איין זאך וואס די דארפסט טון, (איך האב דאס געטון פאריאר און די קנויטן האבן געברענט א מחי') "קנייטש איין די קנויט אין צווייען און צינד אן די קנויט ביים קנייטש" די נקודה איז, אז ביים שפיץ זאל נישט זיין קיין עקן פונעם קנויט, ווייל די עקן פון די קנויט מאכן די שווארצע שטיקלעך.
ווען מען צינד אן ביים קנייטש, וואס געשעהט איינמאל די קנויט ווערט אביסל אפגעברענט? ווערט דאס נישט אזוי ווי צוויי קנויטן צוזאמען? אויב יא, גייט דאס אריין אין די שאלה צו דאס הייסט נאך א נר אדער דאס איז שוין אן אבוקה. צוויי קנויטן צוזאמען איז אין הלכה אן אבוקה, און אן אבוקה איז נישט כשר פאר חנוכה ליכט.
ב.ד.וו. עס וואלט געוואן א געוואלדיגע זכות אויב איינער קען נעמען אויף זיך די עבודת הקודש פון איבערארבעטן דעם קונטרס עס זאל זיי ראי ארויס צו געבן אפיציעל פארן עולם אינדרויסן פונעם וועלטעל. איך האב שוין גערעדט צו שאץ, און ער איז מסכים דערצו. אויב איינער איז אינטערסירט, קען איך אים קאנעקטן.
היימישער הייקער האט געשריבן:ב.ד.וו. עס וואלט געוואן א געוואלדיגע זכות אויב איינער קען נעמען אויף זיך די עבודת הקודש פון איבערארבעטן דעם קונטרס עס זאל זיי ראי ארויס צו געבן אפיציעל פארן עולם אינדרויסן פונעם וועלטעל. איך האב שוין גערעדט צו שאץ, און ער איז מסכים דערצו. אויב איינער איז אינטערסירט, קען איך אים קאנעקטן.