דער פראבלעם פון שארפע בלויע העדלייטס - עמערדזשענסי לייטס.

טעכנישע הילף פארן קאר אייגנטומער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

דער פראבלעם פון שארפע בלויע העדלייטס - עמערדזשענסי לייטס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך ווייס נישט צו די טעמע איז א לאקאלע היימישע אדער נאציאנאלע, אבער איך האב נאכנישט געהערט אדער געזען אין ערגעץ זאל ווערן ארומגערעדט פון אזא וויכטיגע זאך הצריך תיקון גדול. יעדער ווייסט אז א דרייווער אויפן ראוד דארף זיין גאר קאנצענטרירט. מען שטעלט אן א דריי טאן מעגא מאשין מיט לעבעדיגע מענטשן אינעווייניג אויף דרייסיג-פערציג מייל א שעה (לאקאל) און בלויז צוויי סעקונדעס וואס אויב קוקט מען נישט ווי מען דארף קען זיין א קאטאסטראפע.

דער פראבלעם וואס ווערט אלץ ערגער איז די שארפע לייטינג פון די ארומיגע אויטא'ס וואס האט די מעגליכקייט צו מאכן בלינד די אויגן פאר א וויילע, און אפילו ווען נישט, שאפט דאס אן אוממעגליכקייט צו קענען קאנצענטרירן די גענויע פאזיציע פון  די קעגנקומענדע קאר, די ליניע, ווייטקייט, און זען אויב ס'דא סיי וועלכע אביעקט אויפן ראוד.

אמאל זענען די שארפע העדלעמפ געווען א מתי מספר בלויז ביי יחידי סגולה. אבער היינט אין די LED עפאכע איז דאס געווארן א נחלת הכלל, און עס איז דא דערביי פארשידענע שטאפלען למחצה לשליש ולרביע, טייל וואס קומט שוין דורך די קאר פירמע, און די שטארקערע וואס מען לייגט אליינס אריין. 
זענט איר אויף צום ערשיינונג די לעצטע פאר יאר אז קארס וואס קומען צופארן קעגן אייך בלינקען מיט די העדלייט כאילו איר האט בטעות אנגעצינדען די הייביעמס בעת עס איז נישט ריכטיג? דאס איז צוליב דעם ווייל אייערע העדלייטס איז זייער שארף און מאכט בלינד די אויגן פון די קעגנקומענדע דרייווער!

די זעלביגע איז מיט די עמערדזשענסי וויקל'ס ווי אמבולאנס און פוירסט ריספאנדערס. די בליצערס ווערן פון יאר צו יאר מער רוישיג. ווען אן רוישיגע אמבולאנס פארט מיך אריבער, וויל ער אז איך זאל מיך רוקן אין די זייט די שנעלסטע מעגליך. נו, וואס טוט א איד וואס זיצט ביים אמבולאנס רעדל, ער צינדט אן די סיירינס יאמערליך אז עס רעש'ט, עס בליצט און דינערט אזש ס'גייט א רויעך. אבער וואס פאסירט פאקטיש?  איך ווער טיילווייז צומישט איך קען שווערליך זען און אויסרעכענען ווי גענוי איז דאס בעסטע איך זאל מיך רוקן אין א זייט, איך ווייס נישט גענוי וועלכע ריכטונג דער בליצער טראק וויל נעמען, אירע טוירנינג לייטס ווי שארף עס זאל נישט זיין זענען נישט לייענבאר אין אזא כאאטישע סצענע, און עס געדויערט א וויילע מיינע אויגן זאלן צו זיך קומען. איך מיין אז אין אייראפע איז דא געזעצן אויף דעם, און זיי מאכן בלויז א קליין לעקטערל יעדע סארט עמערדזשענסי מיט אן אנדערן קאליר און  זייער א רואיגע סירענעס. אין ניו יארק סיטי איז אויך לעצטנס דא א פלאן צו טוישן די סיירינעס צו א נידעריגע רואיגע וואליום.

אפילו די פשוטע ראוד קאנסטרוקציע טראקס אויף די הייוועי'ס, וואס פלעגן אמאל האבן א צוויי געלע דרייעדיגע לעקטערלעך האבן די לעצטע צייטן געביטן צו מאסיווע LED בליצערס פון אלע זייטן.

עס זענען דא "זייער אסאך" מענטשן וואס זייערע אויגן זענען זייער סענסיטיוו. צו ווייל זיי האבן געהאט לעיסיק, אדער סיי וועלכע היסטאריע מיט אויגן געזונט. און יעדע אבנארמאלע ליכטיגקייט קען זיי כמעט בלינד מאכן פאר א גאנצע מינוט!

נו, ווער האט אן עצה?
לעצט פארראכטן דורך ר' יום טוב אום דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 10:55 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

א עצה האבעך נישט, אבער די פראבלעם פלאגט מיר טעגליך, דערצו יעצט ווינטער, ווען מ'דרייווט סאך מער טונקעלע שעות

כ'האב איינמאל געהאט א פיקאפ אונטער מיר און די לעקערס האבן מיר געשיינט אין די אויגן דורכן שפיגל, כ'האב געבלינקען די פלעשערס, און אויסגעלאשן מיינע לייטס ביז ער האט געכאפט וואס איך וויל, האט ער אנגעצינדן זיינע היי בימס האבעך שוין געזען אז דאס איז נאך גארנישט....
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ניין, איך האב נישט שארפע העדלייטס. כ'האב עס שוין געטשעקט ביים ליעסן ווייל איך בין זייער קעגן דעם.

יא, איך לייד דערפון טעגליך, כאטש כ'האב נישט ערנסטע פראבלעמען מיט די אויגן (מער ווי געווענליכע גלעזער).

און יא, איך שיין אריין אזעלכע דרייווערס מיט מיינע היי-ביעמס.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:א עצה האבעך נישט, אבער די פראבלעם פלאגט מיר טעגליך, דערצו יעצט ווינטער, ווען מ'דרייווט סאך מער טונקעלע שעות
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

איך האב מיך שוין כמה וכמה פעמים געוואונדערט אז ס'איז נאכנישט פארהאן קיין געזעץ וואס לייגט רעסריקשאנס ווי שטארק א לייט אויף א קאר מעג זיין.
אפשר דארף מען מאכן א פעטיציע?
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

נאדערצו ווען די ראוד איז נאס, און עס שפיגלט צוריק. דער אויבערשטער זאל אפהיטן!
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

גם אני מצטרף ל'הפראבלעים הנ"ל
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
גיט
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיט »

איך האב אויך די זעלבע פראבלעם, זייער אסאך קארס איז עס אזוי שטארק ווי די היי בימס, און איך פלעג מיר ווינדערען פארוואס זיי לעשן נישט אויס די היי בימס ווען איך קום אנטקעגען, ביז איך בין געוואר געווארן די סוד.
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

אינעם ביכל שטייט אז די עצה דערצו איז אז מען זאל אראפקוקן אויפן ראוד און קוקן אויף די אנגעצייכנטע ליינס
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

היי ביעמס מיינט נישט "שטארקע לייטס,
ס'איז דא לאו ביעם און היי ביעם, די געווענליכע העד לייטס זענען אויסגעדרייט צו שיינען אביסל אויף אראפ, אזוי אויב די ביזט נישט געפערליך נאנט צו די קאר אין פראנט, וועט עס נישט אריין שיינען אין די אויגן, וועגן דעם ווען די פארסט אין בעק פון א קאר (אדער ווען איינער פארט אין בעק פון דיר) צו נאנט וועסטו זעהן אז עס הייבט אן צו אריינשיינען אין די אויגן,
די היי ביעמם איס אויסגעשטעלט צו שיינען גראד, ממילא באלייכט עס גוט די גאס פארשטייט זיך אין די זעלבע צייט שיינט עס אריין אין די אויגן אויך,

איז אזוי ווי די LED לעמפלעך זענען גאר שטארק, דארף מען אפשר מאכן אז די געווענליכע העד לייטס זאלן זיך בייגן אביסל מער אויף אראפ,

פאר די עמערזשענסי ווויהיקלס האב איך נישט קיין עצה, איך פערזענליך האלט אז ס'איז גענוג איין טשערי לייט, (ניטאמאל ווי וויכי'ס יוקאן,) מיט איין גוטע סיירין,
בעיקר דארף דאך נאר די קאר אין פראנט זעהן צו וויסן זיך צו ריקן, פארוואס דארפן די קארס אין בעק בלינד ווערן פון בליצערס?
(כ'האב נאר מורא אז הצלה וועט פארלירן האלב מעמבערס)
The Divided States Of America
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אזוינס קען לכאורה בייהילפיג זיין, נאכנישט פרובירט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

יאפ, דאס איז אן ערנסטע פראבלעם.

איך האב דאס אסאך מאל ביינאכט אז דער קאר הונטער מיר שיינט אזוי שטארק אין די זייטיגע שפיגלעך, אז מיט די ריפלעקשאן קענעך טאקע כמעט נישט זעהן, און כ'מוז מיר אגאנצע צייט רוקן אז מיין שפיגל זאל נישט זיין קעגן זיינע לייטס.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

ענדע צדיק! האט געשריבן:אזוינס קען לכאורה בייהילפיג זיין, נאכנישט פרובירט.


פראבירט ענליכס. גארנישט אויפגעטאן.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

איך האב די זעלבע פראבלעם מיט רוב העדלייטס קעגן מיר.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

יעצט געפארן אויפן ראוד און געהאט דעם פראבלעם די לייטס פון די קעגן קומענדע קאר מאכט מיר ממש בלינד

איך האב געמיינט נאר איך האב דעם פראבלעם
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

פ' לך לך האט געשריבן:אינעם ביכל שטייט אז די עצה דערצו איז אז מען זאל אראפקוקן אויפן ראוד און קוקן אויף די אנגעצייכנטע ליינס

מער פונקליך, אויף די רעכטע ווייסע ליין,
סהעלפט היפש, ווייל מקוקט נישט אויף די ראוד, סאו מ'פארמיידט די אויגן פארבלענדעניש, און די ליניע האלט די קאר אין ריכטיגן פלאץ,
גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע בוים »

ר' יום טוב האט געשריבן:איך ווייס נישט צו די טעמע איז א לאקאלע היימישע אדער נאציאנאלע

אינטערנאציאנאלע
איך מיין אז אין אייראפע איז דא געזעצן אויף דעם, און זיי מאכן בלויז א קליין לעקטערל יעדע סארט עמערדזשענסי מיט אן אנדערן קאליר און  זייער א רואיגע סירענעס.

אין אייראפע קומט עס מער און מער אריין
נו, ווער האט אן עצה?
עץ חיים הוא למחזיקים בה
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ענדע צדיק! האט געשריבן:אזוינס קען לכאורה בייהילפיג זיין, נאכנישט פרובירט.


יעצט דא א טייערער פאר 2$ מיט ריבעיט קי

Screen Shot 2019-11-20 at 10.07.25 AM.png
Screen Shot 2019-11-20 at 10.07.25 AM.png (259.88 KiB) געזען 2200 מאל



https://rebatekey.com/r/driving-glasses ... k2g2c.link
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמארע ווארטזאגער »

איינס האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:אזוינס קען לכאורה בייהילפיג זיין, נאכנישט פרובירט.


יעצט דא א טייערער פאר 2$ מיט ריבעיט קי

Screen Shot 2019-11-20 at 10.07.25 AM.png



https://rebatekey.com/r/driving-glasses ... k2g2c.link

וויאזוי ארבעט די סייט?
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:אזוינס קען לכאורה בייהילפיג זיין, נאכנישט פרובירט.


יעצט דא א טייערער פאר 2$ מיט ריבעיט קי

Screen Shot 2019-11-20 at 10.07.25 AM.png



https://rebatekey.com/r/driving-glasses ... k2g2c.link

וויאזוי ארבעט די סייט?

1. סיין זיך ארויף https://rebatekey.com/?aff=78017
2. סעלעקט די אייטעם, ער וועט דיר שיקן צו עמעזאן
3. קויף אויף עמעזאן, און נאך 35 טעג שיקן זיי א ריבעיט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמארע ווארטזאגער »

ייש''כ
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???
אוועטאר
גיט
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיט »

איינס האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:אזוינס קען לכאורה בייהילפיג זיין, נאכנישט פרובירט.


יעצט דא א טייערער פאר 2$ מיט ריבעיט קי


https://rebatekey.com/r/driving-glasses ... k2g2c.link


איך האב עס יעצט געקויפט אבער ביי מיר קומט ארויף אז עס איז פון א אנדערע סעלער, איז עס א פראבלעם?
Amazon.JPG
Amazon.JPG (22.01 KiB) געזען 2109 מאל
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

קויף דורך די לינק וואס ער שיקט דיר
דעמאלט ביסטו גוט (אדער ״גיט״)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איינס האט געשריבן:1. סיין זיך ארויף https://rebatekey.com/?aff=78017
2. סעלעקט די אייטעם, ער וועט דיר שיקן צו עמעזאן
3. קויף אויף עמעזאן, און נאך 35 טעג שיקן זיי א ריבעיט

פארגעסן איין זאך
4. קאנפרים אין ריבעיט קי אז דו האסט געקויפט מיט די ארדער נומבער
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שרייב תגובה

צוריק צו “קאר הילף”