דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

די שיעור צימערן אין די יוניווערסיטעטן שטורעמען מיט עקסייטמענט. דראדזש שרייט מיט טשערי לייטס. סי ען ען און פאקס זענען באזינגען מיט אסטראמענער און קאסמאלאגיסטן. סי ספען און ען פי אר ראונד טעבל'ען ‏מיט טעאלאגיסטן, סייענטיסטן און אנדערע שמות נרדפים'יסטן. די ניוז פאפירן און מאגאזינען זענען פיל מיט אפיניאנס, עדיטאריאלס און אנאליזן.

זייט נאסא האט געבראכן די נייעס, זיצט MarsStonehenge# אויפן שפיץ פון טוויטער.‏‎ אינסטעגראם און די רעסט פון די סאשעל מידיע געוועבעכץ שפריצן מיט קלארע פאנאראמא בילדער פון דעם הערליכן סטאונהענדזש וואס נאסא'ס פארגעשריטענע מארס עקספלארער האט דיסקאווערט‏ אויפן מזל מאדים. די חברה זאגן אז עס איז פיל שענער און מעכטיגער ווי די דריי-פיר טויזענט יאריגע סטאונהענדזש אין ענגלאנד.

"מיר האבן פיינעלי קאנפירמד דאס וואס מיר האבן אלץ פרעדיקטעד", זאגט פראפעסער מארק פינקלבראך, טשיף סייענטיסט אין די סטיוו ענד סוזי ניקאלסאן פלאנעטערי סייענס ריסערטש סענטער אין יונעווערסעטי אוו ווירדזשיניע. "די שיינע מסודר'דיגע סטאונהענדזש אויף מארס איז א קליפ קלארער באווייז אז לעבעדיגע באשעפענישן האבן עט סאם פוינט אין טיים געוואונט אויפן רויטן פלאנעט".

*

יענקל קלאפט זיך אן אין די פאלגאנדן מעלדונג פון די בראנקס האלל אוו סייענס:
מיר פארריפען אן עווענט ווי עס וועלן דיסקאטירט ווערן די ריסענט סטאונהענדזש דיסקאווערי אויף פלאנעט מארס. עס וועט אויפטרעטן פראפעסאר ראבערט העררינגטאן, פי עידזש די, דירעקטאר אוו די מארק סויבערנאק אסטראנאמי סענטער אין יונעווערסיטי אוו יוסטאן, און מעמבער אן די נאסא בארד אן פלאניטערי דיסקאווערי.
טאג: ג' לך לך
לאקאציע: דר. ברייען פיטסדזשעראלד אדיטאריאום עט בראנקס קאלעדש
צייט: 9:00 פארטאגס
פראגעס און ענפערס סעשאן עפטער די דיסקאשן
פרייע עווענט. פליז RSVP
ריפרעשמענטס וויל בי סערווד

יענקל טראכט נישט קיין מינוט, ער הייבט אויף דעם טרייבל און דיילט דעם RSVP נומער, און דינסטאג א שעה נאך תרח'ס מנין טרעפט ער זיך אויפן סאבוועי טרעין צו די בארא הצפוני.

*

נאך א לענגערע אפהאנדלונג איבער די וואונדערליכע שטיינערנע אויסשטעלונג וואס די רויטע מארזשיענס האבן געבויט צווישן 1.9 און 2.3 ביליאן יאר צוריק (...), האט מען געגעבן א געלעגענהייט פאר די פארזאמעלטע צו שטעלן פראגן.

וואס איז די קעמיקאלע פארמאציע פון די שטיינער?
עס האט א פונדאמענט, אדער עס זיצט אויף די בלויזער ערד?
‏וואס איז בערך די וואג פון די שווערע שטיינער, און ווי אזוי האט מען זיי אהין געשלעפט?

יענקל: ווער זאגט אז מענטשן האבן עס געבויט, אפשר איז דאס א נאטורליכע מדבר'ישע ערשיינונג?

פראפעסאר: אמת, מען קען טרעפן הערליכע שטיינערנע פארמען אין די מדבריות. אבער דער דיזיין און געבוי פון די מארס שטיינער איז מורא'דיג פארגעשריטן, און עס איז נישט דא קיין אנדערע מעגליכקייט נאר אז מענטשן האבן דאס געבויט. ‏די שטיינער זענען אזוי אוועקגעשטעלט אז 2 שעה נאכן נץ החמה שיינט די זון צווישן די שטיינער. א יעדן טאג פונעם (מארס) יאר שיינט עס אויף אן אנדערן פונקט, און די ערשטן טאג פונעם יאר קומט עס צוריק אויפן זעלבן ארט ווי עס האט געשיינט פאראיאר. עס איז צו קינצלעך אז אזא אויסגערעכענטע סטאונהענדזש געביידע זאל האבן געשען פון ווינטן, ערדציטערנישן, אדער אנדערע נאטורליכן ערשיינונגען.

יענקל: און וואס טוט זיך מיט אונז מענטשן, ווער האט אונז געבויט?

פראפעסאר: איך פארשטיי נישט וואס די פרעגסט. מיר זענען דעוועלאפד געווארן ‏דורך די "נאטורליכע עוועלושענערי סיסטעם". וואס האט דאס מיט די שטיינער אויף מארס?

יענקל: און זענען מיר מענטשן נישט ביליאנען מאל מער קאמפלאצירט ווי די פאר ראסטיגע שטיינער אויף מארס? ווער האט 'אונז' דעזיינד און געמאכט, אפשר אויך די זעלבע מארס מענטשעלעך?

פראפעסאר: גענוג מיט דיינע נארישע (ליין: לאגישע) פראגן. ס'איז א שאד צי ענפערן איינעם וואס גלייבט סיי ווי נישט אין סייענס...

יענקל: מר. העררינגטאן, אבער...

פראפעסאר: איים סארי דזשעקאב, באט מיר מישן נישט סייענס מיט רעליגיע. אז די ווילסט פרעגן קשיות, גיי פרעג דיין ראביי.‏

* * *

ניין, די פיקטיווע מארס מעשה'לע האט קיינמאל נישט פאסירט; מיר ערווארטן נישט צו טרעפן מענטשליכע פינגער אפדריקן אויף די פלאנעטן. אבער כולה עלמא מודה אז אויב זאל מען טרעפן עפעס וואס שפיגעלט אפ שכל'דיגע פלאנירונג, קען נישט אנדערש זיין נאר אז 'מען האט דאס' דיזיינד און צוזאמגעשטעלט. יעדער בעל דעת פארשטייט אז דער אייפאון, פענסיל, פייער טראק, שאך געים, אתרוג קאמפאט, ראבאט, גריק יאגורט, באנגעלוי, ספעלינג טעסט, זילבער פאפיר, בעיס באל קעפ, ליקוואד טיילענאול, ביבער היט, יארצייט ליכט, און יא, דער ענגלישער סטאונהענדזש, זענען צושטאנד געקומען נאר נאך לאנגע דעטאלע פלאנירונגען, באגלייט מיט כח און מוח. קיינער וועט אייך נישט פראבירן צו קאנווינסן אז זיי זענען אריינעפלויגן אין אונזער וועלטל פון זיך אליין.‎

אבער עפעס ווען מען רעדט פון די מעכטיגע בריאה און איר מבהיל'דיגע נאטור, דא זאגן אונז די כעלמע פילעזאפן און סייענטיסטן אז ניין, זי איז באשאפן געווארן פון זיך אליין, פערצופאל! די גאנצע וואונדערליכע בריאה באשטייט פון א ריזיגע מחנה פון געלונגענע 'טעותים'... (יא אזוי זאגן זיי!). במשך פון מיליאנען יארן 'האט זיך' דעוועלאפט (פערצופאל, בטעות) וואסער, ענערגי, לייף, א הארץ, לונג, פענקריעס, לעבער און וואסער מעלאנע. און אלעס האט זיך אנגעפאנגען מיט איין מעכטיגע באמבע (ביג בענג), וואס איז, ביי די וועי, אויך געשען פערצופאל...

אונטערגעבעט מיט ראיה'ס געבויט אויף צריך עיון גדול'ס, תיקו'ס און תיובתא'ס, און באוואפענט מיט הויפענעס דעמאגאגיע און לצנות, פארשווייגט מען יעדן איינעם וואס פרעגט לאגישע קשיות, אלץ 'מתנגדים לסייענס'. אויב איינער גלייבט נישט באמונה שלימה אין זייער טעאריעס, שרייט מען "רעלידזשעס פענעטיקס", "פלעט ערטערס", "סייענס דינייערס", און "דארק עידזשעס", און ענד אוו דיסקאשן! יא, מ'מעג פרעגן קשיות, אבער נאר די גאר גרויסע 'פי עידזש די' חכמים וואס שרייבן אין די 'פרעסטיזשפולע' סייענס דזשורנאלן, און אויך נאר מיט די תנאי אז נאך אלע פראגעס בלייבט מען ביי די מתק‏נא אז אלעס איז 'נאטורליך'. איי די אייגענע שווערע קשיות און סתירות? "מען פארשטייט נאך נישט אלעס..." יא, בלינדע 'מאמינים' בכפירה! (זע ווייטער). און אויב א סייענטיסט דערוואגט זיך קאנקלודען אז עס קען נישט אנדערש זיין נאר אז 'ברוך שאמר והיה העולם', ווערט ער תיכף פארשריגן און אפגעשפעט מיט הויך הילכערס און סקאד מיסילס.‏

(רבי אביגדור מיללער ז"ל ברענגט אין זיין ביך THE UNIVERSE TESTIFIES דעם פאלגאנדן קוואויט פון א גרויסע סייענטיסט:‎
“It may even be said that in any case when there is a clear and decisive discordance between the physical evidence and the paleontological evidence, it is the former that is to be distrusted rather than the latter.”
פרייע איבערזעצונג: ווען די פיזישע קלארע באווייזן זענען סותר די שיטה פון עוועלושן, דארף מען וויסן אז עס איז די שיטה וואס איז גערעכט און נישט דאס ‏וואס מען זעהט מיט די אייגענע אויגן.
קאמענטארן זענען איבעריג.)

אבער אז מען נעמט די מי און מען טראכט נאר אביסל אריין אין די וואונדערליכע בריאה מיט עינים פתוחות, ווערט מען דאך ממש צעשפרינגען פון נפלאות ה"בורא"! נאר א פאר פונקטן:

- א לעבעדיגע נברא איז א פארגעשריטענע און קאמפלאצירטע פאזעל פון טריליאנען ‏סעלס, דזשינס, ענזיימס, מאלאקיולס, פראטיענס, וכו'. גאנצעטע לייברעריס קען מען אנפילען נאר מיט איין יליד אשה'ס די ען עי קאוד! און קיין איין נברא האט נישט די זעלבע קאוד.

- מיר מענטשן פארמאגן אין זיך די פארגעשריטענסטע בלוט פאמפס, לענזעס, היטערס, ווענטילעטערס, קאמפיוטער טשיפס, דייאלעסיס, מעמארי, באלאנס סענסארס, וכו' וכו'. און די גאנצע אפערעישן ארבעט צוזאמען, פונקטליכער ווי די טייערסטע שווייצער זייגער. קיינער זאגט זיי נישט וואס צו טוהן; אלעס איז פרי-פראגרעמד, פיקס פארטיג גלייך ווען פון מען קומט אראפ אויף דעם עולם.

- אויב איין פראגרעמינג ליין אין א סאפטווער איז קוראפטירט, וועט דער פראגראם קראכן (קרעשן). די זעלבע געשעהט מיט דער מענטש. אויב איין ארגאן פעלט - אדער באקומט אפילו א מייקראוי מכה - קען דער גאנצע מענטש גיין א גאנג, אין רגעים. איז ווי קאן מען זיין אזא כסיל און שרייען אז די ארגאנען האבן זיך מאניופעקטשערט במשך פון יארן פון זיך אליין?! די אומגעפערטיגטע באשעפענישן זענען נישט געשטארבן נאך איידער זיי זענען באשאפן געווארן?‏

- אן דער בין וואקסט נישט דער פרוכט, און אן דער פרוכט לעבט נישט דער בין. 'פערצופאל' זענען זיי ביידע באשאפן געווארן אויף איינמאל, פון זיך אליין! WOW, וואט עי קויאינסידענט!

(די נפלאות הבורא טעמע איז גרעסער ווי די אוקיינות, והרבה יותר ממה שכתבתי לפניכם יש כאן. זעה דעם הערליכן ספר "דער טויער צום לעבן" - חובת הלבבות שער הבחינה ע"פ אור אביגדור, מאת הגאון הצדיק רבי אביגדור מיללער זצ"ל)

‏די סיבה פארוואס אזויפיל חכמים און נבונים זיך טועה אין דעם ענין פון מציאת הבורא, טרעפן מיר אין א באקאנטן פסוק: "כי השוחד יעור עיני חכמים"; מען קען נישט זעהן דעם אמת ווייל מען איז 'משוחד' פאר א לעבן פון הפקרות און תאוות. זייער פשוט, אויב ס'איז (ח"ו) נישטא קיין בורא ווערט מען אטאמאטיש פטור פונעם גאנצן גילטי קאנשיענס. עס איז נישטא קיין באלעבאס - לית דין ולית דיין, און פטור אן עסק! (עיין מאמר הנפלא עקבתא דמשיחא, פרק י' מהרב הקדוש רבי אלחנן וואסערמאן הי"ד זצ"ל). די תורה זאגט אונז ולא תתירו אחרי לבבכם (מינות) ואחרי עיניכם (זנות) אין איין פסוק, ווייל די צוויי זענען געקניפט און געבינדן. (גיבט נאר א בליק אויף די היימישע אפיקורסים/עטאעיסטן נעבעך. דוק ותשכח!)

*

אברהם אבינו איז אויפגעוואקסן אין א שטוב וואו דאליס און ג-ט זענען געווען די זעלבע זאך. מסורת אבות אויף אמונה בה', מאן דכר שמיה. חז"ל פארציילען אונז אז איינער אליין איז ער נאכגעלאפן דעם אמת ביז ער האט דעגרייכט די מעכטיגע מסקנא אז אויב עס דא א 'בירה דולקות' איז א סימן אז עס איז דא א 'מנהיג לבירה'; זילטש געשעהט פון זיך אליין. מיר ב"ה דארפן נישט ארומלויפן זוכן דעם בעל הבירה, אונזערע זיידעס און רביס האבן דאס שוין געטוהן פאר אונז. אברהם אבינו און משה רבינו האבן אונז איבערגעלאזט א קלארע, ליכטיגע מסורה וואס לויפט שוין קנאפע דריי און א האלב טויזענט יאר, פון יציאת מצרים און קבלת התורה ביז צי אונזער דור. (עיין הקדמת ספר החינוך, ועוד). מיר האבן די תורה הקדושה און די חז"ל, דער רמב"ם און דער רמב"ן, דער של"ה הק' און דער מהר"ל, די ספרי מוסר און די תלמידי בעל שם. אויב זוכט מען חיזוק אין אמונה, האבן מיר וואו זיך צו ווענדן - כי קרוב אליך הדבר מאוד! 'יגעת' אויב די זוכסט השי"ת מיט יגיעה, וועט זיי 'מצאת' און 'תאמין'!‏

פון די אמאליגע שיינע, גרויסע כלל ישראל איז צוליב די ביטערע גלות וואנדערונגען איבערגעבליבן בלויז א גאר-קליינע הייפעלע אידן מאמינים בהשי"ת, און דער בעל דבר שטייט נישט ליידיג. מיר האבן די זכי' אז מיר זענען פון די לויטערע גרופע וואס האלטן זיך מקושר צו דעם אלני דחיי. לאמיר זיך זיך נישט אוועקרייסען איו די לעצטע מאמענטן; מען האלט שוין נאך כרפס און מרור - מען זינגט שוין 'שלחן עורך'! מיר האפן אז מען האט שוין אנגעצייכענט אויפן תשע"ו לוח דעם יום ההוא ווען וידע כל פעול כי "אתה" פעלתו, ויבין כל יציר כי "אתה" יצרתו!

בילד
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

זייער זייער גוט, איך האב שטארק הנאה געהאט.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

Wow
אט דאס הייסט או התחלה מיט די רעכטע פוס,וועלקאם אהער און לאז די פינגער טייפען ווי מער...
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

שלום עליכם, מאך דיך באקוועם, פיל דיך היימיש.

א געוואלדיגע ארטיקל.

שרייב נאך.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

צווייפעל האט געשריבן:שלום עליכם, מאך דיך באקוועם, פיל דיך היימיש.

א געוואלדיגע ארטיקל.

שרייב נאך.


כ'גלייב נישט אז דער ארקטיקל איז פונע זיינע ערשטע...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

איז דאס גוט!

ישר כח.
#בשיטה נישט
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

צווייפעל האט געשריבן:א געוואלדיגע ארטיקל.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

Wow! אריין מיטן רעכטן פוס, א גלענצנדע שריפט! א מעסטער ארטיקל! ביטע האלט אן! באמת באמת פיין!
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
עם הנבחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם הנבחר »

אולי לא באתי לאייוועלט אלא בשביל ארטיקיל זה דיינו
אזוי צו אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2012 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי צו אזוי »

געוואלדיג! געוואלדיג!

א ריזן ישר כח פאר די פארציע אמונה וואס די האסט אונז דא אהער געשטעלט.

זיי אזוי גוט, שרייב נאך, אין אזא טרוקענע דור ווי מיר לעבן איז קיינאמל נישט גענוג פון אטא די סחורה.
א נייע מעשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייע מעשה »

אזוי צו אזוי האט געשריבן:געוואלדיג! געוואלדיג!

געוואלדיג איז נישט דאס ווארט, א ריזן ישר כח פאר דיין שטארקע התחלה, צלח ורכב.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מונאוויטש מלשון אמונה?

גוט געזאגט! פיין געזאגט! זאגט נאך!
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

פלטיאל האט געשריבן:Wow! אריין מיטן רעכטן פוס, א גלענצנדע שריפט! א מעסטער ארטיקל! ביטע האלט אן! באמת באמת פיין!
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

פלטיאל האט געשריבן:Wow! אריין מיטן רעכטן פוס, א גלענצנדע שריפט! א מעסטער ארטיקל! ביטע האלט אן! באמת באמת פיין!
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

עם הנבחר האט געשריבן:אולי לא באתי לאייוועלט אלא בשביל ארטיקיל זה דיינו
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

אויסנאם! געוואלדיג!
הערליך קלאר און געשמאק אראפגעשריבן!
א שיינעם דאנק און שלום עליכם!
הק' איש ימיני
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

גערעכטער האט געשריבן:אויסנאם! געוואלדיג!
הערליך קלאר און געשמאק אראפגעשריבן!
א שיינעם דאנק און שלום עליכם!


נישטא וואס ציצולייגן!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

א געוואלדענע ארטיקל מיט א געוואלדענע פעדער געשריבן.

אטא דאס איז וואס מיר גלייכן אלס התחלה
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

גאר גוט!

יהא בואך לברכה!
אפשר דאך?
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 11, 2015 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר דאך? »

א געוואלדענע ארטיקל מיט א געוואלדענע פעדער געשריבן.
כרם
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרם »

פארדינט האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:אויסנאם! געוואלדיג!
הערליך קלאר און געשמאק אראפגעשריבן!
א שיינעם דאנק און שלום עליכם!


נישטא וואס ציצולייגן!
אוועטאר
נער הייתי
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 5:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נער הייתי »

שכח, שרייב נאך און נאך.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שיין ריכטיג.

די בילד אונטן איז פון סטאונהענזש מאנומענט אין ענגלאנד.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
קוטשמע
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 09, 2011 5:09 am

Wow

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוטשמע »

אין מילים!
תודה רבה
א שאד אז מען לערנט נישט ביי אונז די פשוטע יסודות אמונה און מענטשען דרייען זיך ארום מיט אידישקייט ווי א עול.
חבל.
Good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Good »

קען דאס איינער PDF'ן

ייש''כ גדול
נא גוט...
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”