פרידן האט געשריבן:חלק ב'
דרכיה דרכי נועם
אפגעווישט מיט א פרעש ווייפ עד שידה מגעת, האפענטליך וועט קיינער נישט באמערקן אז איצי איז א עכטע קינד אין ער קען ווערן שמוציג.
יאלא, מען שפצירט ארויס ווי סטעטשוס מיט אויסגעצויגענע פאלטשע שמייכלען, די לאנגע שאו הייבט זיך אן, א קלייניקייט? מען גייט זיך דאך טרעפן מיט אלע חלבנה'ס! די טאטע האט אן זיין נייע קורצע באשפריצעלטע בעקיטשע, אפן אז יעדער זאל קענען זען זיין רייכע פאסיג מיט זיין שיינע העמעד'ל מיט קאפלינגס. די קינדער הייבן אן צו לויפן פאראויס כדרכו של קינדער, אבער דאס איז דאך א געפערליכע חורבן ווייל אז מען איז נישט אינאיינעם פון וואו זאל דער עולם כאפן אז יעדער מעטשט?! מען איז דאך אין האלוועי סא שרייען קען מען נישט, עס הייבט זיך אן א זיסע זינגעדיגע גערופאכטס -ווי כאילו זי האט די וועלטס געדולד צו קינדער, פארדעם האבן זיי דאך גאנצע 3 קינדער מיט 3 גויטעס זיי צו וואטשן א גאנץ יאר...- "איצי פליז קום שיין צו מאמי", פארשטייט זיך אז עס העלפט א בוידעם, קומט די צוויטע פאל פונעם ניגון "איצי מיט מינדי ענק זענען אייביג אזוי וואויל, אמת, שטיי שיין לעבן מאמי, סרח וויל זעהן ענקער שיינע קלייד", פארשטייט זיך אז אוודאי קומען זיי נישט, זיי הייבן זיך אן צו פארענטפערן פאר אלע ארומיגע כאילו איינעם אינטערעסירט עס, באמערקן נישט ווי יענער איז פונקט אזוי ביזי זיין קיוט און רופן זיסלעך זיינע קינדער און האט בכלל נישט קיין צייט צו באמערקען דיינע בזיונות, יו ניד טו אנדערסטענד דעי אר סא עקסיידיד, ריללי איי דאנט קעיר איף דעי גאט דערי, מען דארף לאזן קינדער לעבן, דזשאסט איי וואנד דעם טו איט.
וכל נתיבתיה .......
מען קומט שוין אן צום עלעוועיטאר, די קינדער טאנצען פאר שמחה מען גייט גיין אויף א עלעוועיטאר, די עלעוועיטאר איז דא די משפחה גייט אריין, הודו לשם כי טוב אז נאר זיי אליינס זענען אינעם עלעוועיטאר, וזר לא יתערב בשמחתינו, און מען האט נאך א געלעגענהייט פאר אפאר סקונדעס צוריק צוזאם ציען די מויל אין רעדן מיט די שטרענגע טאן, "איצי נאכאיינמאל דו לויפסט אוועק פון טאטי מאמי אן רשות גייסטו נישט קענען אנטוען די נייע סוט, יעדער וועט מעטשען נאר נישט דו, (וועלט'ס סטראשע פאר א 7 יעריג אינגעל, ניין?) אונז גיימער יעצט עסן, יעדער זאל וואטשען נישט צו ווערן שמוציג, ווער עס ווערט שמוציג איז נישט אונזער קינד, מאמי האט אוועק געגעבן פאר ענק שעות נאר אז ענק זאלן האבן שיינע קליידער, ענק ווילן אויסקוקען ווי די גרעסטע שלאכעס דא, מעג מען פארשעמען א טאטע אדער א מאמע?! כיבוד אב ואם!" (אמת'ע אידישע חינוך ב"ה)
נאה דורש
די עלעוועיטאר עפענט זיך אויף, פושט צורה ולובש צורה, צוריק מיט רואיגע שמייכלען, סטעי טאנד די משפחה וואקט צום מזל, איצי פאלגט שיין, ער האט זיך דערשראקען, ענדליך מען טרעפט דעם עולם, יעצט הייבט זיך אן די קאמפלימענטן אויסטויש, אלע נארנים הייבן אן צו געבן קאמפלימענטן איינער פארן אנדערן, אבער הטף למה באים? לשמוע! בעיקר וויל מען הערן וואס יענער זאגט דיר, פארשטייט זיך אז משום חוב קדוש פון נימוס און נישט ח"ו צו אויסקוקן פארנאטיש, און כדי מען זאל צוקומען צו הערן די מערסטע קאמפלעימענטן אויף זיך, איז די מנהג המקום אז סיי א-נשים און סיי נשים טוען קאמפלימעטן סיי א-נשים און סיי נשים, איי ס'איז אן איסור? נו גוט, ביזט געקומען מוחה זיין אדער הערן?... בכלל אמאל פלעגן מענער יא גריסן זייערע מומעס אויף די גאס, פארצייטישע רבנים פלעגן אויך גריסן זייערע קרובים, סאו ער איז נישט שולדיג אז די וועלט איז געווארן א פרומע וועלט, ער איז אולטרא-ארטעדאקס, טוישט נישט פון די מסורה, פון גריסן ביז קאמפלימענטן איז נישט קיין גרויסע חילוק.
בכלל איז שווער אויסצופיגערן דארט די שלום בית מצב, ווייל יעדער שמייכעלט ווען מען וואקט מיט די כנגדו, אלעס איז אזוי לאכעדיג, אבער ווען עס קומט צו שמועסן איז די מנהג עפעס דוקא צו רעדן צום חבר'ס כנגדו... ווייס איך נישט פארוואס זיי שמועסן נישט נאר מיט די אייגענע, זעהט אויס דאס האבן זיי נאך בקבלה פון זייער חסידישע זיידע נישט צו ארום לאכן מיטן ווייב און פאבליק...
קול הנערים
וילכו מחיל אל חיל, פון די טופח על מנת להטפיח קאמפלימענטס גייט מען אריבער צו די געהרגע'טע ליצנות, ווען אלע ראסטיגע הייבן אן מיט זייער לשון לימודים ארויס צוברענגען די געוואלדיגע פרייהייט וואס זיי האבן דא, דומפיגע וויצן, די שמועסן גייען בערך אזוי:
פישי: האלוי רבותי וואס וועט זיין מיט ערב פסח מצות הא הא הא... (גוטע דזשאוק, ניין?)
עי דזשי: (ראקי נאמען, העי עכט הייסט ער אליעזר יעקב.. שא..) מיין ברודער קאלט מיר נעכטן אז ער האט ערב פסח מצות פאר מיר, כ'האב אים געזאגט איך מיש מיך נישט פסח. וגעו כל העם בשחוק...
ריקי: מיין מאמע האט מיך געפרעגט פארוואס איך פאר אוועק, האב איך איר געזאגט אז פסח מישט מען זיך נישט סא זי זאל זיך נישט אריין מישן, די גאנצע לאבי פלאצט אויס אין א ספאנטאנישע געלעכטער, נישט ווייל די דזשאוק איז אזויפיל בעסער ווי די פריעדיגע, נאר עס איז א דשאוק וואס איז געהערט געווארן דורך א בת קול.
אזוי גייט עס מענין לענין מיט געוואלדיגע בליציגע רעיונות וואס יעדער וואס האט 'נאר' א טראפעלע שכל האט פון דעם הנאה.
יעצט איז געקומען די צייט צו מאכן פון דעם כלי די התעוררות. דער עולם הייבט אן מאכן א סטעטוס אויף זייער וואטסעפפ בעניני דיומא, יעדער לפי רוב שכלו ורוחב בינתו.
מים גנובים ימתקו
שוין, מען גייט שוין כאפן א צובייס, עפ"י רוב וועט דער טאטע זייענדיג ל"ע אביוזד אלטץ קינד מיט דעם וואס מען האט ביי זיי אינדערהיים נישט געגעסן קיין זויערע זאכן פסח וועט די ערשטע זאך, פאר וואס ווען ווי, עסן א זויער פיקעל -מיט א קראך פארשטייט זיך- אין די לעצטע זאך פאטעטיע קוגל, למען ישמעו ויראו.
די הייליגע יום טוב פסח האט אויסגעשפרייט אירע פליגלען אויף די וועלט.
מנחת עני
צו תפלת מנחה זענען זיך נאר משתתף געווענדליך די וואס ביי זיי איז דאס זיין דארט אויף פסח שוין די סיסטעם, זיין טאטע האט שוין געגעסן זויער פיקעל, סא ער עסט שוין יא ערשט קוגל, זיי געווענדליך קומען יא צו מנחה.
ביי מעריב איז שוין דער עולם מער ווייניגער דא, נישט ממש אנפאנג מעריב מער אינמיטען, היות מען האט שוין לאנג נישט גערעדט, כאפט מען דאך א קורצע שמועס.
ווי נאר דער בעל תפלה זאגט וידבר משה הייבט מען אן, אזוי אז ביי שמונה עשרה זאל מען קענען מיטדאווענען מיטן ציבור.
הללו את ה' כל ..
נאך שמונה עשרה הייבט אן די חזן -געווענדליך א משלנו פון די WD40 געמיינדע- אראפ צולייגן א הלל כדבעי, דא ווערט שוין דער עולם מער קאנעקטעט מיט..... אוי איך כעדענק נישט וואס..... בקיצור מען איז קאנעקטעט. געווענדליך וועט דער בעל תפלה נעמען די לעצטיגע קאנעקטינג ניגונים און ארויף לייגן אויף די פסוקי הלל. למשל היי יאר ביי השמים שמים לה׳ וועט מען לכאורה צוקלעבן די שמים וארץ העי העי העי ניגון, מאך א ברכה אויף לא לנו וכו׳, דער עולם זינגט מיט ממש א נחת.
ומשארותם צרורות בשמלתם
גוט יום טוב, גוט יום טוב, מען האט שוין געענדיגט דאווענען מאכט זיך א שטיקל פאנטשער, די מאמע שרייט צום סדר זאל יעדער טוישן קליידער, נישט ווי פריער געפלאנט צו בלייבן מיט וואס מען האט אן, נאכדעם וואס זי האט געזען ווי משפחת לאנגנאז האבן זיך געטוישט צום סדר (הגם זיי האבן זיך געטוישט ווייל די בעבי האט זיך שמיציג געמאכט סא האט מען געמוזט טוישן, האט מען כדי נישט ח"ו צו אביוזען די בעיבי, שוין געטוישט די אנדערע צוויי, זיי זאלן אלע מעטשען) אונז קעמיר נישט אויסקוקן נעבעכדיג קומט זי מיט א גערעכטע טענה,
די טאטע פין זיין זייט האט א טענה ער האט דאך פערזענליך בעצם נאך פאר מען איז געקומען געהאט אויסגעוועלט פאר דער קינדער דאס וואס מען האט יעצט אן צו גיין ביים סדר, ונמיקו עמו, ווייל די טאטע וועלענדיג אזוי מהדר זיין אין דעם חייב אדם לשמח את אשתו ברגל, ובבל בבגדי צבעונים, האט זיך נישט געפוילט און מהדר געווען אלץ מצוה בו יותר מבשלוחו, אליינס צו גיין אויף זוכן און אויסוועלן, ער האט אוועק געגעבן פאר דעם אפאר שעה ביז ער האט געפונען וואס ער האלט איז פאסיג פאר דעם אמו של מלכות, ביי אזא דערהויבענע סדר נאכט, ער האט אפי' נישט געקענט גיין צו די מצות באקן פון זיין משפחה צילוב דעם, דארט שטייט דאך נישט חייב און ער האט שוין געשיקט אפילו אויף א וואטסעפפ פאר אפאר חברה א פיקטשער דערפון, אן אלע האבן פה אחד מודה געווען אז ער איז א מהדר במצוות און לויט דעי חפץ של מצוה האט ער שוין ערב יום טוב אפגעמאכט וואס די קינדער זאלן גיין עס זאל זיי דומה למלכה, ווי קען מען יעצט אלעס צושטערן?!
אבער חכמת אשה בנתה ביתה, זי איז אויף געקומען מיט א קלייד פאר די קינדער וואס קען עכט אויך מיטגיין מיט די מאמעס, די טאטע קוקט צוויי מאל איבער, יא גערעכט ס'קען גיין, די מאמע פארשטייט גוט, סוף כל סוף איז א געווארענער נישט ווי א געבוירענער.
המשך יבא
פרידן צו דיר הרב פרידן צום צווייטן טייל פונעם שאבאטאן באריכט, האף מיר די דריטע וועט נאכפאלגן בקרוב...