קאמענטאטאר האט געשריבן:שמואל בארג האט געשריבן:די חילוק אין די תנועה ווייס איך אויך, ווארשיינליך די מעשה וויל ער וויסן.
אקעי, די מעשה איז גרינגער אפצושרייבן.
געווען אמאל א ראש הקהל וועם מען האט צוגעשיקט צום עמוד ראש השנה אדער יום הקדוש, אבער אנקומענדיג צו די תנועה'לע בעפאר "ברכו" האט ער זיך געקראצט דעם שטערן און געביסן די ליפן, ולא עלתה בידו זיך צו דערמאנען דעם תנועה פון די ימים נוראים...
ביז די קלוגע עזר כנגדו - וואס איז פערצופאל געשטאנען אין ווייבערשול. מעגליך אין די צייטן וואס פרויען פלעגן קומען צו מערבית אויך, אדער אין די צייטן פונעם מגיפה ווען מ'האט געדאווענט אין די חצירות פון די הייזער - האט זיך גענומען שרייען אויף אים מיט די תנועה הידועה לברכו של ימים הנוראים "איי דו אלטער שטינקער, אז מען קען נישט - נעמט מען זיך נישט אונטער"...
די ווערטער (און בעיקר די תנועה זייערע) האבן טאקע אויפגעטון זייערס, און דער מאן ביים עמוד האט זיך צופלאמט און תיכף אנגעהויבן "אה הא הא הא הא הא הא" מיט'ן טעם העליון, נאכגעפאלגט מיט א הילכיגע "ברכו" ווי עס פאסט פאר א ראש הקהל.