הילף פאר א קינד וואס האט א קראָפ היס - croup cough

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

יוסיף דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

הילף פאר א קינד וואס האט א קראָפ היס - croup cough

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסיף דעת »

ב"ה
איך האב א קינד וואס האט אפט קראָפ, מען זאגט אז מען זאל אנצינדען א הייסע שאוער און די קינד זאל אריינאטעמען די פַארע, למעשה זע איך נישט אז דאס זאל העלפן וואס ארבעט בעסער ווי א שאוער?
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן פסוק יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: הילף פאר א קינד וואס האט א קראָפ היס - croup cough

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

ארויסגיין אויף דער גאס אין די קעלט העלפט אויך

בכל אופן דארף מען זעהן א דאקטאר און הערן צי מען קען זיך פארלאזן אויף די סארט רפואות, צומאל איז וויכטיג מעדיקל אינטערווענשאן. א קינד וואס האט אפט ווייס איך נישט צי מען דארף יעדן מאל גיין צום דאקטאר, דאס דארף מען שוין פרעגן דעם דאקטאר.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
veltsman
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

Re: הילף פאר א קינד וואס האט א קראָפ היס - croup cough

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך veltsman »

אטעמען קאלטע לופט, נעם ארום מיט א בלענקעט און גיי ארויס אויפן פארטש אויב ס׳איז דא קאלטע לופט, אדער עפן די פריזער ער זאל אריין אטעמען
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: הילף פאר א קינד וואס האט א קראָפ היס - croup cough

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

עס איז גאר פארשפרייט די קראפ-היס אין די טעג. (איך אליינס שוין געהאט מיט 2 קינדער). ממוז וויסן אז עס קען זיין פאטאל און ממוז קעיר נעמען.

מיין דאקטער רעקעמענדירט סטערויטס. עס העלפ תומ"י.

דערנאך זיין גוטע 20 מינוט נעבן א הייסע שאוער און גלייך גיין צום פריזער אריינאטעמען קאלטע לופט.

האבן א נעבעלייזער נעבן בעט ביינאכט אריינלייגן עטליכע לעפלעך פראקסייד העלפט גוט.

א רפואה שלימה
על "טעם וריח" אין להתווכח
סאסובער
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 3:22 pm

Re: הילף פאר א קינד וואס האט א קראָפ היס - croup cough

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאסובער »

ביי מיר האט געהאלפען א הייסע שויער פאר 20 מינוט א האלבע שעה
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: הילף פאר א קינד וואס האט א קראָפ היס - croup cough

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

לײגן שמן זית אױפן קינד׳ס Chest העלפט שטארק
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
ווארעמע מעלאנע
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 5:02 pm

Re: הילף פאר א קינד וואס האט א קראָפ היס - croup cough

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארעמע מעלאנע »

מען דארף זיין פארזיכטיג מיט די הייסע שויערס.
א קינד איז אוועק אפאר יאר צוריק ווען מען האט אנגעצינדן די הייס וואסער און פארמאכט די טיר. דאס קינד איז אויסגעגאנגען פון היץ רח״ל. נישט לאזן פאר מער ווי 10-15 מינוט.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: הילף פאר א קינד וואס האט א קראָפ היס - croup cough

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יוסיף דעת האט געשריבן:ב"ה
איך האב א קינד וואס האט אפט קראָפ, מען זאגט אז מען זאל אנצינדען א הייסע שאוער און די קינד זאל אריינאטעמען די פַארע, למעשה זע איך נישט אז דאס זאל העלפן וואס ארבעט בעסער ווי א שאוער?

ס'דא 2 נושאים, פארמיידן, און וואס צו טון אין פאל פון נויט ווען דער קינד קען נישט אטעמען ל"ע.

א שאוער איז נישט געמאכט אויף צו פארמיידן, ס'קען העלפן אויף בשעת מעשה.

צו פארמיידן ברויך מען גיין צום דאקטער גלייך ווען דער קינד באקומט א פארקילאכץ, און מ'דארף כסדר אפווישן די נאז און אויסשפייען די שליים, און אויסלערנען דעם קינד אזוי צו טון, ווייל די קראופ אינפעקשען פאסירט דורך אריינציען די וויירוס'דיגע פליסיגקייט פון די נאז.

אויך איז גוט צו לייגן א הומידפייער נאנט צום בעט פונעם קינד, עס מאכט נאס די לופט ארום ווי דאס קינד שלאפט, און ס'העלפט זייער שטארק צו פארמיידן אז ס'זאל נישט צוקומען צו קרופ.

פאר קינדער וואס ליידן אויף דעם אסאך, איז כדאי צו בעטן פון דאקטער אפאר דאזעס סטערוידס דורך די מויל, און האבן אין שטוב גרייט על כל צרה שלא תבוא. מ'קען עס געבן ווען מ'שפירט אז די קינד פאנגט אן צו אטעמען אביסל שווער.

****

אויב הוסט שוין דאס קינד - נאך פאר ס'איז א באלדיגע סכנה, איז זייער גוט צו גיין מיטן קינד אויף די פרישע לופט, אויב האט מען א פארטש וואס איז נישט פארמאכט ארום און ארום איז עס גוט, אדער זאל מען כאפן א שפאציר מיטן קינד אין גאס (מ'קען לייגן אין א קערידזש). כמ"פ שמעתי פון הצלה אינגעלייט אז דאס העלפט בעסער ווי די אלטע מיטל פון שויער און פריזער, און ביי מיר אין שטוב איז עס אויך בדוק ומנוסה, ס'האט פארמיטן עטליכע מאל פון אריינגיין אין שפיטאל.

אויב אטעמט שוין די קינד שווער, ברויך מען רופן הצלה!

ברם יזכר לטוב די טייערע הצלה אינגעלייט וואס האבן עטליכע מאל געראטעווט די מצב ביי מיינע קינדער אינמיטען די נאכט.

איינמאל איז עס געווען ממש א גרויסע סכנה, מ'האט שוין געהאט געגעבן דריי נידלעך אויפן וועג צום שפיטאל, און דער מצב האטזיך נאך אלס נישט סטאבעלזירט, כ'מיין אז זיי מעגן נישט געבן מער פון דעם. ס'האט געהערשט א גרויס אנגעצויגענקייט! אבער ב"ה מ'האט געארבייט גאר פלינק אין שפיטאל ביז דאס קינד איז ארויס מכלל סכנה. און ב"ה ער איז שוין א גרויסע בחור און הארעוועט על התורה ועל העבודה, וכן יעזור ה' להלאה.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אווער נייט קוגעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 10:51 am

Re: הילף פאר א קינד וואס האט א קראָפ היס - croup cough

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אווער נייט קוגעל »

I was just this shabos in the ER with my baby with croup

It started around 2am when my baby woke up coughing, it got worse very quickly, we tried to go out to the porch for cold air, and it didn't help, we did a hot shower, and nothing helped, things got very dangerous, we also had given right away a dose of "Dexamethasone" we had home, but nothing helped

By 2:30 we had no choice and called Hatzalah they came and we went right away in the ambulance where the paramedic gave a small dose of "racemic
epinephrine" by the time we arrived in the ER it was a little better

In the hospital, they first asked what dosage of Dexamethasone we had given, and it got clear that it was only a fraction of the dosage the child should receive in this case, so they gave right away a dose of 8ml of a concentrated form (at home we had a diluted form that had .5 mg per 5ml)

Then they gave a big dose of the "racemic epinephrine" that is going thru a oxygen nebulizer, b"h it got better right away, but the DR still heard a tightening in the lungs while breathing, so they kept me there for observation until 6:15, also because of the strength of the epi' medication, they want to monitor for a while.

than i was b"h discharged, and shabos during the day, my child was still badly coughing, but nothing compared to what it was before.

So, from my experience what i had few times, that nothing of all this things like shower or air was helping, the child needs to get the steroids and this will get it over iy"h
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: הילף פאר א קינד וואס האט א קראָפ היס - croup cough

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

איז עס די יאר דא מער װי אלע יארן? כ׳מיטשע זיך אױך מיט א קינד װאס לײדט אױף דעם ס׳איז זײער סטרעספול אפ׳ פאר די עלטערן די אנגעצױגענע שעות אין שלאפלאזע נעכט איז פאר קײנם געװינטשען
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אווער נייט קוגעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 10:51 am

Re: הילף פאר א קינד וואס האט א קראָפ היס - croup cough

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אווער נייט קוגעל »

Heard that it is going around now very bad
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: הילף פאר א קינד וואס האט א קראָפ היס - croup cough

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

א קינד אין קר"י איז ל"ע אוועק פאריגע וואך דערפון.

ס'איז היבש וויירעל יעצט ביים ציבור, ה"י.
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2468
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: הילף פאר א קינד וואס האט א קראָפ היס - croup cough

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

געהערט פון אן הצלה מעמבער אין ק"י אז עס קוקט זיי אויס אז דאס איז א קינדער ווערסיע פון קאראנאוויירוס
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: הילף פאר א קינד וואס האט א קראָפ היס - croup cough

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

פארפלאנטערט האט געשריבן:געהערט פון אן הצלה מעמבער אין ק"י אז עס קוקט זיי אויס אז דאס איז א קינדער ווערסיע פון קאראנאוויירוס

אויבנאויף מאכט עס אסאך סענס.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: הילף פאר א קינד וואס האט א קראָפ היס - croup cough

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

עס איז הײנט ציטאגס זײער װיכטיג אז אין יעדע הױז זאל זיך געפונען א Pulse Oximeter Fingertip פאר די מצבום ס׳זאל זיך נישט מאכן ס׳איז פינקט אזױ װיכטיג װי א פיבער מעסטער
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: הילף פאר א קינד וואס האט א קראָפ היס - croup cough

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

מיינס איז טאקע לעצטנס אויסגעלאפן פון בעטערי. דא ווייס איך נישט צו מ'דארף עס האבן, מ'הערט שוין אויפן קול פונעם אטעם.
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: הילף פאר א קינד וואס האט א קראָפ היס - croup cough

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

שמואל בארג האט געשריבן:מיינס איז טאקע לעצטנס אויסגעלאפן פון בעטערי. דא ווייס איך נישט צו מ'דארף עס האבן, מ'הערט שוין אויפן קול פונעם אטעם.

הערן אױפען קול פונעם אטעם מײנט נישט אײביג א ערנסטע מצב כ׳האב געהאט פעלער װי אױפען קול האט עס אױסגעקיקט דאס ערגסטע אין די אקסעגין לעװיל איז געװען גיט ב״ה אין כ׳האב געהאט פעלער װי אױפען קול פונעם אטעם האב איך געמײנט אז ס׳איז לײכט אבער די אקסעגין לעװיל איז געװען גאר נידריג ה״י.
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
יוסיף דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

Re: הילף פאר א קינד וואס האט א קראָפ היס - croup cough

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסיף דעת »

יוסיף דעת האט געשריבן:ב"ה
איך האב א קינד וואס האט אפט קראָפ, מען זאגט אז מען זאל אנצינדען א הייסע שאוער און די קינד זאל אריינאטעמען די פַארע, למעשה זע איך נישט אז דאס זאל העלפן וואס ארבעט בעסער ווי א שאוער?


באקומען אין אישי.

כ'האב אויך אסאך מאל מיט מיינע קינד דאס, און אמאל איז עס ממש געפערליך, מיין קינד שטייט אויף אינמיטן נאכט און אטעמט מיט משונה'דיגע קולות (בלי גוזמא). ס'איז דא א מעדעצין וואס העלפט גאר גוט, אבער געוויסע האלטן זיך צוריק פון דאס ניצן צוליב דעם וואס ס'איז א שטארקע מעדיקעישן, עכ"פ איך ניץ דאס יא ווען כ'האב עס.

די דאקטער האט מיר געזאגט אז כ'זאל ניצן א פריזער ווען מעגליך, אנדערע זאגן אז נעמען קודם צו א שאווער און פון דארט צום פריעזער איז נאך בעסער.

כ'האב לעצטענס זיך געמוטשעט שבת מיט מיין קינד דערמיט, למעשה האב איך דורכגעשטופט די נאכט מיטן אים לייגן ביי אן אפענער פענסטער (מיט א מאנטל) אבער אינדערפרי האט מיר אן הצלה מאן געזאגט אז אמאל קען עס זיין א סכנה און כ'זאל רופן הצלה אויב איז עס נאך שטארק (למעשה ביז וואס ווען איז עס געווען אסאך רואיגער האב איך נישט גערופן צוליב דעם וואס כ'האב געזען אז ס'איז גאנץ רואיג און כ'בין שוין צוגעוואוינט צו ערגערע מציאות'ן דערפון - טו מיר נישט נאך...) ביינאכט - מוצש"ק איז עס נאך אלץ אביסל אנגעגאנגען, כ'בין געגאנגען צום דאקטער און ער האט געגעבן די מעדעצין. און שוין.
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן פסוק יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

נאר ביינאכט croup cough

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

פארוואס טאקע פאסירט די קראופ אטאקעס כמעט נאר ביינאכט?

איז קראופ די מחלה פון "אסכרה"?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
דיפלאמאטיש
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2021 3:35 pm

Re: הילף פאר א קינד וואס האט א קראָפ היס - croup cough

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיפלאמאטיש »

איז דאס עפעס וואס גייט אוועק נאר מיט באהאנדלונג אדער קומט און גייט ווי א פארקילאכץ?
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7305
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: הילף פאר א קינד וואס האט א קראָפ היס - croup cough

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

דיפלאמאטיש האט געשריבן:איז דאס עפעס וואס גייט אוועק נאר מיט באהאנדלונג אדער קומט און גייט ווי א פארקילאכץ?

ס'גייט אוועק אליין איז א וואך געווענטליך אבער נישט אייביג קען מען ווארטן און סתם אזוי אויב ס'איז שטארק לוינט זיך צו בהאנדעלען גלייך צו פארשפארען שלאפלאזע שרעקעדיגע נעכט
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
שליבוביץ
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 29, 2014 3:48 pm
לאקאציע: ביים פלעשל

Re: הילף פאר א קינד וואס האט א קראָפ היס - croup cough

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליבוביץ »

איך האב איין קינד וואס מוטשעט זיך דערמיט בערך איינמאל א חודש אין די געגענט פון 12'ע צייט ביינאכט, א הייסע שאווער פון צעהן מינוט און מאטרין העלפט געווענליך אויפן פלאץ
קוק גראד העסטו אטאמאטיש זעהן גראד!!!
דיפלאמאטיש
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2021 3:35 pm

Re: הילף פאר א קינד וואס האט א קראָפ היס - croup cough

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיפלאמאטיש »

איך בין שוין געווען ביים דאקטער אפאר מאל, אבער אחוץ די הייסע שויער האט ער גארנישט צו אפפערן, און אויף דערווייל פליט מיר די נשמה שיעור ארויס עטליכע מאל א נאכט
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7305
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע: אישי
פארבינד זיך:

Re: הילף פאר א קינד וואס האט א קראָפ היס - croup cough

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

דיפלאמאטיש האט געשריבן:איך בין שוין געווען ביים דאקטער אפאר מאל, אבער אחוץ די הייסע שויער האט ער גארנישט צו אפפערן, און אויף דערווייל פליט מיר די נשמה שיעור ארויס עטליכע מאל א נאכט

סטעריוטס ווי Prednisone אדער albuterol און די נעבילייזער העלפט און אסאך מאל דארף מען ליידער צוקומען צודעם
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
בן דותא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 27, 2020 4:32 pm

Re: הילף פאר א קינד וואס האט א קראָפ היס - croup cough

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דותא »

רעים האט געשריבן:
דיפלאמאטיש האט געשריבן:איך בין שוין געווען ביים דאקטער אפאר מאל, אבער אחוץ די הייסע שויער האט ער גארנישט צו אפפערן, און אויף דערווייל פליט מיר די נשמה שיעור ארויס עטליכע מאל א נאכט

סטעריוטס ווי Prednisone אדער albuterol און די נעבילייזער העלפט און אסאך מאל דארף מען ליידער צוקומען צודעם

קען מען דאס באקומען סתם אזוי אין פארמאסי?
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”