די גוגל ערפינדערס**די היסטערי פון בעק-ראב**גוגל**גוגל-עדס**גוגל-פלעקס

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

wow wow גוטע נייעס דו. ;l;p-
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

מעסטער פיעס!

זייער דראמאטיש און ציענד.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17148
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

אין מילים!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14568
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

דזשורנאל איז איט! קאנגרעדזשולעישנס!
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
מעדזשעיר
אוועטאר
Cloud
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 9:19 am

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Cloud »

הערליכער ארטיקל!!
מ׳ווארטמער אויף דעם המשך פון פאקטן בנוגע גוגל...


גוגל האט לעצטענס געמאלדן איבער א נייעם אפדעיט אין גוגל דרייוו וואס וועט פארמיידן צו האבן דופליקעט פיילס אין גוגל דרייוו, נאר אנשטוט וועלן די דופליקעט פיילס ווערן א ׳שארט-קאט׳ צו איין אריגינעלן פייל.

זינט דעם קאראנע עפאכע ווען פיל מענטשן ארבייטן פון דערהיים און ניצן ׳גוגל דרייוו׳ צו שערן דאקומענט וכדו׳ האט זיך דראסטיש געהויבן די צאל פון פיילס אויף גוגל׳ס סערווערס, דעריבער שטעלן זיי איין דעם דערמאנטן סיסטעם בכדאי עלימינירן דופליקעט פיילס.

ליינענדיג דיין ארטיקל דא, הייב איך אן טראכטן אז למעשה די אלע פיילס נעמען אויף עפעס סטארידזש ספעיס ערגעץ ווי. איז מעגליך אז יבוא יום וואס זיי וועלן אויסלויפן פון פלאץ??

מ׳קען זיך נישט פארשטעלן וואסערע חרבנות אזא זאך קען גורם זיין, א מאנגל אין פלאץ קען לכאורה פרירען ׳אלע׳ גוגל סערוויסעס - למעשה, ווער האט געגלייבט אז ס׳וועט זיין אמאל א מאנגל אין טשיפס פאר קאר׳ס....
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

Cloud האט געשריבן:הערליכער ארטיקל!!
מ׳ווארטמער אויף דעם המשך פון פאקטן בנוגע גוגל...


גוגל האט לעצטענס געמאלדן איבער א נייעם אפדעיט אין גוגל דרייוו וואס וועט פארמיידן צו האבן דופליקעט פיילס אין גוגל דרייוו, נאר אנשטוט וועלן די דופליקעט פיילס ווערן א ׳שארט-קאט׳ צו איין אריגינעלן פייל.

זינט דעם קאראנע עפאכע ווען פיל מענטשן ארבייטן פון דערהיים און ניצן ׳גוגל דרייוו׳ צו שערן דאקומענט וכדו׳ האט זיך דראסטיש געהויבן די צאל פון פיילס אויף גוגל׳ס סערווערס, דעריבער שטעלן זיי איין דעם דערמאנטן סיסטעם בכדאי עלימינירן דופליקעט פיילס.

ליינענדיג דיין ארטיקל דא, הייב איך אן טראכטן אז למעשה די אלע פיילס נעמען אויף עפעס סטארידזש ספעיס ערגעץ ווי. איז מעגליך אז יבוא יום וואס זיי וועלן אויסלויפן פון פלאץ??

מ׳קען זיך נישט פארשטעלן וואסערע חרבנות אזא זאך קען גורם זיין, א מאנגל אין פלאץ קען לכאורה פרירען ׳אלע׳ גוגל סערוויסעס - למעשה, ווער האט געגלייבט אז ס׳וועט זיין אמאל א מאנגל אין טשיפס פאר קאר׳ס....

גוגל דרייווי'ס נייע עפפ אויף דעסקטאפ איז מאסיוו, און ווערט עקסטער צו דיסקאסען נישט דא, אבער זיי האבן עס נישט געטהון ווייל זיי הבן מורא פון פלאץ... צו וואס סתם האבן צוויי מאל די זעלבע פייל? ווען קיינער האט נישט קיין נוצן דערפון? .
די וועג פון האלטן סטארידזש ווערט אסאך שנעלער פארגעשריטן, און ביליגער. פון וויפיל פארשריט דעטא ווערט געמאכט.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

הר גריזים האט געשריבן:
יצחק ברוך האט געשריבן:דו ביסט א נישט פשוט פיינע שרייבער, כ'גלייב דער עולם וויל ווייטער הערן די מעשה....

גוגל אליין איז א צווייטע מעשה אויך זייער א אינטערסאנטער נושא.

;l;p- ;l;p-
אט אזוי! שפין ווייטער די פארזעצונג כיד הדמיון הטובה עליך ביתר שאת, און עפן א עקסטערע אשכול צו באשרייבן גוגל, היידשעק נישט אוועק דעם אשכול…

א דאנק, אבער איך האב נישט גענוג פאר ביידע.
!!THANK YOU BANAA#
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

אקעי, דער ארטיקל איז ממש נישט פשוט...
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

נישט פשוט האט געשריבן:
הר גריזים האט געשריבן:
יצחק ברוך האט געשריבן:דו ביסט א נישט פשוט פיינע שרייבער, כ'גלייב דער עולם וויל ווייטער הערן די מעשה....

גוגל אליין איז א צווייטע מעשה אויך זייער א אינטערסאנטער נושא.

;l;p- ;l;p-
אט אזוי! שפין ווייטער די פארזעצונג כיד הדמיון הטובה עליך ביתר שאת, און עפן א עקסטערע אשכול צו באשרייבן גוגל, היידשעק נישט אוועק דעם אשכול…

א דאנק, אבער איך האב נישט גענוג פאר ביידע.

סאו לאז גוגל ווארטן אביסל… אונז ווילמער הערן די גאנצע מעשה! ביז צום סוף!
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

Screenshot 2021-12-09 091649.png
Screenshot 2021-12-09 091649.png (111.6 KiB) געזען 1799 מאל


:shock: :shock: :shock: :shock: :!: :?:
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3430
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

נישט פשוט האט געשריבן:
Screenshot 2021-12-09 091649.png


:shock: :shock: :shock: :shock: :!: :?:

די ביסט שולדיג
פארוואס האסטו זיי פארציילט

מעסיוו שטאב געמאכט
ענפער נישט פשוט
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

וואוו, באמת נישט פשוט.
שרייב ווייטער, נישט קיין חילוק אמת צו נישט, אבער שרייב
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

זייער שיין, מורא'דיג הנאה געהאט
זיי ממשיך
ייש"כ
אוועטאר
מאמענטאל
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:25 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאמענטאל »

דעס איז א געלונגענע ארטיקל
מען ווארט אויף ווייטער
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17475
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

דאס איז דאך אזוי מוראדיג!!!

געליינט אינעם שרייבער, און גאר שטארק הנאה געהאט...
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

מעכטיגע ארטיקל!
שרייב נאך!
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

גא״ש...

געוואלדיג!!!!!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

געליינט אין די קאלירטע שרייבער....

זייער שיין
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

אריינפיר:

די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים... דאָס זענען די זענען די צוויי ערפינדער'ס פון גוגל. לערי פעידזש און סערגעי ברין. אָן זיי, וואָלט די אינטרנעט קיינמאָל נישט געווען ווי עס איז היינט, ס'וואלט אויך געווען שמוציג, אבער ס'וואלט נישט געווען אזוי שיין מסודר, און וואלט אויך נישט געווען אזוי גרינג צו זוכן זאַכן, אַלעס וואָלט גענומען וואָס לענגער. גוגל'ס אפעציעלע מיסיע איז: Making the World's Info Universally accessible and useful
אין אידיש: מאכן די וועלט'ס אינפארמאציע נוצבאר און עקסעסיבעל ... עפעס וואָס זיי צייכענען זיך טאקע אויס.



די מאכטפולע פירמע, האַלט אויף אַ מיליטער פון 135 טויזענט ארבייטער, אין 70 באזעס, אויסגעשפרייט אין 50 לענדער, און איז פון די רייכסטע פירמעס אויפ'ן ערד פלאַך. גוגל בלייבט נישט שטיין, און שפרייט זיך אויס ווי זי קען. גוגל קויפט אפ בערך יעדע וואך, א פרישע ביזנעס! אבער נישט קיין קליינע ווי קדם גרעיפ-דזשוס, נאר ריזן פירמעס, מיט מאָלטי-מיליאן דאלער'דיגע קאָנטראַקס און צומאָל אין די ביליאן.
רוב פון אונז, אויב גוגל מאכט זיך צו, האבן זיי נישט מער נישט קיין אימעילס, קאנטאקט'ס, קעלענדער'ס, און געוויסע; זייער גאנצע ביזנעס\ארבעט... אויב גוגל זאל צומאכן זייער אימעיל פראגראם, וועלן 1.5 ביליאן מענטשן קענען גיין שיילן באַנאַנעס! גוגל שטעלט היינט צו אזויפיל ווי 270 סארט סערוויסעס .

די פירמע גוגל, איז שוין היינט אונטער א צווייטע פירמע, אונטער א גרעסערע פירמע וואָס הייסט אַלפאבעט, וואָס באלאנגט פאר די זעלבע צוויי, וואָס האָט אונטער זיך נאך גאָר גרויסע ביזנעסער, אבער גוגל איז נאך אלץ די גרעסטע.

דאס היסטאריע פון סערגעי ברין און לערי פעידזש.


מיר וועלן אינאיינעם צוריק-קריכן צו די סאמע אנהייב, פון ווען די פירמע האָט זיך אנטוויקלט, אין די ערשטע טעג און יאר, ביזן ווערן אזא מאכטפולע אימפעריע, און וויאזוי זיי האבן באַגראָבן, אלע פריער'דיגע קאמפעטיטער'ס מיט גרויס סוקסעס.
די אלפעבעט פירמע אדער גוגל איז געעפענט געווארן דורך צוויי אידן, איינער סערגעי ברין, און דער אנדערער לערי פעידזש. איז מ'גיימער נישט דאָ אויס שמועסן זייערע חכמות, און פרזענדליכע לעבנס שטייגער, אבער אביסל היסטאריע פון ווי זיי קומען, און וואָס האבן זיי ערפונדן - וואָס האָט זיי צוגעברענגט צו זייער רייכטום און געמאכט גוגל דאס וואָס זי איז.

סערגעי ברין


סערגעי ברין - Sergey Brin איז געבוירן געווארן אין 1973 למספרם, אין מאסקאווע, צו זיינע אידישע עלטערן. זיין טאטע מיט'ן נאמען מיכאל, אדער ווי ער רופט זיך, מייקעל ברין. ביידע פון זיינע עלטערן זענען געווען שטודירטע מענטשן, און פריי, זיין טאטע אלץ מעטאמאטיק טיטשער אין מאסקעווע. בימים ההם אין ראשע האבן אידן נישט געמעגט שטודירן געוויסע זאכן אין פיזיקס, און מעֶט איז געווען צווישן זיי, צוליב אנטי-סעטימיטיזעם. זיי האבן נישט געהאַט צופיל געלט און כבוד דארטן, און זיי האבן געוואוינט אין גאר א קליינע דירה'לע פון 350 סקווער פיס! און אין אפארטמענט דירה אין מאסקאווע, און אויך האָט זיין באבע געוואוינט אין יענע דירה.
מיכאל האָט געוויסט אז אלץ איד (אפי' ער האָט נישט געהאלטן גארנישט.) וועלן זיי האבן מער געצוימטקייט, און האָט עֶפלייט פאר א וויזע ארויסצוגיין, אבער איז גלייך צוריקגעוויזן געווארן, און סיי מיכאל און זיין ווייב זענען אפגעזאגט געווארן פון די ארבעט פלוצלינג..... שפעטער אין 1978 האבן זיי נאך אכט חדשים באקומען זייער וויזע צו מעגן פאַרלאָזן די גליקליכע מאסקאווע, און זיי האבן אימיגרירט קיין וויען Vienna און דערנאך קיין פאריז. ביז'ן קומען אין 1979 קיין אמעריקע, ווי זיי האבן זיך באזעצט אין מערילענד, אין א קליינע גע'רענט'ע דירה, אין א פשוט'ע געגענט. אן אנדערע אידישע רוסקי, האָט געהאלפן מיכאל טרעפן א שטעלע אין די מערילענד שולע, און ער האָט אויך גענאסן הילף און שטיצע פון די HIAS ארגעניזאציע. (אן אַמאָליגע אידישע פלטים אָרגעניזאַציע)

בילד


אין מערילענד ווען דאס קינד סערגעי איז אלט געווען זעקס יאר, האָט ער אים איינגעשריבן אין א שולע מיט'ן נאמען משכן תורה. די קינדער אין משכן תורה האבן אים נישט זייער שטארק מקרב געווען, און סערגעי'לע האָט אויך געהאַט אזא גראבע ראָסישע אקצענט, וואָס האָט נישט קיין סך צוגעגעבן... און ער האָט זייער שטארק געוואלט מען זאל אים לייגן אין אן אנדערע סקול, און מ'האָט אים טאקע אריינגעשטעלט אין אן אנדערע סקול דארט אין שטאט. ער האָט דארט מצליח געווען, און מיט זיין אידישע קאָפ האט ער גאנץ שנעל געכאפט די זאכן וואָס מ'האָט דארטן געלערנט.


בילד


אין א שיינעם העלן טאג, ביי זיין 9'טע געבורטסטאג, האָט זיין טאטע געקויפט פאר אים א מתנה, א קאמפיוטער... (כ'מיין זיין טאטע האָט עס גע'לקח'נט פון די יוניווערסיטי ווי ער האָט געארבעט... בכל אופן..) דער האָט גוט פארשטאנען דערצו, און האט עס געברענגט אין סקול, געפרינט זאכן פאר די טיטשער, עפעס וואָס איז געווען היפש א טעקי'שע זאך צו טוהן דאַן, מ'האָט געדארפט טויגן דערצו.

דענאך ווען ער איז עלטער געווארן, ביי די יאר 15 איז ער אריין זיך משלים זיין אין די מערילענד יוניווערסיטי, די זעלבע פלאַץ ווי זיין טאטע האָט געדינט אלץ פראפעסער, און שפעטער ביי די 19 האט ער באקומען זיין בעשטלערס דעגרי אין קאמפיוטער אינזשענירונג און א בעטשלערס דעגרי אין מעטאמאטיקס. לכבוד די צוויי דעגרי'ס, האָט ער באקומען פרייע שכ"ל צו שטודירן אין די סטענפארד יונעווערסיטי. (די גרעסטע ארויפגעקוקטע טעק יונעווערסיטי אין אמעריקע, די סטענפארד יונעווערסיטי אין קאלערפאניע, ווי מען האָט געמאכט די ערשטע נעטווארק קאננעקשאן. (ליין די אינטערנעט ארטיקל פאר מער.)

אין די סטענפארד יונעווערסיטי האָט ער געמאכט פראגרעמ'ס און געארבעט צו אויפקומען אויף א וועג צו ווייזן פאר מענטשן ווידיאוס - ענדליכע צו וואָס זיי גלייכן - אטומאטיש, און נאך דעטא חשבונות און מעטאמאטיקס.
די סדר אין די גויאישע וועלט איז, אז אין יונעוועסיטי'ס וויל יעדע סטודענט באקומען א PHD דאס הייסט א דאקטוראט, דאס איז די העכסטע דעגרי וואָס מ'קען באקומען; יעדער אין זיין פעלד, סערגעי האָט געארבעט אויף זיין PHD .

לערי פעידזש


די צווייטער איז געווען לערי פעידזש, זיין פולע נאמען איז Lawrence Edward Page ער וועט גערופן אין קורצן לערי פעידש. דער לערי איז אויך געבוירן אין 1973 למספרם, און צו אַן אידישע פרוי, קארעל פעידזש. זיינע עלטערן האבן געוואוינט אין מישיגען. זיין מאמע קארעל איז זיכער געווען אן איד, אבער זיין טאַטע ווייסעך נישט. סיי זיין טאַטע און סיי זיין מאַמע זענען געווען קאמפיוטער מענטשן, זיין טאטע אַלץ א קאמפיוטער פראָפעסער, און זיין מאמע אַלץ פראָגרעמער טיטשער, און לכבוד דעם האָט לערי אַלץ געהאָט ציטריט צו טעקנאלאדזשי, און ביכער וואָס האבן עטוואס צוגעגעבן אז דער קליינער לערי זאל זיך באקוועם מאכן ביים קאמפיוטער, און לערי האָט זיך שוין געשפילט מיט קאמפיוטערס ביי די 6 יאר אלט!

ער האָט שפעטער באקומען א בעטשלערס דעגרי אין קאמפיוטער אינדזשענירונג אין די מישיגען סקול, און געמאכט א היימיש-פארבראצירט'ע אינק פרינטער, און אויך האט ער געארבעט אויף פארשידענע אויסטרעפן דארט אין סקול, ווי למשל: באנען זאלן קענען פאָרן אויף סאלער געטריבענע קראפט און נאך.

לערי האָט נאכן גרעדזשועיטן זיך איינגעשריבן אין די סטענפאָרד יוניווערסיטי, ווי ער האָט זיך צום ערשטן מאָל געטראפן מיט סערגעי ברין.

די שטייגער אין די גויאישע וועלט גייט עס, אַז די עלטערע סטודענטן וועלן וועלקאמען די פרישע איינגעשריבענע אין די קעמפוס און אין די שטאָט (עס ווערט אנגערפון orientation.) איינע פון די ווייזערס זענען געווען דער סערגעי, וואָס איז שוין געווען אין סטענפארד פאַר צוויי יאר, און לערי פעידזש איז געפאַלן איינע פון 5, פון די גרופע פון סערגעי.

סערגי האָט ווייט נישט געהאַט די זעלבער נאטור ווי לערי, לערי איז ביי נאטור-אויס געווען מער א צוריקגעצויגענער, און די צוויי האבן זיך נישט דווקא פארשטאנען, און פון אנהייב האט יעדער נאר געזעהן דעם צווייטנס חסרונות, אבער ביידע זענען געווען שטאַרקע קעפ, און ביידע פון זיי האָבן געהאַט מיינונגען אויף יעדע זאך, און זיי האָבן אסאך זיך געטענה'ט און דיסקאסירט צווישן זיך , און עווענטועל זענען זיי געווארן גאָר נאָנטע פריינד.

ביידע פון זיי, האבן זיך געפונען אין די זעלבער אפטיילונג אינעם יונעווערסיטי, וואס איז אוועקגעשטעלט מיט'ן זיך אפגעבען מיט דעטא. דאס איז געווען א ריסערטש אפטיילונג פון די SDLP. (ס'טענפארד ד'ישעדעטל ל'ייבערי פ'ראדזשעקט), א פעדעראלע גע'פאנד'עטע ריסערטש פראיעקט.

ווי די סדר אין די יונעווערסיטי'ס זענען, איז אז כדאי צו באקומען א PHD די העכסטע אויסצייכענונג, דארף די סטודענט אדורכגיין אפאר זאכן, איינס פון די ריקווייערמענטס, זענען א Dissertation. דאס הייסט, די סטודענט פארשט א געוויסע נושא, און ער קומט דערנאך אויף מיט א חידוש, און שפעטער איז ער עס מפרסם, כמו ארויסגעבן א חיבור מיט אייגענע ערפינדונגען, און עס פאבלישן און געוויסע ערטער.

לערי, האָט געוואלט פאַר זיין פאָרש-זאַך די דעמאלטס'דיגע נייע זאך ... די געוועב, די נושא פון וועבסייטס אויף די אינטערנעט. לערי האָט געארבעט אויף זיין נייע פארש ארבעט, אין די אפטיילונג אין די יונעווערסיטי, וואָס איז געווארן באצאלט דורך נישט קיין אנדערער, ווי מר. ביל געיטס, וואָס דארטן האט לערי ערפינדן עפעס וואס האט ענווענטועל געמאכט די קאמפעטישן פאר מייקרסאפט, גוגל...!

בילד

די פראדזשעקט וואס לערי האט געטוהן, האָט געדארפט "מסדר זיין" און ארויסנעמען פון יעדע וועבסייט, אלע לינקס, אדער די URL פון די וועבסייט און דערנאך האבן א פונקטליכע חשבון אויף יעדע וועבסייט.

דאס היייסט: יעדע וועב פעידזש איז צוזאמגעשטעלט פון אסאך לינקס, דאס הייסט אזו: דו קליקסט אויף א לינק וואָס פירט דיר צו אן אנדערע לינק, און אזוי ווייטער. אבער ס'איז נישטא קיין סטראקטשער אדער א וועג צו וויסן וועלכע וועבסייטס לינק'ן צו א געוויסע וועבסייט.

למשל אויב ביסטו אויף א געוויסע וועב-פעידזש, און דו זעהסט א לינק וואס פירט צו א געוויסע סייט, זעהסטו ווי עס טראגט דיר… אבער דו קענסט נישט וויסן ווער נאך ס'לינקט אלץ פון אנדערע וועבסייטס צו די ספעציפישע סייט, אדער אין אנדערע ווערטער: דו קענסט נישט וויסן אויף וויפיל פלעצער עס ווערן דערמאנט די סייט, און ווי חשוב די סייט איז, וויפיל מענטשן דערמאנען אלץ די סייט. נאר די איינציגסטע וועג איז, אויב דו קוקסט דורך די גאנצע אינטערנעט… יעדע איינציגסטע סייט, און דו זעהסט ווי נאך ס'ווערט געלינקט די געוויסע פעידזש\סייט.

מר. לערי, האט געוואלט אט דאס פארשן, און אויפקומען מיט א מהלך, צו האבן די גאנצע פיקטשער פון די ווארלד-ווייד-וועב… און זעהן וויאזוי מ'קען דאס מסדר זיין, און ווי חשוב יעדע וועבסייט איז, וואס איז זיין רענק, און ער האָט געוואלט אין געוויסע זין דאונלאודן, די גאנצע אינטערנעט!!


אין די קומענדיגע ארטיקל אי"ה וועלן מיר רעדן אביסל מער וויאזוי דאס ארבעט, און וואָס בעק-ראב און פעידזש-רענק, און וויאזוי דאס האָט שפעטער געפירט צו דאס גרינדונג פון גוגל..
לעצט פארראכטן דורך נישט פשוט אום דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 10:49 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

מעכטיג!

גוגל האט טאקע די גאנצע אינטערנעט געדאונלאודט - מער ווי אויף איין פלאץ. סוירטש באקומט אין אלגעמיין זעקס אפדעיטס א טאג, הקיצור, העמיר עס איבערלאזן פאר דיר
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

גראדע איז מעכטיג ניטאמאל דאס ווארט, ס'עקזיסטירט נישט די ווארט וואס ברויך גענוצט ווערן דא...
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

זייער אינטערעסאנט.
קעיפ איט אפ.
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

tesla האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט.
קעיפ איט אפ.
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: די צוויי גרעסטע מחטיאי הרבים #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:גראדע איז מעכטיג ניטאמאל דאס ווארט, ס'עקזיסטירט נישט די ווארט וואס ברויך גענוצט ווערן דא...

אויבער-מעכטיג?...
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”