Yang2020 האט געשריבן:פון ערפארונג:
1. נישט עסן אדער טרינקען צוקערדיגס פון אפאר שעה בעפארן גיין שלאפן. (ביי יעדן אנדערש, אבער פרוביר צו גיין ביז אזוי פרי ווי 3-4 נאכמיטאג).
2. דווקא יא טרינקען וואסער בעפארן גיין שלאפן, און דערנאך גיין הכנות.
3. לערנען דעם קינד אז ווען ער גייט קטנים בייטאג זאל ער זיך אינמיטן אפשטעלן פאר א סעקונדע, צו שטארקן די מוסקלען. (דער איסור פון עצירת נקבים גייט נישט אן אויף אזא וועג, ואכ"מ).
4. וויכטיגער ווי אלעס, בארואיגן דעם קינד (און זיך אליינס) אז עס איז נישט עק וועלט. ער איז ווייט נישט דער איינציגסטער מיט דעם פראבלעם, ער וועט עס העכסט ווארשיינליך אויסוואקסן ביז צו די חתונה (שפעטסטענס), און ער איז נישט ווערטלאז אדער א קליינע בעיבי ווייל עס פאסירט.
דער פראבלעם קען קומען פון סטרעס אדער אראפגעקלאפטקייט, וואס קען אליינס קומען פון א פריערדיגע באנעצונג און די גאנצע טאג וואס ער האט זיך דערנאך געפילט צוויי סענט, וחוזר חלילה. און אפילו נאך וואס דער פראבלעם גייט אוועק (ווי אין כמעט אלע פעלער), קען ער פארבלייבן מיט עמאציאנעלע וואונדן אויף לאנגע יארן.
5. דער ווייבארעיטאר קען זיין גוט, אבער נאר אויב דאס קינד איז גרייט דערצו. אויב לייגט מען עס ארויף אויף אים קען עס נאך בעקפייערן. א באלוינונג סיסטעם קען אויך נאר זיין א זייטיגע קלייניגקייט צום עיקר, נאך א לענגערע אפענהארציגע שמועס מיטן קינד.
ק..
הרב יענג קומט אריין זייער קלאר, איך קום פון די זעלבע חדר, אין אויך האב איך דאס געהאט ביז די 16-17 , אין איך געב מיין הסכמה אויך די ערשטע 4 סעיפים,
בעיקר וואס האט מיר געהאלפען די מערסטע איז געווען די ווארעמע support אין מיט ארבייט פון מיין מאמע זז"ג
,נאך אזאך וואס האט מיר געהאלפען אסאך איז די עקסערסייז וואס ר' יענג דערמאנט אין #3
לגבי די וויבערעטער, אין מיין פאל איז געווען אן אלארם וואס האט געקלונגען הויעך , פאר מיר האט עס נאר backfired,
אבער איי געס יעדער איז אנדערש, (קען אויך זיין וויל עס פלעגט שטערען מיין ברודער, אין ער פלעגט קרומען מיט דער נאז)
עניוועיז , איך אייך (אייער זון ) אסאך הצלחה - אין נישט פארגעסען די בעסטע עצה - א קאפיטעל תהילים.