מצפים לישועה האט געשריבן:ונשמרתם מאוד.pdf
איך וויל נישט איצטער ארייגיין אין די נושא וואס איך האב אייך שוין געשריבן צענדליגע מאהל, אז איהר טוט פשוט און גראד pick and chose לויט ווי עס לוינט אייך. פשוט, ווייל איהר האט א קלארא אגענדא, און פאקטן זענען קיינמאהל נישט געוועהן א חלק דערפון. איך האב אייביג acknowledged אז עס איז דא א אנטי וואקסין שיטה, אז עס איז דא (א מיעוט שבמיעוט) רבנים וואס זענען אנטי, וכו'. איך וויל זיך פשוט זיך באציען צו די "ונשמרתם" תשובה. אז די פאקטן זענען פשוט נישט ריכטיג.
ווי איך האב שוין כמה פעמים געשריבן, איך האב נישט קיין דעת תורה. ממילא קען איך נישט אריירעדן און דעת תורה. איך קען אבער יא אריינרעדן אין פאקטן. אבער בעפאר... הרב שמואל קמנצקי איז פון די איינצעלנע רבנים וואס זענען אנטי וואקסין. האב איך שוין געברענגט א לאנגע ארטיקל פון איינע פון זיינע אייגענע תלמידים, וואס איז א גרויסע דאקטאר, און ער שרייבט א שיינע בריוו, ווי ער האלט אז דער רב שליט"א האט געמאכט א גרויסע טעות אין רפואה. און ער שרייבט קלאהר, אז דאס נעמט ח"ו נישט אוועק זיין גרויסקייט.
צו אונזער בריוו דא... ער שרייבט א שיינע תשובה צו מען קען גלייבן גוים. נאכאמאהל, און דעת תורה קען איך נישט אריינרעדן. אבער ער שרייבט אז אלע נעמען די אינפארמאציע פון די זעלבע פלאץ, און זאגן נישט וואס זיי ווייסן. די מציאות איז אבער אז אין די גאנצע וועלט(!), אלע גרויסע אנערקענטע געזונט ארגאנאזאציעס האלטן אזוי.
ער שרייבט אויך בזה"ל: עוד הוסיף בזה אחד מגדולי בעלי
הוראה, שאפילו אם נאמין לגוי הרי
עכ"פ יש בזה שני צדדים, ובכגון דא
שב ואל תעשה עדיף, ואין היתר
ליכנס בחשש היזק במקום ספק
ווען עס איז קלאהר דא איין צד, וואס אלע רופאים האלטן. מען האט איהם איינגערעדט אז עס איז דא רופאים וואס האלטן אנדערשט. למשל Dr. Andrew Wakefield. איך ווארט נאך אלטץ מען זאל מיך ברענגן פרומען היימישע דאקטוירים וואס זענען אנטי וואקסין! א שאדט מען האט איהם נישט איינגערעדן אז די earth is flat.
ועוד כתב:
ואפשר דאין כאן רוב רופאים
שתומכים בהוואקסינען, כיון שכולם
ממקור אחד יהלכון, וכולם לא ביררו
המציאות בעצמם, ואף הרופאים
ישראלים לא ביררו בעצמם, ואף
כשאומרים שראו בעצמם שאינו
מזיק הוא רק עד מפי עד מהגוים,
וואס איז נישט אמת. עס איז דא היימישע (ניין, נישט "חסידישע) פרומע דאקטוירים, וואס זענען אויך רבנים! וואס זענען פון די גרעסטע researches אין infectious diseases and vaccines.
פאקט בלייבט פאקט! אלע רבנים וואס האבן זיך אריינגעלייגט אין די נושא, זאגן קלאהר! נעמט אלע וואקסינען! כולל, אדמו"ר מבעלזא שליט"א, אדמורי סאטמאר שליט"א, אדמו"ר מפאפא שליט"א, אדמורי וויזניץ שליט"א, ועוד.
שוין... 'nuf of the nonsense.