דומה דודי לצבי – בין המצרים

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

דומה דודי לצבי – בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

אזוי ווי דער ארטיקעל איז געווען צווישן די שריפי קרעטשמע, און דער דזשורנאל איז דערווייל פארמאכט, לייג איך אים אהער און אויב די הנהלה וועט וועלן קענען זיי אים שפעטער אריבערפירן. (אני לכשעצמי האב מורא אז כ'וועל פארגעסן עס ארויפצולייגן, ולא תוהו ברהו...)

-

הממממ.... מיין ערשטע ארטיקעל אין דזשורנאל, יא שיקן נישט שיקן? כ'מיין איא! הלך, געגאנגען זאל זיין!

-

ערב שבת קודש כחצות היום, מ'מאכט די לעצטע הכנות איבערצולאזן די דברי חול און אריבערגיין צו די הכנות לשבת קודש. מ'פארלעשט דעם קאמפיוטער וואס וועט אזוי זיצן פארמאכט ביזן קומענדיגן מאנטאג ווען דער בעה"ב וועט זיך ווידער מרחם זיין אויפ'ן כלי וואס האט שוין אזויפיל צייט און מענטשן דערביטערט; מ'געזעגענט זיך פון די אנגעווארפענע פאפירל'ך וואס ווארטן אויף זייער תיקון, און מיט א ערנסטע מינע שפאצירט מען ארויס אין גאס זיך אריינזעצענדיג אין די שוין-פון-פריער אפגעקילטער אויטא.

איי, ס'קומט שבת אויף דער וועלט. שבת קודש פרשת פנחס די ערשטע שבת פון די ימי המצרים, א היליגער הויכער טאג אין די נידריגע טעג ווען כלל ישראל לאזט טרערן און איז מתאבל אויף אונזער צוויי טויזענט יעריגן חורבן, שריפת בית אלוקינו, די געדאנקן ווירבלן און די געפילן הייבן אן קאכן!

שוין ווידער די דריי וואכן; שוין ווידער די ימי הקטנות ווען די געמיטער ווערן צוקלאפט און צובראכן. יאר נאך יאר הערט מען ליידער אין די זמנים נישט גוטע נייעס, און היי יאר איז נישט צופיל אנדערש - ליידער ליידער - ווען מ'האט הערשט געהערט די נייעס פון שלום מרכי בן רבקה הלוי. ווילאנג נאך וועלן מיר דארפן בעטן צו דיר טאטע "נחם ה' אלוקינו את אבלי ציון ואת אבלי ירושלים וכו' החרבה והבזיוה והשוממה, ליבי ליבי על חלליהם וכו' כי אתה ה' באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה"? זיי שוין מקיים דעם ברוך מנחם ציון ובונה ירושלים!

ווי יעדער גלות איד מיט א געפיל פון טרויער, דריי איך אריין מיין אויטא אינעם קליינען שטעגל וואס וועט מיר פירן צוריק אהיים צו מיינע זיסע קינדערליך, וכרחם אב על בנים וועט מען אויסהערן אלע זייערע דרוקענישן און דערציילונגן וואס האט זיך אנגעזאמעלט במשכ'ן וואך. די קליינע איז געווען שבת טאטע און דער גרויסער קען די וואך ספעציעל פיין און ער וויל אז זיין טאטע זאל עס אנערקענען און אים געבן א גוט ווארט דערויף. הקיצור, ס'ערווארט מיר א נארמאלן ערב שבת ביי משפחת טויב...

-

נאכן אפפארן א האלבע וועג אין שווייגעניש, ביי איינע פון די שטארק דרייענדיגע וועגן געב זיך א דראסטיגע שטעל אפ דעם קאר. וואס גייט פאר? פרעגט מיין שכן אינעם פאדערשטן זיץ וואס איז נישט געוואוינט צו אזאליכע ווילדע אפגעשטעלעכצער. גארנישט, א הערש ליגט אויסגעצויגן אויפ'ן שטראסע און זיין פארווייטאגטע מאמע שטייט ממש דערנעבן ביים צוים פון וועלדל און די צובראכענקייט שרייט איר ארויס פון פנים!!!

די צווייטע העלפט וועג איז שוין געווען עפעס אינגאנצן אנדערש.

מיט אביסל אן ערנסטע מינע פרעג איך מיין שכן/חבר, מיט וועם כ'פאר כמעט מידי יום ביומו, ווי מ'זעמיר אינאיינעם עוסק אין די געוואלדיגע מצוה פון ברענגן לחם לפי: האסט געזעהן וואס דא איז געשעהן? נישט עפעס ספעשעל, א הערש איז געהארגעט געווארן, פאר קיין שום איד געוואונטשן, ענטפערט דער חבר מיינער!

דאן האמיר אנגעהויבן א שמועס, אינגאנצן נישט ווי אונזער געוואוינהייט, מיטן פולסטן ערנסטקייט, שטארק פארטראכט ווי יעדעס ווארט וואלט געוואויגן, צו ווייסטו וואס דאס מיינט? א מאמע שטייט און זעהט אז זי האט פארלוירן איר קינד און קען זיך נישט מנחם זיין?

שלמה המלך אין זיין הייליג משל שיר השירים איז אונז מגלה: דומה דודי לצבי, דער רבוש"ע אונזער טאטע אין הימל איז גלייך צו א הערש. אפשר טאקע צו דעם הערש וואס שטייט אזוי פארוויינט אז איר קליין קינד, נישט מער ווי א פאלנער חיה, איז געפאלן א קרבן צו א שנעלע פארבייפארער אדער צו איר שנעלער געלויפעכטץ, און זי די מאמע קען נישט קומען צוזיך און גיין ווייטער ווייל איר קינד איז מער נישטא!

אונזער טאטע אין הימל איז אויך נישט רואיג, ער קוקט אויף אונז מיט זיינע רחמנות בליקן, ער שטייט און ווארט און פרעגט ווען וועלן מיינע קינדער צוריק אויפלעבן? ווען וועלן זיי קומען צוריק אהיים און זיין ביי מיין טיש; אוי לו לאביו שגלו בניו משלחן אביהם, וויי וויי איז פאר אונז!

דער מדרש אין שה"ש זאגט אויפ'ן פסוק דומה דודי לצבי, דער רבוש"ע איז ווי א הערש וואס דרייט צוריק דעם קאפ צו קוקן אויף אירע קינדער, אזוי קוקט דער רבוש"ע צוריק צו אונז צו זעהן אויב אידישע קינדער האבן נאך עםעס א רגש דקדושה, צו ס'נאך דא פארוועם צו קומען.

טאקע יעצט בי"ן המצרי"ם, ווען פון צווישן די שפאלטענס קוקט דער רבוש"ע צו אונז, ווען ער דרייט זיך צוריק אויס צו אונז און ער זאגט: מיינע טייערע קינדער קומט צוריק צו מיר אהיים. לאמיר זיך צוריקדרייען און זאגן פארן טאטע אין הימל: השיבנו ה' אליך, נעם אונז צו דיר, נאר די קענסט און צוריק אויפלעבן און אויפוועקן פון אונזער ביטערן גלות-שלאף; נאר די קענסט אין אונז אריינבלאזן א רוח חיים, ורוח נכון חדש בקרבנו, געב א בלאז מיט דיין גרויסן שופר און מעלד אונז איין אז מיר זענען שוין צוריק דיינס!

משגיח מן החלונות מציץ מן החרכים. דער רבוש"ע קוקט צו אונז דורכ'ן שמאלן פענסטער ווייל מיר זענען ליידער אינדרויסן, און ער ווארט צו זעהן ווען מ'קום מיר שוין צוריק צו אים אין הויז אריין. אבער דער מדרש זאגט דומה דודי לצבי: אמרה כנסת ישראל לפני הקדוש ברוך הוא: רבונו של עולם! את אמרת לי דיו דיו, דיאו דיאו, את לגבן תחלה. עברי טייטשט, די זאגסט אונז אז מיר זאלן קומען נענטער צו דיר, אבער מיר ענטפערן, את לגבן תחילה, די קום צוריק צו אונז פריערט.

ס'קען אפשר זיין. דער תפארת שלמה זאגט אויף דעם וואס מיר זענען מתפלל ביי ברכת קרי"ש פון תפילת ערבית, בשכבינו ובקומינו נשיח וכו' בתלמוד תורתךוכו', ולכאו' וואספארא רעכט האט אזא תפילה, ס'הייסט א איד בעט אויף תורה ויראה? הכל בידי שמים חוץ מיר"ש, אויף דעם דארף א איד האראווען, נישט ווארטן אויף קיינע מופתים אז פון הימל זאל מען אים מאכן פאר א מענטש? אבער פארדעם זאגט מען ווייטער, זאגט דער תפארת שלמה, כי הם חיינ"ו ואורך ימינו, אן דעם וואס מיר זאלן לערנען און דאווענען קענען מיר נישט עקזעסטירן, און לעבן געהערט דאך שוין יא בלויז פאר הקב"ה, איז דאך נישט מער ווי יושר אז ער זאל משפיע זיין פאר אונז תורה ויר"ש.

ובכן אבוא אל המלך מלכי המלכים הקב"ה, אשר בידו מחקרי ארץ ותועפת הרים לו, הנשמה לך והגוף פעלך עשה נא למען שמך. טאטע זיסער: ס'נישטא קיין לעבן אן דיר; נישטא קיין מענטש און נישטא קיין וועלט; נאר אין דיין שאטן קען מען לעבן און אדורכלעבן די שווערסטע! את לגבן תחילה, די דארפסט קודם קומען צו אונז, ווייל אן דעם קענען מיר נישט אנגיין, ס'איז ממש פקוח נפש, יעצט ביזטו טאטע ווי דער הצלה מאן וואס קומט צו הילף א דערטראנקענער וואס שטיקט זיך!

וואלט ווען דער הערש נישט געטוען אלעס אויף דער וועלט אז זיין קליין הערשעלע זאל זיך צוריק פאראייניגן מיט אים? זיכער אז יא! אבער ער איז נישט ביכולת. די טאטע, און נאר די קענסט אונז צוריק אויפלעבן און צוריקברענגן צו דיר, לאמיר שוין זוכה זיין בקרוב.

-

אבער לערענדיג אביסל אין מדרש שה"ש זעהט מען אביסל אן אנדער פשט אינעם פסוק דומה דודי לצבי:
מה צבי זה, מדלג מהר להר, מבקעה לבקעה, מאילן לאילן, ומסוכה לסוכה, מגדר לגדר; כך הקדוש ברוך הוא מקפץ מבית הכנסת זה, לבית הכנסת זה, מבית מדרש זה, לבית מדרש זה.

השי"ת גייט פון שול צו שול און ער פרעגט: בני היכן אתם? כ'האב ענק געגעבן א מקום מקלט ווי איר קענט איינטלויפן פון יעדע צרה, גם כי אלך בגיא צלמות לא אירא רעה כי אתה עמדי, פארוואס זענט איר קוים דארט? דאס איז דאך מיין הויז, דארט קענט איר מיר שטענדיג געפינען און זיין בצילא דקוב"ה!

[ואגב אעתיק לשונו הקדוש של מרן בשו"ת דברי חיים או"ח ס' י"ז וזל"ק:
ואת מעט המנוחה אשר מצאתם בהתעטף לבבם בעת התפלה כי כל היום בעונתינו הרבים מוטרדים בעסקים שונים ובין אנשים משונים במדתם ודיעות זרות וגם השתיה לא כדת עם האכילה אשר לא נודע אם מתוקן כדת ושארי ענינים אשר ישוטטו ברחובות קריה ולא נשאר לכם רק מעט זמן התפלה להתפלל יחד יראי ה' עם שליח ציבור ירא ד' ואיך עתה יתהפכו ח"ו וכו' עכל"ק.
ואנן מה נענה אבתריה, אויב מ'האט אמאל געזעהן אנשים משונים און געהאט טירדות, ווי זעהן מיר אויס היינט?...]

אבער טאטע אין הימל אין וועליכע דור האסטו אונז אריינגעשטעלט? מ'לעב מיר אין א דור מלא שטיפה וזימה, און אין א לאנד ווי די טמאה איז אסאך ארגער ווי מצרים, און דער כוח המושך פונעם ערל אינדרויסן פון בית המדרש איז אוים ונורא.

ס'דארף טאקע זיין אן אתרעותא דלתתא, אבער צו מאכן א אתרועתא דארף מען אויך וועלן, ווי מ'זאגט מ'דארף וועלן וועלן. בכן איז דא איין וועג, אז די באשעפער זאלסט אין אונז אריינברענגן א רצון צו וועלן, פתח להם נועם ורצון, עפען אונז א טויער פון וועלן וואס מיט דעם וועט זיין לפתוח שערי רצונך, מיר וועלן באקומען א רצון צו מאכן אן אתרעותא דלתתא, והבא לטהר מסייען אותו מן השמים אז מיר זאלן צוריק קומען צו דיר אהיים קיין ירושלים, מיטן מלך המשיח, בב"א.

אוי טאטע זיסער, ווען וועט דאס שוין זיין?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

--------------------------------------------------------------------------------

דורך גראדער אום דאנערשטאג יולי 08, 2010 5:26 pm

כ'האב נאכנישט געהאט קיין צייט עס אדורכצוליינען, אבער אז שמעלקע שרייבט פארדינט זיך עס שוין א יישר כח...

אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
גראדער
שר האלף
הודעות: 1083


--------------------------------------------------------------------------------

דורך שטארק זיך אום דאנערשטאג יולי 08, 2010 5:31 pm

שמעלקא שמעלקא, ווי גוט און הייליג די זאגסט,

יישר כוח פאר'ן אריינברענגן אין די ימי המצרין פאזע.

אגב, דזשורנאל איז גוט פלאץ פאר דעם מאמר, אבער עס געהער מעגליך און 'מועד במועדו'.

שטארק זיך, שטארק זיך אידעלע!
שטארק זיך
שר האלף
הודעות: 1522

--------------------------------------------------------------------------------

דורך גיי_ווייס אום פרייטאג יולי 09, 2010 4:46 am

אווי דע ארטיקל זאל נאר זיין שטייט עס העכער אלעם
שמעלקע ;l;p-
שכוח פארן ציטירן
דיינע געפילן
מיט אזא געשמאק

_________________________x
גיי_ווייס
שר חמישים ומאתים
הודעות: 264
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

ארויפגעברענגט לכבוד המאורע, כאטש עס איז ארגינעל געשריבן געווארן צום אנפאנג פון די דריי וואכן, דאך איז קיינמאל נישט צו שפעט.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

איי טאטע פתח לנו שער בעת נעילת שער כי פנה יום...!
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב


יישר כח ר' שמעלקא
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

שיין צו זעהן אז נאך אזוי לאנג קוקט נאך איינער אויף שמעלקא...
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

מיר ערווארטן דו זאלסט צוריק קוקן אויף אונז...
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

כ'האב זיך זייער ליעב... און אויך מיינע אלטע ארטיקלן, עמוד עמוד עמוד!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: דומה דודי לצבי – בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ארויף ארויף פון קעלער ארויף
אוי באשעפער לייז אונז שוין אויס
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”