בלאט 6 פון 10

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 11:13 pm
דורך טעם וריח
פארוואס איז ער נישט גלייך ארויסגעשפרינגען פון טרעקל אוח געלאפן? דעי פאר סקונדעס געבט צייט איהם נאכצולויפן.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 9:58 am
דורך דריידל
קוקט אויס אז קודם האט ער פראבירט ארויס נעמען די טרעקל פון די דיטש און ווען ער האט געזעהן אז די חברה דערנענטערן זיך האט ער נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט לויפן צופיס.

לאלתר לחיים האט געשריבן:איז ער בכלל געבליבן לעבן?


יא. ער איז אין שפיטאל אין זיד קארעא ווי ער איז געווארן אפערירט צוליב די וואונדן פון די שיסעריי. למעשה האבן דאקטורים געטראפן ווערים אין זיינע אינטעסטענס אזוי גרויס ווי 11 איטשעס ל"ע און אנדערע זאכן וואס צייגט די שוואכע געזונט צושטאנד פון די מענטשן דארט.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2017 4:39 pm
דורך maybeeynot
מקען עס דראפ באקסן אין אמעריקא פליס ?

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:20 pm
דורך שמועסער
העפי זשאא!!
נעכטן נאכט דורכגעליינט די גאנצע אשכול אין איין איינגעהאלטענעם אטעם!
ווי זאגט די וועלט "א בילד רעדט מער פון טויזנט ווערטער" דא האב מיר סיי די בילד און סיי די ווערטער...

הערליך, שיין, מסודר, און זייער אינטערסאנט! מיר ווארטן פאר נאך...

אגב, ווילעך פארשטיין, ער שרייבט אז די בילדער זענען געכאפט געווארן באהאלטענערהייט, כ'גלייב אבער אז סיז נישט ער אליינס, אונזער ידיד האטעך עס גענומען פונעם געוועב.. דאן פארוואס שטורעמט נישט די וועלט מיט די בילדער???
ס'וואלט געדארפט מאכן ריזיגע העדליינס אין אלע צייטונגען ארויסצוברענגן די אמת'ע מצב וואס גייט פאר דארט...

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 4:14 pm
דורך פעיק ניוז
א פרישער באריכט גיט איבער גאר א שווארץ בילד איבער'ן גורל פון פאליטישע ארעסטאנטן אין די טורמעס פון צפון קארעא, וועלכע ווערן אנגעבליך אויסגעשטעלט צו רעגלמעסיגע פייניגונגען און פיינפולע הריגות אויף די קלענסטע חטאים.

דער באריכט איז פארעפנטליכט געווארן דורך דער "קריג פארברעכנס קאמיטע", וועלכע האט דורכגעפירט אן אונטערערדישע אויספארשונג איבער א צאל טורמעס און לאגערס, וואו "פאליטישע פארברעכערס" ווערן געהאלטן אונטער שרעקליכע אומשטענדן.

אויסער איר אייגענער אויספארשונג, שטיצט דער באריכט זיך אויף עדות'שאפטן פון א צאל צפון-קארעא דעפעקטירערס, טייל פון וועלכע האבן אליין פארברענגט אין די דאזיגע טורמעס.

צווישן אנדערן דערציילט דער באריכט, אז אין די לאגערס געפונען זיך א גרויסע צאל קינדער, וואס ווערן געצווינגען דורכצופירן שווערע ארבעט אונטער אוממענטשליכע אומשטענדן, אן באקומען געהעריג צו עסן אדער אנדערע עלעמענטארע באדינונגען. צווישן אנדערן ווערט דארט דערציילט וועגן א פאל, פון א פיצל קינד וואס איז געווארפן געווארן צו א גרופע הונגעריגע הינט.

די פינקטליכע צאל פון ארעסטאנטן אין די קארעאישע טורמעס איז נישט באוואוסט, אבער דער באריכט שאצט אז דער ציפער איז ערגעץ צווישן אכציג-טויזנט ביז 130-טויזנט.

פיינע נייעס

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 6:36 pm
דורך פריילעך אידל
רבותי, גרייטס אייך!

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 6:42 pm
דורך חמרא טבא
די פאפקארן איז גרייט

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 6:51 pm
דורך שמועסער
פריילעך אידל האט געשריבן:רבותי, גרייטס אייך!

וועלקאם בעק!! מיר נעמען אייך אויף מיט אפענע ארעמעס און שפאנונג...

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 7:18 pm
דורך דער בדחן
פריילעך אידל האט געשריבן:רבותי, גרייטס אייך!


די הייסע וואסער קאכט שוין.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 10:11 pm
דורך גארגארפיק
יעי!
זיך דערווארטעט

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 11:54 pm
דורך איש האשכולות
נאא?! וואו לאנג דארף מען זיך לאזן ווארטן?!
איך בין שוין הינגעריג....

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 2:33 am
דורך אוודאי
חמרא טבא האט געשריבן:די פאפקארן איז גרייט

יעעע... היינט איז געווען בארביקיאו, א דריטל ליידיג שוין... די קרעקערס איז שוין פארטיג, שוין אפילו צוגעענדיגט די דזשעק ענד דזשיל׳ס.. (יא, ס׳איז נאך אלץ גוט...).
הרב פריילעך אידל, מיר ווארטן אויף די קומענדיגע, א ייש״כ פון פאראויס.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 11:56 am
דורך תן חיוך
פריילעך אידל האט געשריבן:רבותי, גרייטס אייך!


דער עולם ווארט מיט שפאנונג...

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 11:57 am
דורך שמן
פריילעך אידל האט געשריבן:רבותי, גרייטס אייך!

מיר זענען פולקאם גרייט. איך בעט דיר צוה אונז נישט אונטער פאר צו לאנג

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 12:20 pm
דורך metsboy
זייער אינטערעסאנט!
מיר ווארטן אויף נאך!

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 12:25 pm
דורך מענטשאלע
מורא'דיג שיין, נישטא קיין ווערטער צו באדאנקען.
מ'ווארט מיט שפאנונוג אויפן המשך.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 1:15 pm
דורך מאתים
פריילעך אידל האט געשריבן:רבותי, גרייטס אייך!

וועקאם בעק, פון אייער לאנגע רייזע קיין צפון ..... ווארטן מיר שוין צוהערן( זעהן) נאך.
אפשר האט איר מיטגעהאלטן לעבעדיג די מיסל טעסטס ?!

צפון קארעא – דאס ארים און צוריקגעשטאנען לענדל - חלק ד'

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 5:23 pm
דורך פריילעך אידל
בעזהשי"ת

א גוט יאר צו אייך טייערע חברים, שוין לאנג נישט געזעהן!

ברוך השם דער אפקלאנג פון דעם ארטיקל איז געוואלדיג, און יעדעס מאל וואס צפון קארעא איז אין די נייעס (אייגינטליך ווען זענען זיי אראפ?...) האבן מיר באקומען א פלייץ פון פילע ווענדונגען סיי דא און סיי אין אישי, צו ווייטער ממשיך זיין מיט אונזער סעריע, אלזא ברענגען מיר אייך דא א פרישן פארזעצונג פון אונזער פאפולערן קאלום "צפון קארעא – דאס ארים און צוריקגעשטאנען לענדל", חלק ד'.

פאר קאמענטערן און הערות אדער פארשלאגן קענט איר אייביג שרייבן דא אין אשכול, אדער שיקן אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו [email protected].

ליינט און האט הנאה!

#1 דער דורכשניטליכער גאס אין צפון קארעא

דער פאטאגראפירער איז גענומען געווארן צו דעם גרעניץ-שטאט "קיעסאנג" וועלכע זיצט הארט ביים גרעניץ מיט דרום קארעא, און טראצדעם וואס דער טור גייד האט אים פארזיכערט אז די רעלעטיוו שיינע געגנט ווי די האטעל געפונט זיך, איז די זעלבע פון דעם איבריגן חלק פון שטאט, האט דער פאטאגראפירער דאך באוויזן צו כאפן עטליכע בילדער פון דעם ביטערן ארימען לעבנס צושטאנד אין שטאט, וואס ווארפט א ליכט אויף אלע אנדערע געגנטער וועלכע געפינען זיך אינדרויסן פון דעם מעטראפאלטאן הויפט שטאט, פיאנגענג.





#2 פישלען מיט א רעדל

ביי דעם "טיאדאנג" טייך אין א דארפישן גענגט פון לאנד, פראבירט דער מאן צו כאפן אפאר פישלעך צו שפייזן זיין הונגעריגע פאמיליע, נאכדעם וואס דער רעזשים וועט אים זיכער נישט צושטעלן קיין מאלצייט.

דער מאן איז אזוי פארצווייפלט צו טרעפן עפעס פראטעין, אז ער האט ארויפגעריקט זיינע שאנסן צו כאפן עפעס א פישל, דורכן נעמען אן אלטן אפגעוועטשטן רעדל פון א טראק, און אזוי אריינשווימען אביסל אין דעם טייך.

האפענטליך האט ער טאקע עפעס געכאפט פארן טאג...



#3 שטערבליך הינגעריגע מענטשן

דער צפון קארעא רעזשים איז מורא'דיג סענסעטיוו נישט צו ווייזן ווי הינגעריג זייערע מענטשן זענען באמת, און פראבירן אלס אנצושטעלן א פנים פאר די וועלט אז זייערע בירגער זענען העכסט צופרידן, סוקסעספול, און שטארק.
פונדעסטוועגן, האט דער פאטאגרעפירער באוויזן צו כאפן א בילד פון א צפון קארעא ארבעטער, וואס ווייזט קלארע צייכענעס פון הינגער, ווי אויך פון פעלנדע אייראן (Iron) וועלכע קומט פון ווייניג עסן. (מערקט דעם "פין" וואס ער טראגט שטאלצערהייט אויף זיך, מיט א בילד פון זיין באליבטן פירער...)



#4 פלאמינג?וואס פלאמינג!

א זעלטענע בילד פון א צפון קארעא היים, ספעציפיש פון דעם באדרא"ם בלע"ז, גענומען אין א ליידיגע מינוט ווען דער טור גייד האט זיך פארשמועסט פאר א סעקונדע.
אין דעם בילד זעהט איר די פלאמינג פון דעם הויז, - אדער ענדערש וואס דאס הויז פארמאגט נישט...

מען זעהט קלאר דעם האנט פאמפ וואס ווערט געניצט ארויסצופאמפן וואסער פון אונטער דער ערד, און זיי פאלן אריין אין א וואנע. די וואסער איז אבער נישט געמאכט זיך צו באדן, נאר צו טרינקען, און דער וואנע ווערט געניצט אלס א וואסער סטארידזש טאנק! (באדן באדט מען זיך אין טייך, ווי געזעהן פריער...)



#5 די געפערליכער ארימקייט
א בילד גענומען געווארן פון א דערפל אין לאנד, ווי מען זעהט דער געפערליכער צושטאנד וואס טוט זיך דארט אפ, ווי מענטשן לעבן אין א שרעקליכער ארימקייט.



#6 בלעקאוט

פונקט ווי אין די איבריגע חלקים פון לאנד, זענען בלעקאוטס אין דעם הויפטשטאט פיאנגענג בכלל נישט קיין זעלטנהייט...

אין דעם בילד זעהט מען ווי עס איז שטאק פינסטער, עס איז נישטא קיין ליכטיגקייט אין קיינע פון די בנינים. די איינציגע זאך וואס שיינט ארויס, איז א באלויכטן בילד פון "דעם פירער". ווען איר וועט פרעגן א נארט קארעא'ר בירגער פשט אין דעם בילד, וועט ער אייך זאגן אז דאס צייגט אויף דעם געטליכקייט פון דעם פירער, (עפ"ל) אבער לכאורה איז דאס פשוט א בירגער וואס האט באוויזן צו לייגן א האנט אויף אן עלעקטריק דזשענעראטאר, און ווייזט ארויס זיין גרויס געטריישאפט צום פירער...



#7 פאבליק טרענספארטאציע גהינום

אזוי ווי אלעס אין צפון קארעא, איז פון דעם חפצא וואס רופט זיך "פאבליק טראנספארטעציע" אויך פארהאן א גרויסער מאנגל.

טראנספארטאציע איז נאר עוועיליבל אין דעם הויפט שטאט, און נאר גאר באגרעניצט. דאס איז די סיבה פארוואס איר וועט כסדר טרעפן אזאלכע סצענעס, מענטשן דארפן צימאל ווארטן "שעות" בלויז צו כאפן א באס פון און צו די ארבעט. און איר האט געמיינט אז די טרעפיק אין ניו יארק איז שלעכט?!...



#8 היימישע באשעפטיגונג

ווי געשריבן איז "פאבליק פראנספארטאציע" עפעס וואס עקזעסטירט כמעט נישט אין צפון קארעא, צילוב דעם איז דער היימישער מיטל פון "היטשעס" גאנץ אן אפטער ערשיינונג אין לאנד, אויב ווילט איר ארומפארן אין לאנד אונטער דעם ראדאר.

די פאר מענטשען וועלכע פארמאגן קארס, אדער טראקס פון קאמפעני'ס ווי אין דעם בילד, וועלן אפטמאל אויפנעמען היטשערס צו מאכן אפאר דאללער אין די זייט, אונטערן טיש. ווייל ווי פארשטענדליך איז "פארדינען געלט" אומלעגאל אין צפון קארעא, אווי אין יעדע נארמאלע קאמעניסטיע, מוז מען דאס מאכן אונטערן טיש...



#9 באזוכער זענען פרעמד

ביז נישט צו לאנג צוריק (ביז ארום יארע 2012) איז געווען גאר זעלטן אז טוריסטן זאלן קענען באזוכן צפון קארעא.
אין פאקט, די איינציגע וועג אריין אין דעם הערמאטיש פארשלאסן לאנד איז געווען, צו רייזן קיין כינע, און דארטן איינשטיין אין אן האטעל אנגעפירט דורך דעם קארעא'ר רעזשים, איינגעבן אייער פאספארט, בייגעלייגט מיט א שיינע סומע פארשטייט זיך, און ווארטן צו ווערן באשטעטיגט.

די פראצעדור איז שוין היינט אסאך גרינגער, אבער דער בילד איז גענומען געווארן נאך בעפאר די צייטן וואס באזוכער זענען געווארן א נארמאלע ערשיינונג, און מערקט די איבערריישונג ואס די מענטשן צייגן ארויס זעענדיג א פרעמדן באזוכער.



#10 ריאגיאנג האטעל

איר האט שוין מן הסתם געליינט איבער דעם ריזיגן בילדונג וואס שטייט אינמיטן הויפטשטאט פיאנגענג, וואס דארף צו דינען אלס האטעל.

שטייענדיג ביי א הייעך פון 105 שטאקן, איז דאס בלי ספק א גאר שטארקע דערגרייכונג און פראכט פאר די צפון קארעא'ר אינדזשענירונג. קאנסטוקציע אויף דעם בנין האט זיך אנגעהויבן אין 1987, און געקומען צו אן אפשטעל אום 1992 צילוב א מאנגל אין געלט, זינט די סאוויעטישע פארבאנד איז צאמגעפאלן דענסמאל, דער בנין איז געשטאנען אזוי אומגעפארטיגט ביז ארום 2011 ווען זיי האבן פארענדיגט דעם דרויסענדיגן סטראקטור, אבער ביזן היינטיגן טאג איז די אינעווייניגסטע חלקים נאכנישט פארענדיגט, און דער בנין שטייט נאך אלס ליידיג.



#11 די פירער

אין יעדע היים אין צפון קארעא געפינען זיך בילדער פון די דריי פירער אין לאנד: קים איל סאנג, קים יאנג אלל, און קים יאנג אן. די בילדער מוזן ווערן פראמינענט אויפגעהאנגען, און די בירגער וועלן צומאל פרעפלען צו די געטשקעלעך.

עס איז גראדע פארהאן א לעגענדע איבער א מיידל וואס איז געשטארבן בשעתן פראבירן צו ראטעווען א בילד פון דעם פירער פון א פארפלייצטע הויז, און ווערט באטראכט אין לאנד ווי א הירא.



#12 גרייט פאר מלחמה

די ריזיגע בלאקן וואס ווערן געזעהן אויף די זייטן פון דעם שאסיי, זענען נישט געשטעלט פאר שיינקייט... זיי זענען אויסגעשטעלט אויף א וועג צו בלאקירן טאנקען אדער סיי וועלכע אינוואזיע דורך א פיינטליך לאנד, דורכן אויפבלאזן די ריזיגע שטיינער, וועלכע וועלן אריינפאלן און בלאקירן דעם שאסיי.



#13 פרייע צייט

צו איר גלייבט צו נישט, זענען די צפון קארעא'ר בירגער פונקט אזאלכע מענטשען ווי איך און די... און יא, זיי גלייכן אויך צו שפילן און פארברענגען אין פרייע צייט (פארשטייט זיך נאר וועמען מען לאזט...)

איינע פון די מערסט באליבטע אקטיוויטעטן פון די רייכע קארעא'ר קינדער איז "ראלערבלעידס". כאטש וואס זיי זענען אפשר 20 יאר שפעט זינט דעם ערפינדונג פון דעם שפיל, איז דאס נאכאלץ עפעס וואס זיי גלייכן, און איז א פיצעלע סימן אז דאס לאנד כאפט זיך צוביסלעך מיט מיט די איבעריגע טייל פון די וועלט.



#14 קיין קינדער קיין עסן

דא האט איר נאך א בילד ווי קינדער ארבעטן מיט פעלד ארבעט אין לאנד.

עס ווייזט אויס אז ווען נישט דעם וואס די רעגירונג זאל ארויסנעמען די קינדער פון שולע און זיי אריינשטעלן ארבעטן, וואלט געווען נאך ווייניגער עסן פון די ווייניג וואס זיי פארמאגן היינט.

די קינדערליך, מייסטנס פון די ארימע שיכטן אין לאנד (%80) ווייסן מן הסתם נישט אז אין יארע תש18 זענען "קינדער ארבייטער" עפעס א זאך פון די פארגאנגענהייט, אבער נישט אין צפון קארעא...



#15 אומלעגאלע האנדל

די פרוי האט אויפגעשטעלט אן אומלעגאלן "ביזנעס" אין א קליין דערפל, פארקויפענדיג אפאר שמאנצקעס, כדי צו אפירקראצן אפאר גרייצער, אזוי ארום צו קענען פארגרינגערן די ביטערע לאגע אין שטוב.

וועט איר פרעגן ווי זענען די אויטאריטעטן???

איז דער ענטפער פשוט:

זי פארקויפט העכסט ווארשיינדליך געשמוגעלטע סחורה פון כינע פאר די חברה, א שטייגער ווי ציגארעטן און ציקערלעך, נו, ווילאנג זי גיט דאס פאר א גוטן פרייז, מאכט מען א שווייג דערפון...



©כל הזוכיות שמורות לניק פריילעך אידל @ אייוועלט.
געדענקט, עס זענען אריין פילע שעות הארעוואניע אהערצושטעלן דעם ארטיקל, דעריבער איז פארבאטן צו איבערדריקן די מאטריאל אין סיי וועלכע פארמאט אן רשות.


נ.ב. אויב האט איר הנאה געהאט, און איר ווילט זעהן נאך, ביטע גיבט אפ אייער דאנק, דא אדער בעסער אין אישי. יא, אפילו די גרעסטע שרייבער ברויכן פידבעק, כ"ש די קליינע...!

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 5:43 pm
דורך יאסעלע
WOW

יישר כח גדול ונורא!

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 5:46 pm
דורך שמן
יישר כח פרייליך. ס'איז מורא'דיג אינטרעסאנט ;l;p- ;l;p-

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 5:55 pm
דורך גארגארפיק
שמן האט געשריבן:יישר כח פרייליך. ס'איז מורא'דיג אינטרעסאנט ;l;p- ;l;p-


WOWשכח אינטערעסאנט און אינהאלסרייך

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 6:27 pm
דורך הצדיק
יאסעלע האט געשריבן:WOW

יישר כח גדול ונורא!

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 6:33 pm
דורך לייברערין
א גרויסן יישר כח פרייליך

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 6:35 pm
דורך פעיק ניוז
א גרויסן יישר כח פרייליך, מוראדיג!

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 7:53 pm
דורך כא כא כא
זייער שיין אבער דאס נייע בילד ביי דיין נאמען שטימט נישט אינגאנצן דערמיט ווייל דאכטצעך אז ער איז שוין ארויס מעבדות לחירות...