געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

בין ישראל לעמים
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2018 5:23 pm

תגובהדורך בין ישראל לעמים » מאנטאג יולי 22, 2019 6:20 am

דברות קודש פון הרב הגאון רבי חיים פלאהר שליט"א ראה"כ זכרון מנחם במאנסי

שבת נאך מוסף האט ער זיך אויפגעשטעלט רעדן איבער דעם נושא, צום ערשט האט ער ארומגערעדט איבער די נחיצות פון אריינשיקן בריוו, און געזאגט עטליכע הוראות וויאזוי צו שיקן די בריוו'ן.
דערנאך האט ער שטארק ארומגערעדט אז די גאנצע כח וואס זיי האבן אריינצורעדן און אונזער חינוך איז נאר וויבאלד מנעמט פראגראמען פון זיי, ווען מזאל אפמאכן אז מנעמט גארנישט פון זיי וואלטן זיי נישט געהאט קיין שום כח צו אריינרעדן. (כידוע שטייט ער בנשיאות פון א ת"ת און א מיידל שולע וואס זענען נישט נהנה פון קיין שום פראגראמען)

ווערט איבערגעגעבן דורך זיין ברידער הרה"ג המשפיע רבי אלימלך פלאהר שליט"א

דברות קודש מראש הכולל זכרון מנחם

גברא רבא
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 14, 2019 8:52 pm

תגובהדורך גברא רבא » מאנטאג יולי 22, 2019 6:45 am

בין ישראל לעמים האט געשריבן:דברות קודש פון הרב הגאון רבי חיים פלאהר שליט"א ראה"כ זכרון מנחם במאנסי

דאס הייסט אז זיין 'תלמיד תורה' און 'מיידל שולע' זענען נישט באדרויעט פון די חינוך געזעץ ?......

בין ישראל לעמים
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2018 5:23 pm

תגובהדורך בין ישראל לעמים » מאנטאג יולי 22, 2019 6:47 am

איך ווייס נישט אויב דאס איז געווען זיין כוונה,
איך האב ענדערש פארשטאנען אז למעשה איז היינט שוין יעדער אין דעם פראבלעם, נאר די סיבה פארוואס זיי קענען בכל אריינרעדן איז וועגן מאיז נהנה פון זיי, אןו איינמאל זיי רעדן ארייין איז שוין יעדער אין א סכנה,
(איך האב ארויסגעברענגט אז ער האט אזאנע מוסדות, מזאל זיך נישט קענען אנכאפן אז ער ווייסט נישט וואס מיינט פירן א מוסד אן פראגראמען..)

גברא רבא
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 14, 2019 8:52 pm

תגובהדורך גברא רבא » מאנטאג יולי 22, 2019 6:55 am

בין ישראל לעמים האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב דאס איז געווען זיין כוונה,
איך האב ענדערש פארשטאנען אז למעשה איז היינט שוין יעדער אין דעם פראבלעם, נאר די סיבה פארוואס זיי קענען בכל אריינרעדן איז וועגן מאיז נהנה פון זיי, אןו איינמאל זיי רעדן ארייין איז שוין יעדער אין א סכנה,
(איך האב ארויסגעברענגט אז ער האט אזאנע מוסדות, מזאל זיך נישט קענען אנכאפן אז ער ווייסט נישט וואס מיינט פירן א מוסד אן פראגראמען..)

דאס הייסט אז די 'גדולי ישראל' וועלכע האבן מייסד געווען די 'מוסדות התורה' האבן פארזעהן פשטוע יסודי הדת.... איך גלייב נישט אז הגאון ר' חיים פלאר שליט"א האלט אזוי. (איך מאך חלילה נישט אוועק די השקפה פון נישט נעמען געלט, אבער חלילה צו מרננן זיין אויף גדולי ישראל מדור הקודם)

בין ישראל לעמים
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2018 5:23 pm

תגובהדורך בין ישראל לעמים » מאנטאג יולי 22, 2019 6:58 am

די גדולי ישראל וועלכע האבן מייסד געוועהן די מוסדות התורה האבן בכלל נישט דן געוועהן איבער דעם נושא וואס איז בכלל נישט נוגע געוועהן בימיהם

גברא רבא
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 14, 2019 8:52 pm

תגובהדורך גברא רבא » מאנטאג יולי 22, 2019 7:03 am

בין ישראל לעמים האט געשריבן:די גדולי ישראל וועלכע האבן מייסד געוועהן די מוסדות התורה האבן בכלל נישט דן געוועהן איבער דעם נושא וואס איז בכלל נישט נוגע געוועהן בימיהם

וואס מיינט די ווערטער אז עס איז נישט נוגע ! אויב די סיבה פארוואס די רעגירונג מישט זיך אריין איז וועגן מען האט גענומען געלט פון זיי, איז דאך עס יא נוגע, זאת ועוד בשלמא אויב דו וואלסט געזאגט אז פון יעצט און ווייטער האט זיך געביטן און מהיום והלאה מעג מען מער נישט נעמען קיין געלט, פארשטיי איך די ווערטער נישט נוגע, אבער דיינע ווערטער זענען געווען אז שילדיג איז מען אז מען האט אמאל גענומען געלט, דאס הייסט אז די גדולי ישראל האבן אונז אריין געפירט אין בלאטע..... חלילה צו זאגן אזוי

בין ישראל לעמים
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2018 5:23 pm

תגובהדורך בין ישראל לעמים » מאנטאג יולי 22, 2019 7:06 am

גברא רבא האט געשריבן:

איר זענט מכובד אויסצוהערן דעם רעקארדינג וואס איך האב פריער ארויפגעלייגט
מיין כוונה אז סאיז נישט געוון נוגע ווייל אין די צייטן פון די 'מייסדים' פון אונזערע מוסדות האט די רעגירונג נאכנישט געטיילט קיין געלט.

גברא רבא
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 14, 2019 8:52 pm

תגובהדורך גברא רבא » מאנטאג יולי 22, 2019 7:09 am

בין ישראל לעמים האט געשריבן:

איז וועלכע יאר האט די רעגירונג אנגעהויבן צו טיילן געלט ?

בין ישראל לעמים
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2018 5:23 pm

תגובהדורך בין ישראל לעמים » מאנטאג יולי 22, 2019 7:52 am

איך ווייס נישט פונקטליך וועלכע יאר, דאכט זיך ערגעץ אין די למ"ד יארן,

דאס איז אמאל זיכער אז קיין קלארע הוראה פון די גדלי ישראל די מייסדים פון אונזערע מוסדות איז נישט דא איבער דעם נושא,

אויב עפעס איז פארקערט כידוע די עדות פון הרב פערלמוטער פון מאנטריאל, אויך איז דא די שמועס פון רביה"ק מסאטמאר מיטן הייליגן מנחת יצחק וואו דער רבי זאגט בתוה"ד אז מזאל ברענגן פאר די אר"י דיגע אידן א ראי' פון אמעריקע אז מקען אויסהאלטן מוסדות אן נעמען פון זיי, מקען הערן אויף די רעקארדינג וואו ער זאגט אז מהאט אנגעטראגן צו נעמען און דער רבי האט געזאט אז ער וויל נישט נעמען, (און דאס איז געווען אין א צייט וואס מהט פעסט גענומען געלט אין די סאטמארע מוסדות, והדברים עתיקים)

עכ"פ א קלארע הוראה בכתב אדער פון א הנהגה למעשה איז נישט דא, און אפילו אויב יא, קען זיין אז זיי האבן געהאלטן אז ווילאנג די רעגירונג מישט זיך נישט אריין קען מען נעמען אבער איינמאל זיי מושן זייך אריין דארף מען אפשר אויפהערן צו נעמען

איז ווען א עלטערע רב בישראל - וואס האט זיך אסאך געדרייט ביי מרן רביה"ק מסאטמאר, און אסאך מקבל געווען פון אים - שטעלט זיך אויף זאגן אז נעמען געלט איז אלעס גורם, באשולידגט ער נישט מיט דעם די פריערדיגע גדולי ישראל.

בין ישראל לעמים
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2018 5:23 pm

תגובהדורך בין ישראל לעמים » מאנטאג יולי 22, 2019 7:59 am

אגב איז ער דער ערשטער רב וואס איך הער זאגן אז מזאל שיקן בריוו,

ביז יעצט האב איך עס נאר געהערט פון עסקנים.

גברא רבא
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 14, 2019 8:52 pm

תגובהדורך גברא רבא » מאנטאג יולי 22, 2019 8:14 am

[quote="בין ישראל לעמים"]איך ווייס נישט פונקטליך וועלכע יאר, דאכט זיך ערגעץ אין די למ"ד יארן,

בראווא ! זענען מיר אנגעקומען צום שפיטץ בארג. דאס הייסט אז אלע גדולי ישראל וואס האבן מחנך געווען אונזער דור האט מען געקענט פארדרייען (ווי מען הערט אויף די רעקארדונג וואס דו ווייסט) און פאר'נער'ן, און האבן נישט געוואסט אז מען נעמט אונטער זייער ריקן געלט.
איז הער וואס איך זאג דיר ! טויזנטער אידן וואס זענען נתחנך געווארן אונטער די אלע גדולי ישראל, ווילן ענדערש זיך צוהערן צו די גדולי ישראל וואס מען האט זיי געקענט פארדרייען, ב"ה זיי דארפן זיך נישט שעמען פאר קיינעם, און אויב האט מען גענומען געלט פון די רעגירונג זאל עס זיין ווייל מען האט זיי אויסגעפאפט איז דאס אונז לכתחילה גוט.
בנוגע לעצם הענין אוודאי אויב וועט די סופרים קארט פסקנן אז די רעגירונג מעג זיך אריין מישן דאן וועט מען זיך נישט צוהערן צו זיי און אפילו אויב דאס וועט באדייטן אז מען וועט אויפהערן צו נעמען געלט וועט מען עס מוותר זיין בחפץ לב (אנטווערפן מאנטריאל יוכיח) אבער ווי לאנג מען קען עס נאך אויספייטן אין די קארט הויז איז נישט דא קיין שום סיבה צו אויפהערן נעמען געלט.
אויב די נושא איז צו פון יעצט און ווייטער דארף מען אויפהערן נעמען געלט קען מען דן זיין, אבער אויב די נושא איז אויב מען האט אמאל געמעגט נעמען געלט איז די דיסקוציע גענדיגט !

חינוך הטהור בארהב
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 24, 2019 6:31 pm

תגובהדורך חינוך הטהור בארהב » מאנטאג יולי 22, 2019 11:42 am

גברא רבא האט געשריבן:
בין ישראל לעמים האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב דאס איז געווען זיין כוונה,
איך האב ענדערש פארשטאנען אז למעשה איז היינט שוין יעדער אין דעם פראבלעם, נאר די סיבה פארוואס זיי קענען בכל אריינרעדן איז וועגן מאיז נהנה פון זיי, אןו איינמאל זיי רעדן ארייין איז שוין יעדער אין א סכנה,
(איך האב ארויסגעברענגט אז ער האט אזאנע מוסדות, מזאל זיך נישט קענען אנכאפן אז ער ווייסט נישט וואס מיינט פירן א מוסד אן פראגראמען..)

דאס הייסט אז די 'גדולי ישראל' וועלכע האבן מייסד געווען די 'מוסדות התורה' האבן פארזעהן פשטוע יסודי הדת.... איך גלייב נישט אז הגאון ר' חיים פלאר שליט"א האלט אזוי. (איך מאך חלילה נישט אוועק די השקפה פון נישט נעמען געלט, אבער חלילה צו מרננן זיין אויף גדולי ישראל מדור הקודם)

עס הייסט נישט מרנן געווען
ווען מען האט היינט יא מייסד געווען א מיידל שולע מיינט עס חלילה מרנן געווען? היינט דארף מען עס יא האבן
ה"ה מיט געלט, היינט פעלט אויס דאס זיין זעלבסטשטענדיג.

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 783
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » מאנטאג יולי 22, 2019 11:48 am

חינוך הטהור בארהב האט געשריבן:היינט פעלט אויס דאס זיין זעלבסטשטענדיג.

ווער זאגט?
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

חינוך הטהור בארהב
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 24, 2019 6:31 pm

תגובהדורך חינוך הטהור בארהב » מאנטאג יולי 22, 2019 12:00 pm

קניידל פארעם האט געשריבן:
חינוך הטהור בארהב האט געשריבן:היינט פעלט אויס דאס זיין זעלבסטשטענדיג.

ווער זאגט?

איך האב זיך מייחס געווען צו מבאר זיין דברי הגה"צ ר' חיים

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2919
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג יולי 22, 2019 12:07 pm

סארקאזי האט געשריבן:ער זאגט אז אונזער קעיס איז נישט דומה צו די אמיש. ווייל זיי זענען געגאנגען געהעריג אין עלעמענטרי סקול. אונזער קעיס איז מער דומה צו די קעיס פון די מלאכים. וואס זענען דורך געפאלען יארען צוריק. אבער פירט ער אויס אז מיר זענען ב''ה א גרעסערע ציבור מיר וועלן עס בעזהשי''ת יא בייקומען.

גראדע איז אויך נישט אינאנצן דומה נישט צו די מלאכים און נישט צו די עמיש.
ביי די עמיש איז געווען די מעשה אז זיי זענען געגאנגען אין עלעמענטרי און בכלל נישט אין היי סקול נאר געארבעט אויף די פעלדער

דא ביי מוסדות גייט מען געהעריג אין סקול אין אלע קלאסן.
די רעגירונג וויל יעצט פסקענען אז עס הייסט נישט סקול ווייל עס שטימט נישט מיט זייערע פארשריפטן

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » מאנטאג יולי 22, 2019 12:09 pm

די צווייטע בריוו ווערד געמאכט דורך לעפקאווישט (חיים שלום?) פין מאנסי אבער די מוסדות זענען למעשה מיט פערלס

אוועטאר
פלאטפארמע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 7:57 pm
לאקאציע: מען געפינט זיך אויף מיר.

תגובהדורך פלאטפארמע » מאנטאג יולי 22, 2019 1:08 pm

בין ישראל לעמים האט געשריבן:דברות קודש פון הרב הגאון רבי חיים פלאהר שליט"א ראה"כ זכרון מנחם במאנסי

שבת נאך מוסף האט ער זיך אויפגעשטעלט רעדן איבער דעם נושא, צום ערשט האט ער ארומגערעדט איבער די נחיצות פון אריינשיקן בריוו, און געזאגט עטליכע הוראות וויאזוי צו שיקן די בריוו'ן.
דערנאך האט ער שטארק ארומגערעדט אז די גאנצע כח וואס זיי האבן אריינצורעדן און אונזער חינוך איז נאר וויבאלד מנעמט פראגראמען פון זיי, ווען מזאל אפמאכן אז מנעמט גארנישט פון זיי וואלטן זיי נישט געהאט קיין שום כח צו אריינרעדן. (כידוע שטייט ער בנשיאות פון א ת"ת און א מיידל שולע וואס זענען נישט נהנה פון קיין שום פראגראמען)

ווערט איבערגעגעבן דורך זיין ברידער הרה"ג המשפיע רבי אלימלך פלאהר שליט"א

דברות קודש מראש הכולל זכרון מנחם

​איך זיך נישט חולק צו זיין אויף רבנים, אבער ווי סזעט מיר אויס האט די אריינמישינג גארנישט צוטוען מיט די לאנטש פראגראם וואס די רעגירונג גיבט א) די גאנצע געלט נעמען איז גאר א קליינע חלק פון וויפיל די רעגירונג גיבט פאר פובליק סקולס, און אין פאקט פארלאנגען זיי אז מען מוז זיין עקוויועלענט צו די פאבליק סקול! ב) די גאנצע געדאנקען גאנג צו קאנטראלירן אונזער ישיבות איז פון די ליבעראלן (געשטופט דורך די רשעי עמנו) אז מדארף רחמנות האבן אויף די אומבאהאלפענע קינדער וואס באקומען נישט קיין געהעריגע עדיוקעישאן, און זענען גרייט צו ערקלערן די קינדער אלס "טרוענטס" (אין ענגלאנד גייט עס שוין ממש ביז רדיפת הדת פונקט ווי די יוונים) דאס האט גארנישט מיט די לאנטש פראגראם אדער טראנספארטעישאן
איז יעצט, אודאי אויב עס וועט אזוי גיין ווייטער וועט מען אויפהערן צו געבן געלט, אבער עס מיינט נישט אז די געלט נעמען האט געברענגט די גזירה, נאר אז די גזירה וועט אפשטעלן די געלט געבן
(איך בין נישט קיין גרויסע חסיד פון געלט נעמען, בפרט דורך די יו פי קעי פראגראם, און דאס קען זיין אז אויב זאל מען נישט האבן גענומען קיין געלט וואלט מען געהיטן מן השמים פון די גזירה, אבער די פאקטן זעט מיר אויס ווי איך האב געשריבן)

בין ישראל לעמים
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2018 5:23 pm

תגובהדורך בין ישראל לעמים » מאנטאג יולי 22, 2019 1:10 pm

איך ווייס נישט אויב ער האט גערעדט אז מזעהט אזוי פאקטיש,

אדער ער האט געמיינט צו זאגן א העכערע כח, צו ווייל מאיז נהנה גיסטו אים א כח, צו כח הפועל בנפעל, וכו'

Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

תגובהדורך Tahares hakodesh » מאנטאג יולי 22, 2019 1:11 pm

גברא רבא האט געשריבן:
בין ישראל לעמים האט געשריבן:איך ווייס נישט פונקטליך וועלכע יאר, דאכט זיך ערגעץ אין די למ"ד יארן,

בראווא ! זענען מיר אנגעקומען צום שפיטץ בארג. דאס הייסט אז אלע גדולי ישראל וואס האבן מחנך געווען אונזער דור האט מען געקענט פארדרייען (ווי מען הערט אויף די רעקארדונג וואס דו ווייסט) און פאר'נער'ן, און האבן נישט געוואסט אז מען נעמט אונטער זייער ריקן געלט.
איז הער וואס איך זאג דיר ! טויזנטער אידן וואס זענען נתחנך געווארן אונטער די אלע גדולי ישראל, ווילן ענדערש זיך צוהערן צו די גדולי ישראל וואס מען האט זיי געקענט פארדרייען, ב"ה זיי דארפן זיך נישט שעמען פאר קיינעם, און אויב האט מען גענומען געלט פון די רעגירונג זאל עס זיין ווייל מען האט זיי אויסגעפאפט איז דאס אונז לכתחילה גוט.
בנוגע לעצם הענין אוודאי אויב וועט די סופרים קארט פסקנן אז די רעגירונג מעג זיך אריין מישן דאן וועט מען זיך נישט צוהערן צו זיי און אפילו אויב דאס וועט באדייטן אז מען וועט אויפהערן צו נעמען געלט וועט מען עס מוותר זיין בחפץ לב (אנטווערפן מאנטריאל יוכיח) אבער ווי לאנג מען קען עס נאך אויספייטן אין די קארט הויז איז נישט דא קיין שום סיבה צו אויפהערן נעמען געלט.
אויב די נושא איז צו פון יעצט און ווייטער דארף מען אויפהערן נעמען געלט קען מען דן זיין, אבער אויב די נושא איז אויב מען האט אמאל געמעגט נעמען געלט איז די דיסקוציע גענדיגט !

די אפענע רצון צו מישן זיך אין אונזר חינוך איז שוין דא היינט.
שמעתי אז עס איז געווען לאנטש פראגראמס וואס מען האט גענומן. סיי וואס פון דפט. אף עדוקעישן איז געווען טרייף ווייל דאס מיינט דעות אין חינוך. איז דא איינער וואס האט געהערט וועגן דעם?

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג יולי 22, 2019 1:44 pm

נאופ, ליגענט, קיינמאל נישט געווען קיין פראבלעם מיט געלט נעמען דאהי.

מען דארף נישט גיין ראדיקאל.

יונגרייז
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 23, 2019 12:31 pm

תגובהדורך יונגרייז » מאנטאג יולי 22, 2019 3:25 pm

קען איינער ברענגען די סייט צו שרייבען בריווען
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן טשערנאבלער)

אוועטאר
פלאטפארמע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 7:57 pm
לאקאציע: מען געפינט זיך אויף מיר.

תגובהדורך פלאטפארמע » מאנטאג יולי 22, 2019 3:36 pm

אוועטאר
געראטעוועט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 19, 2015 3:12 pm

תגובהדורך געראטעוועט » מאנטאג יולי 22, 2019 4:28 pm

ווער איז http://rabbichurba.com/?
proud user of
Geder

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22372
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 22, 2019 4:31 pm

בין ישראל לעמים האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב ער האט גערעדט אז מזעהט אזוי פאקטיש,

אדער ער האט געמיינט צו זאגן א העכערע כח, צו ווייל מאיז נהנה גיסטו אים א כח, צו כח הפועל בנפעל, וכו'

ער רעדט דאך קלארע דיבורים, אלס א העכערע כח, דאס וואס מ'מעג יא ע"פ הלכה, ועכ"ז שאדט עס, און צו דעם ברענגט ער דעם חת"ס לגבי די בתי מקדשות, דברים ראוים למי שאומרם, ווערטער וואס נאר דער חת"ס און זיינס גלייכן קענען זאגן, אין די בחינה פון ב"ב דף י' ע"ב ביבוש קצירה תשברנה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

טרעף מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 4:21 pm

תגובהדורך טרעף מיך » מאנטאג יולי 22, 2019 4:52 pm

מאויבי תחכמני, מדארף רעדן צום פאלק
בילד

צוריק צו “אקטועלע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: קהל עדתינו און 7 געסט