עצות פאר די אויגן קאמפיוטער פראבלעם
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
עצות פאר די אויגן קאמפיוטער פראבלעם
מיינע אויגן טוען מיר זייער וויי צוליב קוקן לאנג אויפן קאמפיוטער, ווי אויך ווערט עס שוואכער און שוואכער, איך שפיר ממש ווי עס איז געווארן געשעדיגט און צומאל זע איך אלעס נאר בלורי און אומקלאר.
איז דא עפעס עצות פאר דעם אויסער ארויפגיין א העכערע נומבער גלעזער?
איז דא עפעס עצות פאר דעם אויסער ארויפגיין א העכערע נומבער גלעזער?
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17815
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: עצות פאר די אויגן קאמפיוטער פראבלעם
שאגת ארי האט געשריבן:מיינע אויגן טוען מיר זייער וויי צוליב קוקן לאנג אויפן קאמפיוטער, ווי אויך ווערט עס שוואכער און שוואכער, איך שפיר ממש ווי עס איז געווארן געשעדיגט און צומאל זע איך אלעס נאר בלורי און אומקלאר.
איז דא עפעס עצות פאר דעם אויסער ארויפגיין א העכערע נומבער גלעזער?
לכאורה ווערסטע טאקע געשעדיגט, ס'איז נישט געזונט צו קוקן זוי לאנג אויפן קאמפיוטער
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: עצות פאר די אויגן קאמפיוטער פראבלעם
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:שאגת ארי האט געשריבן:מיינע אויגן טוען מיר זייער וויי צוליב קוקן לאנג אויפן קאמפיוטער, ווי אויך ווערט עס שוואכער און שוואכער, איך שפיר ממש ווי עס איז געווארן געשעדיגט און צומאל זע איך אלעס נאר בלורי און אומקלאר.
איז דא עפעס עצות פאר דעם אויסער ארויפגיין א העכערע נומבער גלעזער?
לכאורה ווערסטע טאקע געשעדיגט, ס'איז נישט געזונט צו קוקן זוי לאנג אויפן קאמפיוטער
און זיכער נישט מיטאמאל, מען קען זיך צוגעוויינען צביסלעך
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
Re: עצות פאר די אויגן קאמפיוטער פראבלעם
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:שאגת ארי האט געשריבן:מיינע אויגן טוען מיר זייער וויי צוליב קוקן לאנג אויפן קאמפיוטער, ווי אויך ווערט עס שוואכער און שוואכער, איך שפיר ממש ווי עס איז געווארן געשעדיגט און צומאל זע איך אלעס נאר בלורי און אומקלאר.
איז דא עפעס עצות פאר דעם אויסער ארויפגיין א העכערע נומבער גלעזער?
לכאורה ווערסטע טאקע געשעדיגט, ס'איז נישט געזונט צו קוקן זוי לאנג אויפן קאמפיוטער
אקעי, איז דאס אן עצה?
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17815
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: עצות פאר די אויגן קאמפיוטער פראבלעם
Clm האט געשריבן:פאליטישע עקספערט האט געשריבן:שאגת ארי האט געשריבן:מיינע אויגן טוען מיר זייער וויי צוליב קוקן לאנג אויפן קאמפיוטער, ווי אויך ווערט עס שוואכער און שוואכער, איך שפיר ממש ווי עס איז געווארן געשעדיגט און צומאל זע איך אלעס נאר בלורי און אומקלאר.
איז דא עפעס עצות פאר דעם אויסער ארויפגיין א העכערע נומבער גלעזער?
לכאורה ווערסטע טאקע געשעדיגט, ס'איז נישט געזונט צו קוקן זוי לאנג אויפן קאמפיוטער
אקעי, איז דאס אן עצה?
די עצה איז פארמינערן די צייט אויפן קאמפיוטער (נישט אויף אייוועלט חלילה, נאר אנדערע זאכן...)
Re: עצות פאר די אויגן קאמפיוטער פראבלעם
אויך אנצינדען נייט לייט יעדע דיווייס האט אזא מאוד מיט אזא אדער ענדליכע נאמען (רוב קען מען אנשטעלען די שטארקייט), אויסער די אלטע ווינדאוס אבער מען קען נוצן טירד פארטי סאופטווער (סתם אזוי א גוטע עצה סיי פאר די געזונט פון די אויגן און סיי פאר די וועם סקרינס שטערן שפעטער איינשלאפען)
(איך האף אז דו ביסט געגאנגען צו א אויגן דאקטער)
(איך האף אז דו ביסט געגאנגען צו א אויגן דאקטער)
לעצט פארראכטן דורך עציץ נקוב אום זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 6:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
- שבעת המינים
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 263
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 6:01 pm
Re: עצות פאר די אויגן קאמפיוטער פראבלעם
נוץ א בלו לייט פילטער, עס איז עוועילעבל אויף רוב נייע דעווייסעס אדער דורך טירד פארטי עפפס
Re: עצות פאר די אויגן קאמפיוטער פראבלעם
וואס זאגסטו אנדערש ווי מיך?
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
- Unidentified
- שר חמש מאות
- תגובות: 948
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:14 am
- פארבינד זיך:
Re: עצות פאר די אויגן קאמפיוטער פראבלעם
זעהט אויס צו זיין גוט
https://www.nelsonpires.com/software/dimmer
https://www.nelsonpires.com/software/dimmer
- תלמי המלך
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 271
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 23, 2021 10:21 am
- לאקאציע: עגיפטן
Re: עצות פאר די אויגן קאמפיוטער פראבלעם
Unidentified האט געשריבן:זעהט אויס צו זיין גוט
https://www.nelsonpires.com/software/dimmer
וואס טוט מען מיט דעם?
Re: עצות פאר די אויגן קאמפיוטער פראבלעם
יישר כח פארן עצה פון נייט לייט, סקוקט אויס ס'העלפט מיר.
וואס איז טאקע די אויפטו דערפון?
וואס איז טאקע די אויפטו דערפון?
Re: עצות פאר די אויגן קאמפיוטער פראבלעם
עציץ נקוב האט געשריבן:(איך האף אז דו ביסט געגאנגען צו א אויגן דאקטער)
איך בין געווען ביי א לאקאל אויגן דאקטער, ער האט געוואוסט בערך וואס איך ווייס, אויסער געבן די עצה פון אוועקוקן יעדע 20 מינוט פאר 20 סעקונדעס האט ער גארנישט מער געקענט זאגן.
- Unidentified
- שר חמש מאות
- תגובות: 948
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:14 am
- פארבינד זיך:
Re: עצות פאר די אויגן קאמפיוטער פראבלעם
תלמי המלך האט געשריבן:Unidentified האט געשריבן:זעהט אויס צו זיין גוט
https://www.nelsonpires.com/software/dimmer
וואס טוט מען מיט דעם?
א גוטע פראגרעם צו קאסטעמייזן די brightness פון די screen
נ.ב. איך האב עס נאך נישט אויספראבירט.
- נארמאליזעם
- ראש הקהל
- תגובות: 21081
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
- לאקאציע: אין מיין בעט
Re: עצות פאר די אויגן קאמפיוטער פראבלעם
עס מער מייערן
עה סהעלפט אפילו נישט
וואס יא עס מער וועדזשטעבעלס און טרינק וואסער מיט א פלעיווער אז זאלסט זיין היידערעיטעדט, אסאך מאל קומט עס פון דעם און סשוואכט אפ די אויגן שנעלער
עה סהעלפט אפילו נישט
וואס יא עס מער וועדזשטעבעלס און טרינק וואסער מיט א פלעיווער אז זאלסט זיין היידערעיטעדט, אסאך מאל קומט עס פון דעם און סשוואכט אפ די אויגן שנעלער
לעצט פארראכטן דורך נארמאליזעם אום מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 1:12 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3152
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm
Re: עצות פאר די אויגן קאמפיוטער פראבלעם
די אנגענומענע מיינונג אין די מעדיצינישע וועלט איז אז סקריןס זענען נישט גורם קיין ערנסטע, פערמענאנטע שאדנס פאר די אויגן, אפילו אויב מען נוצט דאס אסאך
עס קען אבער יא אפעקטירן אין קורצן טערמין, דערפאר איז דא די עצה צו אוועק קוקן פאר 20 סעקונדן יעדע 20 מינוט און פאוקוסן אויף א געגנשטאנד וואס שטייט 20 פיס ווייט (באקאנט ווי 20/20/20)
עס קען אבער יא אפעקטירן אין קורצן טערמין, דערפאר איז דא די עצה צו אוועק קוקן פאר 20 סעקונדן יעדע 20 מינוט און פאוקוסן אויף א געגנשטאנד וואס שטייט 20 פיס ווייט (באקאנט ווי 20/20/20)
- יקוש פייוויש
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6651
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm
Re: עצות פאר די אויגן קאמפיוטער פראבלעם
מדארף קויפן א סקרין וואס האט גוטע סעטינגס, ווי אויך איז דא צו באקומען גלעזער וואס האט א קאודינג ווא בלאקט uv שטראלן
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17815
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: עצות פאר די אויגן קאמפיוטער פראבלעם
יקוש פייוויש האט געשריבן:מדארף קויפן א סקרין וואס האט גוטע סעטינגס, ווי אויך איז דא צו באקומען גלעזער וואס האט א קאודינג ווא בלאקט uv שטראלן
דו מיינסט מסתם א קאוטינג
- יקוש פייוויש
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6651
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm
Re: עצות פאר די אויגן קאמפיוטער פראבלעם
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:יקוש פייוויש האט געשריבן:מדארף קויפן א סקרין וואס האט גוטע סעטינגס, ווי אויך איז דא צו באקומען גלעזער וואס האט א קאודינג ווא בלאקט uv שטראלן
דו מיינסט מסתם א קאוטינג
Re: עצות פאר די אויגן קאמפיוטער פראבלעם
Just download looks very good. thanks
Re: עצות פאר די אויגן קאמפיוטער פראבלעם
ליידער ווערט מיינע אויגן נאר ערגער, אלעס שוועבט ארום, אותיות פון א ספר סזענען געווארן פאר מיר שוועבעדיג און אומקלאר, אבער מיינע אויגן ציפן נישט דוקא, ס'איז אזא סארט שוועבעדיגע געפיל
איך האב שוין געמאכט נייט לייט, ס'האט היפש געהאלטפן אבער ווייט פון גענוג
איך בין געווען ביי א דאקטער אבער ער האט מיר שוואך געקענט העלפן אויסער ארויפרוקן די נומבער, איינער האט עפעס מער?
איך האב שוין געמאכט נייט לייט, ס'האט היפש געהאלטפן אבער ווייט פון גענוג
איך בין געווען ביי א דאקטער אבער ער האט מיר שוואך געקענט העלפן אויסער ארויפרוקן די נומבער, איינער האט עפעס מער?
- רעים
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7404
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
- לאקאציע: אישי
- פארבינד זיך:
Re: עצות פאר די אויגן קאמפיוטער פראבלעם
שאגת ארי האט געשריבן:ליידער ווערט מיינע אויגן נאר ערגער, אלעס שוועבט ארום, אותיות פון א ספר סזענען געווארן פאר מיר שוועבעדיג און אומקלאר, אבער מיינע אויגן ציפן נישט דוקא, ס'איז אזא סארט שוועבעדיגע געפיל
איך האב שוין געמאכט נייט לייט, ס'האט היפש געהאלטפן אבער ווייט פון גענוג
איך בין געווען ביי א דאקטער אבער ער האט מיר שוואך געקענט העלפן אויסער ארויפרוקן די נומבער, איינער האט עפעס מער?
לעצטענס האב איך געזען ביי די גלעזער געשעפטען אז זיי האבען פאר $20 א קאדינק אויף'ן גלאז וואס דארף צו העלפען פאר לייטס סקרינס וכדו' (ס'בלאקט די שטריילען)