זעקסטער און לעצטער טייל
האלטן מיר ביי דער לאנגער הפסקה צווישן מוסף און מנחה, ווען די ארעסטאנטן זענען צוגעפירט געווארן אין זייערע לעכער און אונז באזוכער האט מען ארויסבאגלייט צום פאדערשטן ווארטזאל, וואו די וועכטער נעמען אויף די געסט און שימלען געווענליך פאר ליידיגגיין.
דער וועכטער וואס האט אונז ארויסבאגלייט רופט זיך אן, אז יעצט גייט זיך אנהייבן די אויספארשונגען.. עס איז אונז אדורך א סקרוך אין די ביינער, אבער ער האט אונז תיכף בארואיגט מיט'ן זאגן אז ער גייט אונז אביסל אויספרעגן וועגן אידישקייט זאכן וואס האבן ערוועקט זיין נייגער, און מיר מוזן נישט ענטפערן אויב מיר ווילן נישט.
זיין ערשטע פראגע האט זיך באצויגן צום שטריימל, און פארוואס בלויז איינער – אני הקטן – טראג דעם האריגן הוטל אויפ'ן קאפ בשעת אלע אנדערע גייען מיט א קליינע יארמולקע. מיר האבן אים ערקלערט אז באמת טראגן מיר אלע שטריימלעך אין אונזערע געגנטער, נאר דא האבן מיר נישט געשפירט פאר וויכטיג דאס מיטצושלעפן. איי, דער איינער, נו, ער איז א ראביי... ער עפנט ביידע אויגן מיט וואונדער קוקנדיג פון אונז צו זיין דאקומענט "זענט איר נישט אלע ראבייס???". א ליגנער דארף האבן א גוטע קאפ... אויפ'ן אפיציעלן צעטל זענען מיר אלע ראבייס וואס קומען פראווענען מיט די ארעסטאנטן דעם הייליגן טאג. מען האט אים מסביר געווען אז עס איז דא א ראביי, און עס איז דא א גרעסערע ראביי... פרעג מיך אפ.
יעצט איז ער שוין אריין אין לומדות און געוואלט פארשטיין וואס איז טאקע דער עצם ענין פונעם שטריימל, פארוואס טראגן מיר דאס אויפ'ן קאפ. מיר האבן זיך אלע איינגעטיילט אים צו ענטפערן, יעדער מיט זיינע פאר ווערטער וואס ער האט געוואוסט אויף ענגליש און געקלערט אז דאס וועט צופרידנשטעלן דעם אנגעפאשעטן פארגרעבטן פויער. גיי זיי מסביר פאר'ן גוי אז מען האט אונז געהייסן אנטוהן א שוואנץ אויפ'ן קאפ אלס בזיון און מען האט דאס פארוואנדעלט אין א מאלטי מיליאן דאלערדיגע ביזנעס...
דער חברה'מאן האט אונז דערציילט אז ער וואוינט גראדע אין עלענוויל ניו יארק, און עס קומט אים אפט אויס אדורכצופארן די היימישע בלומינגבורג געגנט און זעהן די חסידי'שע טראגע. ער האט נאר געוואלט פארשטיין נאך און נאך טעמים פון אונזערע לבושים, צב"ש פארוואס מיר טראגן א טלית קטן, א טלית גדול, פארוואס נאר פארהייראטע לייגן דעם טלית אויפ'ן קאפ (מיר האבן נישט אלעמאל אליינס געוואוסט די ריכטיגע ענטפערס אים צו געבן.. און אפילו ווען יא, האבן מיר זיך שווער באקראצט צו טרעפן די ריכטיגע ענגלישע אויסדרוקן דערפאר).
ער האט דערציילט אז פונקט היינט שטעלן די ארבייטער אויף דעם 'סוכה' אין טורמע הויף פאר אחב"י היושבים בצרה ובשבי', און ער האט געהעריג געוואלט פארשטיין דעם "למען ידעו דורותיכם"... פארוואס מען זיצט אין א סוכה, וואס דארף מען אלץ טוהן דארטן. אזוי האט זיך געצויגן א לאנגע שיינע שמועס, בשעת מיר ווארטן אז דער זייגער זאל זיך פאראויסרוקן און מיר זאלן קענען צוריק אריינגיין און פארזעצן מיט'ן סדר היום.
ווען ער איז אויסגעלאפן פון קשיות און האט זיך צוריקגעזעצט קלאצן אויף די גראדע ווענט, האבן מיר זיך באקוועם געמאכט אין די פאר בענקלעך און בענק וואס זענען דארט צוגעשטעלט. (תשע"ט: זיי האבן ארויסגעברענגט פון ערגעץ גענוג בענקלעך פאר אלעמען צו זיצן, אויך האט דער עירקאנדישאן פיין אפגעקילט דעם הייסן פלאץ. תש"פ: דער וועטער איז געווען איינגענעם, אויך אן עירקאנדישאן, אבער בלויז 2-3 פון אונז האבן געהאט א בענקל צו זיצן, די איבריגע האבן גענוצט דעם הארטן באנק אינדערמיט, אדער – ווי אין פאל פון "דער וואלונטיר" – געשטאנען אויף די פיס די גאנצע צייט).
דער הפסקה האט נישט געדויערט אזוי לאנג ווי פאראיאר, איך האב עספיהט צו זאגן פון קאפיטל מ"ב (ספר שני) ביז נאך קי"ט, און מען האט אונז שוין צוריק אריינגעפירט אין 'בית המדרש' אריין. איך האב שנעל צוגעענדיגט ביז סוף תהלים במשך די פאר מינוט וואס מען האט געווארט אויף די ארעסטאנטן'ס ערשיינונג.
צו מנחה איז צוגעגאנגען דער פאריעריגער בעל תפילה, מען האט זיך געדארפט אנטוהן די זיץ-גארטלעך צו קענען מיטהאלטן זיין גאלאפ, ווי דער מנהג. איך האב שטארק פרובירט צו זאגן אלע פיוטים וחרוזים אן אויסלאז, און טאקע געמוזט משלים זיין געוויסע זאכן בשעת ער האט פארגעזאגט די ברכות פון שמו"ע. (מען האט מכבד געווען דעם חסיד מיט "מפטיר יונה", אזוי ווי פאראיאר).
אן אינטערעסאנטע זאך האב איך באמערקט דארט. כידוע איז די לעצטע פאר יאר שטארק אריינגעקומען ביים יהדות החרדית א מבצע "תוספות יום טוב" נישט צו רעדן ביים דאווענען, עס ערשיינען גליונות און מען מאכט גורלות און מען נעמט חתימות און וואס נישט. איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז דארט צווישן די דיקע טורמע ווענט איז דער מבצע נאך ליידער נישט אנגעקומען... איינער זאל איינמעלדן דעם "קרן תוס' יו"ט" אז זיי האבן נאך פלאץ וואו זיך אויסצושפרייטן... מען טאר נישט בארעדן אידישע קינדער, וועל איך בלויז זאגן אז די תפילות האבן אויסגעקוקט גארנישט אנדערש ווי געווענליכע תפילות אין אונזערע בתי מדרשים מיט עטליכע יאר צוריק... (און גיי שושקע, ווען דער גאנצער מנין באשטייט פון איך און דו און דו און איך מיט'ן בעל תפילה.. יענער קען זיך נאך באליידיגן און דו בלייבסט אן מנין...)
נאך מנחה האט מען זיך אראפגעזעצט, "דער חסיד" איז נתכבד געווארן אויפצוטרעטן מיט דברי התעוררות בעפאר תפילת נעילה. ער האט אנגענומען זיין פאסטן זייער ערנסט, און געקומען דערצו גוט פארגעברייט, נאכזאגנדיג שטיקער מדרשים און ספרים הקדושים פון אויסנווייניג. צווישן אנדערע האט ער ארויסגעברענגט אז השי"ת ווארט אויף אידישע טרערן, און עס איז מעגליך אז די איינציגע סיבה פארוואס מיר געפונען זיך נאך יעצט דא אין תפיסה איז וויבאלד מיר האבן פאראיאר נישט גענוג טרערן פארגאסן און נישט גענוג איינגעריסן בעת נעילת שער. דאס התעוררות איז געווען אנטאפיג מיט די הענט, דא שטייט א איד וואס לויט'ן בוך דארף ער נאך אפזיצן דא ..., און ער שרייט חי וקים אז ברצות ה' קען מען יעצט באפרייט ווערן, אלעס ווענדט זיך אין אונזערע תפילות ותחנונים לפני אדון כל ברוך הוא.
דער קאלעגע ארעסטאנט וועמען מיר רופן "דער ליטוואק", איז באזונדער שטארק נתרגש געווארן פון דיזע רייד (אדער פון זיינע אייגענע מחשבות און געדאנקן), און ווי ערווענט האט ער אראפגעלייגט אזא הייסע שטילע שמונה עשרה אז מען האט געקענט זעהן ווי ער ווארפט זיך ממש פאר געוויין. וויבאלד מיר האבן אים געדארפט צו מנין, האט ער געווינקען מיט די האנט פאר'ן חסיד ווען ער האט שוין געהאלטן ביי 'יהיו לרצון', אבער ער האט ממשיך געווען צו וויינען מיט זוידיגע טרערן און אן איבערגעדעקטן טלית, ברענגענדיג אן התעוררות צו יעדן וואס האט נאר געבליקט אין זיין ריכטונג.
כמעשהו בשחרית כך מעשהו בנעילה, דער חסיד האט אראפגעלייגט א דאווענען באש להבת שלהבת אזש די ווענט האבן געדונערט. יעדע "י"ג מדות" איז פארגעזאגט געווארן מיט גרויס מתינות און כוונה, מיט די האפענונג שאינן חוזרות ריקם ווי דער הבטחה לויטעט. דער זייגער האט זיך פאראויסגערוקט, דער זמן מוצאי יום טוב איז געווען ארום 7:36, און איך האב שוין אנגעהויבן ווערן אביסל נערוועז זעהנדיג אז מען רעכט זיך דא אריינצוציען אין די נאכט אריין (מיר האבן געהאט רשות דארט צו זיין ביז אכטע אדער ניינע, אבער איך בין נישט געוואוינט צו אריינציען נעילה אפילו איין מינוט לענגער ווי זמן רבינו תם). מיינע ארומיגע האבן מיר פרובירט בארואיגן, אז אפילו אויב מען וועט יא ענדיגן צום זמן, וועל איך סייווי נישט אויספאסטן אזוי שנעל, זינט מען דארף נאך ארויסגיין צו קידוש לבנה, און יעדע זאך דויערט צייט, און ביז מען גייט אדורך די זיכערהייט און מען נעמט די זאכן וכו' וכו'. למעשה בין איך אבער געווען נערוועז, און עס האט מיר קיין סאך נישט געהאלפן...
מען האט אויסגעשריגן קבלת עול מלכות שמים האפנטליך די לעצטע מאל צווישן די טורמע ווענט, געזינגען דעם לעצטן קדיש תתקבל, געבלאזן שופר, און "דער בעל מוסף" איז צוריק צום עמוד צו זיין פאריעריגע חזקה פון "מעריב מוצאי יום הקדוש". נאך מעריב האט דער עולם צוזאמגענומען דעם שטוב, און זיך געשטעלט ביים ארויסגאנג צו מארשירן צום ארעסטאנטן הויף פאר קידוש לבנה. איינער פון אונז איז צוגעגאנגען צו א טיר בעפאר עס איז געעפנט געווארן, און דער חסיד האט אויפגעציטערט, "דא גייט מען נישט אפילו נאנט צו א פארמאכטע טיר! ווארט אויס ביז עס ווערט געעפנט און דאן קען מען אנהייבן שטעלן טריט אהין".
תשע"ט האבן מיר געטראפן א פארוואלקענטע הימל, און זייענדיג אזוי איבערגענומען פון דעם ספעציעלן אויף-די-מינוט-באקומענע ערלויבעניש צו זאגן קידוש לבנה האבן מיר הייס מתפלל געווען אז די לבנה זאל זיך כאטש באווייזן. למעשה איז עס ארויסגעקומען אויפ'ן זידיטשובער נוסח, אבער מיר האבן מחדש געווען מיט גרויס שמחה. תש"פ האבן זיך די וואלקענעס העפטיג צוזאמגענומען און נישט אדורכגעלאזט קיין משהו פון די לבנה שיין, האבן מיר נאך עטליכע מינוט ווארטן און קוקן געמוזט צוריקגיין צום 'בית המדרש' און טאנצן בלויז "האטס גע'פועל'ט אלעס גוטס" אן "טובים מאורות".
דער עולם איז געווען אויפגעהייטערט פונעם עבודת היום, און כאטש מען האט געהאלטן פאר'ן אויספאסטן, און ווי לענגער די טענץ פארציען זיך אלץ שפעטער וועט מען זיך טרעפן מיט'ן הבדלה כוס, האט מען געזינגען איין ניגון נאך די אנדערע, און זיך הערצליך געזעגנט פון די ארעסטאנטן ווי פון אלטע גוטע פריינט, מיט די האפענונג אז די קומענדיגע מאל וועלן מיר זיך שוין טרעפן אויף דער פריי, און הלואי טאקע אין ירושלים עיר הקודש מיט משיח צדקינו.
מען האט צוזאמגענומען די פאר זאכן וואס יעדער האט געהאט, ארויסמארשירט, געצייגט דעם בלויען זיגל ביים ספעציעלן מאשינקע, און ארויסגעלאזט געווארן צו די פרייע וועלט. יעצט האבן מיר אין די שנעלקייט זיך א לאז געטוהן איבער אונזערע צוויי לאקערס, ארויסגענומען די מוקצה זאכן, (אונטערגעשריבן דעם באזוכער בוך?), און געפלויגן צו אונזערע צוויי קארס אינעם פארקינג לאט. (תשע"ט: איינער פון אונז איז געווען גאר אפגעשוואכט פונעם תענית, און געמוזט קויפן א פלעשעלע וואסער ביים ווענדינג מאשין אויפ'ן וועג ארויס און אויסטרונקן בעפאר הבדלה).
אנקומענדיג אינעם מאביל האט מען ב"ה געפונען דעם "נר ששבת", אבער פון גרויס איילעניש האב איך תיכף נאך "בורא פרי הגפן" אנגעהויבן די ברכה פון "המבדיל". ווען מען האט מיך דערמאנט, האב איך געזאגט "ברוך שם" (ווייל די כוונה ביים אנהייבן די ברכה איז געווען אויף צו ענדיגן 'המבדיל'), געמאכט א "בורא מאורי האש" און דערנאך ממשיך געווען מיטן "המבדיל".
מיר האבן זיך אלע אראפגעזעצט איבער פיינע מזונות און פרישע הייסע קאווע וואס מען האט דארט צוגעגרייט ("דער בעל מנחה" האט געברענגט א קליינע פערקיולעיטאר מיט אלע צוגעהערן פון א פיינע קאווע), און דאן האט מען זיך אין גרויס איילעניש צוזאמגעפאקט די פריוואטע חפצים אריין אין די רענצלעך/זעקלעך, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין וועג.
מיין דרייווער "דער שאופער" האט זיך געאיילט קיין וויליאמסבורג, איז געבליבן אז איך וועל פארן מיט'ן מאביל ביז מען טרעפט זיך אונטערוועגנס ביי אן אפשטעל פונקט מיט עטליכע אינגעלייט פון קרית יואל וואס וועלן דאס אפפירן צו זייער סטאנציע, און פון דארט וועט מיך "דער זוהן פונעם חסיד" צופירן קיין מאנסי.
"דער וואלונטיר" האט געטריבן איין מאביל און "דער בעל מנחה" די אנדערע (אזוי ווי ביים קומען), איך האב מיך באקוועם געמאכט אין פאדערשטן זיץ נעבן "דער בעל מנחה", ביי די קאווע האלטערס צווישן אונז האב איך פלאצירט די צוויי ברענענדיגע געזונטע ליכט... עס איז געווען א מחזה הוד צו זעהן א טונקעלע פאנאראמע און בלויז צוויי וואקסענע ליכט ווארפן העלע שטראלן איבער'ן האריזאנט. (ווען איך בין שפעטער אריבער צו די קאר פון "דער זוהן פונעם חסיד", זענען די ליכט געבליבן אינעם מאביל. כ'קען מיך בלויז פארשטעלן אז זיי האבן אפגעענדיגט אויפ'ן טראטואר... אבער אני את נפשי הצלתי, איך האב פרובירט צו לאזן ברענען די געזונטע ליכט ווי דער מנהג...)
מען איז די גאנצע צייט געווען פארבינדן טעלעפאניש מיט'ן אנדערן מאביל און די וואלונטירן פון קרית יואל, און נאך א וויילע פארן האט מען זיך אריינגעצויגן אין א ריזיגע שטח וואס דינט אלס פארקירונג ארט פאר טרעילערס א.ד.ג., דארט מען געווארט אפאר מינוט אז די חברה זאלן אנקומען. בשעת מעשה האט מען אביסל צוגעענדיגט דעם שמועס מיט "דער וואלונטיר", און געהערט פון אים נאך אפאר מעשה'לעך איבער זיין עסקנות פאר אידן אין תפיסה. צווישן אנדערע האט ער אונז דארט מיטגעטיילט וואו ער האלט מיט'ן פארשאפן די ד' מינים פאר אחב"י אין טורמע, וויפיל סעטס ער דארף האבן, און וועלכע נדבנים העלפן אים געווענליך דערמיט.
"דער זוהן פונעם חסיד" איז אנגעקומען מיט זיין ברודער און נאך א גוטע פריינט זייערער, אויך א אינגעלע האט זיך מיטגעכאפט מיט דעם ברודער, א קופקעלע האט זיך געשטעלט שמועסן תחת כיפת השמים (איינער האט פאררייכערט א ציגארעטל), און נישט לאנג דערויף בין איך געזיצן אין קאר און געווען אויפ'ן וועג קיין מאנסי. "דער זוהן פונעם חסיד" האט מיך אראפגעלייגט פארנט פון מיין הויז, און איך בין ארויף אין די דירה מיט'ן גרויסן רענצל און באגריסט די גאנצע געזונדל, הערנדיג און זעהנדיג א באריכט פונעם פארלאפענעם געהויבענעם טאג און ווי גרינג אדער שווער יעדער האט געפאסט.
זאלן מיר אלע האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס, יעדער איינער וואו אימער ער האט געדאווענט, און שטייענדיג יעצט אינמיטן די ימי החנוכה (טייערע טאגבוך: געווענליך בין איך נישט אזוי פארשלעפט, אבער דו ווייסט גוט ווי פארנומען – ב"ה – איך בין געווארן די לעצטע צייטן, ממילא פריי דיך אז איך האב דיך בכלל צוגעענדיגט...) וואס עס איז דער גמר החותם לויט אונזערע הייליגע ספרים, קען מען זיך וואונטשן א "גמר חתימה טובה", און מיר זאלן אלע אויסגעלייזט ווערן פונעם גלות הפרטי און גלות הכללי בקרוב דידן אמן!
(צוגעלייגט א פד"ף אינעם ערשטן תגובה פונעם אשכול, עס ענטהאלט אלע חלקים שיין אויסגעשטעלט - תשואת חן פאר ... וואס האט דאס מסדר געווען)