שבת געלע .... טלית!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

שבת געלע .... טלית!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יעדער איז באקאנט מיט די מנהג אין געוועיסע מקומות אז די שבת נאך פסח ווערט גערופען "שבת געלע מצות". איך וויל זיך באציען צו אן אנדערע שבת, די שבת פאר די לעצטע שבת פאר פסח.

קודם א ווארט איבער די שבת בעצם.

לויט ווי יעדער ווייסט איז שבת הגדול די אונגעצויגענסטע שבת פון יאר! מען זיצט אין די האולוועיס, אויף א בענקל וואס מען טאר זיך נישט זעצן אין געווענדליכע אומשטענדען צוליב אבילות - ווער עס האט געגעבן די היתר אויף שבת הגדול ווייסעך נישט - און מען עסט דארט די ארימע סעודה.

פאנגט זיך אן מיטן קידוש, ווי עס קומט "שטילע קולות" - סוף סוף איז מען דאך אין די האול, און די שכן וועט נאך געוואור ווערן אז ביי מיר איז אויך שבת הגדול... - מען גיסט אן די כוס און עס פאנגט זיך אן די "שטיפ נישט די טיש" ניגון. א טיש? דאס רופסטו א טיש? אין לאגער האט מען דאס אפי' נישט גערופען א טיש! אבער פאר שבת הגדול איז עס פערפעקט. די קידוש איז פערטיג, און נישט אויפן געהעריגע נוסח, ווידער ווייל די שכן העט נאך מיינען אז ביי אונז מאכט מען קידוש... סא חיפערט מען אפ די קידוש אויף טאון ווי די צווייטע קאפיטל אין איכה....

דערנאך קומט די "ספעציעלע חלה" וואס ברעקעלט נישט! זאגט איר אליין, איז מעגליך אז א חלה וואס ברעקעלט נישט, זאל זיין אין מויל צונעמען? וואס איז עס "סילי פוטי"? ווי איז אוועק די יסוד שביסודות אז א חלה קומט ראפאגאש? אזא פנים האט מען, ווען מען לאזט די יונגווארג פירן אידישקייט. ווען איך בין מרא דאתרא וואלט איך מתיר געווען די מאשין מצות אין ניסן, ווי איידער צו צושטערן אזוי א שבת סעודה!

דארנאך קומט אריין די פיש מיט די קאטשיניאו! און פונקט די וואך איז עס עפעס געלונגען גאר גוט! עס שטייט שטייף, און שמייכעלט זיס. אבער כ'געב א קוק אויפן טיש, און וואס עס איז געשען ווייסעך נישט, אבער די חלה איז ........ פארשווינדען! קיין זכר נישט! כ'האב אלס געוויסט מיין ווייב איז געשיקט, אבער אזוי צו קענען מאכען די חלה פארשווינדען ווערן פאר מיינע אויגן, אזוי געשיקט איז נאר געווען הודיני! מיט וואס העלעך עסן די קוטשיניוא? די פראגע בלייבט הענגען אין די לופט! די קאטשיניאו בלייבט פארשעמט! נישט קיין ווינדער אז רוב יאר געלונגט עס נאר אזוי איי איי איי, פשוט א נקמה פארן שבת הגדול!

פון דארט אין ווייטער ביזן סוף סעודה איז מער ווייניגער ברחמים, קיין חלה איז שוין נישטא, און די איבריגע עסן גייט דורך מיט רחמנות. טאקע מיט פלעסטיק געשיר, און ווי אזוי מען ברויך מיט א פלעסטיג גאפל צושניידן קוגל מיט א הארטע "קראסט" איז ביי מיר נאך נישט קלאר געווארן, אבער אזוי שטיפט מען דורך. זמירות זינגט מען די "שנעלע ניגונים", און שא שטיל אזוי אז הערשט סוף ניגון כאפט דער קליינער די טאון, און פאנגט אן מיטזינגען לעבעדיג, ביז ער באגעגענט זיך מיט די מאמענ'ס בליק!

אבער די פארהעלטענסמעסיגע רואיגקייט האלט נאר אן ביז ווען עס קומט צוריק אריין צו גיין אין שטוב! דאן שטייט דארט די אשת חיל ביים טויער, און טיילט די באפעלן! זיך גוט אפגעשאקעלט, נא, נא, משה, יענקל, עס איז נישט קיין דזשוק! טאנץ נישט סתם ארויף אראפ, שאקל זיך אפ גוט! וואס ביסט פערטיג? ביז דא זעה איך ברעקלעך אויף די העמד! (אגב דאס מעג מען יא שרייען הויך אין האול! "וואס מיינסטו וואס, ביי די שכינים איז נישט שבת הגדול"? טענה'ט זי מיט א שטארקע גערעכטיקייט!)

נאכן טאנצען אזוי פאר א שיינע פאר מינוטן, קאלעריס פארברענט, (אגב גלייבט מיר, ווען די דוקטורים זהען דאס צי, וועלטן זיי נישט געטענה'ט אז ביי די חסידים מאכט מען נישט קיין עקסערסייז....) קומט די יום הדין! מען שטעלט זיך אין די רייע און די מאמע מאכט די אינספעקציע! יעדער גייט דורך, און זי געט א מעסט אפ פון אויבן אראפ, און מיט איר געניטע אויג, מערקט זי אין א קורצע סעקונדע יעדע מיקראסקאפישע שטיקל חמץ! קיינער דרייט זיך נישט ארויס! ווען זיי הארכען מיך, וואלטן די עירפארטס אוועק געווארפן די אלע סעפעסטעקירטע סעקיורעטי מאשינען, קיינע עקסערעיס מער, גארנישט, זאלן זיי נאר אראפשטעלען ביי יעדע שורה א "שבת הגדול אידענע", און קיינער קיינער וועט נישט קענען אריבערגיין אומבאמערקט!

נאכן אריבערגיין די "אפשאקלען" פרעצעדור, עטליכע מאל פארן "פעילען" (אא"פ) די טשעק-פוינט, באקומט מען די רשות אריין צו גיין, און הערשט דאן האב איך געשפירט די געפיל פון די וואס זענען ענדליך אריין געלאזט געווארן קיין אמעריקע דורך עליס איילענד!

אבער כ'בין אביסעל פארגאנגען פונעם היצטיגען שמועס. מיר רעדן דאך פון א שבת פריער, די שבת פאר שבת הגדול!

לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז די שבת איז נאך שווערער!

סוף סוף, ווען מען האלט שוין ביי שבת הגדול, איז שוין דער עולם מיואש צום פאקט אז די שבת סעודה וועט נעבעך קלעקטען אויף א פעטע פארציע "ראה עני'". און אז מען איז גערישט, איז פיל גרינגער צו נעמען די פרעשור. אבער די שבת פארדעם, איז דאך נאך נישט אין די האלוועי, און מען איז אונטער די אילוזיע אז עס גייט זיין עטוואס נארמאל (נישט אינגאנצען נארמאל, ווייל מען עסט שוין נישט אין דיינינג רום ח"ו, דארט ליגען שוין די בענקלעך איבערגעדרייט אויפן טיש, ווי עפעס א "מאדערן ארט" סקולפטור..)

דארט איז די הונט באגראבן! ווייל באמת איז די גוסטע אין ווייבער שול שוין פונקט אזוי הויך ווי שבת הגדול, נאר עס איז נאך עטווואס באהאלטן! די שבת איז אין א געוויסע זין נאך הארבער, מען טאר זיך די שבת אפי' נישט אויסדרייען צו די אנדערע זייט צו ווילד, ווייל עס קען מאכען א ווינט, אונטערהייבן די פלעסטיק טישטיך און שיקען א ברעקל ערגעץ ווי ר"ל, אויף אלע שונאי ישראל געזאגט, נישט אויף קיין אידיש הויז געזאגט!

סא אלע "שבת הגדול" הלכות גייט געהעריג אן, נאר עס איז ערגער ווייל עס איז אין שטוב, און מיט געהעריגע חלה וואס ברעקלט יא, און גענוג צו טינקען!

אבער ווער פאר א זיס יאר ברויך היצט חלה וואס ברעקלט יא? געוואלד אין געשריגען עס איז דאך אין די דירה, יא די זעלבע דירה ווי די בני בית איז געלעגען אויסגעצויגען אויף דער ערד, און אין די זעלבע דירה ווי עס האט אפגעקאסט א קליין פארמעגען פאר די געהילפערען, און אויב פאלט אראפ א ברעקל איז צרות ווי ........... ווי, א ברעקל פאר פסח! נא, פארוואס נישט מאכען די סעודה פונקט ווי אין די האלוועי, ראבער חלה, קיינע טיקאכטס, איינגעבויגן ווי א באנאנא וכו'? אדער טאקע אין די האולוועי! די סורפרייז שאק וואס מען האט ווען א ברעקל פאלט צו דער ערד, און עס פאנגט אן די ערענסטע דעמאסטראציע פון די אנדערע העלפט נשמה, איז דאך אזוי פלוצלינג און אומגערישט, אז מען איז שוין מוחל די גאנצע זאך, און שטילערהייט בענקט מען זיך צו ............. א שבת הגדול אין די האול!

דארנאך קומט מען אין שול, און דער עולם דרייט זיך ווי די חב"ד'סקער! קיינע עטרות! און די טליתים - וואס יעצט איז נתגלה וואס טוט זיך אונטערען עטרה דארט ווי די קאפל שוויצט אריין - ווייזן זייער ריכטיגען קאליר! געל!! נישט סתם געל, נאר געל געל!

נא, די טליתים, בענעזאם מיט די קאליר פון די מענערישע פענימער ווען עפעס ביי די סעודה איז נישט געווען אינגאנצען מיטן "עס איז שוין כמעט פסח" מאוד, איז דאך נישט מען ווי ריכטיג, אז פון היינט און ווייטער זאל די שבת זיין באוויסט אלס "שבת געלע טלית". (כ'וואלט עס גערופען "שבת געלע פנים", נאר ווייסטעך מען טאר נישט טשעפענען.......)
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום זונטאג אפריל 06, 2014 1:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

כאכא כא ווען לכתחלה איז דא קען ער מיטן גאנצן [ק]נאק...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

חילי האמיר אנגעהויבן די וואך מיט אן אויפגעהייטערט געמיט פון דיין זאפטיגן געלע ארטיקעל, דו ביזט פיינע נייעס,

אזוי גוט אראפצולייגן, בעסער פון עכט...
אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדינער »

חחחחח,,,,
דער איז נאך אונטערן איינפלוס פון שבת געלע טלית.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

חחחחח, יוי האבעך פונקט היינט געטראכט דערפןן אין שול, זעענדיג מקדימים מיט די חבד'סקע געלע טליתים, ווען וועלט וואלט געווען געלט, העטעך ווען געשריבן אנארטיקל. יישר כוח חילי, כאף אז דו האסט אינזין מיך מוציא צו זיין.
דאסיזיכער אז דיין פייבאל פון שבת געלע טלית איז ווערט א מאיאנטיק.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

כהאמיר אזאנס געשאקעלט פאר געלעכטער אז איך בין שיעור אראפגעפאלן

פיין געזאגט
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

מצב כללי האט געשריבן:חילי האמיר אנגעהויבן די וואך מיט אן אויפגעהייטערט געמיט פון דיין זאפטיגן געלע ארטיקעל, דו ביזט פיינע נייעס
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

חחח! ס'יינציגסטע זאך וואס כ'קען זאגן.
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

ניטאמאל האט ער געלאזט זיך אויסלאכען צווישען איין מליצה אין די נעקסטע.

גאר גיט געזאגט. פיין האמיר געלאכט.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Alien »

זייער גוט באשריבן, ציקאש.
נאר ביי מיר ווייס איך שוין אז עס אזוי גייט עס זיין. סאוי פארוואס זיך זארגן און עס דורכגיין אנגעצויגענערהייט? איך גיי עס לכתחילה אריבער...
Alien
פה לבנה יצ"ו
אוועטאר
פעפערקארן
שר האלף
תגובות: 1661
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 8:06 am
לאקאציע: אויפן עולם התוהו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעפערקארן »

AHA האט געשריבן:ניטאמאל האט ער געלאזט זיך אויסלאכען צווישען איין מליצה אין די נעקסטע.

גאר גיט געזאגט. פיין האמיר געלאכט.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

green האט געשריבן:כהאמיר אזאנס געשאקעלט פאר געלעכטער אז איך בין שיעור אראפגעפאלן

פיין געזאגט
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

חחחח, בלי מילים... נאדיר ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

חילי, דאס קענסטו אויך? #שבת_געלע_טלית אריין אין די ביכער

חחחח
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

חחחח, ווען לכתחילה איז אין די גלייזן איז דא וואס צו ליינען.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 13, 2013 11:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוודאי »

פיינע נייעס, די ״שטילע קולות״ מיט די ״שנעלע זמירות״, זאג נאר די ביסט אפשר מיין שכן ? !!

ייש״כ לכתחילה, גוט אראפגעלייגט.
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

#שבתגעלעטלית
אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורייתא »

יישר כח,
גוט געזאגט, זאג נער, (נישט הער נאר) איז די שטילע קולות מיט די שנעלע זמירות א פארגלייך צו סוכות? איך די גאנצע האלוועי מעשה איז גלייך צו די סוכה אויפן פייטר עסקעיף,,,,,
מיר זאלן נישט געפרופט ווערן וואס מען מארט אליס מיט אונז אין דיזע טעג..
אורייתא וישראל חד הוא
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ווואאאף זאגטער גוט דער חילו! דער אייבערשטער האט געשיקט די רפואה פאר די מכה! פאר שבת הגדול מאכטער אזא שבת, אזוי שפיהרט מען שבת הגדול א טעם גן עדן אין שאלעשידעס בארכע...

ביינונז אין סמעדרעש האט מען ארויסגעשייגעצט איינעם פארן קומען מיט א געילע טלית פאריגע וואך! "סטאפ די טעראר!!!" האטמענעם באשייגעצט! א מין טעראר! 3 וואכן פאר פסח האטער שוין פרעשור אזאש ביזן קומען מיטן געילן טלית... ארויס פון דאנעט!!!

חילו, שט'קיין חילוק צו דו שווייגסט הויעך צו דו שרייסט שטיל, דזשאסט קיפיראפ! יא אר זאפטיגע נייעס!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

שבת-געלע-טלית
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

כאגעוויסט אז עפעס א מקור האט עס, סתם אזוי קעניש זיין אז דערוילעם זאל קומען מיט געלע מצות מיט א אויסגעקראכענע אלטע [רויטע] טיש בעקיטשע אין שול, כ'פאק איין פאר בושות אז כאמיניש צוגעשטעלט צום מנהג
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אַהההה... דאס האט שוין די פסחדיגע טעם... שמאלציג מיט פריש געמאלענע פעפער.....

ש'כח חילי פיין געלאכט
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

ריזיג!!!
סיי עס האט זיך געליינט זאפטיג
און סיי עס איז געווען צי לאכען פין די אויסדריקען און די וועג פין עס אראפלייגען
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

לכתחילה! צום פינטל, צום זאך, צום לייענען, צום לאכן...

וכדי לנעוץ סוף המאמר בתחילתו אכתוב איזה גרגיר יפה, מעשה שהיה ונברא ובמו אזני ועיני ראינו ושמענו הדבר הזה.

געוועהן איזעס אין אזא מין האלוועי/געלע-טלית שבת,
מראהו ומעשהו כתבנית וכמעשה אשר כתב "לכתחילה", לא נפל דבר מכל אשר דבר.

איך האך מיך גראדע יא צוזינגען מער ברייטלעך, סטי געהערט אזאנס... דער שכן אנקעגן, נחמי' הערש, מעג מיר אפפלוידערן כל ערליי פוסטע פאליטיק, בקול רעש גדול אזש קולו הולך ביזן דריטן בלאק, און איך זאלמעך שעמען מיט די זמירות ש"ק?!... נאו וועי!

די בייזע ווארענונס בליקן 'וואס נאר טאטי און מאמי פארשטייען' (זאיאר אף פארע...) האב איך פשוט 'נישט באמערקט'...

פלוצים, זעהעך במקום די געהעריגע חלה דעקל עפעס א פארגעהלט פאטשיילע (אווי דע טלית וואס זיי די עזרות זענען אונז מוריש משנה לשנה), ניטאמאל גענוג צודעקן דאס האלב...

געב איך א פרעג די פלונית: "רעבעצין חשוב'ע, וואו איז די געהעריגע חלה דעקל? פארוואס עפעס א מין גלות פאטשיילע?"

ס'רעבעצין ענטפרט מיט די גרעסטע פשטות און נאטורליקייט: "ס'איז שוין אויסגעוואשן פאר פייסעך"...‎


די געלע טלתים און אפגעוועטשטע שבת חזון זשיפיצעס זענען כלל נישט סותר דאס פאקט אז זייער אייגטומער ערשיינט ביום טוב הראשון מיטן שפאגל נייעם טלית און שהחיינו בעקיטשע...

שוין געוואשן אויף פסח...
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

שוין פונעם קעפל אליינס האבעך געלאכט, דאס גייט מערצעשעם אריין אינעם דיקשאנערי...
און נאכדעם קומט דער ארטיקל מיט אזוינע משלים, מליצות און אויסדריקן וואס ווען חילי לייגט עס אראפ איז עס אזוינס צום לאכן.

יישר כח חילי.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”