א.ב.ג האט געשריבן:אפשר נישט די ריכטיגע אשכול אבער האט איינער שוין געטוהן אפּקויפן די אויטא נאכן ענדיגן די פול טורם ליעס? וויאזוי ארבייט דאס, וויפיל בעטן זיי געווענליך, ווענדט זיך אין געזינטהייט פונעם קאר, ווענדט זיך דאס אין די מיילידזש אדער בכלל נישט אא״וו....? געס איבער ביטע אייער עקספעריענס.. א שכח פון פארויס
איך האב לעצטענס אפגעקויפט מיין ליעסד מיני ווען.
די באנק פון וועם די ליעס איז געווען געפיינענסד האט מיר אלעס ערלעדיגט. ס'האט גענומען א שיינע פאר וואכן אהין און צוריק די פעפער ווארק.
זיי האבן געדארפט די מיילעדזש, אבער נישט קיין שום אנדערע קאנדישאן פון די קאר. אינשורענס דאכט זיך האבן זיי געוואלט ס'זאל האבן קאווערעדזש פאר כאטש נאך 60 טעג. רוף זיי אן, זיי וועלן דיר פונקטליך אנווייזן.
איין אינטערעסאנטע פונקט איז געווען אז כ'האב זיי געפרעגט ווען באקום איך די טייטל פון די קאר, זאגן זיי מיר אז איך באקום עס נישט, נאר זיי גייען עס האלטן ביז די פיינענסינג איז אויסגעצאלט. למעשה אבער, האב איך עס יא באקומען אין די פאסט אפאר טעג שפעטער.