נייע פארשטעלונג: 'מיין צושפאלטענע הארץ!' (אכטונג! נישט פאר שטארקע הערצער..)

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

נייע פארשטעלונג: 'מיין צושפאלטענע הארץ!' (אכטונג! נישט פאר שטארקע הערצער..)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

צו דיר מיין טייערער באליבטער בעסטער חבר זז"ג.

דו ווייסט דאך ווי אפן איך בין מיט דיר, און ווי גוט איך בין מיט דיר, דערפאר האב איך זיך געלאזט באשליסן צו מאכן דעם ווילדן שריט און שרייבן מיין דאזיגן בלוטיגן בריוו, כ'האב שוין געטראכט ביי מיר אזויפיל מאל עס צו טוהן אבער דאס מאל האב איך מחליט געווען אז גענוג איז גענוג! איינמאל פאר אלעמאל גיי איך דיר עס שרייבן.

איי וועסטו פרעגן וואס האט יעצט פאסירט, וואס פעלט עס אויס? וועל איך דיר פארציילן,
נעכטן שמועסנדיג מיט דיר, האסטו מיר נאכאמאל געווארפן אין פנים אריין דיינע שעדיגע שווערד'יגע ווערטער "פריי זיך אז דו האסט נישט קיין קינדער, האסט נישט קיין אהנונג ווי שווער דאס איז, זיי דרייען מיר דעם קאפ" וכו' וכו' וכו' וכו' וכו' אזוי ווי דיינע צענדליגע נארישע ליידיגע כלומר'שט טרייסט ווערטער וואס דו זאגסט מיר יעדן טאג פון דאסניי.

האב איך באשלאסן איינמאל פאר אלעמאל דיר מסביר זיין און צולייגן וואס עס גייט אלץ פאר ביי מיר אין הארץ, און ביי מיר אין שטוב, אפשר אזוי וועסטו מיר אביסל אנהייבן צו פארשטיין.
צום ערשטן מוז איך דיר זאגן קלאר איין זאך, וועסט מיר קיינמאל! נישט באמת פארשטיין, אפי' איך וועל שרייבן הונדערטע מגילות, און וואס איך גיי דיר יעצט יא שרייבן איז נאר א טראפ'ל פון די בלוט וואס גיסט'עך ביי מיר אין הארצן, א קורצע בליק אין מיין געשיכטע, א קארגע אריינפיר צו מיין שווערן קאפיטל. איך האב געשריבן דאס מערסטע וואס פאר א בשר ודם איז מעגליך זיך ארויסצוגעבן און שרייבן, און דאס אויך מיט טייכן טרערן און בלוט,

איז לאמיר צונעמען מיין צונימענע הארץ, לאמיר זעהן וואס גייט דארט פאר. איך וועל עס צוטיילן אויף שטיקלעך (ס'איז שוין סיי ווי צופיצלט):

גלוסטעניש

מיין הארץ גלוסט, בענקט, וויינט, טראכט און קלערט, טאג און נאכט' פיהר און צוואנציג שעה, שבת יו"ט און סתם א גרינעם דינסטיג, ביים ארבעט צו ביים שיעור, ביים רבינ'ס טיש, צו ביים וויין געשעפט, איבעראל ליגט אין מיין צוקלאפטן מוח'ל איין מחשבה, איין תאוה, אחת שאלתי:
איך וויל א בעיבי!!! איך וויל א קינד!!! ריבוש"ע א-י-ך-ו-ו-י-ל-א---ק—י—נ—ד--!-!-!-!-!

איך ווייס אז דו קוקסט מיר אן יעצט אביסל מאדנע, אזוי רעדט אן ערוואקסענער? גראב און אפן?? פארשטייסט מיר ניטאמאל, אבער איך זאג דיר עס קלאר נאכאמאל, מיין הארץ גייט פשוט אויס פון גלוסטעניש צו האלדזן א קינד, איך קען דיר עס פאר קיין געלט נישט מסביר זיין, איך שווער דיר אז האסט דיין לעבן נישט געשפירט אזא גלוסטעניש!
א גלוסטעניש וואס מאכט מיר צודרייט, א גלוסטעניש וואס לאזט מיר נישט קיין מנוחה, א גלוסטעניש וואס ענדיגט'צעך נישט, עס ווערט שטערקער און ענגער פון טאג צו טאג. און אפי' שרייבנדיג די'ע פאר שורות גיסט פון מיר טרערלעך נאכאנאנד פון גלוסטעניש!!

יא יא, קום מיר יעצט נישט מוסר'ן און אריינגעבן "וואו איז דיין אמונה, וואס איז מיט ביטחון".. ביטחון שמיטחון, אוי ווי די'ע ווערטער שטעכן מיר, וועל איך דיר שרייען צענדליגע מאל ביז דו וועסט עס פארשטיין: כ'האב אמונה!! כ'האב ביטחון!!! איך בין נישט מיואש ח"ו! און איך האב נישט קיין שום טענות ח"ו וכדומה! אבער איך וויל!!! איך ו-ו-י-ל א קינד!!! הייליגער באשעפער האב רחמנות!!

קענסט מיר פראבירן קאלט מאכן און בארוהיגן וויפל דו ווילסט, קענסט מיר פארציילן מיליאן מעשה'ס ווי דו פייניגסט'צעך אז דו האסט נעבעך א געזינדל. איין זאך זאג איך דיר יעצט און דו זאלסט עס ארייננעמען גוט אין קאפ און געדענקען:
איך האלט נישט, און איך וויל נישט, און איך וועל נישט, בשום פנים ואופן שהוא בעולם, אוועקנעמען די גלוסטעניש פון מיר!!! איך וועל אין מיין לעבן נישט ווערן קאלט פון ווארטן, בעטן, האפן, און גלוסטן!!! איך בעט דיר זאלסט זיך בארוהיגן מיט דעם, איך גיי בעז"ה איינרייסן וועלטן ביז איך וועל געהאלפן ווערן בקרוב ממש אי"ה אמן, קאסט וואס קאסט, ברוחניות ובגשמיות, בממון בגוף ובנפש, זיך בעטן און פויעלן ביים טאטן אליין צו ביי זיינע שליחים! איך גיי נישט קאלט ווערן רח"ל ח"ו היל"ת.
גראדע, אשאד די ווערטער, אפילו איך וויל קען איך זיך נישט בארוהיגן פון די'ע געפילן, זיי שטראמען אין מיר שטענדיג אומוועלנדיג, און נאך א מזל אזוי, ווען נישט וואלט איך עס עקסטער געפאדערט.

עס שווימט מיר יעצט ארויף די אלע שווארצע טינקעלע סצענעס ווען איך שפיר אז איך פלאץ אוועק פון גלוסטעניש, איך קען דיר עס פשוט נישט באשרייבן, למשל ביים סדר נאכט ווען כ'בין געזעצן דאס יאר מיט מיין אשת חיל אלייינ'ס, אגאנצע נאכט זענען מיר געזעצן און געוויינט. וכאן הבן שואל האט גענומען שעות זאגנדיג מיט בכיות גאנץ ספר תהילים. ביי מה נשתנה איז קיין איין שכנ'ס אויג נישט געבליבן טריקן הערנדיג אונזערע קולות און בכיות.
אבער עס קומט נישט צו צו די געווענליכע סדר נאכט, ווען איך דארף נעבעך אפזיצן ביי מיין טאטע/שווער און אלע זיסע באחנט'ע לעכטיגע געשמאקע הייליגע פיינע גאלדענע בריליאנטן, די צענלדיגע אייניקלעך בלעה"ר, פרעגן זיידי'ן די מה נשתנה, מה אומר ומה אדבר, כ'קען נישט טייפן, איך ווארף זיך פון בכיות!!..
אזוי גייט עס אן ראש השנה יערליך, ווען מיין טאטע/שווער ליינען די אלע אוי די אלע זיסע 'לשנה טובה'לעך' מיט די שיינע בילדער פון די בריליאנטן, כ'מיין די קינדערלעך. דעמאלט'ס טוהט'צעך סיי ווי א טומל קען איך אריינלויפן אין א דערנעבנדיגע צימער און איבערלאזן דארט מיינע טייכן טרערן און מיין רויטע פנים..
אזוי קען איך דיר פארציילן און נישט ענדיגן פארציילן פון אלע אזעלעכע מינוטן טאג טעגליך! און איך האב נאכנישט גערעדט פון די שמחות ביי מיינע חברים, צו ביי מיינע יונגערע געשוויסטער.. אוי ריבוש"ע ווי אזוי האלסטו אויס מיין הארץ?!

מיין איינציגסטע טרייסט נחמה און פיל צו בארוהיגן די געפילן פון מיין שטערבליכע גלוסעניש איז איין זאך:
נעמען דעם ספר תהילים און וויינען און וויינען און וויינען צו מיין באליבטער טאטע אין הימל, אונזער גרויסער באשעפער וואס מאכט נאר גוט'ס, ער האט מיר ליב אסאאאך מער וויפל איך טראכט אז איך וועל ליב האבן מיינע קינדער אמן, ער איז די איינציגסטער וואס פארשטייט מיר אסאך מער ווי איך אליין, ער הערט מיר אויס ווען וואו און וויפל איך וויל, ער פארשטייט אזוי גוט מיין געוויין, און איך זאג דיר, איך שפיר עס! איך שפיר ווי ער גלעט מיר, ווי ער בארוהיגט מיר, ער טרייסט מיר, מיין טייער קינד ווארט נאר ווארט, עס גייט נאך קומען, עס גייט געשעהן, איך זאג דיר מיין קינד, ווארט מיט געדולד, איך ווייס וואס איז גוט פאר דיר אבער איך קען דיר עס נישט פארציילן יעצט, ווען דו ווייסט ווען ווי שיין און טיף איך פלעכט דאס וועלטל און פארוואס איך באגליק דיר נאכנישט וואלסטו געשפרינגען פון שמחה, אבער דערווייל מיין קינד ליבער, בעט פון מיר, וויין צו מיר, איך גלוסט אזוי צו דעם מיין קינד, יעדע קאפיטל, יעדע טרער, יעדע תפילה, אלעס לייג איך אוועק אין מיין אוצר, איך שפיל זיך דערמיט יעדן טאג, איך האב פשוט א תאוה צו דעם, איך גיי דיר נאך שענקען לעכטיגע דורות, אבער דערווייל ווארט, טאקע נישט קאלטערהייט, אבער זיי פריילעך, מעגסט בעטן און וויינען צו מיר, אבער נאר מיט שמחה..

מיין טייערער חבר, איך קען דיר נישט שילדערן דעם קירבת אלוקים לי טוב וואס איך שפיר, און בפרט נאך אזא הייסע קאכעדיגע תפילה, טאקע ציווישן די טרערן און בלוט שפיר איך זיך אזוי גוט, איך שפיר זיך אזוי נאנט צום באשעפער, איך פארגין דיר זאלסט עס שפירן אויף גוטע אופנים, אבער דער באשעפער וואס פיהרט זיין וועלט'ל אזוי שיין און לעכטיג האלט אז איך דארף יעצט נאך ווארטן אויפן ישועה, דאנק איך דעם בורא אויך אויפן נאנטקייט וואס איך שפיר צו איהם, און אפילו ווען איך גיי געהאלפן ווערן בעזהשי"ת אמן, גיי איך האלטן דעם נאנטקייט ווייטער מער און מער, באשעפער עס לוינט'צעך.. איך קען קוים ווארטן צו קענען דינען דעם באשעפער מתוך שמחה וטוב לבב! אוי באשעפער העלף מיר..

ווייטאג

א מענטש איז נאך אלעס א מענטש, ווייטאג איז א מענטשליכע זאך, מ'קען זיך נישט ארויסדרייען פון דעם אפילו מ'וויל און מ'שטארקט'צעך.

וויל איך זאלסטו וויסן מיין חבר, אז טראץ דעם ברייטן הארציגן שמייכל וואס איך שמיר אן געווענליך אויף מיין פנים, וויל איך דיר איינמאל זאגן פשוט און גראד: איך בין צושמעטערט, צובראכן, צוקלאפט, צושטארעמט, צוזעצט, פארקלעמט, פארווייטאגט וכו' וכו' אין אלע לשונות של שבירה יגון ואנחה! תקיעה שברים און שברי שברים, תרועה און תרועה גדולה, איך קען דיר נישט מסביר זיין מיין צער און ווייטאג.

האסטו אמאל אריינגעטראכט מיין חבר וואס דאס מיינט אז איך ווארט שוין אזויפיל צייט אויף קינדער?? איך האלט שוין בכלל נישט קאפ וויפל יאר איך בין פון חתונה.. און נאך גוט אזוי...
איך ווייס אז מיינע אלע חברים פון ישיבה, און דו ציווישן זיי, לעבן גליקלעך מיט א געזונדל, זייער שטוב לעבט! וואס מיינסטו, איך בין נישט קיין מענטש? מיינסט אז עס גייט מיר נישט אן? מיינסט אז מיין הארץ בלוטיגט נישט?? מיינסט אז איך האב ערגעץ ווי פארלוירן מיין הארץ, און עס גייט מיר בכלל נישט אן צו צוגרייטן יעדע וואך, אלץ גבאי פון בית מדרש, א שלום זכר מיט א קידוש פאר יונגע צוציק'לעך וואס איך געדענק נאך ווען זיי זענען געבוירן??? צו מיינסטו אז איינער וואס האט נישט קיין קינדער 'באמערקט פשוט נישט' ווען ער שפאנט אזוי דורך רוהיג און געלאסן פון זיין חבר וואס גייט מיט זיינע פינעף קינדער?? וואס מיינסטו, איך בין בלינד? צו בין איך טויב ווען מ'פארברענגט אינאיינעם א קיפקע אין בית מדרש וועגן די קינדער, און איך שמייכל אזוי ווי איך בין גליקלעך און צופרידן???

זאלסט וויסן אז יעדן טאג! ווען איך קום אהיים, שפרינגען פון זיך אליין ארויס די ים פון טרערן וואס איך באהאלט אגאנצע טאג אין מיין אויג, איך נוץ אויס די געלענגנהייט צו זאגן אפאר הייסע קאפיטלעך תהילים, אבער צו קען איך דיר מסביר זיין די ווייטאג??

און מיין שטוב, אוי באשעפער מיין שטוב, וויפל ס'איז פיל און אנגעזאפט מיט אמונה און ביטחון, דאך איז עס אויסגעלאשן, ס'איז אן ארבעט פון יעדע מינוט! אנצוצינדן פון דאסניי די לייט.. יעדע שעה דארף מען ארבעטן פון פריש זיך אויפצולעבן און נישט זיך אויפצוגעבן ח"ו!

און פון די פיזישע ווייטאג, ד ווייסט דא וואס איך מיין...

שוין, איך קען נישט שרייבן מער..

און יא מיין חבר, פונקט'לעך אין די'ע שווארצע מינוטן, אויף דעם זענען געזאגט געווארן די אמונה און ביטחון, דעמאלט'ס דארף איך אקערן איינזייען און אייינפלאנצן אמונה און ביטחון אין מיר, איך קען שוין דעם שער הביטחון בע"פ ווארט ביי ווארט! איך גלייב באמונה שלימה אז אלעס איז מיט א קלארן חשבון און עס קומט'צעך מיר און איך וועל נאך דאנקען דעם בורא אויף דעם, אלעס מאכט ער דאך פאר מיין טובה, און יעדע ווייטאג איז א בריליאנט וואס איך גיי נאך קוועלן און זיך טשאטשקענען דערמיט. און אט אט אט קומט שוין די טאג אמן וואס איך גיי געהאלפן ווערן אמן כן יהי רצון.

אנטוישונג

ס'גייט אריבער נאך א טאג און נאך א חודש און נאך און נאך און נאך און נאך, עס ווערט שוין א יאר און נאך און נאך!!!

יעדן טאג איז געמאכט, טאמער האלסטו מיט, פון 24 שעה, און אין יעדע שעה איז דא 60 מינוט, און אין יעדע מינוט איז דא מיין אויפגעגעסענע אויסגעציפטע הארץ וואס האפט שטרעבט בעט גלוסט וויינעט און ווארט און ווארט און ווארט און ווארט און ווארט און ווארט געהאלפן צו ווערן!!
און נאך יעדע אזא מינוט שטראמען אריין די געפילן פון אכזבה.. קוק עס אן, ס'איז אריבער נאך א מינוט/שעה/טאג/וואך/חודש/יאר און איך בין נאכאלץ נישט געהאלפן! פאר א וואך האב איך נאך געהאפט אויף דעם, און יעצט בין איך שוין דערנאך..

די'ע אנטוישונג'ע הרגיישים איז אומבאשרייבליך!!!

אוי ווער רעדט נאך פון נאכן זיך מוטשען מיט נאך א שרעקליכע... נו, יעצט ווייסטו דאך יא וואס איך מיין.. האסט דאך מיטגעהאלטן עטליכע פון די'ע מין שרעקליכע אכזבות...
נאך יעדע אזא סארט סיטואציע, נאך יעדע סגולה, נאך יעדע תפילה, נאך יעדע עת רצון, יעדע מאל פרישט זיך אויף פון דאסניי די הרגשה פון אכזבה, עס עסט אויף מיין הארץ און איך ווייס נישט ווי אזוי עס צו עסן..
יעדן טאג טראכט איך אז אט אט, יעצט גיי איך געהאלפן ווערן, די'ע .../תפילה/סגולה גייט מיר ברענגען די ישועה!

יעדן יאר ימים נוראים רייס איך איין וועלטן, אן א שיעור תפילות געהאלפן צו ווערן, אבער דערווייל וויל דער באשעפער אנדערש, ווייסטו דען וויפל כוחות הנפש איך דארף האבן בכלל צו דאווענען נאכאמאל?! נאכאמאל וויינען?! עפענען און אויסקוועטשן מיין אויסגעטריקנטע טרערן קוואל און ווידער וויינען און בעטן און האפן פארן ישועת ה' בקרוב ממש אמן?!

אוי וויפל אמונה און ביטחון איך דארף קויפן פאר די'ע הרגשות, אוי וויפל איך דארף ארבעטן און שוויצן עס איבערצוטראגן, נאר דער איינציגער גרויסער באליבטער באשעפער שענקט מיר די הימלישע מורא'דיגע אייזענע אומפארשטענדליכע כוחות עס איבערצוטראגן!!! איך קען נישט פארשטיין ווי איך האלט עס נאך אויס!!!

ציטער

אין הארצן הערשט א שרעקליכע ציטער פונעם עתיד. ריבוש"ע, וועל איך נאכאמאל איבערלאזן א זרע של קיימא?.. וועל איך איבערלאזן א... קדיש'ל?... וועל איך זיך נאך דארפן מוטשען לאנגע יארן?... וועל איך פארבלייבן דער צובראכענער איד וואס האט נישט קיין...?..

די'ע ציטער באגלייט מיר בייטאג און ביינאכט, ווי איך שטיי און גיי. אסאך מאל איז עס באהאלטן אין די טיפעניש פון הארצן, אבער יעדע ליידיגע מינוט און נישט נאר דעמאלט'ס שפרינגט עס ארויף אזש איך שפיר איך גיי אויס!!! איך רודער!!!

כ'קען שוין נישט שרייבן מער...

און אויפדעם איז אויך די ישועה דערווייל די אמונה און ביטחון! נאר מיט אמונה און נאכאמאל אמונה און נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל אמונה!!!

קאפ וויי

די זיך דרייען פון איין דאקטער צום צווייטן, די לויפן פון איין שפיטאל און אפיס צום צווייטן, אוי וויפל קאפ וויי ס'מאכט מיר, די טראכטן פיהר און צוואנציג שעה פון מיין מצב, די זיך פראבירן שטארקן, און נאכאמאל פאלן, און נאכמאל שטארקן, איך בין פשוט משוגע! עס איז דא טעג וואס איך שפיר אז איך בין נישט ביכולת ארויסצוגיין פון שטוב! יא יא, געדענקסט אוודאי יענעם טאג וואס איך האב זיך ארויסגעדרייט פון קומען מיט דיר צו.. איך האב פשוט נישט געקענט! איך בין נישט געווען מסוגל צו טראכטן ארויסצוגיין פון שטוב! מיין קאפ האט געבאכעט!!

ווער רעדט נאך פון די דאווענען, די אלע סגולות און תפילות, אוי באשעפער!! יעדעס מאל איך הער אדער זעה עפעס א סגולה לויף איך עס טוהן, און די נערוון וואס קומען דערמיט... איך שעם זיך נישט מיט דעם! כל זמן איך בין נאכנישט געהאלפן גייט מיר נישט אן!! איך וועל מאכן יעדע סגולה און זאגן יעדע תפילה, עס בארוהיגט מיר און אפי' אז נישט גלייב איך באמונה שלימה אז ס'איז מקרב מיין ישועה!!!
אבער מיין קאפ דרייט'צעך פון דעם, נאך אלעס פראביר איך אנצוהאלטן א נארמאלן טעגליכן לעבן, אבער איך וויל דאך נישט אויפגעבן ח"ו, מוז איך יעדן טאג אויסזאגן אן א שיעור פרקי תהילים, ווייסט דאך אז אינדערוואכן דאווון איך דוקא אין יענעם.. בית מדרש, פשוט ווייל דארט קען מען מיר נישט און איך קען זיך אויסבעטן און אויסוויינען אן קיין שטערונגען..

אין יא, די אלע מאדנע פאקס'ן וואס איך מאך, צו מיט די הענט אדער מיט די אויגן.. האסט מיר שוין עטליכע מאל גאזאגט דערוועגן און געבעטן איך זאל זיך נישט מאכן בושות... איין זאך קען איך דיר זאגן, אז נישט נאר אז איך בין נישט משוגע ווען איך מאך עס, פארשטייט'צעך אומוועלנדיג, נאר ווען איך מאך עס נישט האב איך מורא אז איך בין משוגע.. ווען דו פארשטייסט ווען אביסל פון מיינע געפילן וואלסטו זיך אויך געוואונדערט אויף מיין געווענליכע נארמאלע אויסזעהן... און וואלסט מיר געפרעגט ווי קען איך זיך האלטן ביים דעת רוב צייט פון טאג...
עס געשעהט פון ווייטאג און פון צומישעניש, פון גייסטישע און פיזישע שוואכקייט, אבער איך קעמפף נישט מיט דעם, ווייל עס וועט מיר סיי וויי נישט העלפן, און נאר נאכמער ווייטיגן, איך פראביר מיטפפארן מיט דעם און נישט טראכטן דערוועגן, טראץ די שטעכעדיגע רחמנות'דיגע רעגעדיגע בליקן פון די ארומיגע, איך מאך זיך פשוט נישט צו טוהן, און נאר אזוי גייט עס אדורך...

און פארשטייט'צעך אז איך נעם די אמונה פילן און דאס בארוהיגט מיר און עס האלט מיר ביים לעבן, און שווענקט מיר אן מיט חיות!

לאמיר דיר שרייבן אין קורצן נאך איין זאך וואס מאכט מיר צודרייט. די געפילן פון 'אפשר האב איך געקענט בעטן מיר דא', 'ווען איך ווייס ווען יום החופה וכו'', 'די'ע און יענע סגולה האב איך אפשר נישט געמאכט ריכטיג', 'איך בעט נישט פארן באשעפער ווי עס דארף צו זיין' וכו' וכו' וכו' וכו' וכו'

און די משוגע'נע צודרייטע מחשבות וועם איך דארף נאך איבערבעטן.. אוי טאטע! איך האב זיך שוין אויסגעטוהן פאר די גאנצע וועלט... איך האב נישט קיין מלמד וואס איך האב נישט איבערגעבעטן אדער 'נאכנישט' איבערגעבטן, איך פאל אריין פון מאל צי מאל אין שווערע מינוטן וואס פון זיך אליין לויף איך צו נאך א איד פרעגן אפשר האב איך איהם אמאל וויי געטוהן, און שפעטער עס איך זיך דאס הארץ פארן זיך ווידער אנמאכן בושות...

איך האב נאך אסאך צו שרייבן וועגן מיינע קאפ ווייען, אבער עס מאכט מיר קאפ וויי..


קאפ וויי פון ארומיגע

אוי, די קאפ וויי פון די ארומיגע גוטע אידן!! דעס איז א פרשה פאר זיך... גוטע אידן מיין איך נישט דאס פארקערטע, איך גלייב באמת און איך ווייס אז אלע מענשטן פון ארום זענען באמת גוט און וואויל, זיי האבן רחמנות אויף מיר, און זיי ווילן באמת באמת אז איך זאל געהאלפן ווערן.

אבער מענשטן פארשטייען נישט ב"ה מיינע געפילן, און ווי געשריבן אויבן קענען זיי דאס נישט פארשטיין, און איך פאדער נישט מ'זאל מיר פארשטיין, ס'נישט שייך!!

גראדע די'ע קאפ וויי איז נישט נאר פאר מיר, אויך פאר מיינע אלע חברים, מיין פארווייטאגטע פאמיליע, מיינע שכנים, און אלע מתפללים אין בית מדרש, און ווער נישט?! יעדער וואס שפאנט אדורך פון מיר האט דאס זעלבע קאפ וויי.

אנגעהויבן פון די בליקן, זאל מען מיר ווייזן רחמנות צו נישט? איך וועל הנאה האבן אז מ'האט אויף מיר רחמנות אדער בעסער וויל איך לעבן נארמאל? מ'זאל זיך מאכן כאי' מ'ווייסט נישט מיין מצב, אדער וועט עס מיר שטערן אז מ'פארגעסט פון מיין צרה? אפשר איז דאס בעסטע אריבערגיין אויף די צווייטע זייט.. אדער זיך מאכן ווי מען באמערקט מיר נישט...? גראדע געווענליך נעמט מען ארויס די פאון פון טאש, א רחמנות אויף דער וואס האט עס פארגעסן אין שטוב...

ווער רעדט נאך ווען איינער, בפרט א יונגערער, מאכט א שמחה... זאל מען מיר פארציילן אדער זיך מאכן כאילו מ'ווייסט גארנישט דערפון.. יעדע שלום זכר צו קידוש איז א צרה ווען איך בין דארט... זאל מיר דער בעל שמחה וואונטשן ביי דיר אויף שמחות צו נישט...?

גלייב מיר אז איך אליינ'ס האב נישט קיין ענטפער צו די'ע שאלות!!

און איך וויל דיר זאגן אז איך פארשטיי באמת אלע אידן, און איך ווייס אז איך מאך זיי רח"ל קאפ וויי, אבער זיי מאכן עס אדורך בלויז די מינוט וואס זיי באגעגענען זיך מיט מיינע אויסגעלאשענע אויגן... איך מאך עס אדורך כמעט יעדע האלבע שעה!!! פרעג איך דיר ווי אזוי איך בין נאך נארמאל?...

געלט געלט געלט!!

די קאפדרייענישן פון די'ע וואס מוטשענען זיך מיט געלט, וואס עניות קען מעביר זיין דאס מענטש פונעם דעת, דאס בין איך אויך 'זוכה' צו שפירן..

יא, דו ווייסט דאך איך ברויך אסאאאך געלט די'ע יארן, ב"ה עס איז דא הייליגע ארגעניזאציעס וואס העלפן און שטיצן מיר ברוחני ובגשמי, אבער דאך, וויפל זיי וועלן געבן וועט נישט זיין גענוג, דארפסט פארשטיין מיין חבר איז אין מיין מצב טראכט איך נישט פון שפארן געלט, וויפל איך האב און וויפל איך האב נישט וועל איך גלייך אוועקגעבן צו ווערן געהאלפן, אדער פליהען צו נאך א ציון.. און אפי' מ'צאלט מיר אויס אלע גרויסע הוצאות, אבער יעדע טעקסי וואס נעמט געוונליך שעות ארוכות, די אלע ארומיגע 'ביליגע' הוצאות, ווייסטו דען וויפל עס קאסט אפ? און דו זאגסט מיר נאך כסדר אז איך בין א עושר ווייל איך האב דאך נישט קיין קינדער... איך קען דיר זאגן אז איך האב נישט קיין פרוטה פארן נשמה, אלעס ווישט זיך אפ ביז א שעה צוויי.. און נאך אסאך פריער..

און דו ווייסט דאך אויך וויפל טעג איך קען נישט ארבעטן, צו איז דעס וועגן איך דארף ערגעץ פארן, אדער בין איך צופארן.. אין כולל קען איך נישט האלטן די מינימאלישע שמירת הסדרים..

לאמיר צוקומען צום פוינט:

איך קען דיר שרייבן און שרייבן נאך אזויפיל פון מיינע ייסורים, אבער נישט דאס איז מיין מטרה, עס מאכט נישט גוט נישט פאר מיין הארץ און נישט פאר דיין הארץ..

איי וועסטו פרעגן פארוואס האב איך עס געשריבן צו דיר, איך וויל דיר נישט חלילה וויי טוהן, און ווער נאך ווי דו ווייסט וויפל איך האב נישט ליב צו זיין א רחמנות!?

נאר וואס דען, איך האב זיך נעכטן אינטערגעהרט ווי א חבר בעט דיר זאלסט איהם זאגן וואס איז מיין מאמעס נאמען.. האסט זיך גענומען קעקעקען...

האב איך איינגעזעהן אז טאמער מיין בעסטער חבר פארשטייט נישט אז איך בין אין א צרה, דארף איך אביסל פארציילן.. איך האב נישט קיין שום טענות אויף דיר, דו לעבסט אויף א אנדערן פלאנעט ב"ה, ביסט פארנומען ב"ה מיט קינדערלעך האפנטליך ביי מיר אויך בקרוב אמן, און איך פארשטיי דיר באמת אז עס איז זייער שווער צו טראכטן פון מיין צרה אגאנצן טאג...

איך ווייס אז דו מאכסט פאר מיר סגולות פון מאל צי מאל... ווילסט מיר דאך זעהן פריילעך.. און איך וויל זיך טאקע באדאנקען פון טיפן הארצן דערפאר, האסט נישט קיין אהנונג וואס דו טוהסט צו מיר!

אבער מיין טייערער חבר! ס'קומט יעצט די גרויסע הייליגע טעג, מ'גייט נאכאמאל דן זיין צו איך גיי האבן א יאר אזוי ווי ביז היינט ח"ו רח"ל אדער וועל איך ענדליך געהאלפן ווערן אמן. בראש השנה יכתבון צו איך גיי געבענטשט ווערן ענדליך ענדליך ענדליך מיט א קינד אמן, וביום צום כיפור יחתמון וויפל איך זאל נישט דארפן מיטמאכן און אדורכגיין ביזן ישועה.

מיין טייערער באליבטער חבר, כ'בעט דיר!!!

האב רחמנות אויף מיר!!! ווער נאך ווי א חבר קען בעטן און וויינען פאר מיר?! וויין זיך אויס פאר מיר!! פויעל אויס!! איך בעט דיר..


און נאך עפעס וויל איך דיר זאגן און בעטן:
האסט נישט קיין אהנונג ווי דאס בלוט שפרינגט מיר ארויף ווען דו רעדסט זיך אפ וועגן דיינע קינדער.. איך קען עס נישט איבערטראגן, ביסטו נארמאל?! טאנץ!! שפרינג!! דו האסט א קינד!! דו האט א לעבן!! און נאך איינס!! און נאך צוויי!!! ווען דיין בעיבי וועקט דיר אויף פון טיפן שלאף זאלסטו דאס ערשטע זאך מאכן א קאדאטשקע.. הייליגער באשעפער שכויעח!!!

ענטשולדיגט טאמער איך האב דיר וויי געטוהן, אבער איך האב עס געמוזט טוהן, איך שפיר שוין אז עס האט מיר געמאכט שפירן אביסל בעסער, איך האב אביסל אויסגעליידיגט מיין הארץ!

פון מיר
דיין בעסטער חבר.

(נ.ב. איך טראכט יעצט אז טאמער ווילסטו קענסטו פארשפרייטן דאס בריוו, פארשטייט'צעך אן אונזערע נעמען, אפשר וועט עס מחזק זיין אידן וואס מאכט דאס מיט, עס איז א גרויסע חיזוק פאר אזא איינער צו זעהן אז איינער שפירט וואס זיי גייען אדורך... און אויך וועט עס פארציילן אביסל פאר אלע אידן די'ע מיטמאכענישן, און מער מתפלל זיין פאר אונז.. מאך וואס דו פארשטייסט...).
לעצט פארראכטן דורך נאר מיט שמחה אום מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:54 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: נייע פארשטעלונג: 'מיין צושפאלטענע הארץ!!!' (אכטונג! נישט פאר שטארקע הערצער..!!!)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

זייער שטארק ארויסגעברענגט, דיין ניק זאל מקויים ווערן במהרה פאר אלע מצפים לישועת השם
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

Re: נייע פארשטעלונג: 'מיין צושפאלטענע הארץ!!!' (אכטונג! נישט פאר שטארקע הערצער..!!!)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

בלי מילים.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: נייע פארשטעלונג: 'מיין צושפאלטענע הארץ!!!' (אכטונג! נישט פאר שטארקע הערצער..!!!)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

זייער פעינפול צו ליינען.
די שווערסטע זאך איז צו זיין ארומגענומען מיט מענטשן וואס פארשטייען נישט די ווייטאג פון א מציאות און פרובירן עס צו פארוואסערן.

זאג אז עס איז דיר שווער צו פארשטיין.
זאג אז דו פארשטייסט נישט.
זאג גארנישט בכלל.

אבער למען השם- זאג מיר נישט אז ס'שווערער די אנדערע וועג אדער אז מען דארף קוקן אויף די גוטע זייט.
מיינע אויערן טוען מיר וויי פון די בעלאני.
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

Re: נייע פארשטעלונג: 'מיין צושפאלטענע הארץ!!!' (אכטונג! נישט פאר שטארקע הערצער..!!!)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

.
לעצט פארראכטן דורך יצחק ברוך אום מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 9:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: נייע פארשטעלונג: 'מיין צושפאלטענע הארץ!!!' (אכטונג! נישט פאר שטארקע הערצער..!!!)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

יצחק ברוך האט געשריבן:זייער שטארק ארויסגעברענגט.

אבער עס מוז אויסגעברענט ווערן די אנדערע זייט פון די מטבע אויך אז נישט אייביג ווען איינער רעדט זיך אויס מיט אז ער רעדט זיך אפ אז ח''ו ער וואלט זיך געפרייט און איז מקנא די וואס האבן נישט און מ'דארף נישט אייביג אריינווארפן ס'איז דא ווער ס וואלט זיך געפרייט צו האבן דיינע דאגות.

ווילאנג עס גייט שווער און מ'מוטשעט זיך טוט עס זייער וויי און מ'לעבט אין אייגן וועלטל (איך וועל פרובירן זיך נישט אויס רעדן אין דיין געגנווארט איך ווייס עס טוט זייער וויי) אבער איין מאל מען ווערט ב''ה געהאלפן און מ'הייבט אהן צו האנדלען מיט די קינדער און זייערע פראבלעמען ובפרט אז מ'האט א געזונדל זעהט דאס איז ווי דער איינציגער דאגה און קיינער איז נישט מקנא, און יעדער קוקט אויס אז דו זאלסט אויף געראכטן ווערן.


פארוואס מוז ארויסגעברענגט ווערן די אנדערע זייט פון די מטבע??
די מענטש איז יעצט אין די פעין. וואו שווער איז סתם מיטצופילן מיט די מענטש אן אריינווארפן אנדערע מטבעות?

מיטפילן מיט א צווייטן אן צולייגן וואס די האסט געזאגט איז פון די שווערסטע מידות און פאדערט אסאך כוחות הנפש און maturity.

מענטשן ווארפן אריין די אנדערע זייט פון די מטבע צו בארואיגן זייער אייגענע געוויסן אז זיי קענען נישט זיין מיט די מענטש אין זייער צרה.
אוועטאר
no way
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 2:56 pm
לאקאציע: בית המדרש הגדול

Re: נייע פארשטעלונג: 'מיין צושפאלטענע הארץ!!!' (אכטונג! נישט פאר שטארקע הערצער..!!!)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך no way »

wowowowowowowowo.....................................

cant any more :oops: :oops: :oops:
נישט מסכים!

SOME PEOPLE ARE SO POOR ALL THEY HAVE IS MONEY
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: נייע פארשטעלונג: 'מיין צושפאלטענע הארץ!!!' (אכטונג! נישט פאר שטארקע הערצער..!!!)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

:cry: :cry: :cry:

אזא ווייטאג, אזא צער, נישטא וואס צו זאגן.

עת לשחוק ועת לבכות.

סתם אזוי ליין איך נישט אזוי שנעל אזעלכע ארטיקלען (איך בין א שטארקע הארץ...),
אבער אז נאר מיט שמחה שרייבט עס האב איך עס געדארפט ליינען, און עס איז מיר ממש געקומען טרערן אין די אויגן.
אזויפיל צער און יסורים פון אזויפיל ריכטונגען און הינזיכטן, אוי טאטע!

זאל דער אייבערשטער העלפן עס זאל שוין טאקע זיין 'נאר מיט שמחה' מיט חסדים גלוים און שמחות כפשוטו!!
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
נאר מיט א שמייכל
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 10:07 pm

Re: נייע פארשטעלונג: 'מיין צושפאלטענע הארץ!!!' (אכטונג! נישט פאר שטארקע הערצער..!!!)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט א שמייכל »

עפעס אזוי האב איך געפיהלט ביים ענדיגן ליינען
עפעס אזוי האב איך געפיהלט ביים ענדיגן ליינען
156.gif (63.35 KiB) געזען 8047 מאל
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: נייע פארשטעלונג: 'מיין צושפאלטענע הארץ!!!' (אכטונג! נישט פאר שטארקע הערצער..!!!)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

פעינפול... שווער צו ליינען.... כמעט געוויינט....
נישט נארמאל וואס איר האט געטון מיט מיר...
פליס קייפ איט אפ
ווען דו וועסט ליינען מיין ארטיקל וועסטו זעהן אז איך האב דיר נישט אויסגעכאפטו
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: נייע פארשטעלונג: 'מיין צושפאלטענע הארץ!!!' (אכטונג! נישט פאר שטארקע הערצער..!!!)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

השי"ת זאל דיר העלפן זאלסט אויפגעראכטן ווערן בקרוב!

אלץ איינער וואס האט נישט געווארט אביסל מער ווי 2 יאהר אויף קינדער, קען איך מעיד זיין אויף די חלקים פון די גלוסטעניש, די ווייטאג, די אנטוישונג, און די ציטער, (ב"ה כ'האב נישט געדארפט צוקומען צו קיין דאקטוירים) אוי ווי שווער עס איז, ס'איז קיין איין ווארט נישט איבערגעטריבן, אויב יא איז עס כטיפה מן הים, מ'קען עס גארנישט באשרייבן מיט ווערטער.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: נייע פארשטעלונג: 'מיין צושפאלטענע הארץ!!!' (אכטונג! נישט פאר שטארקע הערצער..!!!)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

א גוט יאר אייך טייערע חברים.

צום ערשטנ'ס בין איך מוסר מודעה און זיך מתוודה, אז ב"ה איך בין נישט אין דעם פעקל, דער גרויסער באשעפער האט מיר געשאנקען א געזינדל בלע"ה כ"י, און מיין ערשטע קינד האט ער מיר געגעבן א יאר פון מיין חתונה... איך האב ב"ה קיינמאל נישט מיטגעלעבט און געשפירט די'ע מצב (חוץ דעם לעצטן ליל שישי, שרייבנ'דיג דעם ארטיקל...).

(איך האב געטאכט אז לתועלת הרושם וועל איך עס לאזן אזוי עטליכע טעג, מ'זאל מיינען אז ס'איז אמת, אבער א חשוב'ער ניק האט מיר מעורר געווען, און מיט רעכט, אז ס'איז א חשש אונאת דעת..).

נאר וואס דען? איך האב זיך פשוט אריינגעלייגט אין דעם מצב, איך האלט אז עמך אידן דארפן שפירן אביסל וואס אונזערע חברים צו קרובים, אדער סתם באקאנטע, און אפילו נישט, מאכן מיט רח"ל.

איך האב א נאנטע חבר וואס פלאגט'צעך שוין ארום צען יאר ל"ע און ווארט אויף א ישועה, (אלץ חשש גילוי קען איך נישט ארויסשרייבן בגלוי וואס מיין חבר איז שוין אלץ נעבעך אריבער). וואוינענדיג נעבן איהם גייט מיין הארץ אויס יעדעס מאל ווען איך באגעגן איהם גייענדיג מיט מיינע קינדערלעך.

מיין חבר גראדע דרייט'צעך לוסטיג און פריילעך, מ'קען נישט חלומ'ען אז דער איד גייט אריבער אזעלעכע צרות, און ביי אונז אין בית מדרש איז ער פון די גרויסע קנאקער'ס, מ'זעהט גארנישט אויף איהם 'פון אינדרויסן' אז ער מאכט נעבעך מיט... און גראדע האלט איך גארנישט מיט וואס טוהט'צעך ביי איהם, און זיכער נישט וואס ער שפירט, (חוץ פון די באוואוסטע צרות וואס ער איז אריבער), אבער דאך ווען כ'בין זיך אביסל מתבונן גייט מיין הארץ אויס פאר איהם.

איך האב אבער יא א צווייטער חבר, וואס מיט עטליכע יאר צוריק איז ער געווען אין דעם מצב, און ביי איהם האב איך יא אלעס מיטגעהאלטן, ער פלעגט'צעך אויסרעדן פאר מיר און אלעס פארציילן, כ'דערמאן זיך יעצט וואס ס'האט'צעך פארגעשפילט אין אזא צייט מיט דריי יאר צוריק, שטייענדיג 6.5 יאר פון זיין חתונה, ער פלעגט לערנען חברותא מיט מיר, און איין טאג אין די סליחות טעג איז ער אנגעקומען בלאס ווי די וואנט, ער האט מיר פארציילט וואס א גרויסער דאקטער האט איהם געזאגט ווייזנדיג אויף זיין האנט "טאמער וועט מיר דא וואקסן האר וועסטו נאך אמאל האבן קינדער"... ער האט נישט געקענט קומען צו זיך... די תפילות ראש השנה יענץ יאר פון איהם און די ארומיגע (ואני בתוכם) האבן אויסגעזעהן אנדערש, און אין דעם זעלבן יאר ר"ח תמוז איז איהם געבוירן געווארן א אינגל בשעטומ"צ. (ס'מיר זייער אינטרעסאנט זעהן די האנט פון יענעם דאקטער...).

עכ"פ לענינינו..

איך האב שוין פראבירט עטליכע מאל מאכן תפילות און סגולות פאר מיין אויבנדערמאנטער חבר, און וויפל איך ווייס אז מיינע חברים האפן און שטרעבן מיין חבר זאל געהאלפן ווערן, דאך איז זייער שווער פאר א מענטש וואס איז פיל מיט טעגליכע דאגות, זיך מתבונן זיין אין דעם צווייטנ'ס הארץ, מיטשפירן באמת וואס ער גייט אריבער. אסאך גוטע חברים וויסן ניטאמאל וואס איז זיין מאמע'ס נאמען...

און אויך דא אויפן וועלט'ל האב איך שוין געזעהן עטליכע נארישע תגובות, ס'דא וואס מיינען אז ווארטן אויף קינדער איז עפעס א קינדערישע קנאה, מ'מיינט אז אלע לעבן מיט די שנה ראשונה'דיגע מחשבות, יענער האט געהאט א קינד ווייניגער ווי א יאר פון די חתונה, און א צווייטער וואס איז א קלענערער 'חברה'מאן' האט געהאט נאר נאך א יאר מיט צוויי חדשים, און פאר א דריטער איז נישט געלונגען ביז צוויי יאר וכו' וכו', און ס'דא וואס אפאר שלומזל'עך וואס ווארטן שוין אפאר יאר.. וכו' וכדומה.

האב איך באשלאסן איינמאל פאר אלעמאל, אז מ'דארף אביסל אריינקריכן אין די'ע הערצער און ארויסשרייבן קלאר 'שווארץ אויף ווייס' וואס די'ע אידן מאכן אלץ מיט און גייען אריבער.. אז ווען מ'איז מתפלל זאל מען כאטש לאזן אפאר הייסע טרערעלך.. די קרעכטץ זאל ארויסקומען פון אביסל א טיפערע ווינקל פון הארץ...

און דערצו, ווען מ'פארשטייט אביסל 'די אנדערע זייט מטבע', קען מען זיך מער אכטונג געבן פון וויי צו טוהן אומוועלנדיג.

מיין מטרה איז נישט געווען צו אנשרייען דעם חבר וואס זאגט נארישע זאצן.. נאר פשוט און גראד ארויסברענגען דאס הארץ פון די'ע אידן וואס מאכן מיט רח"ל, איך האב ארויסגעברענגט מיט א כלומר'שטע בריוו צו א חבר, מ'זאל זיך קענען בעסער אריינלייגן אין דעם מצב, כאי' ס'איז אמת, מ'זאל עס קענען מיטלעבן ממש, סיי איך אלץ שרייבער און סיי ענק אלץ ליינער..
איך האב פראבירט צו שפאצירן צווישן די טראפן, זאל עס גוט ארויסברענגען פון איין זייט, אבער פון די אנדערע זייט נישט וויי טוהן די אידן וואס מאכן עס מיט, איך האב עס געשיקט פארן ארויפלייגן צו @ניין און יא, ואתו עמו @גרויסע עם הארץ, און נאך וואס זיי האבן צוגעשטימט האב איך עס ארויפגעלייגט. און כ'וויל זיך טאקע באדאנקען פאר די'ע צוויי.

וואס זאל איך ענק זאגן? דער באשעפער קען זיך גרויס האלטן מיט זיין פאלק, איך האב באקומען אין אישי עטליכע הייליגע תגובות.. אידן וואס נעמען זיך אינטער קבלות (לזכותי..) אדער חיזוק ווערטער און נאך.. איך האב נישט געחלומ'ט אז אייוועלט פארמאגט אזעלעכע דערהויבענע הייליגע אידן!

אזוי אויך פון עטליכע פון אונזערע מיטגעלידער וואס ווארטן נאך אויף א ישועה, וואס האבן הנאה געהאט אז איך האב עס ארויסגעברענגט.

טאמער איינער איז מחוזק געווארן פון דעם, און אויב עס האט אדער וועט אויפטוהן עפעס לטובה, זאל עס זיין לזכות מיין טייערער חבר, און אונזערע טייערע חברים דא אויפן וועלט'ל, וואס דער איינציגער באשעפער ווייסט זייערע נעמען און זייערע מאמע'ס נעמען, זאלן געהאלפן ווערן בקרוב ממש ממש מיט זרע של קיימא, איך פארגין זיי א בן זכר א גדול בישראל... בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, בנים ובנות גדולים בתורה ויר"ש ובמידות טובות, און קיינער זאל מער נישט וויסן פון קיין שום סארט צער און ווייטאג, אכי"ר.

בברכת כתיבה וחתימה טובה
@נאר מיט שמחה
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: נייע פארשטעלונג: 'מיין צושפאלטענע הארץ!!!' (אכטונג! נישט פאר שטארקע הערצער..!!!)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אויסטערלישע שטארקע ארטיקל, ממש נתפעל צי ווערן. אזוי ארויסציברענגען די ווייטאגליכע מצב. זאל שוין השי"ת שיקן פאר אלע א גאנצע ישועה.

יעצט נאכן זעהן אז סאיז נאר 'אריינגעלייגט' אין די מצב, מוז איך דיר גיבן צוויי פרישע גרינע, ס'איז א קונץ! אזוינס אראפצושרייבן מוז מען עס 'עכט' פילן, און האסט געטוהן עפעס וואס ווייניג קענען!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: נייע פארשטעלונג: 'מיין צושפאלטענע הארץ!!!' (אכטונג! נישט פאר שטארקע הערצער..!!!)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

ענדע צדיק! האט געשריבן:אויסטערלישע שטארקע ארטיקל, ממש נתפעל צי ווערן. אזוי ארויסציברענגען די ווייטאגליכע מצב. זאל שוין השי"ת שיקן פאר אלע א גאנצע ישועה.

יעצט נאכן זעהן אז סאיז נאר 'אריינגעלייגט' אין די מצב, מוז איך דיר גיבן צוויי פרישע גרינע, ס'איז א קונץ! אזוינס אראפצושרייבן מוז מען עס 'עכט' פילן, און האסט געטוהן עפעס וואס ווייניג קענען!
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: נייע פארשטעלונג: 'מיין צושפאלטענע הארץ!!!' (אכטונג! נישט פאר שטארקע הערצער..!!!)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

די הארץ איז מיר צולאזט פון ווייטאג!!! איך טראג עס נישט אריבער......
איך האב 2 חברים וואס האבן דאס מיטגעמאכט, ביידע האבן ווייניג גערעדט אבער איך האב אביסל נאכגעהערט מאחורי הפרגוד און מיין הארץ איז צעשמאלצען געווארן פאר צער און רחמנות!
די ארטיקל קענסטו פארקויפן פאר 50,000 צו בוני עולם, עס קען זיין א גוטע ארטיקל צו ברענגען נאך אפאר מיליאן...

מען זאגט נאך [כמיין פון ר' משה לייב סאסובער ז"ל] אז השי"ת האט באשאפען יעדע זאך אויף די וועלט לכבודו, און אפיקורסות דארף מען נוצן ווען יענער קומט זיך אויסרעדן צו דיר אדער ער בעט צדקה, טאר מען נישו זיין א מאמין און טרייסטן יענעם מיט אמונה, פעך! דעס איז א מדה מגונה! אמונה זאלסטו ארבעטן אויף דיר!!! יענעם זאלסטו העלפן וויפיל דו קענסט, ער דארף נישט דיינע מוסר דרשות.......
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: נייע פארשטעלונג: 'מיין צושפאלטענע הארץ!!!' (אכטונג! נישט פאר שטארקע הערצער..!!!)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

באקסער בוים האט געשריבן:זייער שטארק ארויסגעברענגט, דיין ניק זאל מקויים ווערן במהרה פאר אלע מצפים לישועת השם


שכויעח, אמן ואמן.

פלטיאל האט געשריבן:בלי מילים.


עם מילים, יש תהילים!!...

Porfavor האט געשריבן:זייער פעינפול צו ליינען.
די שווערסטע זאך איז צו זיין ארומגענומען מיט מענטשן וואס פארשטייען נישט די ווייטאג פון א מציאות און פרובירן עס צו פארוואסערן.

זאג אז עס איז דיר שווער צו פארשטיין.
זאג אז דו פארשטייסט נישט.
זאג גארנישט בכלל.

אבער למען השם- זאג מיר נישט אז ס'שווערער די אנדערע וועג אדער אז מען דארף קוקן אויף די גוטע זייט.
מיינע אויערן טוען מיר וויי פון די בעלאני.

ריכטיג, אבער נישט דאס איז געווען מיין פוינט, און ס'נישט געווען אזא מעשה (האפנטליך ביי קיינעם), ליינט אויבן מיין לענגערע תגובה.

Porfavor האט געשריבן:
יצחק ברוך האט געשריבן:זייער שטארק ארויסגעברענגט.

אבער עס מוז אויסגעברענט ווערן די אנדערע זייט פון די מטבע אויך אז נישט אייביג ווען איינער רעדט זיך אויס מיט אז ער רעדט זיך אפ אז ח''ו ער וואלט זיך געפרייט און איז מקנא די וואס האבן נישט און מ'דארף נישט אייביג אריינווארפן ס'איז דא ווער ס וואלט זיך געפרייט צו האבן דיינע דאגות.

ווילאנג עס גייט שווער און מ'מוטשעט זיך טוט עס זייער וויי און מ'לעבט אין אייגן וועלטל (איך וועל פרובירן זיך נישט אויס רעדן אין דיין געגנווארט איך ווייס עס טוט זייער וויי) אבער איין מאל מען ווערט ב''ה געהאלפן און מ'הייבט אהן צו האנדלען מיט די קינדער און זייערע פראבלעמען ובפרט אז מ'האט א געזונדל זעהט דאס איז ווי דער איינציגער דאגה און קיינער איז נישט מקנא, און יעדער קוקט אויס אז דו זאלסט אויף געראכטן ווערן.


פארוואס מוז ארויסגעברענגט ווערן די אנדערע זייט פון די מטבע??
די מענטש איז יעצט אין די פעין. וואו שווער איז סתם מיטצופילן מיט די מענטש אן אריינווארפן אנדערע מטבעות?

מיטפילן מיט א צווייטן אן צולייגן וואס די האסט געזאגט איז פון די שווערסטע מידות און פאדערט אסאך כוחות הנפש און maturity.

מענטשן ווארפן אריין די אנדערע זייט פון די מטבע צו בארואיגן זייער אייגענע געוויסן אז זיי קענען נישט זיין מיט די מענטש אין זייער צרה.


כנ"ל, איך האב עס געשריבן טאקע פון די אנדערע זייט מטבע מ'זאל קענען זיך אריינלייגן אין די 'אנדערע' זייט מטבע... זעה מיין לענגערע תגובה אויבן.

no way האט געשריבן:
wowowowowowowowo.....................................

cant any more :oops: :oops: :oops:


ה' הטוב ירחם!

חבקוק האט געשריבן::cry: :cry: :cry:

אזא ווייטאג, אזא צער, נישטא וואס צו זאגן.

עת לשחוק ועת לבכות.

סתם אזוי ליין איך נישט אזוי שנעל אזעלכע ארטיקלען (איך בין א שטארקע הארץ...),
אבער אז נאר מיט שמחה שרייבט עס האב איך עס געדארפט ליינען, און עס איז מיר ממש געקומען טרערן אין די אויגן.
אזויפיל צער און יסורים פון אזויפיל ריכטונגען און הינזיכטן, אוי טאטע!

זאל דער אייבערשטער העלפן עס זאל שוין טאקע זיין 'נאר מיט שמחה' מיט חסדים גלוים און שמחות כפשוטו!!


יעדעס ווארט א פערל.. יא יא, נאר מיט שמחה וועלן אלע אידן ארויסגיין מצרה לרוחה!
אבער פון אונז פאדערט'צעך אויך עפעס אנדערש, נישט 'נאר' מיט שמחה, אויך אביסל תפילה און טרערן פאר א צווייטן פון טיפן הארצן (אויך דעס פארשטייט'צעך נאר מיט שמחה..), ווי זאגסטו נאך? עת לשחוק ועת לבכות!
זעה אויבן מיין לענגערע תגובה, וועסטו פארשטיין מיין מטרה מיטן ארטיקל...

נאר מיט א שמייכל האט געשריבן:
156.gif


און אזוי האב איך געשפירט ביים שרייבן... אוי באשעפער רחמים!

ניין און יא האט געשריבן:פעינפול... שווער צו ליינען.... כמעט געוויינט....
נישט נארמאל וואס איר האט געטון מיט מיר...
פליס קייפ איט אפ
ווען דו וועסט ליינען מיין ארטיקל וועסטו זעהן אז איך האב דיר נישט אויסגעכאפטו


שכויעח פארן העלפן און צושטיפן, און פאר די גוטע ווערטער.
(מיט דיין ארטיקל ביסטו גערעכט, איך האב קודם געזעהן נאר דעם קעפל, שפעטער האב איך געזעהן טאקע אז ס'איז אינגאנצן א אנדערן סטייל...)

אוראייניקל האט געשריבן:השי"ת זאל דיר העלפן זאלסט אויפגעראכטן ווערן בקרוב!

אלץ איינער וואס האט נישט געווארט אביסל מער ווי 2 יאהר אויף קינדער, קען איך מעיד זיין אויף די חלקים פון די גלוסטעניש, די ווייטאג, די אנטוישונג, און די ציטער, (ב"ה כ'האב נישט געדארפט צוקומען צו קיין דאקטוירים) אוי ווי שווער עס איז, ס'איז קיין איין ווארט נישט איבערגעטריבן, אויב יא איז עס כטיפה מן הים, מ'קען עס גארנישט באשרייבן מיט ווערטער.


אזוי זאגן טאקע אלע וואס זענען דאס און גייען נאך אלץ אריבער רח"ל.
ליין אויבן מיין לענגערע תגובה..

ניין און יא האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:אויסטערלישע שטארקע ארטיקל, ממש נתפעל צי ווערן. אזוי ארויסציברענגען די ווייטאגליכע מצב. זאל שוין השי"ת שיקן פאר אלע א גאנצע ישועה.

יעצט נאכן זעהן אז סאיז נאר 'אריינגעלייגט' אין די מצב, מוז איך דיר גיבן צוויי פרישע גרינע, ס'איז א קונץ! אזוינס אראפצושרייבן מוז מען עס 'עכט' פילן, און האסט געטוהן עפעס וואס ווייניג קענען!


שכויעח פאר ענק ביידע,
ס'קומט נישט אן אזוי גרינג, איך האב זיך באמת אריינגעלייגט אין די מצב אז איך האב נישט געקענט שרייבן צום סוף אז ס'נישט אמת, איך האב עס באמת עכט געפילט.. (ס'מיר געווען שווער צו אנשלאפן דעם לעצטן ליל שישי..).

דניאל אויערבאך האט געשריבן:די הארץ איז מיר צולאזט פון ווייטאג!!! איך טראג עס נישט אריבער......
איך האב 2 חברים וואס האבן דאס מיטגעמאכט, ביידע האבן ווייניג גערעדט אבער איך האב אביסל נאכגעהערט מאחורי הפרגוד און מיין הארץ איז צעשמאלצען געווארן פאר צער און רחמנות!
די ארטיקל קענסטו פארקויפן פאר 50,000 צו בוני עולם, עס קען זיין א גוטע ארטיקל צו ברענגען נאך אפאר מיליאן...

מען זאגט נאך [כמיין פון ר' משה לייב סאסובער ז"ל] אז השי"ת האט באשאפען יעדע זאך אויף די וועלט לכבודו, און אפיקורסות דארף מען נוצן ווען יענער קומט זיך אויסרעדן צו דיר אדער ער בעט צדקה, טאר מען נישו זיין א מאמין און טרייסטן יענעם מיט אמונה, פעך! דעס איז א מדה מגונה! אמונה זאלסטו ארבעטן אויף דיר!!! יענעם זאלסטו העלפן וויפיל דו קענסט, ער דארף נישט דיינע מוסר דרשות.......


זייער א ריכטיג הייליג ווארט, און א גרויסן שכויעח.

דעס וואס דו שרייבסט וועגן בוני עולם, מ'קען ארומרעדן און שרייבן דערוועגן אזויפיל, ס'קומט'צעך פאר די'ע הייליגע מענטשן. אבער כ'האב עקסטער נישט דערמאנט קיין ווארט פון זיי (נאר ברמז..), אזוי וואלט דער ליינער געטראכט צו זיך אז איינער שטייט אינטער דעם ארטיקל... און ס'קען אפשר אביסל אוועקנעמען פון די רושם... אבער באמת קען מען נישט משיג זיין די גרויסע זכותים וואס זיי האבן.


נ.ב. מ'זאל נישט מיינען אז די ארטיקל בריוו איז נאר א שפיל, און באמת איז די צרה נישט אזוי גרויס, איך האב באקומען עטליכע אישי'ס פון אידן וואס מאכן דאס מיט ליידער, יעדער באדאנקט'צעך און זאגט אז כ'האב עס גוט און אמת'דיג ארויסגעברענגט. און מיט אביסל התבוננות קען יעדער איינזעהן דאס, און מתפלל זיין פאר זיי.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: נייע פארשטעלונג: 'מיין צושפאלטענע הארץ!' (אכטונג! נישט פאר שטארקע הערצער..)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

איך האב נאך קיינמאל באקומען אזויפיל פידבעק אויף א ארטיקל ווי אויף דעם 'פארשטעלונג', מיין אישי און מיין אימעיל אדרעס באקומען כמעט טעגליך מעסעדזשעס און תגובות. בפרט פון אידן וואס גיין אדער זענען אדורך דעם מצב רח"ל, און אויך פון נאך..

עס ווייזט אויף די וויכטיגקייט פון טראכטן פון די'ע אידן (און פון אלע הזקוקים לישועה ורחמים) און טאקע מתפלל זיין פאר זיי.

געווענליך וויל איך נישט ארויפלייגן א מעסעדזש פון אידן וואס גייען אריבער דעם מצב, אבער איין אימעיל וואס איך האב באקומען פון א חשוב'ער איד הרוצה בעילום שמו היקר, וויל איך דא מיטטיילן מיט די ליינער, בעידודו ובהסכמתו:


----------

שלו' עליכם

בבחינת אורח ומציץ מבין החרכים עלי דפי הוועלטל,
מפני סיבות שונות, און נישט צו ווערן פאררשוועמט אינעם שטורעמישן וועלטל (עטה''ק) בינעך געבליבן אן אורח, און צומעל זעענדיג א שיין ווארט, שמייכלדיגע תגובה, פאעטישע גראמען, און ''נאר מי שמחה''ס געדא קען. שריי איך בלויז צום קי-בארד, און שמייכל צו די 4 כתלים וואס נעמען ארום מיין אפיס טישל...

אבל דע עקא...... ביזן נאס מאכן מיין קי-בארד עריו''ט אין דורכנעצן מיין מחזור און טלית ביום הק' אין ביהמ''ד.

איך האב זייער הנאה כסדר פון דיינע בליציגע, הומאריסטישע ווערטליגע מליצה'שע תגובה'ס (ספעציעל ליב האבנדיג גראמען וחרוזים) אבער נאכן זען דעי - פאלשע - פארשטעלונג,,,,

האבנדיג א גאר נאנטע משפחה המוטל חשוך בלי בנים לע''ע, האבעך מיר געטראפן אין א פלאטשקע טרערן, כמה פעמים ביים דאווענען די הייליגע טעג איינרייסנדיג לישועתו במהרה, און זיך דערמאנדוג דיין אויספיר, מיטן חבר וואס איז געהאלפן געווארן יענע יאר האמער איינגעריסן נאך מער בחיזוק גדול אז ''די יאר'' גייטעס שוין טאקע געשען און טאקע ''נאר מיט שמחה''!

האסט געהאט א אמת'ע חלק און מיינע ווארעמע תפילות די יאר!

זאל השי''ת אויפרעכטן די אלע הזקוק לישועה, און דו פארשלייערט אונטערן ניק (אאפס, א נייע פלעי...) ''נאר מיט שמחה'' זאל ווייטער ממשיך זיין מיט תגובות לרוב,
נישט וויסנדיג ווער קומט אלץ ארויף,
אינעם אייוועלט הויף,
און ווא ס'טוט אלץ אויף,
און אויסוואקסן א יפה נוף,
און דירות פאר אלע קינדער קויף,
און צו אלע צרות א סוף.

(זאגסטו נישט,,,, קענסטעך יא......)

ענייועי א ריזיגע שכח, כאפאשוט געפילט איך מוז דיר זאגן און זיך באדאנקן, פאר דיין רייכן קנקן, בכלל נישט א קראנקן, דיין שריפט צילט ווי מלחמה טאנקן, און א שפראך א שטארקן, פונעם רבוש''ע באשאנקען, ס'זאל דיר בכלל נישט באנקען, .......לאנקען, געשאנקען, זאנקען.....

החחתם מתוך שמחה ותודה בהכרת הטוב
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: נייע פארשטעלונג: 'מיין צושפאלטענע הארץ!' (אכטונג! נישט פאר שטארקע הערצער..)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

wow!
קודאס פאר אים, אז אפי' ער האט דיר מיט גאנץ אייוועלט ארויס אזוי גוט, בלייבט ער נאכאלץ גאסט ווייל ער וויל נישט ווערן פארשוועמט!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: נייע פארשטעלונג: 'מיין צושפאלטענע הארץ!' (אכטונג! נישט פאר שטארקע הערצער..)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:wow!
קודאס פאר אים, אז אפי' ער האט דיר מיט גאנץ אייוועלט ארויס אזוי גוט, בלייבט ער נאכאלץ גאסט ווייל ער וויל נישט ווערן פארשוועמט!

יא יא, דער איז צו אריינבייסן... ער האט יעדעם דא ארויס און די גאנצע הלוך שמיילעך!

איך האב געהאט א שטיקל שיח מיט איהמ'ען, אזא "שכויעח פארן שכויעח, און שכויעח פארן שכויעח פארן שכויעח" געשפרעך.. דער איז גוט! (כ'ווייס אז ער ליינט עס...)

איך האב איהם געשריבן אז אייוועלט וואלט'צעך באלעקט מיט איהם... און איהם מחזק געווען פארן זיך האלטן שטארק..
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: נייע פארשטעלונג: 'מיין צושפאלטענע הארץ!' (אכטונג! נישט פאר שטארקע הערצער..)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

נאכאמאל ייש"כ פאר'ן געבן א זכיה צו האבן א חלק דער-אין.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: נייע פארשטעלונג: 'מיין צושפאלטענע הארץ!' (אכטונג! נישט פאר שטארקע הערצער..)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

יעצט אנגעקומען דערצו, WOW איז דאס ווארט! (כ'ווייס נישט וויאזוי מ'זאגט עס אויף אידיש...)
נישט גוט
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 28, 2012 10:36 pm

Re: נייע פארשטעלונג: 'מיין צושפאלטענע הארץ!' (אכטונג! נישט פאר שטארקע הערצער..)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט גוט »

יוי,

ברענגסטו מיר זכרונות פון זמנים,

גם אני בחלומי, כ'האב ב"ה דעם "עשרת ימי תשובה" זוכה געווען צו מיין ערשטע אייגענע קינד ב"ה, בעת וואס איך בין שוין היפש אריבער די בן שלושים ב"ה עמו"ש,
ווי יעדער האט דא מיטגעהאלטן פון מיינע ארטיקלעך, האב איך ל"ע קרוב צו 10 יאר מיטגעמאכט א שווער פעקל, פון "לא טוב היות אדם לבדו", און געטראגן דעם ביטערן נאמען "גרוש", נישט מער און נישט פאר קיינעם געדאכט,

איך האב געהאט גענוי אבער גענוי, פונקט די זעלבע הרגשה און דורך גענג דורכאויס די יארן, אקוראט ווי די פותח האשכול ברענגט ארויס אין א לענגערע באשרייבונג,

חברים פלעגן מיר וועלן טרייסטן, מיינענדיג זיי זענען קלוג, פלעגן זיי מיר זאגן די פאלגענדענע סלאגאנאן,

פריי דיר אז דו האסט נישט קיין עול,
א ווייב איז די גיהנם
קוק וויפיל אידן האבן נישט קיין שלו' בית
וואס פעלט דיר אויס די פרעשור פון חתונה געהאטע לעבן
רעד דיר נישט איין אז מ'האקט א לעבן
איך וואלט אזוי געוואלט זיין א גרוש
עס איז ביטער שווער יעדן טאג, ווען די ווייב רופט א גאנצן טאג שטערן די מנוחה
קוק וואס יענער און יענער מאכט מיט, פריי דיר אז דו ביזט א פרייע מענטש
לייג דיר אריין אין א ביזנעס, לעב נישט אין עצבות
וועסט מאכן געלט וועסטו נישט טראכטן אזוי סאך

וכהנה רבות

איך פלעג מיר אלץ טענה'ן מיט די אלע מכלומר'שטע טרייסטערס,
אז מ'איז מיר נישט מחזק, נאר פארקערט, מ'מאכט מיר אנגעזעצט, און מ'קען נישט זיין קלוגער פון די תורה וואס זאגט "לא טוב היות אדם לבדו"

שפעטער,
בין איך אויפגעקומען מיט שטארקע משל צו מסביר זיין דאס ענין, אז די נארישע מענטשן זאלן אויך פארשטיין,

שטעלט דיר פאר, א איד דרייט זיך ארום אהן הענט און וויינט, ווי שווער עס קומט אים אהן, ער קען גארנישט טוהן אליינס, און ווי שטארק ער איז לימיטעד מיט איין האנט, קומט א איד און טרייסט אים, עס איז בכלל נישט אזוי גוט צו האבן צוויי הענט, קוקט נאר, יענער און יענער האט צוויי הענט, און האט ליידער "יענע מעשה" דערויף, דער צווייטער האט זיך צובראכן זיין היינט,
דענסמאל וועט יעדער איינער בלי שום יוצא מן הכלל מודה זיין, אז "יענער רעדט בכלל נישט צו די זאך" און ער איז בכלל נישט יענעם מחזק, נאר פונקט פארקערט, ער לייגט אים צו זאלץ צו די וואונדן,
נישט גענוג אז ער ליידט א צרה גדולה, עס פעלט אים ליידער א האנט, נאר ער וויל זיך שוין גרינגער מאכן, מיטן "דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים" קומט דער חבר, נישט נאר וואס ער פיהלט נישט מיט זיין צער, נאר מאכט ליצנות פון אים און לייקענט דעם פראבלעם, יענער פיהלט ווי ער וויל דעם חבר צורייסן אויף פיצלעך, איא?

אקוראט אזוי פיהלט זיך עס ווען מ'פרובירט מחזק זיין א חבר מיטן לייקענען זיין פראבלעם,

ווען א איד האט ל"ע א פראבלעם, און ער טיילט מיט די געפיהלן מיט זיינס א חבר, וויל ער זעהן אז יענער פארשטייט און פיהלט מיט, נישט אז יענער לייקנט דעם פראבלעם, לייקענען א פראבלעם במקום אים צו מחזק זיין, איז דאס ארגסטע וואס א איד קען טוהן פאר א חבר בעת צרה, בנוגע די צרה,

ווי אויך פלעג איך אנשרייען מענטשן, וואס פלעגן רעדן צו מיר די שפראך, בזה הלשון(בערך):
אנשטאט מיר צו זאגן אז אט גייט קומען ענדע צום פראבלעם, און אלע צרות וועלן זיך אויפהערן, זאגסטו מיר, אז אפילו נאכן טרעפן א שידוך, בלייבט מען אין א פראבלעם און נאך ערגער, האסט מיר נישט געטרייסט, נאר מיר אומגליקליך געמאכט מיט די ווערטער,

אדער מיט א אנדערע לשון:
שטעל דיר פאר א איד וואס מאכט ל"ע מיט א מחלה, און דו ביזט אים מחזק,
פריי דיר אז דו ביזט קראנק, האסט נישט קיין עול, צו גיין ארבעטן, דיין ווייב פארשטייט אז דו קענסט נישט העלפן אין שטוב, וכדומה


ומכאן הקריאה יוצאת,
האסט א חבר בעת צרה, ווייז אים ארויס און פרוביר צו מיטפיהלן און פארשטיין און מודה זיין אז ער האט א פראבלעם און בעהט "שמו ושם אמו" צו מתפלל זיין,
און זיי אים מחזק, אז "דער איז אלוועיס לייט ביי די ענד אף די טונעל",
נישט לייקענען דעם פראבלעם בפניו
און אודאי נישט זאגן אז די פראבלעם האט נישט קיין סעלושען, ווי למשל:
מיט א ווייב איז ערגער, אדער מיט קינדער איז ערגער

ישר כח
נישט גוט
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 28, 2012 10:36 pm

Re: נייע פארשטעלונג: 'מיין צושפאלטענע הארץ!' (אכטונג! נישט פאר שטארקע הערצער..)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט גוט »

מ'זאגט נאך פון איינע פון די צדיקים,
א איד וואס:
ווערט א חתן ביי די 18
האט חתונה ביי די 19
האט א קינד ביי די 20
ווייסט נישט אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט,

יעדע נאכט ווען מיין טאכטער וועקט מיר אויף פון שלאף, דאנק איך דעם אייבערשטן,

ישר כח פארן מיר אויפוועקן, מיט אזעלכע מיטלען, כאטש וואס עס שטערט מיין סדר היום דערנאך,
אזעלכע צרות פאר אלע עקרות,

איך קען נישט ענדיגן דאנקן דעם אייבערשטן, אויף די מתנה וואס ער האט מיר געגעבן, אז איך וועק מיר שוין אויף אינמיטן די נאכט, פאר גוטע סיבות,
מ'איז ב"ה זוכה
צום והנה הנער בוכה

זאל דער אייבערשטן העלפן עס זאל שוין מקויים ווערן
שוש תשיש ותגל העקרה
עס זאל שוין זיין "והנה הרה"
אוועטאר
א דרויסענדיגע
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:57 pm

Re: נייע פארשטעלונג: 'מיין צושפאלטענע הארץ!!!' (אכטונג! נישט פאר שטארקע הערצער..!!!)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דרויסענדיגע »

נאר מיט שמחה האט געשריבן: (ס'מיר זייער אינטרעסאנט זעהן די האנט פון יענעם דאקטער...).



אזא רירענדע ארטיקעל, אבער נאר מיט שמחה!
אוועטאר
אינגערמאנטשיקל
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 2:17 pm

Re: נייע פארשטעלונג: 'מיין צושפאלטענע הארץ!' (אכטונג! נישט פאר שטארקע הערצער..)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגערמאנטשיקל »

יישר כוחכם זייער גוט ארויסגעברענגט... טאקע נאר מיט שמחה און נאר מיט אמונה קען מען די יסורי איוב אדורכ-שווערצן...

איך מיין אז די קענסט מאכן א צווייטע חלק ארטיקל:
די געפיל צו א קינד וואס מ'האט געווארט!!! א ליבשאפט וואס איז שטערקער ווי יעדע ליבשאפט אין די וועלט!!!

אז די וועסט דעס ארויסברענגען וועסטו אביסל מקיל זיין אויף די שוואכע הערצער וואס די האסט פארשוואכערט...
וועל דאן קיפ איט אפ!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”