דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

פלטיאל האט געשריבן:מייסטערהאפטיגע שפראך מיט גלענצנדע רעיונות
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

PDF פון אונזערע אמונה שמועסן.
(בלתי מוגה)
אטעטשמענטס
מונאוויטש - אמונה שמועסן.pdf
(195.06 KiB) געווארן דאונלאודעד 301 מאל
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום דאנערשטאג יאנואר 14, 2016 8:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נער הייתי
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 5:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נער הייתי »

אמונהוויטש we want more
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מיין ווייב דערציילט מיר וואס זי האט נעכטען געהערט, אז איינער וואס טוהט אין קירוב האט געהאלטען א דרשה פאר פרייע אידען. נאכען דרשה שטעלט זיך אויף א פראפעסאר און זאגט אז מען האט אים גארנישט קאנווינסד און ער בלייבט א אפיקורס.

דער רעדנער פרעגט אים וויאזוי ער הייסט, ענטפערט ער "Moses", פרעגט אים דער רעדנער און וויאזוי הייסט דיין מאמע? דא שטעלט ער זיך אויף און פרעגט "פארוואס פרעסטו מיין מאמע'ס נאמען? זאגא אים דער רעדנער ווייל איך וויל מתפלל זיין צום באשעפער וואס איך גלייב אין אז די זאלסט שטארבען.

דער פראפעסאר פארלירט זיך און רעגט זיך און שרייט... זאגט אים דער רעדנער זעהסט "די גלייבסט יא"! ווייל אויב די גלייבסט נישט, איז וואס באדערט דיר אז איך בעט דער וואנט אז די זאלסט שטארבען.

נישט, ער גלייבט נישט; נאר ער האט "מורא" צו גלייבען; ווויל דענמאלט איז עס אים עפעס מחייב און פארדעם ציטערט ער און נארט זיך און דיך.

#ער האט נישט קשיות, נאר זיכט תירוצים
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

זייער גוט, SPUSMN! אלעס איז פיין און וואויל ביז מען טרעט אויף זיין הינער אויג. דעמאלס באקומט ער א שטיקל ריאליטי שאק און הייבט אן כאפן אז ער אליין איז אן אנדער קאווער מאמין!
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

מונאוויטש האט געשריבן:זייער גוט, SPUSMN! אלעס איז פיין און וואויל ביז מען טרעט אויף זיין הינער אויג. דעמאלס באקומט ער א שטיקל ריאליטי שאק און הייבט אן כאפן אז ער אליין איז אן אנדער קאווער מאמין!

מ'זאגט אויפן צמח צדק.

א חסיד איז געקומען צו אים אז ער האט פראבלעמען מיט די אמונה, און ס'ווירבלט אים אין קאפ מחשבת כפירה,

דער צמח צדק פרעגט גלייכגילטיג, וואס איז דער פראבלעם ?

דער איד ציטערט אויף, וואס הייסט? כפירה ? דאס איז דאך ס'ארגסטע ?

צושמייכעלט זיך דער צמח צדק, נישט געזארגט, איר זענט נישט קיין כופר....
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

סמארט גאי; זייער א שיינע צושטעל.

און צו הרב מונאוויטש, א הארצליכען דאנק פאר אונז געבען א פלאטפארמע ווי צו ליינען און שרייבען חיזוק אין אמונה פאר זיך און פאר אנדערע. נאך א הערליכע פליגעל פון אייוועלט צוגעשטעלט מיטען אידישען חן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

זייער שיין.
שכח
אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורייתא »

Wow wow
א גרויסען יישר כח
אזאנע ווערק אהה געב נאך
אורייתא וישראל חד הוא
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

יעצט אנטדעקט. WOW!

די קעפל, די נאמען פונעם אשכול דארף זיין מער ציענד פאר פשוט'ן המון עם
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

געליינט אפאר יאר צוריק און גאר אסאך גענוצט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אזא חשובע אשכול

ס'קומט אים דער אויבן אן...
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

dim האט געשריבן:
עם הנבחר האט געשריבן:אולי לא באתי לאייוועלט אלא בשביל ארטיקיל זה דיינו
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

טאקע הערליך! מורא'דיג הנאה געהאט צו ליינען אונזערע פונדאמענטאלע יסודות אזוי הערליך אראפגעלייגט.

יישר כח פארן ארויפברענגן, קיינמאל געוויסט וואס אונזער 'מונאוויטש' האט אלץ דא אראפגעלייגט.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

אז מען ברענגט שוין ארויף דער נושא, איז די עיקר חידוש איז נאך אז איך דארף נאך אויפווייזן אז איינער האט באשאפן די וועלט...
דער כופר וואס 'גלייבט' אז די וועלט איז באשאפן פון זיך דאס איז די פשוטע זאך, און איך וואס גלייב און 'פארשטיי' די פשוט'סטע זאך אין די וועלט אז איינער האט באשאפן דער הערליכער בריאה איז איך דארף מיך נאך פארענטפערן פון וואו איך ווייס דאס און ברענגען ראיות דערויף...
עולם הפוך ראיתי.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

נאר וואס יא, קען מען צולייגן א נקודה וואס מען האט נאכנישט ארויסגעברענגט דא, אז די עיקר סיבה פארוואס מען גלייבט נישט איז נישט נאר וועגן תאוות און הפקירות, עס ליגט דא נאך טיפער'ס.
איינע פון די עיקר סיבות איז צוליב דעם וואס דער אייבערשטער באהאלט זיך טאקע אין די טבע און מאכט זיך כאילו עולם כמנהגו נוהג און יעדער קען טון וואס ער וויל, דאס איז די עיקר זאך וואס מאכט טראכטן די מענטש אז קיינער האט נישט באשאפן די וועלט ח''ו.
און דער טעאריע אז עס איז באשאפן פון זיך ח''ו, איז צו פארענטפערן די גרעסטע קשיא אין די וועלט וואס אפילו די מלאכים פרעגן 'איה מקום כבודו', 'איה חסדיך הראשונים', דער אייבערשטער באהאלט זיך גאר גוט, עס איז דא אויף די וועלט אזויפיל אכזריות און הפקירות, אזויפיל שלעכט'ס און הסתרה פון טוב ה', אז דאס אלעס מאכט די מענטש טראכטן ח''ו אז אלעס איז טבע און אויב אזוי זוכט מען א תירוץ דערויף וואס די בעסטע איז אז טאקע ח''ו וכו' און דאן איז אלעס קלאר און פארשטענדליך.

און איך האב געליינט טאקע יעצט ווען איך שרייב וועגן די קלינישע טויט א מעשה פון א כופר וואס האט געהאט אזא מעשה מיט זיך אליין, ווען ער האט געהאט א שרעקליכע עקסידענט מיט געפערליכע יסורים ער און זיין גאנצע משפחה, איז ווען ער איז צוריקגעקומען און דערציילט זיין מיטלעבעניש ווי ער האט קלאר געזען א התגלות אלוקות, האט ער אבער נאך אלץ געלייקענט אינעם אייבערשטן זאגענדיג אז עס קען נישט זיין אז עס איז דא א באשעפער ווייל דער אייבערשטער וואלט נישט געקענט מאכן אזא שלעכטס פאר אים און זיין משפחה...

און בעצם אפילו אונז אידן האבן די אלע קשיות וואס מאכט אונז צומאל פארגעסן פון דעם אייבערשטנ'ס רחמנות זעהענדיג אזויפיל שלעכטס און יסורים און הערנדיג אזויפיל בשורות רעות, און נעמט אונז אוועק פון פשוט תפלה און זיין אנגעוואנדן אינעם אייבערשטנס חסדים, און אפילו משה רבינו האט געפרעגט די קשיא צדיק ורע לו רשע וטוב לו, איז מיר האבן די אמונה און אונז ווייסן אז אלעס איז פונעם אייבערשטן און שוין, און מיר גלייבן אז אלעס איז לטובה און מיר נעמען אן באהבה כל אחד כפי מדריגתו.
אבער דער גוי זעט אז אלעס איז א שטיק טבע, יעדער גייט זיך זיין וועג און טוט זיך וואס ער וויל און לית דין ולית דיין ח''ו, ווער עס ארבעט מאכט געל און ווער נישט נישט, די מאמין און די אינו מאמין האט די זעלבע הנהגה בחיצניות, די אלע הסתרות פונעם אייבערשטן ברענגט אים מסקנות אז אלא מאי וכו'. און עס איז שוין געווען אמאל אזא מעשה מיט אחר וואס איז געווען א תנא אבער צוזעהענדיג מעשיות וואס פרעגן קשיות אויף דעם אייבערשטנ'ס רחמנות איז ער נתפקר געווארן רח''ל.

דעריבער דארפן מיר אויך זיך שטארקן אין אונזער אמונה, און מיט דעם וועט שוין די גאנצע וועלט האבן א תיקון ווייל אלעס איז תלוי אין אונז, 'חסד ורחמים מלא כבודו'!
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

און פארשטייט זיך, יישר כח הרב מונאוויטש (איר זענט נאך דאהי?), הערליך שיינע ארטיקלען, געוואלדיג!
לעצט פארראכטן דורך טוב ה' לכל אום דאנערשטאג אפריל 23, 2020 1:07 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

אגב איז די גאנצע טעאריע שוין גאר שטארק אפגעפרעגט אויך לויט זייערע נארישע סייענס דורך די אויג פונעם מענטש.
לויט זייער טעאריע איז די עיקר נקודה אז יעדע טייל פונעם מענטש און די גאנצע בריאה האט געקענט פאסירן יעדע טייל באזינדער און אזוי געגאנגען פון שטאפל צו שטאפל, אבער די אויג פונעם מענטש וואס איז פון די מערסט קאמפלעצירטע זאכן אין די בריאה, דאס האט געמוזט פאסירן די גאנצע זאך אויף איינמאל אנדערש איז נישט מעגליך איינס אן די צווייטע, און דאס קען דאך נישט זיין לויט זיי, אויב אזוי איז... דארף מען עס פארענטפערן...

און לאמיר אריינטראכטן א מינוט, עס איז יעצט באשאפן געווארן די ערשטע קאטשטקע אין די וועלט, ער געט ארויס א איי, פון וואו ווייסט די קאטשקע וואס דער איי איז, אפשר איז עס א עסן, אפשר א שטיין, וואס איז דאס? פון וואו ווייסט ער אז דא גייט יעצט ארויסקומען א נייע קינד, און אויב יא, פון וואו ווייסט ער אז מען דארף עס אנווארעמען?!!! עפעס שטימט דא נישט, ניין?


נאך אינטערעסאנטער איז, אז דער אויפטרעפער פון דער טעאריע איז דארווין, דארווין איז געווען א מאמין!!! יא, צו איר גלייבט צו נישט אבער דאס איז די פאקט.
ער האט קיינמאל נישט געזאגט אז די אנהייב איז נישט געווען דורכן אייבערשטן, ער האט נאר געזאגט אז עס קוקט אויס אז דער אייבערשטער האט אזוי באשאפן זיין בריאה וויבאלד כל מיני זאכן ווייזן אזוי, אבער נישט אזא טיפשות אז עס איז פון זיך געווארן אזוי.

און יעצט לאמיר גיין נאך א שטאפל ווייטער, לויט דער נארישע טיפשות'דיגע טעאריע דארף מען דאך צו טרעפן טויזנטער סימנים פון אזעלכע צווישן בעלי חיים, ווייל אויב א דיינעסור איז געווארן א אליגעטאר דאן דארף זיין אינצווישן מיליאנען יארן פון א צווישן חיה ביז עס איז אנגעקומען צום ענדגילטיגן צורה פון א עליגעטאר, און למעשה האט מען קיינמאל נישט געטראפן קיין סימנים פון אזא זאך אפילו בטעות אין די צייט וואס עס וואלט געדארפט צו זיין טויזנטער, לויט דעם איז אלעס אפגעפרעגט.
און דער דארווין טאקע, זאגנדיג זיין טעאריע האט ער קלאר געזאגט אז דאס אלעס איז נאר אויב מען וועט טרעפן טאקע סימנים פון פארשטיינערטע אדער געביין פון א מיטל חיה, און אויב נישט איז נישט דא קיין שום האפט צו זאגן אזא זאך, און וכך הוה, אבער עולם גולם קויפט עס ווייטער אפ מיט א אמונה שלימה, און איך דארף מיך נאך פארענטפערן אז איך גלייב אינעם אייבערשטן...

אגב, נישט צופיל גערעדט, ווער עס טראכט אריין איין מינוט אין די פלא'דיגע צאמשטעל וויאזוי עס איז קומט ארויס א קינד, קען אפילו נישט חלומ'ן אז אזא צאמשטעל זאל פאסירן פון זיך, ווער עס זאגט אז יא דארף אריינגיין אין א אינסטיטוט.

ווי האט יענער סייענטיסט געזאגט, אלעס איז זייער שיינע טעאריעס און געדאנקען צו רעדן אין קרעטשמע צווישן איין כוס און צווייטן, אבער סייענטיפיש איז עס זיכער נישט אויסגעהאלטן...
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

איינער איז אינטערסירט צו ווייטער הערן, אדער קיינער טראכט אפילו נישט דערפון, עס איז שוין ארויס פון סטייל ב''ה...?
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

יש"כ 'מחשב' פארן אפשטויבן דעם דאזיגן שטיבל -- מיין ערשטע לאנדונג אויף דעם בלויען וועלטל; און 'טוב ה' לכל' פארן מגיב זיין מיט זאכליכע רעיונות. עס איז נאך דא אסאך וואס צו שרייבן איבער די דאזיגע נושא. ועוד חזון למועד, אי"ה.

די 'סטאונהענדש' מאמר איז געווען די ערשטע ארטיקל וואס איך האב בכלל געשריבן, דאן אויף מיין אלטן בּלעקבּערי בּאָלד. מיט די צייט זענען צוגעקומען נאך אפאר געדאנקען וועלכע האבן געמאכט זייער עמיגראציע פון מחשבה צום קיבארד.

אבער ווי זאגט דער לאַטינאָו וועלט: "איי גאַט נאָו טיייי". אהערשטעלן א לייטישע מחשבה ארטיקל נעמט צייט, און נאך שטיק צייט האט מען זיך טאקע געטראפן זיצן מער אין די ליינער און קאמענטירער אפטיילונג און ווינציגער אין די שרייבער קאלום.

אפשר איז טאקע כדאי זיך צו נעמען אביסל אין די האנט אריין. וואס זאגט דער פעדער?
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

דער פעדער איז א וואוילער, ער לאזט זיך פירן ווי אזוי מ'וויל... אפשר אז דו וועסט אים זאגן וויפיל מענטשן וועלן הנאה האבן וועט ער עס טוען מיט מער חשק...

איך האב גראדע נישט געכאפט אז איך האב עס גאר ארויפגעברענגט.. איך האב געמאכט א סערטש און די אשכול איז ארויפגעקומען, כ'האב עס אוועקגעלייגט צו ליינען פאר אפאר טעג שפעטער, ווען איך בין צוריקגעקומען האב איך געמיינט אז שיעלע האט עס יעצט ארויפגעברענגט. גם ברוך יהיה.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

מחשב האט געשריבן:דער פעדער איז א וואוילער, ער לאזט זיך פירן ווי אזוי מ'וויל... אפשר אז דו וועסט אים זאגן וויפיל מענטשן וועלן הנאה האבן וועט ער עס טוען מיט מער חשק...

איך האב גראדע נישט געכאפט אז איך האב עס גאר ארויפגעברענגט.. איך האב געמאכט א סערטש און די אשכול איז ארויפגעקומען, כ'האב עס אוועקגעלייגט צו ליינען פאר אפאר טעג שפעטער, ווען איך בין צוריקגעקומען האב איך געמיינט אז שיעלע האט עס יעצט ארויפגעברענגט. גם ברוך יהיה.

אמן...

אבער מיר ווארטן אויף מונאוויטש מיט א בענקשאפט
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

באמת קען מען ברענגען טויזנטער ראיות פון די נפלאות הבורא וואס אפילו א פשוטע גוי קען פארשטיין, אבער איין וואונדערליכע זאך וואס איך האט געטראכט איז אזוי:

עס איז באקאנט אז רוב פרעש זענען נישט גיפטיג אבער עס זענען פארהאן אזעלכע פרעש וואס זענען יא גיפטיג, און נישט סתם נאר גאר שטארק גענוג צו הארגענען צענדליגע מענטשן.
יעצט, אין איין רגע קען מען געבן א סירטש און זען א וואונדערליכע חילוק צווישן די צוויי, די פשוטע פראש איז אלץ גרין אדער ברוין , משא''כ די גיפטיגע איז קאלירפול אויף א עקסטרעמען פארנעם, שטארקע בלויע און רויטע קאלירן.

פארוואס? זייער פשוט, די פראש איז גאר א באליבטע גרינגע און אנגענעמע עסן פאר פייגלעך און שלענג און גאר אסאך קלענערע חיות וואס לעבן אויף זיי, דעריבער אויב וואלט ער נישט געווען די זעלבע קאליר ווי די בלעטלעך און גראז און געקענט זיין באהאלטן און קאמופלאזשירט וואלט נישט געבליבן פון זיי קיין שריד ופליט איבערן נאכט, דעריבער מוזן זיי זיין ענליך צום ארום צו קענען לעבן אפאר מינוט אויף דער וועלט און אויפטון דא זייער תפקיד ----
משא''כ די גיפטיגע האט נישט פון וואס מורא צו האבן, קיינער עסט אים ממילא נישט, דארפן נישט צוקומען צו דעם! און פארקערט, דוקא דורך זייערע שטארקע שרייעדיגע קאלירן ווייסט מען זיך צו היטן פון זיי, און נאך מער, אויב וואלטן זיי געווען די זעלבע ווי די אנדערע פרעש וואלט מען נישט געוואוסט קיין חילוק און די בעלי חיים וואס לעבן אויף זיי וואלטן נישט געוואוסט וואס צו עסן און וואס נישט.

יעצט לאמיך אייך פרעגן, די 'פון זיך אליינס' האט דאס אויסגעטראכט?!.... די פון זיך אליינס האט געכאפט אז דער פראש דארף זיך קענען קאמופלאזשירן און דער דארף דאס נישט נאר פארקערט ער דארף זיין שרייעדיג אז מען זאל וויסן פון וועם זיך צו היטן?! הגע בעצמך!
מה רבו מעשיך ה' כולם בחכמה עשית!!!!!!!!!!!!

און מען קען עס באמת פרעגן אויף די עצם קאמופלאזשיר מושג, דאס איז דאך ממש נפלאות הבורא, שטעלטס ענק פאר אז א הערש איז בלוי, ער וואלט דאך ארויסגעשטארט ווי ער גייט און ווי ער שטייט און געווארן פארציקט נאך פארן קענען געבן א אטעם, און אזוי ווייטער אויב די חיות הטורפים וואלטן געווען רויט וואלט מען זיי דאך געזען פון מיילן ווייט און וואלטן קיינמאל נישט געקענט כאפן קיין בעל חיים שטילערהייט אן ווערן באמערקט, דאס אלעס האט די נאטור געטראכט און אויסגעפירט?.... שטותים רעד צו זיך אינדערהיים, נישט ברבים אויפן בימה....
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

גאר גוט!! הרב טוב מיט זיין שיינע ריעונות און געשמאקן פעדער כדרכו... כה לחי
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יישר כח ר' יהושעלע הערום בדעת כאדם ומשים עצמו כבהמה.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”