א באהאלטענע מתנה - ADHD

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: א באהאלטענע מתנה - ADHD

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

פארװאס איז דא אסאך מער ADHD בײ אינגלעך װי בײ מײדלעך?
אפשר װײל ער מוז זיצן שעות און לערנען א לימוד װאס איז אים אסאך מאל נישט גענוג אינטערעסאנט, װס א מײדל װאס האט 1) אן אױסװאל פון סאבדזשעקטס, והשנית, והיא העיקר 2) יעדע 45 מינוט טױשט זיך טיטשער, א פרישע פנים , א ברעיק,
לדעתי איז ADHD בײ אינגלעך אסאך מאל איבערגעשאצט, פאר אסאך איז פשוט צו שװער אזױ לאנג אײנצוזיצן אױף די זעלבע נושא, און מיט׳ן טױשן די סעטינג קען דאס זײן א ישועה פאר אסאך אינגלעך,

(הגה בעצמך װיפיל מאל נעמט איר א ברעיק בײם ארבעט? א קאװע וכדו׳?.... א חוץ לאנטש, און דאס זענען אונז עדאלטס,...
ומה יעשה הבן?, ער קען נישט נעמען א ברעיק און לײנען אײװעלט....... )
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: א באהאלטענע מתנה - ADHD

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:פארװאס איז דא אסאך מער ADHD בײ אינגלעך װי בײ מײדלעך?

פארוואס זענען אינגלעך סתם אזוי אזוי ווילדער ווי מיידלעך?

סארא שאלה דו פרעגסט.

אזוי איז די בריאה.
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: א באהאלטענע מתנה - ADHD

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:פארװאס איז דא אסאך מער ADHD בײ אינגלעך װי בײ מײדלעך?
אפשר װײל ער מוז זיצן שעות און לערנען א לימוד װאס איז אים אסאך מאל נישט גענוג אינטערעסאנט, װס א מײדל װאס האט 1) אן אױסװאל פון סאבדזשעקטס, והשנית, והיא העיקר 2) יעדע 45 מינוט טױשט זיך טיטשער, א פרישע פנים , א ברעיק,
לדעתי איז ADHD בײ אינגלעך אסאך מאל איבערגעשאצט, פאר אסאך איז פשוט צו שװער אזױ לאנג אײנצוזיצן אױף די זעלבע נושא, און מיט׳ן טױשן די סעטינג קען דאס זײן א ישועה פאר אסאך אינגלעך,

(הגה בעצמך װיפיל מאל נעמט איר א ברעיק בײם ארבעט? א קאװע וכדו׳?.... א חוץ לאנטש, און דאס זענען אונז עדאלטס,...
ומה יעשה הבן?, ער קען נישט נעמען א ברעיק און לײנען אײװעלט....... )

100%
אין אפי' איין טיטשער\סאבטשעקט איז בארינג, איז עס אויך נאר פאר א האלבע שעה. אין אויב מ'האלט נישט מיט פאר אפאר מניט קען מען נאך מיטהאלטן די איבריגע. מה שאין כן...
נאר מיט איין קלייניקייט בין איך זיך מחולק, ביי אינגעלעך איז עס נישט איבערגעשאצט. נאר בי די מיידליך איז עס אינטערגעשאצט.
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: א באהאלטענע מתנה - ADHD

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א באהאלטענע מתנה - ADHD

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

וואס איך וויל שרייבן איז נאר א טעאריע וואס איך קלער, אבער וואו זאל איך עס שרייבן? וועל איך עס שרייבן דא. אבער מ'דארף געדענקען אז ס'איז נאר א טעאריע וואס איך קלער.

אז איך קלער אז ADHD איז א נאטור. און אז אמאליגע צייטן איז אויך געווען געוויסע צייטן מענטשן וואס האבן געהאט אזא נאטור. נאר די היינטיגע הלוך ילך פון די וועלט מוטיגט מער דעם מענטש צו אנטוויקלן ADHD, גאר יונג, ווייל סך מער זאכן לייגן דרוק אויפ'ן מוח. מער נויז. פלאס די היינטיגע שטופ צו זוכן פרייהייט. דאס זוכן פרייהייט ליגט אין די לופט. און דאס מוטיגט דעם מענטש צו מער אנטוויקלן ADHD.

איך מיין צו זאגן אז אמאל ווען א קינד מיט ADHD שטריכן איז געבוירן, האט עס נישט געהאט אזויפיל סטרעס וואס האט געשטערט די אינערליכע מעכאניזם וואס זוכט פרייהייט. נישט דאס זוכן פרייהייט איז וואס אנטוויקלט ADHD, און אויך נישט די סטרעס. אבער ווען ביידע קומען זיך צאם ביי איין מענטש, אנטוויקלט זיך עס מער. ווייל די געפיל אז צופיל זאכן לאזן מיר נישט מנוחה, מוטיגט מער און מער צו אראפווארפן פון זיך די עול. ס'איז נאר מיין טעאריע. אז היינטיגע צייטן, דאס קינד וואס ווערט געבוירן מיט א פאטענציאל פאר ADHD. האט ארום זיך א וועלט וואס לייגט שטערונגען צו זיין פרייהייט.

די היינטיגע וועלט, פון איין זייט, מוטיגט עס ווייניגער דיסציפלין, און מער פרייהייט, "טאנץ און שפרינג", און פון די אנדערע זייט לייגט עס צופיל דרוק אויף אזא געוויסע נאטור. "יעדער זיצט שיין אויפן פלאץ".

אמאליגע צייטן ווען אזא קינד איז געבוירן - שפין איך ווייטער מיין טעאריע - האט עס געזוכט פרייהייט, און נישט געהאט קיין "געדולד" איינצוזיצן, אבער די וועלט האט עס ערלויבט. דאס קינד האט זיך נישט געפילט אזוי געקעסטלט. מיט דשאסט אביסל "ADHD" האט עס עררייכט באלאנץ צווישן זיך אליין און די האנדלונג מיט די סביבה. ס'האט נישט אויסגעפעלט צו ממש אונטערטאנצן אגאנצן צייט. אויף אזא אופן אז די ADHD האט נישט אזוי שטארק אנטוויקלט ביזן מאכן פראבלעמען.

היינטיגע צייטן, אזא קינד, מיט אביסל זיך ווייניגער קאנצענטרירן אויף דיטאלן, אויפן יעצט, מיט ארייננעעמען אביסל מער אינעם בילד, איז נישט גענוג - פאר אזא קינד - צו פילן די אינערליכע דראנג פאר מנוחה. די מוח ווערט מער און מער געשטערט. ווי מער סטרעס פאר די געוויסע חלק הנפש, אלץ מער "ADHD".

די היינטיגע וועלט איז ווייניגער דיסציפלין פון איין זייט, אבער פאדערט סך סך מער דיסציפילן פון די אנדערע זייט. דער חלק הנפש וואס מאנכע האבן מער, וואס זוכט צו כאפן מער אינעם בילד, באקומט ווייניגער און ווייניגער די געפיל פון סיפוק.

דאס מיינט אז ADHD אנטוויקלט זיך ווען פון איין זייט צוימט מען דאס קינד, און עס פילט נישט קיין פרייהייט וואס עס זוכט מער ווי אנדערע נישט-ADHD-קינדער, און פון די אנדערע זייט, רעדט מען פון פילן א פרייהייט. די מעסעדש אין די לופט איז: זוך פרייהייט. "איך געב דיך פרייהייט..."

דאס מיינט אז אוודאי איז ADHD א חסרון אין די Executive Brain, און אוודאי קען מען זאגן 'כאילו' א ADHD האט א חסרון אין געוויסע קעמיקאלן, פונקט אזוי ווי דו זאגסט אז איינער וואס איז נישט א שטארקע מענטש, האט א חסרון אין געוויסע עפעס, קעמיקאלן צו וואס. וויל איך צולייגן אז מיט דעם אליין וואלט זיך נאכנישט אנטוויקלט ADHD ביזן שטערן צו "לערנען א בלאט גמ'". עס אנטוויקלט זיך, ווייל כנ"ל. עד כאן מיינע מחשבות. סאיז אמת? ווער ווייסט...

והשם הטוב עוזר ויעזור
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: א באהאלטענע מתנה - ADHD

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

נשמה האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 4:40 pm

מורא’דיג שיין
דאס זענען אלע גרויסע פארשער פון אדהד מודה אז עס איז א נאטור אין קאנפליקט מיט די סביבה,
ווי יס איז באקאנט ”די האנטער אין די פארמערס ווערלד”
איך מיין אז די שארפסט עס נאך מער אויס
על כל פנים גוטע חיזוק, קאוטשינג, אהבה, העלפט שטארק
שטאטס מבין
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

Re: א באהאלטענע מתנה - ADHD

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטס מבין »

נשמה האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 4:40 pm
ב"ה

וואס איך וויל שרייבן איז נאר א טעאריע וואס איך קלער, אבער וואו זאל איך עס שרייבן? וועל איך עס שרייבן דא. אבער מ'דארף געדענקען אז ס'איז נאר א טעאריע וואס איך קלער.
מיר איז אויך געקומען צו טראכטן אביסל טעאריע ארום דעם נושא

איך זעה דער נאטור בעצם צו זיין זייער א געבענטשטע זאך פאר דער וואס האט עס באקומען, און דאס איז פאר איהם א וועג וויאזוי צו קענען אנגיין אין לעבן, זיינע שוועריקייטן זאל ער האבן די מהלך וויאזוי זיך צו קענען אפשאקלען פון זאכן וואס געשעהן ארום איהם און נישט בלייבן סטאק אין דעם

ווייטער אין טעאריע, אז די צדיקים וואס האבן זיך געקענט מעמיק זיין שעות אויף אהבת ה' און דביקות הבורא, האבן געדארפט האבן עפעס מיט דער נאטור צו קענען זיין אינגאנצען דארט און נישט ווערן געשטערט, זיך אריין לייגן אינגאנצען אין א נושא...

און א וועג האט מען געשטעלט די הנחה אז דיע מענטשן האבן א דיסארדער און קענען זיך נישט באהערשן, פון די אנדערע זייט איז דעס זייער ישועה אז זיי קענען זיך אונטער נעמען זאכן וואס אויב וואלט ער עס מער אויסגערעכנט וואלט ער זיך נישט אריין געלייגט וכו', איז עס א ברכה פון הימל...
אוועטאר
אין שטעטל
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:38 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

Re: א באהאלטענע מתנה - ADHD

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין שטעטל »

מיר האט די ביכל The drummer and the great mountain מיר מורא'דיג געהאלפן, ער האט ווארק שאפס אין פאדקעסט, זייער גרונג אין קלאר
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”