כ'בין געשטארבן ביי די 23!

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

שמחה מתוך שמחה
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2021 4:58 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך שמחה מתוך שמחה » מאנטאג אפריל 12, 2021 9:52 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:@להחיות האט דיר בפשטות שלעכט פארשטאנען.

להחיות האט יא גוט פארשטאנען ער האט ס''ה מגיב געווען אז הענדימען איז גערעכט

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14646
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אפריל 12, 2021 9:55 pm

שמחה מתוך שמחה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:@להחיות האט דיר בפשטות שלעכט פארשטאנען.

להחיות האט יא גוט פארשטאנען ער האט ס''ה מגיב געווען אז הענדימען איז גערעכט

אה... מיר נישט בייגעפאלן. איז דאך זיכער גוט.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אמת'ע אמונה
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 22, 2021 11:13 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך אמת'ע אמונה » דינסטאג אפריל 13, 2021 12:32 am

בבקשה האט געשריבן:
אמת'ע אמונה האט געשריבן:שלום וברכה הרב מחר אני בא,

איך האב געזען דיין בריוו דא, האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן ווייל איך בין ליידער אויך אריבער א ענליכע עקספיריענס, דעריבער וויל איך מיטטיילן וויאזוי איך אלס פשוט'ע איד לעב עס דורך.

קודם כל זאלסטו דאנקן דער באשעפער אז די לעבסט אין 2021 ווייל די דרך הטבע אין בלויז געציילטע יאר ארום וועט זיין אינגאנצן אנדערש ווי די היינטיגע דרך הטבע, רעד מיט איינער וואס איז געווען א אינגערמאן צוואנציג יאר צוריק וועט ער דיר קענען זאגן ווי שנעל די וועלט טוישט זיך מיט אלעס, ממילא נאך אביסל וועט בעזרהשי"ת די דרך הטבע פאר דיר, זיין אינגאנצן צום גוטן.

און יעצט צום פאוינט, איך קען ליידער אויך שרייען אז איך בין געשטארבן ח"ו, עס איז געווען צייטן וואס איך האב טאקע געמיינט אז דאס איז עס, עס איז געווען שרעקליך פארווייטאגט, ביז איך האב געזען אז איך בין דער וואס מאכט די ווייטאג גרעסער און גרעסער, ווייל איך האב פשוט נישט געגלייבט אין דער אייבערשטער, אבער ב"ה לכבוד דעם האב איך באקומען א מתנה וואס הייסט אמונה פשוטה, און נאר אזוי קען מען עס דורך לעבן און זיין אמת'דיג צופרידן מיט זיך.

וואס מיינט אמונה פשוטה? איך האב זיך אויסגעלערנט אז איך דארף נישט וויסן "פארוואס" עס איז אזוי, נאר אייביג וויסען אז עס איז אזוי, ווייל דער אייבערשטער וויל אזוי, און אז איך דארף נישט און גיי נישט האבן די זעלבע וואס יענער האט, ווי למשל קינדער, געלט, געזונט, אא"וו,
און וויאזוי עס וועט זיין, איז עס נאר ווייל דער אייבערשטער וויל אזוי, און איך קען גארנישט טון נאר בעטן און בעטן פון אים פאר די ישועה.
אבער מען דארף געדענקן אז ער טוט וואס ער וויל און איך דארף נישט און קען נישט און גיי נישט פארשטיין, און וויאזוי עס איז, דאס איז די "אמת'ע תכלית" אויף דער וועלט.

פארשטייט זיך אבער אז מען דארף אייביג געדענקען אז אנצוקומען צו אמת'ע אמונה קען מען נאר דורך האבן "אמת'ע שלום בית", און װי די לייגסט עס אראפ איז דאס נישט די פראבלעם, און אויב יא מוז מען ארבייטן קודם נאר אויף דעם, לאמיר אבער נישט יעצט אריינגיין אין די סוגיא.

איינמאל מען נעמט עס אריין אין קאפ, יא עס זאגט זיך טאקע אסאך גרינגער ווי עס אויסצופירן, (אבער עס איז ממילא נישט דא קיין אנדער ברירה) קוקט מען אן די לעבן מיט א אנדערע בליק און מען ווערט צופרידן אויף וואס מען האט יא ב"ה, און מען ווערט א מענטש ציווישן מענטשן, ווייל אז מען איז צופרידן פון זיך טראכט מען נישט פארצרה'ט, ממילא וועלן אלע ארומיגע מענטשן דיך טריטען װי א נארמאלע מענטש ביז די וועסט פילן באמת אז די ביסט פונקט אזוי ווי יעדער איינער, ווייל דער אמת'ער אמת איז אז ביז משיח'ס טאג האט קיינער נישט אלעס וואס מען וויל, "פארוואס?" ווייל אזוי וויל דער אייבערשטער.
טראכט גוט ווייל עס איז גוט.

דער באשעפער זאל העלפן אז די זאלסט וועלן לעבן, און לעבן א פרייליכע און גליקלכע לעבן מיט אמת'ע הרחבת הדעת!


כ׳האב דורכגעליינט דיין גאנצע תגובה, און איך מוז דיר זאגן, אז איך גלייב נישט אז די ביסט דרוכגעגאנגען דאס וואס @מחר אני בא גייט דורך, און אויב ביסטו יא דורכגעגאנגען, דאן האסטו זיכער פארגעסן וויאזוי האסט דאן געשפירט. איך בין דאס יא דורכגעגאנען, און איך וואלט קיינמאל נישט געשריבן אזא תגובה, איך וויל דיר באמת פרעגן, די האלטס אז ווען איינער האט ״אמת׳ע אמונה״ דאן האט ער נישט קיין צער? וואס דען האט רחל געמיינט צו זאגן ״הבה לי בנים ואם אין מתה אנכי״? זי האט נישט געשפירט קיין צער? זי האט נישט געהאט קיין ״אמת׳ע אמונה״? די האסט בכלל געזען פותח האשכול זיך באקלאגען ״פארוואס״ די אייבישטער האט עם גשיקט די נסיון? סך הכל האט ער ארויסגעגעבן זיין צער. גראדע פון קוקן זיינע תגובות בין איך נתפעל פאר זיין שטארקקייט, ביי מיר איז קיין ספק אז אונטער די ניק שטייט א איד וואס איז מלא וגדוש מיט אמונה ובטחון.


חלילה וחס, איך האב נישט געזאגט אז עס איז נישט דא קיין צער דא, ליידער בין איך אויך אין גרויס ווייטאג, נאר איך זע אז יעדער קומט זיך דא מיט זיינע עצות און סגולות, וויל איך מיטטיילן וויאזוי איך אלס פשוט'ע איד לעבט עס דורך.

אמת'ע אמונה
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 22, 2021 11:13 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך אמת'ע אמונה » דינסטאג אפריל 13, 2021 12:34 am

יוסי מ'ברוקלין האט געשריבן:אז אנצוקומען צו אמת'ע אמונה קען מען נאר דורך האבן "אמת'ע שלום בית"
תפרש בבקשה!


לאמיר שרייבן זייער בקיצור ווייל עס איז יעצט נישט דא קיין צייט פאר אריכות.
עס שטייט אין די תורה אז מען דארף ליב האבן דעם באשעפער, און עס שטייט אויך אז קודם דארף מען זיך ליב האבן, און מען קען זיך ליב האבן נאר ווען מען איז צופרידן פון זיך, און מען קען זיין צופרידן פון זיך נאר ווען מען האט אמת'ע שלום בית!

אמת'ע אמונה
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 22, 2021 11:13 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך אמת'ע אמונה » דינסטאג אפריל 13, 2021 12:36 am

הענדימען האט געשריבן:
מחר אני בא האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:כ'מיין אז די גאנצע שמועס איבער וואס און וויאזוי איינער וואס האט נישט קיין קינדער מעג\זאל\קען\ברויך\מוז זיך שפירן מעג זיך שוין ענדיגן

ס'קומט מיר צו וויינען

פון איין זייט פריי איך זיך אז אידן ווייסן באמת נישט וואס צער מיינט

פון די צווייטע זייט ווערן אידן ווייגעטוהן אויף א שרעקליכן אופן



ביסט 100% גערעכט, קיינער מיינט ח"ו נישט וויי צוטאן א צווייטער, נאר אזוי ווי איך גיי אויך אריבער די גרויסע ווייטאג און איך זע אז איינער שרייבט אין א פאבליק פארום אז ער איז געשטארבן וויל איך לאזן וויסן אז איך דאנק השי"ת אז איך לעב, אין איך ארבעט צו זיין צופרידן וואס איך האב יא. ב"ה

אוועטאר
אורח הכבוד
שר האלף
תגובות: 1914
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך אורח הכבוד » דינסטאג אפריל 13, 2021 10:07 am

אמת'ע אמונה האט געשריבן:
יוסי מ'ברוקלין האט געשריבן:אז אנצוקומען צו אמת'ע אמונה קען מען נאר דורך האבן "אמת'ע שלום בית"
תפרש בבקשה!

עס שטייט אין די תורה אז מען דארף ליב האבן דעם באשעפער, און עס שטייט אויך אז "קודם" דארף מען זיך ליב האבן,


שטיקל מקור לדבריך איז שייך?
לעצטע מאל איך האב געטשעקט איז געשטאנען ואהבת את ה''א בכל לבבך אן א שום תנאים קודם למעשה
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

משהלע
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך משהלע » דינסטאג אפריל 13, 2021 10:19 am

איך האב גארנישט צו זאגן ווייל איך קען גארנישט זאגן.
איין זאך יא. איך בין מתפלל כמעט יעדע תפלה פאר אייך.

אוועטאר
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך הייליג » דינסטאג אפריל 13, 2021 10:53 am

אורח הכבוד האט געשריבן:
אמת'ע אמונה האט געשריבן:
יוסי מ'ברוקלין האט געשריבן:אז אנצוקומען צו אמת'ע אמונה קען מען נאר דורך האבן "אמת'ע שלום בית"
תפרש בבקשה!

עס שטייט אין די תורה אז מען דארף ליב האבן דעם באשעפער, און עס שטייט אויך אז "קודם" דארף מען זיך ליב האבן,


שטיקל מקור לדבריך איז שייך?
לעצטע מאל איך האב געטשעקט איז געשטאנען ואהבת את ה''א בכל לבבך אן א שום תנאים קודם למעשה

זהו פשוט דמי שאין לו הכרת הטוב לב"ב שרואה בעינו הגשמי הטובות שמקבל, א"א לו להכיר טוב להקב"ה שאינו רואה אלא מאמין
וה"ה לאהבה
(אהבה הוא עבודה לאהוב, ואע"פ שאינו בא ממילא, אהבת ה' הוא מדרגה למעלה מיראה שאינו בא מעצמו)
איך נעם אן וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרוביר איך צו ווערן בעסער

Next
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 24, 2018 11:55 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך Next » דינסטאג אפריל 13, 2021 12:02 pm

וואלט מען געמעגט מסדר אזא געדערינג אזוי צי זאגן פאר די אלע וואס זענען דאס אריבער (מענער)
לכאורה וועל איך זיין פון די זיידעס...

מיכל
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך מיכל » דינסטאג אפריל 13, 2021 1:15 pm

[/quote]
עס שטייט אין די תורה אז מען דארף ליב האבן דעם באשעפער, און עס שטייט אויך אז "קודם" דארף מען זיך ליב האבן,[/quote]

מאמאמיע!

מיכל
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך מיכל » דינסטאג אפריל 13, 2021 1:17 pm

שטייט נישט אין ערגעץ. אבער עס איז אן אנגענומענע קאנצעפט ביי טעראפיסטן אז א מענטש קען נישט ליבן האבן זיינע ארומיגע פאר ער האט זיך נישט ליב (הגם איך פארשטיי נישט פונקטליך פארוואס)
אבער דאס אריינצופלעכטן מיט אהבת הבורא, ולא כל שכן צו זאגן אז עס 'שטייט' אזוי, איז נישט וואר.

חכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2015 7:34 am

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך חכימא » דינסטאג אפריל 13, 2021 5:12 pm

געליינט און געוויינט...

מה אני ומה חיי צו פריווען צו טרייסטן, אבער בהשגחה פרטית אינה ה' לידי
אריינצובליקן אין אמרות טהורות פונ'ם ראחמיסטריווקא'ער רבי'ן שליט"א פון בארא פארק,
ביי די שיחות יקרות לפרשת שמיני האט ער גאר א ברייטע שמועס איבער קבלת יסורין באהבה,
די הייליגע ווערטער פון דעם גברא רבה זענען כמים קרים על נפש עייפה און ווי באלזאם אויף א קראנקע פארווייטאגטע זעהל.

שטארק רעקאמענדירט פאר די וועלכע נויטיגן זיך אין א דאזע פון חיזוק!
ודי לחכימא ברמיזא

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1357
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך שקר » זונטאג אפריל 18, 2021 9:31 pm

געהאט א קינד די וואך ליגענדיג אויף די בעט מיט יסורים זאגט מיר מיין ווייב אז איך זאל אויך אינזין האבן די אינגערמאן פין אייוועלט
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
Amazing
שר האלף
תגובות: 1710
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך Amazing » זונטאג אפריל 18, 2021 9:42 pm

שקר האט געשריבן:געהאט א קינד די וואך ליגענדיג אויף די בעט מיט יסורים זאגט מיר מיין ווייב אז איך זאל אויך אינזין האבן די אינגערמאן פין אייוועלט

Wow!
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך אזוי גוט » מאנטאג אפריל 19, 2021 6:23 pm

שקר האט געשריבן:געהאט א קינד די וואך ליגענדיג אויף די בעט מיט יסורים זאגט מיר מיין ווייב אז איך זאל אויך אינזין האבן די אינגערמאן פין אייוועלט

אשרך ישראל !!!

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך גרשון » מיטוואך אפריל 21, 2021 7:57 pm

מיכל האט געשריבן:שטייט נישט אין ערגעץ. אבער עס איז אן אנגענומענע קאנצעפט ביי טעראפיסטן אז א מענטש קען נישט ליבן האבן זיינע ארומיגע פאר ער האט זיך נישט ליב (הגם איך פארשטיי נישט פונקטליך פארוואס)
אבער דאס אריינצופלעכטן מיט אהבת הבורא, ולא כל שכן צו זאגן אז עס 'שטייט' אזוי, איז נישט וואר.

לדעתי איז עס יא וואר, כאטש דער כותב האט זיך אפשר נישט אזוי גוט אויסגעדריקט. ס'איז פשוט אז כדי צו אמת'דיג קענען געבן פאר אנדערע, דארף מען זיין פול נפשיות'דיג. אנדערש איז דער מענטש א שטענדיגער מקבל; ער זוכט נאטירליך כסדר אנצופילן זיין "איך".

דאס איז אויך שייך צו זאגן ביי אהבת הבורא, ווייל ווילאנג א מענטש שפירט נישט צופרידן, וועט ער דאס כסדר נאכלויפן און ער קען נישט טון עפעס אנדערש. והדברים עמוקים, אבער רוב געפילישע מענטשן וועלן עס פארשטיין. אפשר וועל איך א צווייט מאל מער מרחיב זיין.

@אמת'ע אמונה האט ווארשיינליך פארטוישט א טייטש וואס מ'זאגט אויפ'ן פסוק "ואהבת לרעך כמוך", אז אויב דארף מען ליבן דעם חבר ווי זיך אליין, מיינט עס אז קודם מוז מען זיך אליין ליב האבן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

אוועטאר
sheetrock
שר חמשת אלפים
תגובות: 5697
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך sheetrock » מיטוואך אפריל 21, 2021 8:07 pm

מיכל האט געשריבן:שטייט נישט אין ערגעץ. אבער עס איז אן אנגענומענע קאנצעפט ביי טעראפיסטן אז א מענטש קען נישט ליבן האבן זיינע ארומיגע פאר ער האט זיך נישט ליב (הגם איך פארשטיי נישט פונקטליך פארוואס)
אבער דאס אריינצופלעכטן מיט אהבת הבורא, ולא כל שכן צו זאגן אז עס 'שטייט' אזוי, איז נישט וואר.

טאשע'ר רבי זצ"ל איז מסביר פורים אז כדי מ'זאל קענען האבן א מחית עמלק ווי ס'ברויך צו זיין ברויך מען זיך קודם זייער שטארק ליב האבן ווייל אלץ מער מ'האט זיך ליב אלץ מער קען מען יענעם ליב/פיינט האבן. מ'זעהט עס יא אין אסאך חסידישע ספרים רעדן דערפון. יעדן טאג ביי הרינו מכוון וכו (ווער ס'זאגט עס), שטייט דארט "לשם יחוד... להכריע "את עצמי" ואת כל בנ"י ואת כל העולם לכף זכות"
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

הגות תבונות
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 11:39 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך הגות תבונות » פרייטאג אפריל 23, 2021 10:52 am

גרשון האט געשריבן:
מיכל האט געשריבן:שטייט נישט אין ערגעץ. אבער עס איז אן אנגענומענע קאנצעפט ביי טעראפיסטן אז א מענטש קען נישט ליבן האבן זיינע ארומיגע פאר ער האט זיך נישט ליב (הגם איך פארשטיי נישט פונקטליך פארוואס)
אבער דאס אריינצופלעכטן מיט אהבת הבורא, ולא כל שכן צו זאגן אז עס 'שטייט' אזוי, איז נישט וואר.

לדעתי איז עס יא וואר, כאטש דער כותב האט זיך אפשר נישט אזוי גוט אויסגעדריקט. ס'איז פשוט אז כדי צו אמת'דיג קענען געבן פאר אנדערע, דארף מען זיין פול נפשיות'דיג. אנדערש איז דער מענטש א שטענדיגער מקבל; ער זוכט נאטירליך כסדר אנצופילן זיין "איך".

דאס איז אויך שייך צו זאגן ביי אהבת הבורא, ווייל ווילאנג א מענטש שפירט נישט צופרידן, וועט ער דאס כסדר נאכלויפן און ער קען נישט טון עפעס אנדערש. והדברים עמוקים, אבער רוב געפילישע מענטשן וועלן עס פארשטיין. אפשר וועל איך א צווייט מאל מער מרחיב זיין.

@אמת'ע אמונה האט ווארשיינליך פארטוישט א טייטש וואס מ'זאגט אויפ'ן פסוק "ואהבת לרעך כמוך", אז אויב דארף מען ליבן דעם חבר ווי זיך אליין, מיינט עס אז קודם מוז מען זיך אליין ליב האבן.

גוט געזאגט @גרשון.

כ'וועל צולייגן א קנייטש: אהבה איז א רעזולטאט פון נאנטשאפט, דאס הייסט אז מען האט ליב א נאנטן מענטש. צום ביישפיל די אהבה פון געשוויסטער איינע צו די אנדערע קומט נישט פון קיין שום באזונדערע סיבה אויסער זייער נאטורליכער נאנטקייט. און פון דעם שטאמט די אויסטערלישע אהבה וואס צדיקים שפירן צו יעדן איד, זינט זיי לעבן באמת מיט דעם אז אלע אידן זענען ברידער, כמבואר בספה"ק במקומות אין מספר.

איצט די סיבה פארוואס מ'שפירט ליבשאפט צו א נאנטן שטאמט פון די אהבה וואס דער מענטש האט בטבע צו זיך אליין. נעמליך, ווי נאנטער און פאראייניגט דער מענטש שפירט זיך צו יענעם, אלס מער וועט זיין נאטורליכער אהבה עצמית אויסשפרייטן אירע פליגלען אויף יענעם. [ועי' אריכות נפלאה בענין זה בהקדמה לספר שערי יושר להגאון ר' שמעון שקאפ זצ"ל]

ממילא א מענטש וועלכער שפירט נישט קיין אהבה צו זיך זעלבסט, איז נישט במציאות אז ער זאל קענען באמת ליב האבן אן אנדערן. און אויב יא, וועט ער נאר ליב האבן וואס יענער שטעלט אים צו, אבער נישט יענעם זעלבסט.

------

ובעיקר הענין של אהבת עצמו, עיין לשונו הזהב של הגה"ק החזון איש בספרו אמונה ובטחון (פ"ד אות יד), וז"ל: אמנם אין תיקון המדות שולל מהאדם אהבת עצמו, כי מציאות הנטיות לכבוד ולעונג היא מציאות חיובית בהרכב המכונה של זה החי הנקרא אדם. ואין שלילת הנטיות האלה בנין בנפש אדם, אלא סתירת הויתו. המוסר אומר לאדם אהוב את עצמך ורכוש כבוד. אבל דע לך מה אשרך עלי חלד ומה כבודך, אין כבוד אלא תורה, אין כבוד אלא ענוה, אין כבוד אלא עזיבת הכבוד. אין אושר רק להשתחרר מנטיות טבעיות ולהיות נכנע לד' ולתורתו - תכלית החיים בעולם הזה ובעוה"ב.

אוועטאר
נשמת השכל
שר האלפיים
תגובות: 2657
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך נשמת השכל » פרייטאג אפריל 23, 2021 11:04 am

הגות תבונות האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
מיכל האט געשריבן:שטייט נישט אין ערגעץ. אבער עס איז אן אנגענומענע קאנצעפט ביי טעראפיסטן אז א מענטש קען נישט ליבן האבן זיינע ארומיגע פאר ער האט זיך נישט ליב (הגם איך פארשטיי נישט פונקטליך פארוואס)
אבער דאס אריינצופלעכטן מיט אהבת הבורא, ולא כל שכן צו זאגן אז עס 'שטייט' אזוי, איז נישט וואר.

לדעתי איז עס יא וואר, כאטש דער כותב האט זיך אפשר נישט אזוי גוט אויסגעדריקט. ס'איז פשוט אז כדי צו אמת'דיג קענען געבן פאר אנדערע, דארף מען זיין פול נפשיות'דיג. אנדערש איז דער מענטש א שטענדיגער מקבל; ער זוכט נאטירליך כסדר אנצופילן זיין "איך".

דאס איז אויך שייך צו זאגן ביי אהבת הבורא, ווייל ווילאנג א מענטש שפירט נישט צופרידן, וועט ער דאס כסדר נאכלויפן און ער קען נישט טון עפעס אנדערש. והדברים עמוקים, אבער רוב געפילישע מענטשן וועלן עס פארשטיין. אפשר וועל איך א צווייט מאל מער מרחיב זיין.

@אמת'ע אמונה האט ווארשיינליך פארטוישט א טייטש וואס מ'זאגט אויפ'ן פסוק "ואהבת לרעך כמוך", אז אויב דארף מען ליבן דעם חבר ווי זיך אליין, מיינט עס אז קודם מוז מען זיך אליין ליב האבן.

גוט געזאגט @גרשון.

כ'וועל צולייגן א קנייטש: אהבה איז א רעזולטאט פון נאנטשאפט, דאס הייסט אז מען האט ליב א נאנטן מענטש. צום ביישפיל די אהבה פון געשוויסטער איינע צו די אנדערע קומט נישט פון קיין שום באזונדערע סיבה אויסער זייער נאטורליכער נאנטקייט. און פון דעם שטאמט די אויסטערלישע אהבה וואס צדיקים שפירן צו יעדן איד, זינט זיי לעבן באמת מיט דעם אז אלע אידן זענען ברידער, כמבואר בספה"ק במקומות אין מספר.

איצט די סיבה פארוואס מ'שפירט ליבשאפט צו א נאנטן שטאמט פון די אהבה וואס דער מענטש האט בטבע צו זיך אליין. נעמליך, ווי נאנטער און פאראייניגט דער מענטש שפירט זיך צו יענעם, אלס מער וועט זיין נאטורליכער אהבה עצמית אויסשפרייטן אירע פליגלען אויף יענעם. [ועי' אריכות נפלאה בענין זה בהקדמה לספר שערי יושר להגאון ר' שמעון שקאפ זצ"ל]

ממילא א מענטש וועלכער שפירט נישט קיין אהבה צו זיך זעלבסט, איז נישט במציאות אז ער זאל קענען באמת ליב האבן אן אנדערן. און אויב יא, וועט ער נאר ליב האבן וואס יענער שטעלט אים צו, אבער נישט יענעם זעלבסט.

אויב האט איר גענוג צייט...
א חכם גלויבט אין די פאקטן לויט ווי אזוי ער "פארשטייט" עס, א נער גלויבט אין די פאקטן 'נאר' לויט ווי אזוי ער "זעהט" עס!

כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

קאמענטארן אויף: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

הגות תבונות
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 09, 2019 11:39 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך הגות תבונות » פרייטאג אפריל 23, 2021 11:14 am

כ'האב טאקע נאכנישט גענוג צייט, אבער א שנעלע אויבנאויפיגע בליק אויף דיינע פערל רייד, האט מיר קלאר געמאכט אז איך גיי מאכן צייט דערפאר.

חסד השם
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך חסד השם » זונטאג אפריל 25, 2021 9:44 am

שמן זית האט געשריבן:כ'האב נישט געהאט קיין צייט צו ליינען אלע תגובות,

אבער דאס מוז איך שרייבן,

א איד טאר נישט שרייבן אז "ער איז געשטארבן" ווילאנג ער לעבט, דהיינו מ'טאר נישט אויפגעבן,

דו ביזט נאר 23 יאר,
די אלע גיין צו דאקטוירים איז נאר א בחינה פון "השתדלות" וואס ליידער ביזטו מיט דעם אנדערש ווי רוב חבירים דיינע, און דו מוזט טוהן די השתדלות אויך, א חוץ די עיקר השתדלות וואס הייסט "תפלה"

אבער ביזט נישט געשטארבן, "אל תפתח פה לשטן" כבר הי' לעולמים, אסאך וואס די דאקטוירים האבן געזאגט די זעלבע אדער ערגערע ווערטער, און זיי האבן דערנאך געהאט מער ווי 10 קינדער,

דו קענסט נאך און וועסט אי"ה האבן מיט די ווייב, (אויב ענק ביידע זענען מסכים) אסאך קינדער, אע"פ ששערי תפלה ננעלו שערי דמעות לא ננעלו,

מ'קען האבן קינדער, אפילו אויב אלע דאקטוירים זאגן אז נישט,

עס איז די איינציגסטע זאך וואס מ'מעג ע"פ הלכה בעטן פאר "למעלה מדרך הטבע"

מקור אויף דיין לעצטע שורה ביטע?

צום עצם האשכול יעצט אדורכגעליינט כקען נישט צו זיך קומען, האב נישט קיין ווערטער, כזיץ יעצט זונטאג צופרי און כוויין מיט מיט דיר, צו דיר הרב מחר מגייט בעז"ה דיך אינזין האבן דעם לג בעומר ווען מוועט אויסזאגן תהילים בעז"ה! און צו אלע אנדערע יש לו מנה, הבוחר, אורח הכבוד וכ'ו, מי כעמך ישראל!
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים

שיינע שטריימעל
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 12:16 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך שיינע שטריימעל » דינסטאג אפריל 27, 2021 11:44 am

מחר אני בא האט געשריבן:כ'בין 24 יאר אלט, כ'האב שוין חתונה געהאט כמעט זעקס יאר צוריק בשעטומ"צ, אלץ בחור ב"ה זענען זאכן געפארן פיין, כ'האב פיין געלערנט, געהאט אסאך גוטע חבירים, כ'בין געווען מעורב בין הבריות, ב"ה א חתן געווארן אינג און מיין שווער האט זיך געטשאטשקעט מיט זיין איידעם א תלמיד חכם ס'איז געוועהן אלעס אזוי גלאנציג און שיין די מזל האט געשיינט מיילן ווייט.

נאכן חתונה מ'ווארט און מ'ווארט אבער די ישועה איז נאכנישט דא, פון חדשים ווערט יארן און מ'זעהט נישט קיין קינד אויפן האריזאנט. נו אבער ב"ה די באשעפער האט אין די היינטיגע ערע געמאכט אז די דרכי רפואה זענען זייער זייער ווייטגרייכונג, און מענטשן וואס האבן יארן צוריק געוועהן הילפלאז און נישט זוכה געוועהן צו האלזן זייער קינד קענען היינט האבן א גאנצע משפחה פון זיסע קינדערליך, און איך בין געוועהן זיכער אז מ'וועט מיך נישט אויסלאזן, מ'וועט טוהן השתדלות בענייני רפואה און ס'וועט ווערן ליכטיג מיין שטוב.

ענדליך האמיר גענומען די קוראדש צו נעמען די זאך אין די הענט אריין און מ'גייט אנהייבן טוהן זאכן, ס'איז טאקע שווערע זאכן, יסורי הגוף והנפש, אבער וואס גיי איך נישט טוהן צו זעהן מיין אייגן לעכטיג קינד וויינען אין די וויגעלע צווישן די צוויי בעטן, ממילא האבן אונז זיך אנגעגארטעלט מיט אייזענע כוחות און אנגעהויבן טוהן.

ס'איז געוועהן שטיינדעליך גרויסע מיט קליינע על אם הדרך, געהאט גרויסע עגמת נפש'ן אבער מ'טראכט אין קאפ אז אי"ה דאס וועט ברענגען די ישועה אזוי קען מען עס דורכשטופן, ענדליך געקומען די גורל'דיגע טאג און נאך אלע מיה און פלאג רופט דער דאקטאר אהן און מיט א קאלטע טאן מעלדט ער אונז אז ס'איז נישט געלונגען, און ער לייגט נאך צוה אז 'איים ריעלי סארי פאר יו'.

אויש וואס איז געשעהן דא, כ'בין נאך אזוי אינג וויאזוי קען איך אראפשלינגן אזא זאך אז מיט די היינטיגע דרכי רפואה וועל איך לכאורה נישט האלזן מיין אייגן קינד אויף דיע גלגול, אוי טאטע וויאזוי טראגט מען אזא זאך איבער, וויאזוי גייט עס די ב"ב דורכטראגן, אינגע נפש'לעך דארפן זיך ספראווען מיט אזאנע יסורים, וויאזוי האלט מען דעיס אויס, וויאזוי שלעפט מען דיע בארג אהן צעבראכן ווערן.
פון האפענונג איז ליידער געווארן ייאוש.

פון זעהן פאר די אויגן א וויגעלע צווישן די בעטן זעהט מען די פארקעי פלאהר גלאנצט אינצווישן די בעטן.

פון זעהן די ב"ב גיין אין גאס שטיפענדיג איהר אייגן קינד זעה איך איהר וואקן איינזאם אליין אהן קיינער נישט מיטוואקן מיט איהר.

פון זעהן א מאמע זיך משתעשע זיין מיט איהר קינד זיצט א אידיש קינד אויפן קאוטש מיט גלאנצעדיגע אויגן פון אביסעלע טרערן.

פון זעהן א בעיבי קריכן אויף די ערד און לעקן די שמוץ, זעה איך א ליידיגע פאדאלאגע וואס שטובט זיך אהן אנדעם וואס א קינד זאל עס אפלעקן.

פון זעהן אזא בא'חנ'טע אינגעלע באקומען פיאות אויף מיין שויס בשעת פון די אנדערע זייט טיש שטייט די מאמע שעפט די הויפענעס נחת מיט די קאמערע אין איהר האנט און מאכט בילדער צו פאראייביגן די גרויסע מאמענט ווי איהר אינגעלע זיצט אויפן טאטע'ס שויס מיט די לאנגע קורלי האר מיט די קאפל אויף דעם און זאגט די אלף בית, אנשטאט דעם זיץ איך ביים טיש אן קיינער אויף מיין שויס.

פון טראכטן פון זעהן מיין סעודת שבת מיט מיינע לעכטיגע נשמות זיצן ארום און זאגן די פרשה און מאכן זיכער אז כ'זעה אלע זייערע ארטס און קרעפטס, זיץ איך מיט די ב"ב ווי א אלטע קאפל און מ'עסט פיש/זופ/פלייש און די סעודה קומט צו א שנעלע אפשטעל.

וואס איז געווארן פון מאכן קידושים ברית'ן וואכנאכטס בר מצוות מיט חתונות פון די קינדער? די גרעסטע שמחה וואס כ'וועל אמאל פראווען וועט זיין א סיום מסכת?

וואס איז געווארן פון זעהן בנים לבניך אייניקלעך מיט איהר אייניקלעך גיין בדרך התורה והחסידות?

וואס ווען זיין נאך אונזער 120 יאר, ווער וועט אונז געדענקן? ריקן נולדתי וריקן השיבני אל אבי? וואס האב איך צוגעגעבן צו דיע וועלט? פון א מענטש ווי מיך וועט איבערבלייבן א שטיין מיט גרויסע אותיות 'פה נטמן' אן גארנישט איבערגעלאזט אויף דיע וועלט, וויאזוי גייט דעס געשעהן?

אוי טאטע אין הימל ס'איז נישט נאר מיך, ס'איז דא אזויפיל אנדערע אידישע נפשות אזויווי מיר וואס מאכן דורך אזא לעבן, חייהם אינם חיים כ'קען מעיד זיין, ס'איז ממש מי שאין לו בנים חשוב כמת, דרייען זיך ארום טויטע מענטשן, טאטע וואס וועט זיין, אנה אני בא, אין לנו על מי להישען אלא עליך על אבינו שבשמים, טאטע קוק אראפ צו מיין צער און ברענג עס צו א סוף.

פארוואס שרייב איך דיע ארטיקל דא היינט, סיי ווייל דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים, און סיי צו מעורר זיין אידישע קינדער צו אינזינען האבן מער די אידן המצפים לישועה בכליון עינים.

אויב קען איך דיר גרינגער מאכן מיט עפעס זיי מיר מודיע, ייש''כ

שמן זית
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך שמן זית » דינסטאג אפריל 27, 2021 3:57 pm

חסד השם האט געשריבן:
שמן זית האט געשריבן:כ'האב נישט געהאט קיין צייט צו ליינען אלע תגובות,

אבער דאס מוז איך שרייבן,

א איד טאר נישט שרייבן אז "ער איז געשטארבן" ווילאנג ער לעבט, דהיינו מ'טאר נישט אויפגעבן,

דו ביזט נאר 23 יאר,
די אלע גיין צו דאקטוירים איז נאר א בחינה פון "השתדלות" וואס ליידער ביזטו מיט דעם אנדערש ווי רוב חבירים דיינע, און דו מוזט טוהן די השתדלות אויך, א חוץ די עיקר השתדלות וואס הייסט "תפלה"

אבער ביזט נישט געשטארבן, "אל תפתח פה לשטן" כבר הי' לעולמים, אסאך וואס די דאקטוירים האבן געזאגט די זעלבע אדער ערגערע ווערטער, און זיי האבן דערנאך געהאט מער ווי 10 קינדער,

דו קענסט נאך און וועסט אי"ה האבן מיט די ווייב, (אויב ענק ביידע זענען מסכים) אסאך קינדער, אע"פ ששערי תפלה ננעלו שערי דמעות לא ננעלו,

מ'קען האבן קינדער, אפילו אויב אלע דאקטוירים זאגן אז נישט,

עס איז די איינציגסטע זאך וואס מ'מעג ע"פ הלכה בעטן פאר "למעלה מדרך הטבע"

מקור אויף דיין לעצטע שורה ביטע?

איך ווייס נישט קיין מקור,

נאר כ'האב אמאל געהערט אז עס איז דא א בריוו פון בעל דברי יואל מ'סאטמאר זי"ע צו רבי איציק'ל מ'פשעווארסק, ער זאל מתפלל זיין פאר אים לזש,ק למעלה מדרך הטבע,

האב איך געהערט פון יודעי דבר פשט דערין, אז כאטש אסור להתפלל על מעשה נסים, אבער ביי די ענין מעג מען,
אדרבה, אויב איינער ווייסט פונקטליך די מקור, איז ער מכובד

צום עצם האשכול יעצט אדורכגעליינט כקען נישט צו זיך קומען, האב נישט קיין ווערטער, כזיץ יעצט זונטאג צופרי און כוויין מיט מיט דיר, צו דיר הרב מחר מגייט בעז"ה דיך אינזין האבן דעם לג בעומר ווען מוועט אויסזאגן תהילים בעז"ה! און צו אלע אנדערע יש לו מנה, הבוחר, אורח הכבוד וכ'ו, מי כעמך ישראל!

קוואל וואסער
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:44 pm

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך קוואל וואסער » מיטוואך אפריל 28, 2021 5:27 pm

יעצט אנגעקומאן צו ליינן דא, נורא נוראות הרב מחר. אזאנע אהבת ישראל, אשריך ישראל!
אליינס מיטגעהאלטן אסאך ואכמ"ל, קען זאגין אפשר זאלסטי האבן די גאר אלטע אויסגאבן פון עיטיים, א פיינע 10-20 יאר צוריק, ממיש באלזם
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שמונת אלפים
תגובות: 8148
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: כ'בין געשטארבן ביי די 23!

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג מאי 10, 2021 4:18 pm

viewtopic.php?p=2760514#p2760514

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:איך גיי צוריק אריין און מערה אבער דער מח איז מיר פארתמט קיינע טרערען קיין תפילות, מריקט און מדרייעט זיך, איך קום אן צו די דורך גאנג בין מערה אשכנזית לספרדית [און חב"ד] שטייען דארט פאליציי, [נישט פון די גרועים] און זענען מסביר פאר יעדעם אז מקען נישט דורך גיין, סאיז א פחד ארייצוקוקען, און ל"ג בעומר איז עס ליידיג.

איך רעדט מיט אים אפאר מינוט, לבסוף פארצייל איך אים אפאר מעשיות פארוואס איך בין געקומען, וואס איך דארף פועילן פאר מיינע חברים, איך דערמאן זיך פון א ניק וואס האט געשריבען אויף איי וועלט א מאמר איך בין געשטארבען ביי די דריי און צוואנציג, איך פרעג דעם שוטר דו האסט קינדער? זאגט ער יא צוויי. זאג איך אים איך האב חברים וואס דער דאקטער האט זיי געזאגט אז זיי גייען קיין קינדער נישט האבען, דער איינציגסטער וואס קען זיי העלפען איז ר' שמעון, איך דארף זיי ערלעדיגען א ישועה, ועוד ועוד מנוצט אלע כוחות פון שכנוע, סוף כל סוף איז דער פינטעלע איד ביי אים נישט פארלאשען.
מקום חותם הבד"ץ


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נעם אין אכט און 3 געסט