ס'גייט קלעפ!...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

ס'גייט קלעפ!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

בעצם האב איך געוואלט ארויפשטעלן נאר נאך מכת דם, אבער כ'האב געזעהן דער עולם הייבט אן צו ווערן נערוועז האב איך שנעל ארויפגעלייגט וואס איז פארטיג.


שלח את עמי

ראש חודש אב (רבינו בחיי) ב' אלפים תמ"ז, צוויי טויזנט פיר הונדער זיבן און פערציג יאר נאך בריאת העולם, צוויי הונדער ניין יאר פון ווען די בני ישראל זענען אראפגעקומען אויף מצרים.

"אוי, שוין ווידער, וואס זענען די קולות דארט אויף די גאס?"

"איך ווייס נישט טאטע, איך זעה נישט גארנישט אינדרויסן.''

"אוי, שיק ארויס איינע פון די עבריים אונזערע צו קוקן וואס גייט פאר.''

"קיינער איז נישטא יעצט, איך האב זיי אלע פארשיקט צו די ארבעט, אפילו כרמי וואס איז דא געווענטליך צו שטיין אונטער די האנט האב איך געשיקט שעפן אביסל וואסער."

"ס'דאך דא גענוג און נאך וואסער דא?"

"אמת טאטע, אבער כ'האב נישט געקענט צוקוקן ווי ער שטייט ליידיג, האב איך אים געשיקט, ווארט נאר ווארט, אזוי ווי ער קומט צוריק וועל איך אויסגיסן די וואסער פאר זיינע אויגן און איך וועל אים שיקן שעפן נאך... כ'האב עס שוין אפאר מאל געטון, אוי איז דער עברי געשפרינגען...''

"פיין מיין קינד, אוי שעפ איך נחת פון דיר, ווען איך בין אויפגעוואקסן אלס קינד איז נישט געווען קיין עברישע קנעכט, מ'האט געדארפט אליינס ארבעטן, אפילו שרצים זיך צו שפילן האט מען געדארפט אליינס פאנגען, כ'רעד שוין נישט פון דעם אז מ'האט נישט געהאט קיין עבריים וואס זאלן אונז באדן מיט פיינע ווארימע וואסער, אלעס אלעס האט מען געדארפט אליינס ארבעטן, אבער היינט, ס'דאך ממש א מחי' אונזער גרויסער מעכטיגע פרעה האט פארקנעכטעוועט דעם גאנצן עברישן פאלק, און אויף וואס מ'דארף איז דא עבריים לרחצה.''

"האסט געדארפט זעהן טאטע וואס איך האב נעכטן געמאכט מיט זיי, איך האב געשיקט די ווייבער אקערן אין פעלד, און די מענער אויפקערן און אויפרוימען די שטובער... אלע ביידע האבן זיך געמוטשעט און קוים געקענט טון די ארבעט, אוי האב איך געטיילט קלעפ... ס'האט זיך געגאסן בלוט ווי וואסער.''

''אה, בלוט זאגסטו, עפעס דאכט זיך מיר ווי איך הער די קולות אינדרויסן רעדן פון בלוט.''

''אה דא קומט כרמי דער עברי, לאמיר אים פרעגן וואס גייט פאר.''

"זאג נאר כרמי, פארוואס האסטו איבערגעלאזט די פערדן מיט די אייזלען אליינס?! דארפסטו זיי נישט פאשענען יעצט?"

"יכין איז געבליבן מיט זיי, איך גיי שוין צוריק, ס'איז פשוט אזוי הייס האב איך געוואלט קומען נעמען א קריגל צו קענען שעפן אביסל וואסער זיך צו דערכאפן דאס הארץ.''

"נעם מיר נישט קיין קריגלען דא, און גיי שוין צוריק פאשענען די בהמות! זאג מיר נאר קודם, וואס הער איך די קולות דא אויף די גאס, ס'איז עפעס גאר מאדנע, איך זעה קיינעם נישט אינדרויסן, און דאך הער איך רעדן.''

''יא יא, ביזט טאקע גערעכט, קיינער רעדט נישט דא אויף די גאס, דאס וואס דו הערסט איז פון פרעה'ס פאלאץ, דער אידישער פירער בן עמרם רעדט יעצט צו פרעה.''

"דו נאר איינער! דו מיינסט איך גלייב דיינע שטותים! דער קעניגליכער פאלאץ איז א צוואנציג פרסה פון דא, ווילסט מיר איינרעדן אז מ'הערט דיין בן עמרם ביז אהער?... מיינסט ס'וועט דיר עפעס העלפן גרינגער מאכן די ארבעט, גיי שוין צוריק צו די ארבעט! און געענדיגט מיט די פוילע תירוצים.''

"טאטע, אפשר איז ער יא גערעכט, לאמיר ארויסגיין הערן וואס מ'רעדט דארט.''

''ארלעדיגט, קום ארויס.''

"אזוי האט געזאגט דער גאט פון די עברים, שיק ארויס מיין פאלק זיי זאלן מיר דינען, און אויב דו וועסט זיי נישט ארויסשיקן וועט קומען אויף מצרים א מכה פון דם, אלע וואסערן וועלן ווערן בלוט...''

"חא חא חא..."

"דער עברי האט גוטע חלומות...''

"פונקט פון וואסער רעדט ער, ווייסט ער דען נישט אז אונזער קעניג פרעה האט באשאפן דעם נילוס און ער איז דער אפגאט אויפן טייך, ער רעדט זיך איין אז ער וועט קענען עפעס טון מיט די וואסער...''

"און דער טייך אליין איז דאך אזא שטארקער אפגאט, קיינער איז נישט שטערקער פון אים.''

"קום, לאמיר צוריק גיין ארבעטן, ס'איז א שאד די צייט צו פארברענגען מיט די שטותים.''

דעם אנדערן טאג ווען זיי האבן ווידער געהערט קולות האבן זיי שוין גלייך געוואוסט וואס דאס איז און פון וואו ס'קומט.

"קום טאטע, לאמיר הערן וואס דער עברי בן עמרם האט היינט צו זאגן.''

די מצריים זענען ארויס זיך איינהערן וואס משה רבינו רעדט צו פרעה.

"הער אויס פרעה, געווענטליך ווען איינער וויל אפטון א גוט שטיקל פאר זיין שונא קומט ער באהאלטענערהייט ווען יענער טראכט נישט און אומגערישט אטאקירט ער אים, אבער דער גרויסער באשעפער פון די וועלט איז נישט אזוי, ער ווארענט קודם און ער זאגט קלאר וואס דער שטראף גייט זיין, ווייל ער וויל נישט שטראפן! ער וויל דו זאלסט אים אויסהערן און תשובה טון אויף דיינע שלעכטע מעשים! און צווייטנס, א געווענליכער מענטש האט מורא אז אויב מ'וועט וויסן וואס ער פלאנט צו טון וועט מען זיך ארויסדרייען, אבער דער בורא כל עולמים האט נישט מורא פון דעם, קיינער קען פון זיינע הענט נישט אנטלויפן!" (מדרש רבה)

אזוי האט זיך עס איבערגעשפילט דריי וואכן, יעדן טאג האבן משה מיט אהרן אריינשפאצירט אין פאלאץ פון פרעה און אים געווארנט נאכאמאל און נאכאמאל, ''אויב וועסטו נישט ארויסשיקן די אידן, וועט קומען די מכה פון בלוט!'' און אין גאנצן לאנד מצרים האט מען געהערט ווי משה ווארנט פרעה.

פרעה האט געשוויגן, ער האט גארנישט געענטפערט. (רמב"ן) ''איך האב נישט קיין צייט דיר צו געבן אן ענטפער יעצט, איך בין צו פארנומען מיט וויכטיגערע זאכן דא, איך וועל שוין א צווייט מאל פארהאנדלען מיט דיר.'' האט פרעה זיך ארויסגעדרייט.

ונצבת לקראתו על שפת היאור

נאך די דריי וואכן האט דער אויבערשטער געזאגט פאר משה רבינו:

"פרעה'ס הארץ איז גאר שטארק פארהארטעוועט, ער וויל נישט ארויסשיקן דעם פאלק, גיי צו פרעה פארטאגס ווען ער גייט ארויס צום טייך, זאלסט זיך אוועקשטעלן ביים בארטן, און דו זאלסט מיטנעמען דעם שטעקן וואס איז געווארן איבערגעדרייט פאר א שלאנג, זאג אים אזוי, דער באשעפער דער גאט פון די עברים האט מיר געשיקט צו דיר דו זאלסט ארויסשיקן זיין פאלק פון מצרים זיי זאלן אים קענען דינען, ביזדערווייל האסטו נישט געפאלגט, האסט גאר מיט גרויס חוצפה געזאגט אז דו ווייסט נישט ווער דער באשעפער איז.

האט מיר דער באשעפער געהייסן זאגן די פאלגענדע ווערטער, מיט דעם וועסטו וויסן אז איך בין דער באשעפער, איך וועל מיט דעם שטעקן שלאגן די וואסער פון טייך, און אלע וואסערן וועלן ווערן בלוט!"

דער גאנצער לאנד מצרים האט מיטגעהאלטן ווי שוין דריי וואכן ווארנט משה אז ס'גייט קומען א מכה פון בלוט, און ביזדערווייל איז גארנישט געשעהן, קיינער האט זיך שוין נישט צוטון געמאכט פון זיינע ווערטער, "ער רעדט סתם'' האבן זיי זיך געשטארקט, ווען זיי האבן דערזעהן אן עברי האבן זיי נישט אויפגעהערט צו טשעפען, "נו, וואו איז ענקער דם?...הא?...'' אבער יענעם אינדערפרי האבן זיי שוין גארנישט געלאכט...

פרעה האט איינגערעדט די מצריים אז ער איז א אפגאט, און א אפגאט דארף דאך נישט ארויסגיין אין בית הכסא, איז טאקע אין פאלאץ נישט געווען קיין בית הכסא פארן קעניג, פיר און צוואנציג שעה האט זיך פרעה איינגעהאלטן יעדן טאג, ער איז דאך פארט געווען א מענטש, און אז מ'עסט דארף מען ארויסגיין, האט ער זיך איבערגעקליגט אויף דעם אויך.

פרעה האט געמאכט א געזעץ, אינדערפרי ביז די זון שיינט אויף האט קיינער זיך נישט געטארט געפינען אויף די גאס, (מדרש רבה) נאר די פאר גאר נאנטע באדינער פון פרעה האבן שוין געוואוסט אז יעדן פארטאגס גייט פרעה זיך דורכשמועסן מיט דעם נילוס אפגאט, און קיינער טאר זיך דארט נישט געפונען, פרעה איז אריין אין טייך כדי צו שמועסן מיטן נילוס פון די נאנט, און אזוי האט ער געטון וואס ער האט געדארפט אן דעם וואס קיינער זאל באמערקן. (מדרש רבה)

ס'איז דאנערשטאג פארטאגס, (פרקי דר"א פרק ט') משה רבינו האט געטון וואס דער אויבערשטער האט אים געהייסן, און ער איז געקומען פארטאגס צום נילוס אפווארטן פרעה, אזוי ווי ביי אלע פריערדיגע באזוכן פון משה זענען קיין שומרים און קיין כישוף אים נישט געשטאנען אין וועג, ווען משה איז געקומען אויפן באפעל פון אויבערשטן האבן זיך אלע טירן געעפנט פאר אים, אלע לייבן וואס האבן געהיטן דעם פאלאץ האבן זיך געבוקט פאר אים מיט יראת הכבוד, אזוי אויך איז ער יעצט אנגעקומען ביזן נילוס ווי פרעה איז געקומען יעדן אינדערפרי.

פרעה האט געהאלטן אינמיטן וועג צום נילוס, נאכן זיך איינהאלטן א גאנצן טאג האט ער זיך קוים געשלעפט מיט זיינע לעצטע כוחות, און דא שפירט ער ווי איינער פארשטעלט אים די וועג, ער וויל זיך שוין אויפרעגן אויף זיינע זיינע שומרים פאר די חוצפה פון איינעם אריינלאזן דא, אבער ס'ווערט אים שלעכט, פונקט דאס האט אים יעצט אויסגעפעלט, פאר אים שטייען משה און אהרן.

"איך בעט אייך, לאזט מיר נאר איין מינוט אריין אין טייך, איך קום שוין צוריק צו אייך.''

"וואס יאגט דיר אזוי צום טייך? קענסט נישט אויסהאלטן נאך א מינוט? איינמאל פאר אלעמאל מעגסטו שוין איינזעהן אז דער גרויסער באשעפער פירט די גאנצע וועלט! אפילו דו באהאלטסט עס פון יעדן איינעם און ס'איז איינס פון דיינע גרעסטע סודות, האט מיר דער אויבערשטער פונקטליך געזאגט ווען דיר צו טרעפן ביים טייך און פונקטליך וואס דו טוסט דא...'' (אור החיים)

משה רבינו האט איבערגעגעבן פאר פרעה אלעס וואס דער אויבערשטער האט אים געהייסן זאגן, משה רבינו האט נאך צוגעלייגט, "זאלסט וויסן פרעה אז דער אויבערשטער איז א גרויסער רחמן, מיט אלעם וואס דו טוסט פאר די עברים, און מיט דעם וואס דו הערסט זיך נישט צו צום באפעל פון גרויסן באשעפער וויל ער נאך אלס דיר גיבן די געלעגנהייט תשובה צו טון, פונקט ווי ער קען איבערדרייען די וואסער פון טייך צו בלוט, קען ער די בלוט וואס פליסט אין דיר איבערדרייען אויף וואסער... און פארשטייט זיך אז דו וועסט עס נישט איבערלעבן! פונדעסטוועגן וועט דער רבש"ע קודם שטראפן די וואסער כדי דו זאלסט האבן א געלעגנהייט תשובה צו טון און יא אויספאלגן זיין באפעל.'' (אור החיים)

פרעה איז ווידער שטיל, ער ענטפערט נישט פאר משה יא אדער ניין. (אור החיים)

"הער זיך איין פרעה, דו דארפסט מיר גארנישט ענטפערן, דער גרויסער גאט פון די עברים זעהט דיינע מחשבות אויך, און ער ווייסט אז דו האלטסט נאך אלס נישט ביים ארויסשיקן די אידן, דעריבער גייט מיין ברודער אהרן יעצט אויפהייבן זיין האנט איבערן טייך מיט דעם שטעקן, און די מכה גייט קומען.

ס'איז כדי פרעה דו זאלסט וויסן נאך א זאך, ביי אונז עבריים איז די מדה פון הכרת הטוב גאר שטארק, פאר אכציג יאר צוריק ווען איך בין געווען א פיצל קינד פון דריי חדשים האט מיין מאמע מיר אריינגעלייגט אין טייך, דעריבער, ווייל איך בין געראטעוועט געווארן אינעם טייך, וועל איך נישט שלאגן דעם טייך, נאר מיין ברודער אהרן."

ווען פרעה האט געזעהן ווי אהרן נעמט דעם שטעקן האט אים אינערליך געכאפט א שרעק, ער האט זיך שוין איינמאל איבערצייגט אז דאס איז נישט קיין פשוטער שטעקן, ער האט שוין געזעהן ווי דער שטעקן איז געווארן א שלאנג, ער האט שוין געזעהן ווי דער שטעקן שלינגט איין אנדערע שטעקענעס, אבער דאך האט ער זיך געשטארקט אויף זיינע פחדים און ער האט נישט געענטפערט פאר משה און אהרן קיין איינציג ווארט.

אהרן האט געגעבן א הייב אויף דעם שטעקן, עס ארומגעדרייט אויף אלע זייטן, און פאר פרעה'ס אויגן געגעבן א שלאג דעם טייך...

המשך יבא אי"ה בקרוב
לעצט פארראכטן דורך גראדער אום דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2010 6:34 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

איך האב די ערשטע די זכיה צו זאגען שכויעך!!
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

כאיל תערוג על אפיקי מים כן כל הקרעטשמע תערוג אליך גראדער מורא'דיג מזעהט שוין ענדליך, די עולם דארפ עס נאך אויף שבת
אין א יישע כח נאכאמאל כ'בין די צווייטער
לעצט פארראכטן דורך moshele11211 אום דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2010 6:37 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

ישר כח און פראביר נאך פאר שבת .. איך זאל נאך קענען ארויס פרינטען פאר איך גיי פון אפיס


שכוח נאכאמאל
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

צו פעטש פארשטייט יעדער

גראדער האט געזען ס'גייט קלעפ האט ער שנעל געדרוקט שלח

א יישר כח
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

מכת דם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

והי' דם בכל ארץ מצרים.

"כרמי, ברענג מיר א האנטוך!''

אויסגעמאטערט און אפגעמיטשעט לויפט כרמי ברענגען דעם האנטוך, דער טאג האט זיך קוים אנגעהויבן, ממש געציילטע מינוטן צוריק האט זיך די זון אנגעהויבן צו באווייזן, אבער ער איז שוין פארמאטערט, אזוי ווי יעדן טאג האט ער געדארפט אויפשטיין גאר פרי אנשעפן פילע פעסער וואסער ביים טייך און עס שלעפן צום געצעלט, דערנאך האט ער געדארפט אנהייצן א גאנצן פאס וואסער פאר זיין מצרישן האר אז גלייך ווען ער שטייט אויף זאל ער זיך קענען באדן מיט פיינע ווארימע וואסער, ס'געווען צייטן וואס ער האט געדינט ווי דער שויער, דעם גאנצן שווערן פאס הייס וואסער האט ער געדארפט האלטן אין די הענט, און צוביסלעך אראפגיסן אויפן מצרי... דערנאך האט דער מצרי ליב געהאט זיך צו לאזן באגיסן מיט אביסל קאלט וואסער, כרמי האט נעבעך געטון די ביטער שווערע ארבעט ווען יעדע מינוט טראכט ער וואס טוען יעצט זיינע קינדערלעך אין גושן, שטייען זיי יעצט אויף? גרייט זיי מיין ווייב יעצט אן עפעס ווארימס צו טרינקען? אוי וויאזוי גיבט זי זיך אן עצה מיט די אלע פיצלעך קינדער.

איין טאג האט זיך יכין געבעטן ביים מצרישן האר ער זאל אים לאזן זיך באדן מיט די וואסער נאך אים, ס'ליגט אים נאך יעצט אין די ביינער די סצענע, דער מצרי איז אריין אין א כעס:

"דו לייזיגער עברי! דא איז נישט קיין באד! איך זעה אז מ'דארף דיר גיבן שווערערע ארבעט אזוי אז ס'זאל דיר ניטאמאל איינפאלן אזעלכע זאכן!"

און א שמייס האט זיך אראפגעלאזט אויף דעם נעבעכדיגן יכין אזש ס'האט אים געשפריצט בלוט.

כרמי האט עס גוט געדענקט, אפילו די לייז האבן אים געשטאכן פון אלע זייטן האט ער נישט געהאט די חוצפה צו בעטן מ'זאל אים לאזן זיך אביסל ארומוואשן.

"כרמי!!!! כרמי!!! כרמי!!! ברענג נאך וואסער, אבער שוין!!!"

כרמי האט זיך דערשראקן און ער איז שנעל ארויסגעלאפן אין חצר און אריינגעברענגט נאך א פעסל וואסער, ער שטופט עס אריין אין ווינקל ווי דער מצרי וואשט זיך.

"דו פארשאלטענער עברי! וואסער האב איך געבעטן! ווארט נאר ווארט, איך וועל זיך אנטאן און איך וועל דיר שוין ווייזן, ס'האט זיך דיר פארגליסט א שפיצל היינט?! בלוט ברענגסטו מיר, נישט מיט מיר!"

דער פארלוירענער מצרי שרייט צו זיין ווייב, "ברענג מיר פרישע וועש, עפעס זענען מיינע וועש אינגאנצן בלוטיג געווארן.''

מיט איין בהלה לויפט זיין ווייב קוקן וואס איז געשעהן, אוי, וואו איז גערינען אזויפיל בלוט פון דיר?

''ס'נישט פון מיר, דער לייזיגער עברי האט מיר דא עפעס אנגעווערטשאפט.''

זי לויפט שנעל צום פאס וואו זי האט נעכטן איינגעווייקט די וועש אויסצואוואשן.

אוי מיין נילוס, די גאנצע פאס איז פול מיט בלוט!

אין וואנע שטייט דער נעבעכדיגער מצרי און ער קען נישט ארויסקומען, ער האט נישט קיין וואסער זיך ארומצואוואשן, ער איז בלוטיג פון קאפ ביז פיס, "גיי צום שכן, און בעט אביסל וואסער'' בעט ער זיך ביי זיין פרוי.

זי פאלגט, זי לויפט שנעל אריבער צום דערנעבענדיגן געצעלט בעטן וואסער, אבער נאך זייענדיג אינדרויסן האט זיך שוין פארשטאנען אז זי האט נישט וואס צו לויפן, פארן טיר איז געשטאנען דער שכן און געבראכן, "איך האב געהאלטן אינמיטן טרינקען אביסל ווארים וואסער אויפן ליידיגן מאגן, און פלוצלונג שפיר איך עפעס א מאדנעם טעם פון בלוט, איך ווייס נישט וואס גייט פאר מיט מיר, עפעס בין איך קראנק געווארן קוקט אויס אז איך שפיי בלוט און פון דעם איז דער גאנצער גלאז וואס איך האב געטרינקען געווארן בלוט.

אנשטאט זיך צו שטעלן מסביר זיין איז זי פארלוירענערהייט צוריק געלאפן צום געצעלט, אזוי ווי יעדן דאנערשטאג האט זי געהאלטן אינמיטן איינקנעטן א טייג ברויט, ''זאל זיך עס כאטש יערן אין די צייט'' האט זי געטראכט, אבער אזוי ווי זי צוגערירט צום טייג האט זי געזעהן ווי ס'איז א שטיק בלוט, ''אוי וואס גייט פאר דא?"

אינדערצוווישן איז דער מצרי שוין ארויסגעקומען פון באד, בלוטיג פון קאפ ביז פיס, קליידער אינגאנצן פארבליטיגט, א בליק ארויס פון פענסטער האט אים קלאר געמאכט אז ער איז נישט דער איינציגער, ער האט געזעהן ווי אלע שכנים, יעדער לויפט ארום ווי פארסאמטע מייז, קיינער כאפט נישט וואס דא גייט פאר.

"שוטים וואס איר זענט" האט ער ארויסגעשריגן, "עפעס א קללה האט באטראפן אונזער דארף, לאמיר שנעל לויפן מתפלל זיין צום אפגאט.''

אינמיטן שטאט איז געשטאנען א גרויסער שטיינערנער בנין וואו זיי פלעגן זיך צוזאמקומען מתפלל זיין פאר זייערע געטשקעס, אלע מצריים האבן מסכים געווען מיט אים, צוזאמען זענען זיי געלאפן צו די געטשקעס, "אוי וואס גייט פאר מיט דיר'' שרייט איינער אויפן אנדערן, ''די שווייס וואס רינט פון דיר איז א שטיק בלוט''

''און דו מיינסט אז דו קוקסט אויס עפעס בעסער, דו ביזט רויט פון קאפ ביז פיס, אפילו דיין שיינער ווייסער אנצוג הייבט אן צו באקומען רויטע פלעקן אין אלע זייטן, און קוק, די שפייעכץ וואס רינט פון דיין מויל איז אויך בלוט.''

''זאגסט מיר, איך שפיר דאך דעם טעם אין מויל, אך, פארשטינקענע בלוט, קודם האב איך געמיינט אז די וואסער האט נאר באקומען דעם קאליר פון בלוט, אבער דערנאך האב איך זיך איבערצייגט אז די וואסער איז געווארן ממש בלוט.''

"אוי ס'איז צרות, קוק דער גרויסער האלצערנער אפגאט ביים אריינגאנג איז אינגאנצן רויט, ס'רינט פון אים בלוט!''

''און דער שטיינערנער אפגאט איז אויך בלוטיג! וואס טוט מען דא?!"

די מצריים האבן אנגעהויבן צו ווערן דורשטיג, אבער קיין וואסער האבן זיי נישט געטראפן צו טרינקען, כאטש א טראפן וואסער אויסצושווענקען דעם מויל פונעם ביטערן בלוט טעם האבן זיי נישט געקענט געפינען.

דער מעיאר פון דארף האט זיך אויפגעשטעלט, "חברה, איך האלט אז איינער האט אונז דא אפגעטון א כישוף, מ'דארף שיקן איינעם מיטן שנעלסטן פערד געוואויר ווערן וואס ס'טוט זיך אין אנדערע שטעט, אפשר קען מען ברענגען וואסער פון דארט, אדער אפשר גאר קען מען שיקן א חשובע דעלעגאציע צום יאור אפגאט, איך גלייב אז ווען מיר וועלן זיך שיין בעטן וועט דער אפגאט אונז ווידער גיבן ריינע וואסער צו טרינקען.''

איינער פון די פארזאמעלטע האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און ער האט אויסגעפלאצט:

''פארוואס זענט איר אזעלכע שוטים? שוין דריי וואכן וואס מיר הערן אלע ווי בן עמרם ווארנט פרעה אז דער טייך גייט ווערן איבערגעדרייט צו בלוט, דריי וואכן וואס מיר הערן אלע קלאר און דייטליך וואס ס'ווארט אונז אפ, מיר זענען געווען פאר'תמ'ט און נישט צוגעלייגט קיין קאפ וואס ער זאגט, אבער יעצט זעהט מען קלאר אז ער איז גערעכט! די עבריים האבן א גרויסן גאט אין הימל, און ער איז שטערקער פון אלע אונזערע אפגעטער, אפילו פון אונזער מעכטיגן יאור אפגאט!''

"וואס רעדסטו שטותים! רופט זיך אן א מצרי וואס האט נארוואס אריינשפאצירט, ''איך האב יעצט געהערט די נייעס פון צוען, יוחנא און ממרא, די צוויי גרויסע מכשפים אין קעניגליכן פאלאץ האבן געמאכט די זעלבע שטיק, זיי האבן גענומען וואסער און געמאכט פאר בלוט! ס'נישט קיין גרויסע חכמה, יעדער קלענסטער מכשף ביי אונז קען עס מאכן, ס'מיינט גארנישט אז מיר דארפן דערפאר ארויסלאזן אונזערע קנעכט די עבריים.''

דער פריערדיגער בעל דרשן האט אבער נישט נאכגעלאזט, "גרויסע חכמים וואס זיי זענען, זיי האבן אויך געמאכט וואסער אויף בלוט, ווער דארף נאך בלוט?! לאמיר זעהן זיי זאלן מאכן אביסל בלוט פאר וואסער! וואסער דארף מען!"

דער מעיאר פון דארף האט יעדן שטיל געמאכט, "חברה, ס'נישט קיין צייט זיך צו קריגן יעצט, מ'מוז טרעפן עפעס אן עצה ווי שנעלער, באלד שטייען אויף די קינדער און מ'מוז זיי גיבן עפעס צו טרינקען, און יעצט אינמיטן דעם הייסן זוממער טאג וועלן מיר אויך נישט קענען אנגיין צו לאנג אן קיין טרונק.''

''לאמיר נעמען אביסל מאראנצן און אויסקוועטשן די זאפט, וועט זיין פרישע דשוס צו טרינקען.'' רופט זיך איינער אן.

געזאגט און געטון, מ'האט איינעם געשיקט ברענגען א קעסטל מאראנצן, אבער ווי נאר מ'האט אנגעהויבן צו קוועטשן האט מען זיך גלייך איבערצייגט אז ס'איז א שאד די ארבעט, ס'איז גערינען בלוט אנשטאט זאפט...

"מיינע הערן'' רופט זיך אן איינע פון די מער געלערנטע מצריים, ''כישוף ארבעט נאר אויף זאכן וואס זענען שוין אויף דער וועלט, איך האלט מ'זאל ארויסגיין צום טייך און גראבן דערנעבן א פרישן קוואל, ס'וועט זיכער ארויסקומען פרישע וואסער פון דארט.''

די מצריים זענען שוין יעצט געווען אזוי דורשטיג אז זיי האבן זיך ארויפגעכאפט אויף יעדן פינטל האפענונג, מיט איין אטעם זענען זיי געלאפן צום טייך.

''וואס איז דער גערוך?'' פרעגט איינער דעם אנדערן.

"ס'איז שרעקליך, ס'שפירט זיך ווי פארדארבענע פיש, וואס קען עס זיין?"

ווי נענטער זיי זענען געקומען צום טייך איז דער גערוך געווארן ערגער און ערגער, זיי האבן אלע געוואלט אנטלויפן פון דארט ווי אמשנעלסטן, די פארדארבענע פיש וואס זענען אויסגעשטארבן אינעם טייך פון בלוט האבן צוגעברענגט אז די גאנצע בלוט פון טייך האט באקומען א שרעקליכן גערוך, אבער דער שרעקליכער דורשט פאר אביסל וואסער האט זיי געצווינגען דארט צו בלייבן און אנהייבן גראבן א פרישן קוואל.

מיט פארווייטאגטע בליקן האבן די מצריים זיך צוגעקוקט ווי זייער באליבטער טייך איז געווארן א שטיק בלוט.

"איי געדענק איך גוטע צייטן" רופט זיך איינער אן, ''מיר זענען ארומגעלאפן כאפן אידישע קינדער און זיי אריינגעווארפן דא אין טייך''

"אפשר דערפאר שטראפט אונז דער עברישער גאט אז דער טייך ווערט בלוט'' רופט זיך אן דער זעלבער מצרי נאכמאל.

מיט אראפגעלאזטע נעזער האבן זיי געמוזט מודה זיין, "איך וועל אייך זאגן נאכמער'' זאגט דער מצרי, ''די פיש זענען אויסגעשטארבן ווייל מיר האבן זיי נישט געלאזט זיך פארמערן ווי די פיש!''

"און איך האלט אז אין אלעם איז פרעה שולדיג! ער האט זיך געבאדן אין עבריש בלוט, יעדן איינציגן טאג האט ער אויסגע'שחט'ן 300 אידישע קינדער און זיך געבאדן אין זייער בלוט, דערפאר האט אונז דער עברישער גאט באשטראפט מיט בלוט.''

"וואס איז דער פראבלעם?'' רופט זיך אן איינער אן אויבער חכם, איך האב ליב בלוט, אלעמאל טרינק איך בלוט." און אזוי רעדענדיג האט ער זיך אנגעשעפט פונעם טייך א גלאז ווארימע בלוט, פון גרויס דורשט האט ער עס אויסגעטרינקען מיט איין שלונג.

א מינוט שפעטער איז ער געלעגן אויסגעצויגן א טויטער, (אור החיים) בלוט איז ער טאקע געווען געוואוינט צו טרינקען, אבער נישט קיין פארדארבענע בלוט פול מיט ווערים. (בעל הטורים)

ווען די מצריים האב דאס דערזעהן האבן זיי ממשיך געווען צו גראבן דעם נייעם קוואל מיט מער פלייס, ס'נישטא קיין ברירה, אויב וויל מען איבערלעבן מוז מען שוויצן (בלוט) אביסל... דער גרוב ווערט טיפער און טיפער, אט קומט שוין באלד ארויף וואסער, אה, וויפיל דער ווארט וואסער איז יעצט ווערט... וואסער, וואסער... נאך א גראב, דער בערגל זאמד אין די זייט ווערט העכער, דער גרוב טיפער, שוין לאנג וואס די מצריים האבן נישט געארבעט אזוי שווער, לעצטנס האבן די עבריים אלעמאל געגראבן פאר זיי, אה, עפעס א פליסיגקייט קומט שוין! אבער אוי! בלוט! ווייטער בלוט! וואס טוט מען?

פארלוירן, צובראכן, דערשראקן, און איבער אלעם אויסגעטריקנט, דורשטיג פאר א ברעקל וואסער זענען זיי צוריקגעגאנגען צום מעטשעט, אפשר דאך וועלן די אפגעטער רחמנות האבן אויף זיי, פלוצלונג האט איינער געגעבן א ווארף א באמבע, די עבריים! וואו זענען די עבריים?! פארוואס זעהט מען זיי נישט ארומלויפן זוכן וואסער? וואו זענען זיי אלע נעלם געווארן?

און די זייט זיצט זיך יכין וואס זיין ארבעט איז געווען אויפצוקערן דעם מעטשעט יעדן אינדערפרי, ער זופט פון א פיינע ווארימע טיי, און הערט זיך צו מיט א שמייכל ווי די מצריים ווערן מער און מער אנגעצויגן פון מינוט צו מינוט.

"יכין! פון וואו האסטו פארשאפט די וואסער?" נעמען זיך אלע שרייען, וואס הייסט פון וואו? מאכט זיך יכין בע'טעמ'ט, דא אין די זייט איז דא דער געווענליכער פאס וואסער, מיט איין אטעם זענען אלע אהינגעלאפן נאר זיך צו איבערצייגן אז למעשה איז דער גאנצער פאס יא בלוט.

איינער טוט צו די זאך, ער כאפט ארויס דעם גלאז פון יכין'ס האנט און גיבט א טרונק, אךךך... בלוט...

"איז עס יא אזוי ווי איך האב אייך געזאגט פריער" שרייט דער מצרי, "דער בן עמרם האט אנגעווערטשאפט די גאנצע זאך, דער אידישער גאט שטראפט אונז!"

''יכין גיב אביסל וואסער.'' האט דער מצרי ביי וועם ער האט געארבעט באפוילן, דו ווייסט אז איך קען גיבן קלעפ! ''גוט, דא האסטו.'' האט אים יכין געגעבן א גלאז ריינע וואסער, אבער ווי נאר דער מצרי האט עס גענומען אין די האנט אריין איז עס געווארן א שטיק בלוט, ''קום יכין, לאמיר טרונקען צוזאמען'' האט זיך דער מצרי געבעטן, אבער אויך דאס האט נישט געהאלפן, יכין האט געטרינקען וואסער און דער מצרי בלוט.

אפגעמיטשעט קומט דער מצרי אהיים אויסגעהונגערט און אויסגעטריקענט, ער וויל זיך אראפזעצן אויפן בענקל, אבער זיין פרוי לאזט אים נישט, "איך האב באמערקט אז וואו מ'זעצט זיך אראפ ווערט בלוטיג, איך וועל דיר נישט לאזן בלוטיג מאכן אלע בענקלעך דא!'' דעם בעט האט זי אים אויך נישט געלאזט בלוטיג מאכן, האט ער זיך געלייגט אויף דער ערד וואס איז שוין ממילא געווען א שטיק בלוט.

''גרייט מיר צו עפעס צו עסן'' האט ער זיך געבעטן, חוץ די שרעקליכע דורשט האט אים אויך דער הונגער אנגעהויבן צו דרוקן, "וואס זאל איך דיר גיבן? ברויט איז נישטא, נאך אינמיטן קנעטן איז דער טייג געווארן בלוטיג, שעפסן פלייש עסן מיר דאך נישט, דער שעפס אפגאט וועט דאך עס נישט צולאזן, פיש קען מען נישט כאפן ווייל זיי זענען אלע פארשטינקען געווארן, פרישע פרוכט זענען דאך פייכט זענען זיי דאך ווייטער א שטיק בלוט, הקיצור ס'נישטא וואס אין מויל צו נעמען!''

דער מצרי ליגט אזוי אויף דער ערד און קאטשעט זיך אין זיינע בלוט, ווען פלוצלונג שפאצירט אריין זיין זוהן, שיין ארומגעוואשן, אין די האנט האלט ער א קריגל וואסער.

"וואסער! וואסער! איז דער טאטע אויפגעשפרינגען, וואסער! זאג מיר פון וואו דו האסט עס פארשאפט? איז שוין דער טייך צוריק געווארן וואסער?"

"ניין טאטע, כ'בין געוואר געווארן זייער א פשוטע זאך, ווען מ'קויפט וואסער פון אן עברי בלייבט עס וואסער, בין איך געגאנגען פריער ווען דו ביזט נישט געווען אין שטוב, כ'האב אויסגעליידיגט די קאסע און זיך געקויפט וואסער.''

"פארוואס האסטו געדארפט אויסליידיגן די קאסע פארדעם? וויפיל קאסט שוין אביסל וואסער?"

"וויפיל ס'קאסט? דו ווילסט נישט וויסן טאטע! קום נאר ארויס אויפן מארק וועסטו שוין געוואר ווערן.''

מיט זיינע לעצטע כוחות האט זיך דער מצרי ארויסגעשלעפט צום מארק. ווי ערשטוינט איז ער געווארן צו זעהן לאנגע שורות שלענגלען זיך ווען ביים אנפאנג שטיין עבריים און פארקויפן וואסער, "אה, דארט איז כרמי, לאמיר גיין צו אים, אפשר וועט ער מסכים זיין אונז צו גיבן פאר א בעסערן פרייז.''

ווען דער מצרי איז ענדליך אנגעקומען צו כרמי האט אים כרמי טרוקן געמאלדן, "הונדערט גילדן א גלאז"

"וואס? ביזט אויפן קאפ געפאלן? וויפיל קאסט שוין וואסער? וויאזוי האסטו די חוצפה צו בעטן אזויפיל?"

"דארפסט וואסער גיב געלט, אז נישט האלט נישט אויף דעם עולם דא!" האט אים כרמי שטרענג געזאגט.

"איך זעה שוין, דו ווילסט זיך נוקם זיין אין מיר ווייל איך האב דיר אזוי אויסגענוצט ביי די ארבעט, איך זאג דיר צו אז פון היינט אן וועל איך דיר גיבן נאר גרינגע ארבעט, אבער כ'בעט דיר, נעם פון מיר דעם זעלבן פרייז וואס דו נעמסט פון אלעמען.'' האט זיך דער צובראכענער מצרי געבעטן.

כרמי האט הנאה געהאט, ענדליך דערלעבט ער עפעס א נקמה אינעם מצרי וואס האט אים אזוי ברוטאל געשלאגן און געפייניגט, ענדליך זעהט ער דעם שטייפן מצרי וואס ער האט אליינס בייגעוואוינט ווי אפאר פון זיינע חברים זענען נעבעך אומגעקומען אונטער זיינע הענט, ענדליך ברעכט ער זיך, דער זעלבער מצרי וואס האט אים שטענדיג געשיקט שעפן וואסער קומט זיך בעטן ער זאל אים פארקויפן אביסל וואסער פאר געלט...

"הער אויס באלעבאס, דאס איז דער פרייז וואס איך בעט פון יעדן איינעם, וואס טראכסטו ליגט אין די אלע צענדליגער פעסער דא?"

"וואס הייסט וואס, וואסער"

"ניין, האסט נישט צוגעטראפן, די אלע פעסער זענען פול מיט געלט! דער עולם האט נישט קיין ברירה און אין איין טאג בין איך שוין געווארן א ריזיגער עושר פון די וואסער ביזנעס, יעצט גיב אהער געלט וועסטו באקומען וואסער."
"דו ווייסט דאך וויפיל וואסער איך דארף האבן, ווער נאך אזוי ווי דיר ווייסט וויפיל פערד און שאף איך דארף פיטערן מיט וואסער, אויב וועל איך נישט שוין ברענגען וואסער אין שטאל וועלן זיי מיר אלע אויסשטארבן, כ'בעט דיר, גיב פאר ביליגער.''
"באצאל דעם פרייז, אדער לאז צו אנדערע צו קויפן.''
"איך בעט דיר" האט דער מצרי נישט אויפגעגעבן, "דו ווייסט דאך אז מיין עיקר ביזנעס איז אזוי ווי פון אסאך מצריים, פיש, יעצט איז דער גאנצער פיש מארקעט אונטערגעגאנגען, אלע פיש זענען טויט, פון וואו זאל איך האבן געלט?"

"ס'נישטא קיין געלט איז נישטא קיין וואסער, ריק זיך אין די זייט, לאז צו דעם דורשטיגן מצרי אונטער דיר ביטע.''

בלית ברירה האט דער מצרי באצאלט מיט זיינע לעצטע פרוטות פאר אביסל וואסער.

ווען דער טאג האט זיך געענדיגט זענען זיך די אידן צוזאמגעקומען איבערצושמועסן די גרויסע ניסים וואס זיי האבן בייגעלעבט.

"דו ווייסט יכין, איך בין אויסערגעווענליך פרייליך, איך הייב שוין אן צו שפירן אז דער גלות קומט ענדליך צו אן ענדע, איך גלייב שוין אז בן עמרם איז דער ריכטיגער שליח פון באשעפער פון אונזערע זיידעס אברהם יצחק און יעקב אונז אויסצולייזן."

"יא כרמי, איך האב טאקע געהערט אז די זקנים און גושן האבן געזאגט אז ער האט געזאגט דעם סימן וואס יוסף האט אנגעזאגט אז דער וואס וועט אויסלייזן די אידן וועט זאגן.''

"דו ווייסט דאך יכין אז ווען דער אויבערשטער האט געזאגט פארן זיידן אברהם אז מיר וועלן דארפן גיין אין גלות האט ער אים אויך געזאגט אז דער פאלק וואס וועט אונז פייניגן וועט ער שטארק באשטראפן, ענדליך ווערט עס שוין מקויים.''

''איך האב היינט גערעדט מיט איינעם פון צוען, ער זאגט מיר אז אויך דארט איז געווען לעבעדיג, קודם ווען די חרטומים האבן געזוכט וואסער נאכצומאכן בן עמרם און עס מאכן פאר בלוט האבן זיי נעבעך נישט געקענט טרעפן... זיי האבן געמוזט גיין קויפן וואסער פון איינעם פון אונז און דערנאך איז עס געווארן בלוט, האט איינער חוזק געמאכט פון זיי, וואס איז די חכמה פון די גרויסארטיגע חרטומים, יעדער מצרי וואס נעמט וואסער פון א עברי ווערט עס בלוט...''

''איך האב געהערט פון איינעם וואס האט געזעהן דעם פאלאץ פון פרעה, דער הערליכער פאלאץ איז אינגאנצען פארשמירט מיט בלוט, די אלע הערליכע מאלערייען וואס ער האט געלאזט אויסמאלן אויף די ווענט איז געווארן אינגאנצן חרוב, אלעס איז געווארן א שטיק בלוט.''

"איך האב געהערט נאך א זאך, דער רבש"ע וויל פירן די מכות אזוי ווי א מלחמה, ווען מ'גייט אין מלחמה האקט מען צום ערשט אפ די וואסער וואס פליסט אריין אין שטאט צום שונא, די זעלבע זאך האט דער אויבערשטער צום ערשט אפגעהאקט די וואסער פון די מצריים, אזוי וועט ער ווייטער ברענגען מכות אויף די מצריים ביז זיי וועלן אונז ארויסלאזן.''

''לאמיר האפן אז די גאולה איז שוין טאקע נאנט...''

המשך יבא בעז"ה
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

סיכום מכת דם:

התחיל: ר"ח אב
התראה: כן
מקום ההתראה: נילוס
המכה נעשה על ידי: אהרן
תכסיסי מלחמה: סותמים היאורים
מידה כנגד מידה: פארגאסן אידיש בלוט ווי וואסער, מדרש לקח טוב
געשיקט אידן שעפן וואסער,
געווארפן קינדער אין טייך, משנת רבי אליעזר פי"ט
נישט געלאזט אידן זיך רייניגן אין וואסער
מתו הדגים: שרצו למנוע ''וידגו'' לרב (כלי יקר)
המכה בא להודיע: שליטת ה' במים.
פרעה ביקש משה להפסיק המכה: לא
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אוי, א געוואלדיגער יישר כח פאר מורינו הרב גראדער שליט"א.
איך האב עס נאכנישט געליינט, אבער חזקה על חבר שהוציא מתחת ידיו דבר מתוקן.

גייט נאך קומען עפעס פאר שבת?
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

אויפריכטיג האט געשריבן:אוי, א געוואלדיגער יישר כח פאר מורינו הרב גראדער שליט"א.
איך האב עס נאכנישט געליינט, אבער חזקה על חבר שהוציא מתחת ידיו דבר מתוקן.

גייט נאך קומען עפעס פאר שבת?


האפענטליך וועט נאך היינט זיין מכת צפרדע, און מארגן כינים ערוב, און אויב ס'וועט זיין עקסטערע סייעתא דשמיא אויך דבר שחין.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

ביזט א צדיק!
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

מכת צפרדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

זיבן טאג איז אנגעגאנגען די מכה, פרעה האט זיך געהאלטן שטארק, זיצנדיג אין פאלאץ האט ער נישט אזוי שטארק געשפירט די מכה, ער האט נישט געוואלט הערן וואס דער פאלק ליידט זיך צוזאם, ער האט זיך ענדערש געשטארקט און געטראכט, "ס'איז נישט אזוי געפערליך, אפי' ווען ס'קומט שוין יא עפעס א מכה לייד איך נישט אזוי דערפון, איך דארף נישט ארויסשיקן די אידן פון דא.''

ער האט נישט געוואוסט וואס ס'ווארט אים אפ...


ותעל הצפרדע.

די מצריים זענען פארנומען מיט ארבעט איבערן קאפ, הערשט נעכטן האט זיך געענדיגט די מכה פון דם, ענדליך איז דער טייך צוריק געווארן וואסער, אבער די נאכווייען שפירן זיך נאך אין גרויסן, אלע קליידער זענען אינגאנצן בלוטיג, קודם דארף מען עס גוט איינווייקן, און לאמיר האפן אז די קאליר וועט אמאל ארויסקומען, מ'דארף גוט אפוואשן אלע כלים, אפרייבן די בענקלעך, בעטן, און ווענט, קיין עסן איז נישטא, אלעס איז דאך געווארן פול מיט בלוט, דארף מען איינקנעטן פרישע ברויט, גיין כאפן פיש, אויב ס'איז שוין דא עפעס אין טייך, און פון נעמט מען עפעס געלט צו קויפן עסן ווען דאס גאנצע געלט האט מען אויסגענוצט צו קויפן וואסער?

די אידן זענען געווען צוריק ביי די ארבעט, זיי האבן אהיימגעשיקט די געלט קיין גושן און עס געהייסן גוט באהאלטן, אבער צו די ארבעט האט מען געדארפט צוריק גיין, די עבודת הפרך איז ווייטער אנגעגאנגען מיט גאנצן קראפט.

די מצריים האבן נאכנישט געהאט קיין צייט זיך צוזאמצוקלויבן ווען ס'הערט זיך ווידער דער באקאנטער קול פון משה רבינו אין גאנץ מצרים:

"אזוי האט געזאגט דער באשעפער, שיק ארויס די אידן מיר צו דינען, אויב דו ווילסט נישט וועל איך שיקן פרעש אין גאנצן לאנד!"

"דאסמאל בין איך זיכער אז אונזערע גרויסע חרטומים וועלן זיך אוודאי אן עצה געבן מיט זיי, נאכדעם וואס זיי האבן געזעהן וואסערע חרבנות דער בן עמרם האט אנגעמאכט דא פריערדיגע מאל, איינמאל דער יאור איז צוריק דא וועט אונזער געטשקע אונז אויך נישט פארלאזן'' האבן די מצריים זיך פרובירט צו טרייסטן.

דריי וואכן זענען משה און אהרן געקומען אין קעניגליכן פאלאץ יעדן טאג אים ווארענען איבער די מכה וואס גייט קומען, אבער פרעה האט זיך נישט צוטון געמאכט, אלעס איז אנגעגאנגען ווי געווענליך, דער ווערטשאפט אין פאלאץ איז ווייטער געגאנגען ווי גארנישט וואלט פאסירט, און ווי מען ערווארט נישט עפעס זאל פאסירן אין נאנטן צוקונפט.

א גרויסע אסיפה קומט יעצט פאר אין קעניגליכן פאלאץ, אויבן אן זיצט פארשטייט זיך פרעה, און ארום דעם לאנגן טיש זיצן די גרעסטע גענעראלן פון מצרים, שוין יארן וואס די מלחמה מיט כוש נעמט נישט קיין סוף, "דער שטח איז קלאר אונזערער, און פארן כבוד פון לאנד מצרים טארן מיר נישט מוותר זיין אויף קיין פינטל לאנד!" גיבט פרעה ארויס דעם באפעל, "דער קריג זאל ווייטער אנגיין מיטן פולסטן קראפט! אויב ס'פעלט זיך אויס וועל איך צושטעלן נאך סאלדאטן און געווער, אבער מיר גייען נישט קיין טריט אויף צוריק!"

א פארסאפעטער באדינער קומט אריין צו לויפן אינעם זאל איגנארירנדיג דעם גאנצן וויכטיגן צוזאמקום.

"אדוני המלך, ס'איז גרויסע צרות!"

פרעה איז שטארק אויפגעברויזט, "פון וואו האסטו גענומען די חוצפה אריינצוקומען אינמיטן א קעניגליכע אסיפה אן רשות?! דו ווייסט אז ס'קען דיר קאסטן דיין קאפ?!"

"יא אדוני המלך, און פונדעסטוועגן האב איך געהאלטן אז ס'איז גאר וויכטיג א דער קעניג זאל הערן די נייעס.''

''לאמיר הערן, לאמיר זעהן וואס דו האלטסט פאר אזוי וויכטיג מיר צו שטערן.''

''אדוני המלך, ווען בן עמרם מיט אהרן זענען ארויס פון קעניגליכן פאלאץ זענען זיי געגאנגען צום נילוס, ווידער האט אהרן אויפגעהויבן זיין שטעקן העכערן טייך, און א ריזיגער גיגאנטישער פראש איז ארויסגעקומען, דער פראש האט זיך גענומען שפאצירן פונעם נילוס צום פאלאץ, ס'איז אויפן וועג אהער.''

פרעה האט גלייך געוואוסט וואס דאס מיינט, בן עמרם האט אים נישט אנטוישט, אז ער האט געזאגט פרעש, קומט פרעש! "איך פארשטיי נישט?" בייזערט זיך פרעה, "איך האב געמיינט אז נאר א מלחמה מיט כוש קענט איר נישט געוואונען, א איינצעלנעם פראש קענט איר שוין אויך נישט באזיגן?! וואספארא שוואכלינגען האב איך דא אין מיין מלוכה!''

''אדוני המלך, מיר זענען אנטקעגן געלאפן דעם פראש מיט שטעקענעס, מיר האבן אים פרובירט צו הרג'נען אויפן פלאץ, אבער דא האט פאסירט א מורא'דיגע זאך, ווי מער מיר האבן געשלאגן דעם פראש זענען ארויסגעקומען פון אים נאך הונדערטער און טויזענטער פרעש, און דער פראש האט זיך גענומען מעכן אזעלכע קולות אז טויזענטער אנדערע פרעש האבן געהערט זיינע געשרייען און זיי זענען אים געקומען צו הילף, אבער איין גוטע נייעס קען איך מבשר זיין דעם הויעכגעשעצטן קייזער, ביזדערווייל האבן די פרעש קיינעם נישט געטשעפעט."

"וואו זענען די פרעש יעצט?"האט נאך פרעה אנגעיאגט צו פרעגן פאר די קולות האבן אנגעהויבן צו ווערן נענטער און נענטער, העכער און העכער.

"פארשפארט שוין אלע פענסטער און טירן" האט פרעה היסטעריש געשריגן, ''קיין איין לעכל זאל נישט בלייבן! אלעס זאל ווערן הערמעטיש פארשלאסן אז די פארשאלטענע פרעש זאלן זיך נישט אריינכאפן דא אין פאלאץ."

די פרעש האבן זיך אבער נישט דערשראקן פון פרעה'ס שלעסער, ווען די גאנצע שיירה פרעש זענען אנגעקומען צו די מארמארנע ווענט פון פרעה'ס פאלאץ האבן זיי פארלאנגט פונעם מארמאר זיי אדורכצולאזן, "פארוואס זאלן מיר דאס טון?" האט די מארמאר געפרעגט, "מיר זענען דא אויף א שליחות פונעם באשעפער וואס האט באשאפן די וועלט" האבן די פרעש געענטפערט, גלייך האט זיך די מארמאר געשפאלטן און די פרעש האבן אריינמארשירט אינעם קעניגליכן פאלאץ.

קיינער האט זיי נישט געוויזן דעם וועג, אבער זיי האבן גלייך מארשירט צום צימער וואו פרעה איז געזעצן און געפירט די אסיפה מיט די מלכים ושרים, מיט א שטאלץ איז ער געזעצן אויף זיין קעניגליכן שטול אנגעטון מיט טייערע קליידער מיט א גאלדענעם קרוין אויפן קאפ, ער האט געהאלטן אז אזוי ווי פון מכת דם האט ער נישט געליטן צו פיל וועט ער זיך אויך פון די פרעש ארויסדרייען, ווי ערשטוינט איז פרעה געווען צו זעהן די גאנצע מחנה פרעש זיך אריינשלייכן אינעם זאל, זיי זענען גלייך צוגעגאנגען צו אים, אריינגעקראכן אין אים, און ארויסגעקראכן פון זיין מויל, פרעה האט געהאלטן אינמיטן רעדן, און פלוצלונג זעהט מען פרעש גיסט זיך פון זיין מויל...

פון דארט האבן די פרעש ממשיך געווען צו די איבריגע מיניסטארן און חרטומים און דערנאך צום פשוטן פאלק.

פרעה האט זיך אנגעשטרענגט מיט איבערמענטשליכע כוחות נישט ארויסצואווייזן זיין בראך, ער האט געוואלט פירן ווייטער די אסיפה, אבער די קולות פון די פרעש זענען געווען אזוי הויעך אז מ'האט פשוט נישט געהערט וואס ער רעדט, ער האט געשריגן מיט אלע זיינע כוחות איבערצושרייען די פרעש, ס'איז אבער נישט געגאנגען.

שטייט זיך אזוי דער קליינער פרעה, נישט מער צוויי פיס הויעך, א בארד ביז דער ערד, שרייעט מיט זיינע לעצטע כוחות, צווישן יעדע צוויי ווערטער הוסט ער ארויס א פראש צוויי... און ער וויל נישט אויפגעבן, רופט די חרטומים ווינקט ער מיט די הענט, די חרטומים האבן זיך נישט געלאזט בעטן, זיי האבן אנגעוויזן פאר פרעה אויף א ליידיג שטיקל פלאץ ווי ס'איז נישט געווען קיין פרעש, און ביז א מינוט האבן זיי אנגעפילט דעם פלאץ מיט פרעש.

"חכמים וואס איר זענט" בייזערט זיך פרעה, לאמיר זעהן איר זאלט אוועק נעמען די פרעש פון דא, ברענגט איר מיר נאך אן פרישע... אבער דאך, איך זעה אז דער בן עמרם איז א פשוטער מכשף, איך האב זיך נישט וואס צו דערשרעקן פון זיי ן כישוף, יעדער אינגעלע דא אין מצרים קען וואס ער קען.

"אדוני המלך, די מלחמה מיט כוש איז היסטאריע, ס'איז פארענדיגט!"

"וואס האט יעצט פאסירט?" וואונדערט זיך פרעה, "שוין אזויפיל יארן וואס מיר קריגן זיך איבערן גרעניץ, וואס האט היינט צוגעברענגט מ'זאל קומען צו א פארשטענדעניש?"

"אדוני המלך, די אנשיקעניש פון פרעש איז נאר ביי אונז אין לאנד, נאר אין מצרים, מיר זענען געגאנגען ביים גרעניץ און מיר האבן געקוקט פונקטליך ביז וואו די פרעש גייען, און לויט דעם האבן מיר געוואוסט מחליט צו זיין וואו ס'איז מצרים און וואו נישט.''

"גוט, כאטש איין זאך איז ארלעדיגט.''

"אדוני המלך, דער גענעראל בעט אריינצוקומען.''

''ארלעדיגט, ברענגט אים אריין, שר המשקים, ברענג מיר א גלעזל וואסער צו טרונקען.''

פרעה הערט זיך צו צום מצב פון מיליטער, וויאזוי זיי פלאנען צו באקעמפן דעם מכה פון פרעש.
''מיר האבן א מורא'דיגן פראבלעם'' זאגט דער גענעראל, ''ווען מיר שטארקן זיך שוין ענדליך איבער א פראש, מיר צוקנאקן אים אויף שטיקער, ווערט פלוצלונג יעדער שטיקל א גאנצער פראש, אנשטאט מיר זאלן האבן מיט איין פראש ווייניגער דערזעען מיר זיך מיט צען מער...''

פרעה האלט אינמיטן טרונקען זיין גלאז וואסער, ער פארטראכט זיך און וואס ער האט יעצט געהערט, בטעות גיבט ער א גיס אויס אפאר טראפן וואסער, אוי א בראך! פון יעדן טראפ וואסער איז געווארן א פרישער פראש וואס איז גלייך אריין אין פרעה אריין...

''די פרעש הייבן מיר שוין אן נערוועז צו מאכן'' זאגט דער גענעראל פארן קעניג, ''דאס לעצטע מאל וואס איך האב געזעהן פרעש האב איך דווקא הנאה געהאט פון זיי, איך האב דעמאלס געשיקט מיין עברי צום טייך כאפן פרעש, ער האט נעבעך א גאנצן טאג געארבעט שווער ביז ער אנגעפילט א גאנצן פאס פרעש, איך האב אים געווארנט מיטן לעבן אויב ער פילט עס נישט אן... ווען ער איז אנגעקומען פארנאכט צו מיין קאנצעליי האט ער זיך קוים געשלעפט מיטן שווערן פאס אויף זיינע פלייצעס, וואס מיינט איר האב איך געטון, איך האב געעפנט דעם פאס, און געגעבן א גיס אויס אלע פרעש... ביז א מינוט זענען זיי זיך צולאפן אין אלע זייטן... איר האט געמוזט זעהן ווי דער עברי האט נעבעך געוויינט.

"יא יא, טאקע פארדעם לייד מיר אונז יעצט" טראכט איינע פון די באדינער, ער דערוואגט זיך אבער נישט עס ארויסצוזאגן אינעם געגנווארט פון פרעה, ''באמת קען איך עס יא זאגן'' טראכט ער ווייטער, ''זיי מאכן אזעלכע שרעקליכע קולות די פרעש אז פרעה וועט ממילא נישט הערן וואס איך זאג...''

ווען ס'האט זיך געמאכט א שטילע מינוט איז אריינגעקומען איינע פון די מיניסטארן:

"אדוני המלך, איך בין געקומען איבערגעבן א באריכט פונעם מצב אין לאנד"

"לאמיר טאקע הערן וויאזוי דער שטארקער פאלק מצרים שטארקט זיך איבער די שוועריקייטן וואס די שלעכטע עבריים ברענגען אויף די איידעלע מצריים'' זאגט אים פרעה.

"צום ערשט א באריכט איבער די מיליטער, אלע איבונגען האבן זיך אפגעשטעלט''

"היתכן? דער מיליטער דארף קענען אנגיין אונטער אלע אומשטענדן!''

''אמת אדוני המלך די גענעראלן און אפיצירן האבן טאקע פרובירט מיט אלע כוחות אנצוגיין, אבער ביי איבונגען דארף מען קענן לויפן און מארשירן, די גאסן זענען אזוי געפערליך פול מיט פרעש אז מ'קען ממש נישט גיין, די שמוץ וואס די פרעש לאזן ארויס צוזאמען מיט דעם שרעקליכן ריח, מאכט ממש אוממעגליך אראפצושטעלן א טריט אויף די גאס, אפילו אויב איינער פרובירט שוין יא, גליטשט ער זיך אויס.

אלע בעקערייען און עסן פאבריקן זענען פארשפארט.''

"פארוואס איז דאס? דער פאלק איז הונגעריג! נאכן ביטערן בלוט אנשיקעניש ווען יעדער איז געבליבן אן קיין עסן קענען מיר זיך נישט ערלויבן צו פארמאכן די עסן פאבריקן! מ'דארף זעהן ארויסצוגעבן א באפעל שוין צוריק צו עפענען!''

''אדוני המלך, אזוי ווי שטענדיג איז דער גרויסער קעניג הונדערט פראצענט גערעכט, נאכדעם ביטערן קלאפ וואס דער לאנד האט געכאפט ביים מכה פון בלוט, טויזענטער מענטשן זענען געבליבן אן קיין פרוטה, און די אקענאמיע האט זיך נאך בכלל נישט צוריקגעכאפט וואלט טאקע געדארפט זיין אסאך עסן צו באקומען ס'זאל נישט זיין צו טייער, אבער דאך איז עס ממש אוממעגליך, ווי די קעכער גיבן איבער איז ממש נישט מעגליך אנצוצינדן א פייער אין אויוון, די פרעש טאנצן אריין אין אויוון אריין און לעשן אויס דעם פייער.''

''איך גלויב נישט! אין אויוון, אינעם פייער גייען זיי אויך אריין?"

"יא אדוני המלך, דאס איז דער מצב, חוץ פון דעם קריכן זיי אריין אין יעדן טייג וואס ווערט איינגעקנעטן און אין יעדן עסן וואס מ'פרובירט צוצוגרייטן, ממש אז די עסן קוקט אויס אזוי שמוציג ווי די עסן וואס מיר פלעגן צו גיבן פאר די עבריים צו עסן, ס'איז אפילו געווארן באריכטעט איין פאל ווען איינער האט יא מצליח געווען אפצובאקן א טייג פאר ברויט מיט די פרעש אינעם טייג, ענדליך ווען מ'האט זיך געזעצט עסן דעם ברויט זענען די פרעש צוריק לעבעדיג געווארן ביי יענעם אין בויך, ס'געווען שרעקליך.''

"זאג מיר וואס איז דער מצב ביי אנדערע ביזנעסער, מ'מוז דאך עפעס טון אז די אקענאמיע זאל נישט צוגרינד גיין.''

''אדוני המלך, די גרויסע בוי פראיעקטן אין פיתום און רעמסס זענען ממש פארלאזירט, אפילו די גאר שטרענגע נוגשים האבן פרובירט צו מאכן די עבריים ארבעטן האבן אבער די עבריים נישט געהערט זייערע באפעלן צוליבן די שרעקליכע קולות, ווען א געטרייער נוגש האט געוואלט גיבן קלעפ פאר א עברי זענען די פרעש אינטער געשפרינגען דעם שטעקן אזוי אז ס'האט צוריקגעשפרינגען צום נוגש און אים צוהאקט דעם קאפ, אדער אין בעסטן פאל ווען דער נוגש האט פרובירט שלאגן האט ער געכאפט אזא גליטש אין די פרעש אריין אז ס'איז אים פארגאנגען דעם אפעטיט.

האטעלן גייען אלע באנקראט, פשוט מענטשן קענען ממילא נישט כאפן קיין דרימל, סיי פון די גרויסע קולות וואס די פרעש מאכן, און סיי ווייל אלע בעטן זענען פול מיט פרעש, און אפילו ווען זיי גייען שוין ארויס פון בעט בלייבט עס פארשמירט פון די סחורה וואס זיי לאזן איבער...

די זעלבע זאך איז מיט די שענק הייזער, מ'קען נישט צושטעלן פאר מענטשן קיין טרינק, גלייך ווען מ'פילט אן דעם גלאז מיט טרינקען, ווערט עס פול מיט פרעש, ס'איז אריינגעקומען באריכטן אז אין געוויסע פלעצער ווערט אפילו די שווייס פון די מצריים פרעש.''

"וואס טוט זיך מיט די בעלי עגלות? טראנספארטאציע איז גאר א וויכטיגע זאך אין לאנד, אן דעם קען מען נישט אנגיין"

"טראכט אריין אדוני המלך, אפילו די שטערקסטע פערד קענען נישט שלעפן א וואגן וואס איז האלב איינגעזינקען אין פרעש, בפרט נאך ווען די פרעש זעצן זיך ארויף אויף די רעדער און פרובירן עס צו דרייען אויף אלע זייטן... ס'איז אפילו געווען אזעלכע וואס האבן פרובירט צו רייטן אויף די פערד אליינס אן קיין וואגן, אסאך פון זיי זענען געשטארבן ווען די פערד האבן זיך אויסגעגליטשט אויף די פרעש, אדער ווען די פערד האבן זיי ארפאגעווארפן זייענדיג ווילד פון די פרעש וואס טאנצן אויף זיי.''

"זאג מיר, וואס טוט זיך מיט די עבריים? זיי ליידן אויך פון די מכה?"

"אדוני המלך, ס'טוט מיר וויי צו מעלדן אז ניין, אין גושן זעהט זיך נישט אן בכלל די גאנצע זאך, ס'נישטא קיין פראש צו באקומען דארט, איין עברי האט זיך נאך אפילו גערייצט מיט מיר, דו הערסט די קולות האט ער געזאגט, אזוי האבן מיינע זעקסלינגען געשריגן ווען איר האט זיי אריינגעווארפן אין טייך! איר קענט נישט שלאפן פון די קולות, הא? אויך איך האב כמעט נישט געקענט שלאפן ביינאכט ווען מ'האט מיר כסדר אויפגעוועקט צו טון אלע סארט עבודת הפרך"

"א חוצפניאק דער עברי!" מער האט פרעה נישט געקענט רעדן, א מחנה צפרדעים האבן זיך גענומען איבער זיינע ביינער... איינער האט זיך אוועקגעשטעלט אין מויל און פרעה האט נישט געקענט פטור ווערן פון אים, אויטאמאטיש האט זיך די אסיפה געענדיגט.

ס'איז אריבער א טאג נאך א טאג, ביים זעקסטן טאג האט פרעה שוין נישט געקענט אויסהאלטן, די פרעש זענען פשוט געווען אין אלע זייטן, אויף אים, אין אים, און וואו נישט, איין טאג הערט פרעה א שמועס צווישן צוויי פרעש וואס האבן געשמאק פארברענגט אין זיין מאגן:

"זאג נאר פראשל, ווען גייען מיר ארויס פון דא?"

"יא צפרדעי, ווען בן עמרם וועט געבן דעם באפעל דארפן מיר פארלאזן דעם פלאץ.''

"רופט שוין משה מיט אהרן, איך דארף וויכטיג רעדן מיט זיי!" האט פרעה באפוילן.

משה מיט אהרן זענען געקומען צו פרעה.

''איך בעט אייך'' האט פרעה אנגעהויבן, ''בעט ביים באשעפער ער זאל אוועקנעמען די פרעש פון מיר און פון מיין פאלק, און איך וועל אייך לאזן גיין דינען דעם אויבערשטן.''

משה רבינו האט געוואלט ווייזן פאר פרעה אז דער אויבערשטער איז דער גענצליכער בעל הבית אויף אלע באשעפענישן, און אויב ער האט זיך עס נאכנישט איבערצייגט ביז יעצט, זאל ער זעהן אז דער אויבערשטער קען אוועקנעמען די פרעש פונקטליך אין די מינוט וואס ער וויל, האט ער געזאגט פאר פרעה, "זאג מיר א צייט ווען דו ווילסט, און איך וועל בעטן דעם באשעפער אז אין יענע צייט זאל ער אוועקנעמען די פרעש."

ווען פרעה האט דאס געהערט האט ער געטראכט מן הסתם איז שוין געקומען די צייט וואס די פרעש דארפן אוועקגיין, משה מיינט זיכער אז איך וועל זאגן ער זאל אוועקנעמען די פרעש שוין, אזוי וועט ער באווייזן נאך א סימן אז דער באשעפער פירט די וועלט, "איך בין מסכים צו ליידן נאך א טאג, דער עיקר איז אים איבערצוקליגן!" האט פרעה געטראכט.

"מארגן" איז געווען פרעה'ס ענטפער.

"גוט" האט משה רבינו געזאגט, "איך וועל בעטן דעם באשעפער אז מאר

גן זאל ער אוועקנעמען די פרעש, ווען ס'וועט קומען די צייט וועלן אלע פרעש אויסשטארבן, חוץ די פרעש וואס זענען אריין אין די אויווענעס וועלן בלייבן לעבן און זיי וועלן צוריק אריינגיין אין טייך.''

אזוי איז טאקע געווען, דעם אנדערן טאג זענען אלע פרעש פלוצלונג אויסגעשטארבן, אינמיטן דעם שרעקליכן רעש וואס די פרעש האבן געמאכט, איז פלוצלונג געווארן טויט שטיל...

די מצריים האבן נישט געוואוסט וואס קודם צו טון, כאפן א דרימל נאך נישט קענען שלאפן זיבן טאג, אדער גיין צוזאמנעמען די פארשטינקענע טויטע פרעש און אויפרוימען דעם שרעקליכן שמוץ וואס זיי האבן אנגעמאכט.

אזוי ווי דער אויבערשטער האט געזאגט פאר משה רבינו נאך פריער, האט פרעה זיך געשטארקט אזוי ווי די מכה האט זיך געענדיגט, און ער האט נישט פארשיקט די אידן פון מצרים, אפילו ער האט געוואוסט אז ס'זענען נאך געבליבן פרעש אין טייך, און דער אויבערשטער קען זיי צוריקשיקן יעדע מינוט, דאך האט ער זיך געשטארקט און ער האט זיך נישט געהאלטן ביים אונטערגעבן.

המשך יבא אי"ה
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

סיכום מכת צפרדע

התראה: כן
איפה: בארמון המלך
נעשה על ידי: אהרן
תכסיסי מלחמה: עושים קולות וצעקות לבהל השונא
מידה כנגד מידה: שלחו ישראל לצוד שרצים
גזלו שנתם בהקיצם לעבודה, לא יכלו לישן מחמות קולות הצפרדעים, מדרש לקח טוב.
הם לא שמעות צעקת בני ישראל מן העבודה, צעקת התינוקות שזרקו ליאור, עכשיו ישתגעו בשמיעת צעקת הצפרדעים.
אמר לא ידעתי את ה', באו הצפרדעים ששרצו מהיאור ומסרו נפשם על קידוש השם.
לא נתנו לבני ישראל לנטול ידיהם והכריחו אותם לאכול בידים מזוהמים, עכשיו הם יאכלו פת מעופש ומזוהם מצפרדעים.
הכריחו בני ישראל לשאת משאם, כעת ישאו הם צפרדעים בבטנם.
המכה בא להודיע: שליטת ה' על פני האדמה.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

ישר כח פארן אונז אזויפיל מהנה זיין, און אונז אנשטאפן מיט ידיעות למען תספר באזני בנך וכו'

גראדער האט געשריבן:
האפענטליך וועט נאך היינט זיין מכת צפרדע, און מארגן כינים ערוב, און אויב ס'וועט זיין עקסטערע סייעתא דשמיא אויך דבר שחין.


איך וואונטש דיר אן, זאלסט האבן אסאך סייעתא דשמיא, סיי יעצט און סיי אלעמאל!
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

גראדער האט געשריבן: ער האט נישט געוואלט הערן וואס דער פאלק ליידט זיך צוזאם,

דערמאנט אונז אביסל פון... בלומבערג..
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

גראדער איך האלט מיך איין דיר אפצוגעבן דיין פארדינטען שקויעך יעצט, אי"ה ווען די וועסט ענדיגען וועסטעס באקומען
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

אפשר וואלט געווען א גוטע זאך, אז נאך די גאנצע מעשה פון יציאת מצרים, זאל מען מאכן איין גרויסע PDF מ'זאל קענען אוועקלייגן אויף פסח, צו דערציילן פאר די קינדער די דברים של טעם.
נאכאמאל גראדער, ישר כח פארן זיך אזויפיל אוועקגעבן פאר אונז, ישלם ה' פעלך, ותהא משכרתך שלימה מעם ה'.
חזק ואמץ!
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

מהאלט נאך נישט ביי בדיקת חמץ קודם זאל זיין א פי די עף לויט די סדרה פאר'ן שבת טיש אויפן וואך, דערנאך קענסטו מאכן סדר
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

מ'האלט שוין ביי די מכות
סטעפאן
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2010 9:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטעפאן »

יישר כח הרב גראדער, שיין איז נישט דאס ווארט
איך קלער צו איך זאל בלייבן אויף און ווארטן אויף כנים...
איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך וויל פארשטיין »

moshele11211 האט געשריבן:מהאלט נאך נישט ביי בדיקת חמץ קודם זאל זיין א פי די עף לויט די סדרה פאר'ן שבת טיש אויפן וואך, דערנאך קענסטו מאכן סדר
מאך נאך נישט קיין פי די עף, אזוי וועט ער וויסען אז אינז ווארטן ער זאל נאך ממשיך זיין.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

א יישר כוח איז צו ארעם

איך האב נאכנישט די ריכטיגע ווארט דערפאר!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

נישט אנטוישט!

רייכע פעדער, זאפטיגע שפראך וכו' מלא תוכן, אויסגעקנאטן די סדרה מיט די פולע באקן...

יישר כחכם וחילכם!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

גראדער, ריזיג שבריזיג!!! דו ביסט געוואלדיג, סיי די ליקוט, און סיי דיין שריפט!

ביי איין ליין האב איך עקספלאודעד...

גראדער האט געשריבן:


אוי מיין נילוס!



חאחאחאחאח... לאזונג פון יאר!!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

אילו פינו מלא וכו'.. אין אנחנו יכולים וכו'..
בפרט א יישר כח פארן לייגן די פסוקים אלס קעפלעך. עס איז אצינד אסאך שטערקער ממחיש דאס מציאות פון דעם פסוק און ציהט א פאראלעל צו די פרשה
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

א PDF פאר די וואס ווילן עס אין קליין. (האלבע פעיזש סייז - קליינע אותיות)
אטעטשמענטס
מדרש וארא.pdf
(237.32 KiB) געווארן דאונלאודעד 482 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”