגע טויזענטער סטודיס, ס׳איז שווער דורכצוגיין די סטאדיס קוקן וואס מען האט גענוצט, בעיקר ווייל רוב סטאדיס קען מען נאר זעהן א קיצור, און די פולע סטאדי קאסט געלט. סה״כ וואס איך שרייב איז, אז די טענה ׳מען האט נישט גענוצט סעלין׳ איז נישט קיין ריכטיגע טענה.
נאך א סיבה פארוואס ס׳איז שווער צו טרעפען סעלין סטאדיס, איז ווייל געווענליך, אן אפדעיט צו א וואקסין (למשל DTaP נאך DTP), וועט מען ניצען די אלטע וואקסין, קעגן די נייע, צו זעהן וועלעכער האט ווייניגער סייד עפעקטס, און וועלעכער ארבייט בעסער, די ארגינעלע וואקסינען זענען שוין דא צענדליגער יארן, מילא איז שווער צו טרעפען די אריגנעלע סעלין סטאדיס. לדוגמא, פאליא וואקסין איז אפראוועד געווארען דורך דר. יונה סאלק אין 1955, גיי יעצט טרעף די סטאדי וואס מען האט געמאכט אין 1955, שונה הדבר יעצט מיט די קאראנא ווירוס וואקסינען, וואס כמעט אלע סטאדיס זענען יא סעלין סטאדיס, חוץ פון איינס.
לגבי אלומינים, איז אינטרעסאנט, פארוואס פארלאנגסטו נישט קיין סטאדיס אויף סעלין? ווער זאגט דיר אז סעלין איז יא געזונט? ספיעציעל פאר מענטשען מיט הויעכע בלוט דרוק? אבער צו ענטפערען דיין קשיא, https://www.atsdr.cdc.gov/toxprofiles/tp22.pdfֿ איז א סך הכל פון אלעס וואס מען ווייסט איבער אלומנים.