דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
דער סטאונהענדזש אויף פלאנעט מארס
די שיעור צימערן אין די יוניווערסיטעטן שטורעמען מיט עקסייטמענט. דראדזש שרייט מיט טשערי לייטס. סי ען ען און פאקס זענען באזינגען מיט אסטראמענער און קאסמאלאגיסטן. סי ספען און ען פי אר ראונד טעבל'ען מיט טעאלאגיסטן, סייענטיסטן און אנדערע שמות נרדפים'יסטן. די ניוז פאפירן און מאגאזינען זענען פיל מיט אפיניאנס, עדיטאריאלס און אנאליזן.
זייט נאסא האט געבראכן די נייעס, זיצט MarsStonehenge# אויפן שפיץ פון טוויטער. אינסטעגראם און די רעסט פון די סאשעל מידיע געוועבעכץ שפריצן מיט קלארע פאנאראמא בילדער פון דעם הערליכן סטאונהענדזש וואס נאסא'ס פארגעשריטענע מארס עקספלארער האט דיסקאווערט אויפן מזל מאדים. די חברה זאגן אז עס איז פיל שענער און מעכטיגער ווי די דריי-פיר טויזענט יאריגע סטאונהענדזש אין ענגלאנד.
"מיר האבן פיינעלי קאנפירמד דאס וואס מיר האבן אלץ פרעדיקטעד", זאגט פראפעסער מארק פינקלבראך, טשיף סייענטיסט אין די סטיוו ענד סוזי ניקאלסאן פלאנעטערי סייענס ריסערטש סענטער אין יונעווערסעטי אוו ווירדזשיניע. "די שיינע מסודר'דיגע סטאונהענדזש אויף מארס איז א קליפ קלארער באווייז אז לעבעדיגע באשעפענישן האבן עט סאם פוינט אין טיים געוואונט אויפן רויטן פלאנעט".
*
יענקל קלאפט זיך אן אין די פאלגאנדן מעלדונג פון די בראנקס האלל אוו סייענס:
מיר פארריפען אן עווענט ווי עס וועלן דיסקאטירט ווערן די ריסענט סטאונהענדזש דיסקאווערי אויף פלאנעט מארס. עס וועט אויפטרעטן פראפעסאר ראבערט העררינגטאן, פי עידזש די, דירעקטאר אוו די מארק סויבערנאק אסטראנאמי סענטער אין יונעווערסיטי אוו יוסטאן, און מעמבער אן די נאסא בארד אן פלאניטערי דיסקאווערי.
טאג: ג' לך לך
לאקאציע: דר. ברייען פיטסדזשעראלד אדיטאריאום עט בראנקס קאלעדש
צייט: 9:00 פארטאגס
פראגעס און ענפערס סעשאן עפטער די דיסקאשן
פרייע עווענט. פליז RSVP
ריפרעשמענטס וויל בי סערווד
יענקל טראכט נישט קיין מינוט, ער הייבט אויף דעם טרייבל און דיילט דעם RSVP נומער, און דינסטאג א שעה נאך תרח'ס מנין טרעפט ער זיך אויפן סאבוועי טרעין צו די בארא הצפוני.
*
נאך א לענגערע אפהאנדלונג איבער די וואונדערליכע שטיינערנע אויסשטעלונג וואס די רויטע מארזשיענס האבן געבויט צווישן 1.9 און 2.3 ביליאן יאר צוריק (...), האט מען געגעבן א געלעגענהייט פאר די פארזאמעלטע צו שטעלן פראגן.
וואס איז די קעמיקאלע פארמאציע פון די שטיינער?
עס האט א פונדאמענט, אדער עס זיצט אויף די בלויזער ערד?
וואס איז בערך די וואג פון די שווערע שטיינער, און ווי אזוי האט מען זיי אהין געשלעפט?
יענקל: ווער זאגט אז מענטשן האבן עס געבויט, אפשר איז דאס א נאטורליכע מדבר'ישע ערשיינונג?
פראפעסאר: אמת, מען קען טרעפן הערליכע שטיינערנע פארמען אין די מדבריות. אבער דער דיזיין און געבוי פון די מארס שטיינער איז מורא'דיג פארגעשריטן, און עס איז נישט דא קיין אנדערע מעגליכקייט נאר אז מענטשן האבן דאס געבויט. די שטיינער זענען אזוי אוועקגעשטעלט אז 2 שעה נאכן נץ החמה שיינט די זון צווישן די שטיינער. א יעדן טאג פונעם (מארס) יאר שיינט עס אויף אן אנדערן פונקט, און די ערשטן טאג פונעם יאר קומט עס צוריק אויפן זעלבן ארט ווי עס האט געשיינט פאראיאר. עס איז צו קינצלעך אז אזא אויסגערעכענטע סטאונהענדזש געביידע זאל האבן געשען פון ווינטן, ערדציטערנישן, אדער אנדערע נאטורליכן ערשיינונגען.
יענקל: און וואס טוט זיך מיט אונז מענטשן, ווער האט אונז געבויט?
פראפעסאר: איך פארשטיי נישט וואס די פרעגסט. מיר זענען דעוועלאפד געווארן דורך די "נאטורליכע עוועלושענערי סיסטעם". וואס האט דאס מיט די שטיינער אויף מארס?
יענקל: און זענען מיר מענטשן נישט ביליאנען מאל מער קאמפלאצירט ווי די פאר ראסטיגע שטיינער אויף מארס? ווער האט 'אונז' דעזיינד און געמאכט, אפשר אויך די זעלבע מארס מענטשעלעך?
פראפעסאר: גענוג מיט דיינע נארישע (ליין: לאגישע) פראגן. ס'איז א שאד צי ענפערן איינעם וואס גלייבט סיי ווי נישט אין סייענס...
יענקל: מר. העררינגטאן, אבער...
פראפעסאר: איים סארי דזשעקאב, באט מיר מישן נישט סייענס מיט רעליגיע. אז די ווילסט פרעגן קשיות, גיי פרעג דיין ראביי.
* * *
ניין, די פיקטיווע מארס מעשה'לע האט קיינמאל נישט פאסירט; מיר ערווארטן נישט צו טרעפן מענטשליכע פינגער אפדריקן אויף די פלאנעטן. אבער כולה עלמא מודה אז אויב זאל מען טרעפן עפעס וואס שפיגעלט אפ שכל'דיגע פלאנירונג, קען נישט אנדערש זיין נאר אז 'מען האט דאס' דיזיינד און צוזאמגעשטעלט. יעדער בעל דעת פארשטייט אז דער אייפאון, פענסיל, פייער טראק, שאך געים, אתרוג קאמפאט, ראבאט, גריק יאגורט, באנגעלוי, ספעלינג טעסט, זילבער פאפיר, בעיס באל קעפ, ליקוואד טיילענאול, ביבער היט, יארצייט ליכט, און יא, דער ענגלישער סטאונהענדזש, זענען צושטאנד געקומען נאר נאך לאנגע דעטאלע פלאנירונגען, באגלייט מיט כח און מוח. קיינער וועט אייך נישט פראבירן צו קאנווינסן אז זיי זענען אריינעפלויגן אין אונזער וועלטל פון זיך אליין.
אבער עפעס ווען מען רעדט פון די מעכטיגע בריאה און איר מבהיל'דיגע נאטור, דא זאגן אונז די כעלמע פילעזאפן און סייענטיסטן אז ניין, זי איז באשאפן געווארן פון זיך אליין, פערצופאל! די גאנצע וואונדערליכע בריאה באשטייט פון א ריזיגע מחנה פון געלונגענע 'טעותים'... (יא אזוי זאגן זיי!). במשך פון מיליאנען יארן 'האט זיך' דעוועלאפט (פערצופאל, בטעות) וואסער, ענערגי, לייף, א הארץ, לונג, פענקריעס, לעבער און וואסער מעלאנע. און אלעס האט זיך אנגעפאנגען מיט איין מעכטיגע באמבע (ביג בענג), וואס איז, ביי די וועי, אויך געשען פערצופאל...
אונטערגעבעט מיט ראיה'ס געבויט אויף צריך עיון גדול'ס, תיקו'ס און תיובתא'ס, און באוואפענט מיט הויפענעס דעמאגאגיע און לצנות, פארשווייגט מען יעדן איינעם וואס פרעגט לאגישע קשיות, אלץ 'מתנגדים לסייענס'. אויב איינער גלייבט נישט באמונה שלימה אין זייער טעאריעס, שרייט מען "רעלידזשעס פענעטיקס", "פלעט ערטערס", "סייענס דינייערס", און "דארק עידזשעס", און ענד אוו דיסקאשן! יא, מ'מעג פרעגן קשיות, אבער נאר די גאר גרויסע 'פי עידזש די' חכמים וואס שרייבן אין די 'פרעסטיזשפולע' סייענס דזשורנאלן, און אויך נאר מיט די תנאי אז נאך אלע פראגעס בלייבט מען ביי די מתקנא אז אלעס איז 'נאטורליך'. איי די אייגענע שווערע קשיות און סתירות? "מען פארשטייט נאך נישט אלעס..." יא, בלינדע 'מאמינים' בכפירה! (זע ווייטער). און אויב א סייענטיסט דערוואגט זיך קאנקלודען אז עס קען נישט אנדערש זיין נאר אז 'ברוך שאמר והיה העולם', ווערט ער תיכף פארשריגן און אפגעשפעט מיט הויך הילכערס און סקאד מיסילס.
(רבי אביגדור מיללער ז"ל ברענגט אין זיין ביך THE UNIVERSE TESTIFIES דעם פאלגאנדן קוואויט פון א גרויסע סייענטיסט:
“It may even be said that in any case when there is a clear and decisive discordance between the physical evidence and the paleontological evidence, it is the former that is to be distrusted rather than the latter.”
פרייע איבערזעצונג: ווען די פיזישע קלארע באווייזן זענען סותר די שיטה פון עוועלושן, דארף מען וויסן אז עס איז די שיטה וואס איז גערעכט און נישט דאס וואס מען זעהט מיט די אייגענע אויגן.
קאמענטארן זענען איבעריג.)
אבער אז מען נעמט די מי און מען טראכט נאר אביסל אריין אין די וואונדערליכע בריאה מיט עינים פתוחות, ווערט מען דאך ממש צעשפרינגען פון נפלאות ה"בורא"! נאר א פאר פונקטן:
- א לעבעדיגע נברא איז א פארגעשריטענע און קאמפלאצירטע פאזעל פון טריליאנען סעלס, דזשינס, ענזיימס, מאלאקיולס, פראטיענס, וכו'. גאנצעטע לייברעריס קען מען אנפילען נאר מיט איין יליד אשה'ס די ען עי קאוד! און קיין איין נברא האט נישט די זעלבע קאוד.
- מיר מענטשן פארמאגן אין זיך די פארגעשריטענסטע בלוט פאמפס, לענזעס, היטערס, ווענטילעטערס, קאמפיוטער טשיפס, דייאלעסיס, מעמארי, באלאנס סענסארס, וכו' וכו'. און די גאנצע אפערעישן ארבעט צוזאמען, פונקטליכער ווי די טייערסטע שווייצער זייגער. קיינער זאגט זיי נישט וואס צו טוהן; אלעס איז פרי-פראגרעמד, פיקס פארטיג גלייך ווען פון מען קומט אראפ אויף דעם עולם.
- אויב איין פראגרעמינג ליין אין א סאפטווער איז קוראפטירט, וועט דער פראגראם קראכן (קרעשן). די זעלבע געשעהט מיט דער מענטש. אויב איין ארגאן פעלט - אדער באקומט אפילו א מייקראוי מכה - קען דער גאנצע מענטש גיין א גאנג, אין רגעים. איז ווי קאן מען זיין אזא כסיל און שרייען אז די ארגאנען האבן זיך מאניופעקטשערט במשך פון יארן פון זיך אליין?! די אומגעפערטיגטע באשעפענישן זענען נישט געשטארבן נאך איידער זיי זענען באשאפן געווארן?
- אן דער בין וואקסט נישט דער פרוכט, און אן דער פרוכט לעבט נישט דער בין. 'פערצופאל' זענען זיי ביידע באשאפן געווארן אויף איינמאל, פון זיך אליין! WOW, וואט עי קויאינסידענט!
(די נפלאות הבורא טעמע איז גרעסער ווי די אוקיינות, והרבה יותר ממה שכתבתי לפניכם יש כאן. זעה דעם הערליכן ספר "דער טויער צום לעבן" - חובת הלבבות שער הבחינה ע"פ אור אביגדור, מאת הגאון הצדיק רבי אביגדור מיללער זצ"ל)
די סיבה פארוואס אזויפיל חכמים און נבונים זיך טועה אין דעם ענין פון מציאת הבורא, טרעפן מיר אין א באקאנטן פסוק: "כי השוחד יעור עיני חכמים"; מען קען נישט זעהן דעם אמת ווייל מען איז 'משוחד' פאר א לעבן פון הפקרות און תאוות. זייער פשוט, אויב ס'איז (ח"ו) נישטא קיין בורא ווערט מען אטאמאטיש פטור פונעם גאנצן גילטי קאנשיענס. עס איז נישטא קיין באלעבאס - לית דין ולית דיין, און פטור אן עסק! (עיין מאמר הנפלא עקבתא דמשיחא, פרק י' מהרב הקדוש רבי אלחנן וואסערמאן הי"ד זצ"ל). די תורה זאגט אונז ולא תתירו אחרי לבבכם (מינות) ואחרי עיניכם (זנות) אין איין פסוק, ווייל די צוויי זענען געקניפט און געבינדן. (גיבט נאר א בליק אויף די היימישע אפיקורסים/עטאעיסטן נעבעך. דוק ותשכח!)
*
אברהם אבינו איז אויפגעוואקסן אין א שטוב וואו דאליס און ג-ט זענען געווען די זעלבע זאך. מסורת אבות אויף אמונה בה', מאן דכר שמיה. חז"ל פארציילען אונז אז איינער אליין איז ער נאכגעלאפן דעם אמת ביז ער האט דעגרייכט די מעכטיגע מסקנא אז אויב עס דא א 'בירה דולקות' איז א סימן אז עס איז דא א 'מנהיג לבירה'; זילטש געשעהט פון זיך אליין. מיר ב"ה דארפן נישט ארומלויפן זוכן דעם בעל הבירה, אונזערע זיידעס און רביס האבן דאס שוין געטוהן פאר אונז. אברהם אבינו און משה רבינו האבן אונז איבערגעלאזט א קלארע, ליכטיגע מסורה וואס לויפט שוין קנאפע דריי און א האלב טויזענט יאר, פון יציאת מצרים און קבלת התורה ביז צי אונזער דור. (עיין הקדמת ספר החינוך, ועוד). מיר האבן די תורה הקדושה און די חז"ל, דער רמב"ם און דער רמב"ן, דער של"ה הק' און דער מהר"ל, די ספרי מוסר און די תלמידי בעל שם. אויב זוכט מען חיזוק אין אמונה, האבן מיר וואו זיך צו ווענדן - כי קרוב אליך הדבר מאוד! 'יגעת' אויב די זוכסט השי"ת מיט יגיעה, וועט זיי 'מצאת' און 'תאמין'!
פון די אמאליגע שיינע, גרויסע כלל ישראל איז צוליב די ביטערע גלות וואנדערונגען איבערגעבליבן בלויז א גאר-קליינע הייפעלע אידן מאמינים בהשי"ת, און דער בעל דבר שטייט נישט ליידיג. מיר האבן די זכי' אז מיר זענען פון די לויטערע גרופע וואס האלטן זיך מקושר צו דעם אלני דחיי. לאמיר זיך זיך נישט אוועקרייסען איו די לעצטע מאמענטן; מען האלט שוין נאך כרפס און מרור - מען זינגט שוין 'שלחן עורך'! מיר האפן אז מען האט שוין אנגעצייכענט אויפן תשע"ו לוח דעם יום ההוא ווען וידע כל פעול כי "אתה" פעלתו, ויבין כל יציר כי "אתה" יצרתו!

- א גראם מיט טעם
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3947
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
- לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
צווייפעל האט געשריבן:שלום עליכם, מאך דיך באקוועם, פיל דיך היימיש.
א געוואלדיגע ארטיקל.
שרייב נאך.
כ'גלייב נישט אז דער ארקטיקל איז פונע זיינע ערשטע...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 325
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2012 3:45 pm
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 339
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:28 pm
Wow
אין מילים!
תודה רבה
א שאד אז מען לערנט נישט ביי אונז די פשוטע יסודות אמונה און מענטשען דרייען זיך ארום מיט אידישקייט ווי א עול.
חבל.