קראון-הייטס און איר היסטאריע

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

קראון-הייטס און איר היסטאריע

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 3:38 pm

דער ישוב אין קראון-הייטס איז וואול באקאנט היינט צווישען אונז אלס דער צענטער פאר די ליובאוויטשער חסידים איבער דער גארער וועלט, דער בנין 770 איסטערן פארקוועי איז דער בית המדרש המרכזי פאר די פילע פעולות פון חב"ד איבער די וועלט און פלעגט אויך דינען אלס שטוב פאר די פריערדיגע און לעצטע ליובאוויטשער רביים.

די געגנט איז אבער נישט אלעמאל געווען קאנצענטרירט דייקא אויף חסידים און ליובאוויטשער חסידים נאר אין אלגעמיין האבן אידען דארט געהאט א יישוב מיט לאנגע יארען וועכלע איז ווערט באהאנדלט צו ווערן.

(פאר סאטמארער חסידים איז באקאנט הרה"ח ר' יוסף זונדל קליין ע"ה וועכלער איז פארבליבען וואונען אין קראון-הייטס ביז צו זיין פטירה מיט א צירקע 10 יאר צוריק, אנפירנדיג מיט א גראסעריי אין די געגנט)

עס איז מערקווידיג צוצולייגען אז אין די אלע יארען איז מער ווי איינמאל פארגעקומען אינצידענטן צווישען די אידען און להבדיל זייערע שווארצע שכינים, דאס מערסטע איז באקאנט די ראיאטען אין די תש"נ-1990 יארען אונטער די קאדענץ פון מעיאר דינקינס ווי די שווארצע האבן זיך ארויסגעלאזט אין א פאגראם קעגן די אידען און ליידער געהרגעט א איד רח"ל.

דאס איז אבער נישט געווען דאס איינציגע מאל וואס א אידיש קינד איז ל"ע אומגעקומען דורך א גוי א רוצח, עס איז היינט 30 יאר פון ווען א חשובער איד ר' דוד אוקנאוו ע"ה-הי"ד וועלכער איז מיט עטליכע יאר פריער ארויסגעקומען פון רוסלאנד, גייענדיג פארטאגס אויפן וועג פון זיין שטוב צום ביהמ"ד איז ער ל"ע געפאלן א קרבן צו א בייזוויליגען רויבער וועכלער האט לויט פאליצייאישע אויספארשונגען נישט געהאט קיין ראסיסיטישע מאטיווען נאר בא על עסקי ממונות, און מיט א ביקס האט ער אומבגעברענגט אן אומשולדיגער טייערער איד.

לייענט אויף שטורעם אויסצוגען פון א נייע קונטרס וואס איז ערשינען איבער דעם עפיזאד, באגלייט מיט בילדער און צייטונגס אויסשניטען פון הרב אוקנאוו הי"ד און די אינצידענט.

בייגעלייגט איז דער קונטרס אין א פד"פ פארמאט
צוגעלייגטע
phpThumb_generated_thumbnailjpg.jpg
1796_articles_22102009_32161.pdf
(168.91 KiB) דאונלאודעד 147 מאל

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 9:37 pm

יישר כח הרב מיללער פארן עפענען אן אשכול איבער קראון הייטס, א געגענט וואס ווערט מיט די צייט נאנטער און נאנטער קיין וויליאמסבורג, נאכדעם וואס אידישקייט צושפרייט זיך ימין ושמאל און נעמען צוביסלעך איין די שווארצע בעד-סטיי געגנט וואס צושיידט אונז פון די חב"ד'סקער חסידים.

---
די גראסערי וואס דו דערמאנסט עקזיסטירט נאך, און ווערט געפירט דורך דעם זוהן פון ר' יוסף זונדל, הרה"ח ר' משה שמואל ני"ו ראש הקהל ד'פאיע.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 9:57 pm

טאקע אינטערעסאנט.
אסך אסך אידן וואס געהערן נישט אן ליובאוויטש האבן תחילת געוואוינט אין קראונהייץ (מיין זיידע), אבער זיך אוועקגעצויגן ווען די חסידות האט אנגעהויבן טראגן דעם היינטיגן צורה.

עס איז אסך וואס צו רעדן איבער דעם באקאנטן אידישן ישוב. לאמיר הערן פון די עלטערע בטעם זקנים.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » פרייטאג אוקטובער 23, 2009 8:50 am

קרעמער האט געשריבן: א געגענט וואס ווערט מיט די צייט נאנטער און נאנטער קיין וויליאמסבורג, נאכדעם וואס אידישקייט צושפרייט זיך ימין ושמאל און נעמען צוביסלעך איין די שווארצע בעד-סטיי געגנט וואס צושיידט אונז פון די חב"ד'סקער חסידים.


לכאורה ווערט וויליאמסבורג נענטער קיין קראון הייטס, ווייל מיר צושפרייטן זיך.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » פרייטאג אוקטובער 23, 2009 8:51 am

שוועמל האט געשריבן:טאקע אינטערעסאנט.
אבער זיך אוועקגעצויגן ווען די חסידות האט אנגעהויבן טראגן דעם היינטיגן צורה.

דאכצעך אז די סיבה איז געווען צוליב די פארשפרייטונג פון די שווארצע להבדיל, און נישט צוליב די חסידות.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג אוקטובער 23, 2009 9:06 am

פרעגער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן: א געגענט וואס ווערט מיט די צייט נאנטער און נאנטער קיין וויליאמסבורג, נאכדעם וואס אידישקייט צושפרייט זיך ימין ושמאל און נעמען צוביסלעך איין די שווארצע בעד-סטיי געגנט וואס צושיידט אונז פון די חב"ד'סקער חסידים.


לכאורה ווערט וויליאמסבורג נענטער קיין קראון הייטס, ווייל מיר צושפרייטן זיך.


וויליאמסבורג ווערט נענטער קיין קראון הייטס מיט דעם וואס זי אנערקענט שוין "ליידער" אז קרוין הייטס איז נאנט צו איר צום הארצן כי אנשים אחים אנחנו.....
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » פרייטאג אוקטובער 23, 2009 9:51 am

בן בוזי האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן: א געגענט וואס ווערט מיט די צייט נאנטער און נאנטער קיין וויליאמסבורג, נאכדעם וואס אידישקייט צושפרייט זיך ימין ושמאל און נעמען צוביסלעך איין די שווארצע בעד-סטיי געגנט וואס צושיידט אונז פון די חב"ד'סקער חסידים.


לכאורה ווערט וויליאמסבורג נענטער קיין קראון הייטס, ווייל מיר צושפרייטן זיך.


וויליאמסבורג ווערט נענטער קיין קראון הייטס מיט דעם וואס זי אנערקענט שוין "ליידער" אז קרוין הייטס איז נאנט צו איר צום הארצן כי אנשים אחים אנחנו.....


;l;p- ;l;p-

שוועמל האט געשריבן:טאקע אינטערעסאנט.
אסך אסך אידן וואס געהערן נישט אן ליובאוויטש האבן תחילת געוואוינט אין קראונהייץ (מיין זיידע), אבער זיך אוועקגעצויגן ווען די חסידות האט אנגעהויבן טראגן דעם היינטיגן צורה.

עס איז אסך וואס צו רעדן איבער דעם באקאנטן אידישן ישוב. לאמיר הערן פון די עלטערע בטעם זקנים.


די חסידות האט שוין געטראגן די היינטיגע צורה, ווען אנדערע חסידישע אידן האבן געוואוינט דארט.

די חסידישע אידן האבן זיך אוועקגעצויגן פון דארט ווען די נישט-ווייסע האבן זיך אריינגעצויגן דארט, איך האב אמאל געהערט פון א איד מסביר זיין וויאזוי דאס איז צוגעגאנגען, א לענדלארד האט אריינגענומען א שחור אין א דירה וואס ער האט נישט געקענט פארדינגען פאר אפאר חדשים, נו, די שכן נעקסטע טיר האט נישט געוואלט וואוינען נעבן א שחור, האט ער געמופט,
אין יענע דירה וועט שוין א איד נישט אריינמופן, צוליב די שכן טיר ביי טיר, איז אויטאמאטיש די דירה געגאנגען פאר א שחור, יעצט פון צוויי דירות באזעצט מיט שחורים, האט זיך עס פארשפרייט אויפן שטאק, פונעם שטאק צו די גאנצע בילדינג.

נו ווער וויל וואוינען אויף א גאס, וואס האט אן אפארטמענט בילדינג פול מיט שחורים.....

לדעתי וואלט וויליאמסבורג אויך אזוי אויסגעזען ווען מען פירט מען נישט א מערכה נישט צו פארדינגען פאר נישט היימישע. ודי בזה.


דרך אגב, דער לעצטער ליובאוויטשער מנהיג, האט שטארק פארפירט פארוואס מען לויפט אזוי אוועק, מען איז מאבד ממון ישראל, מען האט דאן פארקויפט הייזער פאר שפאט ביליג, און ער האט זיך טאקע געהאלטן און ער איז טאקע געבליבן דארט מיט זיינע חסידים כידוע לכל העולם כולו ממש במילואו
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » פרייטאג אוקטובער 23, 2009 10:19 am

קראן הייטס:
ווען איך בין געווען 9 יאהר אלט האמער זיך אוועק געצויגען פון בעד-סטיי קיין באראפארק.
איך בין דענמאלטס אריין לערנען און באבוב. איך בין דארט געווען ביז די בר-מצוה.
די ישיבה איז געווען אויף ברוקלין עוועניו קארנער פראספעקט סטריט.
עס איז געווען א גרויסער הויף דארט מיט דריי בנינים.
איינס איז געווען דאס חדר. איינס איז געווען דאס הויז וויא דער באבובער רב ר' שלמה ז"ל האט געוואוינט.
די מקוה איז געווען און בעיסמענט פונעם רב'ס הויז.
און א דריטע בנין איז געווען דאס בית מדרש.
ווען איך האב דארט געלערענט האט מען צוגעבויט צום בית מדרש בנין א סוכה, וואס דער דאך האט זיך אוועק גערוקט אויף שינען. א גאנץ יאהר איז דארט געווען די עזרת נשים.

די גאנצע געגענט דארט האט געהאט אסאך יודען.
א פעטער מיינער (ר' יעקב טובי' ווייזער'ס טאטע ע"ה) האט געוואוינט א בלאק אוועק פון באבוב. זיי האבען דארט געדאווענט. איך בין געווען עטליכע מאל דארט פאר א שבת.

און קראן הייטס האט אויך און יענע יאהרען געוואוינט ר' מאיר אמסעל ז"ל דער ארויסגעבער פונעם תורה דזורנאל 'המאור'.
מיט אוהם איז געווען אן אינטערעסאנטע מעשה.
זייענדיג א קאנטריוערשעל מענטש, און פארשטייט זיך אז דאס האט געברענגט א גוטע צאל שונאים, איז איינמאל ווען ער איז נישט געווען אינדעהיים, האט מען ארויסגעלאזט א רומער אז ער איז נפטר געווארען. אויף די ראדיא (דער אמאלעדיגע קול מבשר) האט מען אפילו ענאנסט א זמן לויה
א גרויסער עולם האבען זיך צאנגעזאמעלט ביי זיין שטוב.
דער רב אמסעל האט ממרחקים אויסגעפונען וואס עס גייט פאר און ער האט אהיים גערופען אז מעזאל ווארטען מיט די לויה ביז ער קומט ווייל ער וויל זיך אויך משתתף זיין.
די וועלט זאגט אז אויב עס גייט ארויס א קול אויף איינעם ער איז איז נפטר געווארען און עס איז נישט אמת, דאס איז א סגולה פאר אריכת ימים.
דער רב אמסעל ז"ל האט טאקע דערלעבט א טופען עלטער און די הויכע תשעים.

און יענע יאהרען (50 יאהר צוריק) האט אויך געוואוינט און געדאווענט און באבוב א יוד ר' מרדכי שפאלטער ז"ל.
ער איז געווען באוויסט אלטץ דער סאניקער דיין, און ער איז געווען דער אפישעל מורה הוראה און באבוב. א שטילער יוד געווען און א ריזיגער תלמוד חכם. מיין טאטע ע"ה האט אוהם געדענקט פון די מלחמה יאהרען און ארבעטס לאגער.

נאך א יוד ווער עס האט געוואוינט און קראן הייטס א ביסעל שפעטער שוין, איז געווען דער סקולענער רבי ז"ל, אויף קראן סטריט.
the SCY is the limit

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג אוקטובער 23, 2009 12:48 pm

ר' שמחה;

עס איז נישט ממש מן הענין פונעם אשכול, אבער איר האט מיר דערמאנט א מעשה'לע וואס איך האב געהערט די וואך פון א איד (לרפו"ש). האט ער דערציילט בתוך הדברים אז אמאל האט ר' חיים משה שטויבער נ"י געשריבן אין דער איד "נפלה עטרת ראשינו" ווען עס איז נפטר געווארן א רבי פון די אגודה קרייזן (צוליב דעם וואס ר' חיים משה'ס אור עלטערן האבן באלאנגט צו יענע גזע בשנים קדמוניות), האבן זיך די קנאים אראפגעלאזט צו זיין הויז אין די מאסן, און אויף די אנפראגע פונעם בעל מספר וואס איז פונקט פארבייגעגאנגען "וואס גייט דא פאר?" האבן די אינגעלייט דערציילט אז זיי זענען געקומען אויף "ניחום אבלים" צו ר' חיים משה'ן וואס האט ליידער פארלוירן זיין עטרת ראש.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג נובעמבער 01, 2009 6:49 pm

ר' שמחה,

דער רב אמסל ע"ה האט אין זיינערצייט באשריבן א לאנגס און א ברייטס איבער 'זיין' פטירה, געדרוקט אין המאור, געדענק איך נישט וועלעכע יארגאנ, כ'האב עס געלייענט אלס און זיך פארסמאקעוועט דערמיט...

אפשר געדענקט איר וועלעכע יאר דאס איז געווען? וועלען מיר קענען אפיר זוכן דעם 'המאור' אויף היברו בוקס.

לויט ווי איך געדענק דארף עס זיין דאס זעלבע יאר וואס קלויזנבורגער רב האט זיך באזעצט אין נתני'.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6671
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג נובעמבער 01, 2009 10:27 pm

הרב גבור,

געלערנט און באבוב האב איך פון אלול תשי"ז ביז סוף תשכ"ב
לויט וויא איך געדענק איז דאס געווען און יענע יאהרען. פריערט, זיכער נישט.
the SCY is the limit

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 8:37 am

שוין מתוך שבחו בא לידי גנותו, עס איז גענוג צו זאגען אז ר' מאיר אמסעל דער 'בעל המאור' איז געווען קאנטערווערסיאל ואידך פרושא זיל גמור, פאר אונז האט ער מוריש געווען זיין אייניקל ר' ברוך אמסעל פון קברים.קאם, ממילא וועל איך אים אוודאי נישט בארעדן, אלס בירא דשתית מיניה מיא....

ר' שמחה,
פון הרב שפאלטער האט מען שוין ערגעצוואו גערעדט, וועלכער יאר האט זיך דער באבובער רב אוועקגעצויגען פן קראון-הייטס? געוואוסט האב איך אז דאס האט געהאט צוטאן מיט דעם וואס די ליובאוויטשער האבן זיי ענג געמאכט דארט (אפשר יעצט וועט זיך ביקסאד מיט הרבד"צ אויפוועקן, אז מקען קאכען א שטיקל קאשע....).

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 9:43 am

שטארק זיך האט געשריבן:ר' שמחה,

דער רב אמסל ע"ה האט אין זיינערצייט באשריבן א לאנגס און א ברייטס איבער 'זיין' פטירה, געדרוקט אין המאור, געדענק איך נישט וועלעכע יארגאנ, כ'האב עס געלייענט אלס און זיך פארסמאקעוועט דערמיט...

אפשר געדענקט איר וועלעכע יאר דאס איז געווען? וועלען מיר קענען אפיר זוכן דעם 'המאור' אויף היברו בוקס.

לויט ווי איך געדענק דארף עס זיין דאס זעלבע יאר וואס קלויזנבורגער רב האט זיך באזעצט אין נתני'.

תשכ''א ....והוא הי' אז על חתונה אצל ידידו עוז הרב מהעלמעץ בקליוולאנד ...אך אח''כ הי' לו דין ודברים
עם אלה ששילמו לו לשים מאמרים כנגד האדמו''ר מק........ והי' קרח מכאן וקרח מכאן .עד של.....
אימצו אותו בביקורי בימי חוה''מ סוכות השנה ...כדי לקיים מצוות חייב אדם לקבל פני רבו ברגל.....
אצל הריל''ג סיפר לי שהוא שילם ''פולע געלט'' בעד הכנסת מאמרי הרמ''ש ...
עד שש''ב הר''א איש שלום עם ידיד נפשי הרב י.י. גליק הוציאו ירחון עולת החודש כנגד המאור
וברבות הזמן הירחון דעך וגסס .
אודות קראנהייטס ואנשי' שלא מחב''ד יש הרבה לכתוב ....הקאזלאווער רבי....הקאזניצער רבי...
הקיריהאלזער רב ....הספינקער רבי וזמן מה גר שם הסאדיגערער רבי ...הרב קריגער הבריסעל רב
הנייפעסטער רב היאסלער רב הזשילינער רב הנאוואמינסקער רבי הלאנצטער רב [ר' דאווטשא רובין]
הדאלינער רבי [הרב רובין] הדיארמאטער רב הלינזער רב כולל גור ארי' על פרעזידענט סטריט
הרה''ג ר' צבי אייזענשטאט חתן הרי''נ אב''ד קראקא בעל הפירוש על הרמב''ן הרי''מ בוימעל
הר' מרדכי שפיעלמאן ממונקאטש בעל תפארת צבי ו' חלקים על הזוה''ק ועל טומאת כהנים על קברי צדיקים .ר' גדלי' שור ר' אלי' חזן ורמ''ד ריבקין ראשי ישיבה בתורה ודעת הרבי מליזנסק ראי''ה רוקח
והרב ב''צ פרנקל והטאמאשפלאר רבי והקאזניצר רבי בעל עיני ישראל[שווארץ]ועוד זה מה שעלה בדעתי
כעת והריגליצער רב גיסו של הסטעטשינער רב והפריימאנער רב[זילבר] ועוד

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 9:55 am

מיללער האט געשריבן:רב שפאלטער האט מען שוין ערגעצוואו גערעדט, וועלכער יאר האט זיך דער באבובער רב אוועקגעצויגען פן קראון-הייטס? געוואוסט האב איך אז דאס האט געהאט צוטאן מיט דעם וואס די ליובאוויטשער האבן זיי ענג געמאכט דארט (אפשר יעצט וועט זיך ביקסאד מיט הרבד"צ אויפוועקן, אז מקען קאכען א שטיקל קאשע....).

ב''ה
כבוד הקאשע עסער [הרב מילר מסקרענטאן]
האדמו''ר מבאבאוו עבר בפועל ממ'ש בשנת תשכ''ה והסיבה הפשוטה כי החלק שהוא הי' גר בה נעשה
שחור ..אמת שהוא רצה לעבור לצד השני ולקנות את בנין בית הרפואה על קראון סטריט וטראי אך הדבר לא יצא אל הפועל . וזה שהוא עבר בנה את בארא פארק והי' טובה לו ולשכונה מה' מצעדי גבר . גם הי' בזמן
ההוא שרצה לעבור לקווינס ע''י לעפראק סיטי אך זה הי' פראדזעקט מידי גדול לובימים ההם .
גם סאטמאר חיפשו מקום לעבור בזמן ההוא כי הי' פחד בוויליאמסבורג בלילות . וכן באיסט-סייד קשה
להסביר היום לעולם איך המצב ברחובות העיר הי' אז .

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 10:05 am

א וועלט וואס מיר האבן דא זוכה געווען, ברוך שובך במלא תארו, כבוד הרבד"ץ!


לאמיר עס צונעמען שטאטעליך, איך לייג צו מיינע הערות, דער עולם איז מכובד צו פערברייטערן

אודות קראנהייטס ואנשי' שלא מחב''ד יש הרבה לכתוב,
הקאזלאווער רבי = עי' באשכול' על קברי צדיקים באמירקה שידידינו ר' מיילעך כתב מעט אודותיו.
הקאזניצער רבי =
הקיריהאלזער רב = ר' יואל מאיער-טייטעלבוים בנו של ר' העניך מקערעצקי חתן הקדויו"ט ואחיו של ר' ליפא'לע חדב"ן מרן רביה"ק מסאטמאר.
הספינקער רבי = ר' הערשעלע זצ"ל, אחר עזבו את האיסט-סייד
וזמן מה גר שם הסאדיגערער רבי = סדיגורא-פשעמישל, כנסת מרדכי?
הרב קריגער
הבריסעל רב =
הנייפעסטער רב
היאסלער רב
הזשילינער רב
הנאוואמינסקער
רבי הלאנצטער רב [ר' דאווטשא רובין] = ר' אברהם דוד רובין, עי' באשכול הנ"ל אודותיו
הדאלינער רבי [הרב רובין]
הדיארמאטער רב = כבר דיברנו אודותיו באשכול של המנוחת אשר
הלינזער רב
כולל גור ארי' על פרעזידענט סטריט
הרה''ג ר' צבי אייזענשטאט חתן הרי''נ אב''ד קראקא בעל הפירוש על הרמב''ן
הרי''מ בוימעל = ע באשכול על משפחת בוימל
הר' מרדכי שפיעלמאן ממונקאטש בעל תפארת צבי ו' חלקים על הזוה''ק ועל טומאת כהנים על קברי צדיקים
ר' גדלי' שור ר' אלי' חזן ורמ''ד ריבקין ראשי ישיבה בתורה ודעת
הרבי מליזנסק ראי''ה רוקח
הרב ב''צ פרנקל
הטאמאשפלאר רבי = יש לנו אשכול מיוחד אודותיו, ר' חיים משה יהושע שניאורסאהן-טווערסקי נכד בא"ב להאדמוה"ז, קשריו עם חב"ד היו נוחים, הרמ"ש ליווה את מטתו עד הביה"ח.
והקאזניצר רבי בעל עיני ישראל[שווארץ] = יש לנו אשכול מיוחד אודותיו באריכות, ר' ישראל טווערסקי [שווארץ] ששינה שמו ויחוסו שכאילו והוא נכד טשערנאבל.
הריגליצער רב גיסו של הסטעטשינער רב = האם זה הורוויץ בן הבארנובער? איה מקום מנוחת כבודו?
הפריימאנער רב[זילבר] - הרב ר' רפאל זילבער אב"ד פריימאן ור"מ תו"י מסאטמאר, יש אשכול מיוחד לתולדותיו.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 10:16 am

ב''ה
רק כמה הערות
קאזניצער רבי--שפירא בעל עבודת אלעזר בן הרה''ק ר' ירחמיא' משהעלע מקאזניץ וחתן הרה''ק ר' מרדכי יוסף מזלאטפאלי.
ספינקער רבי ר' יעקב יוסף ווייס
הרב קריגער הוא הבריסעלער רב
שכחתי יש להוסיף את החוסטער רבי הרב אהרן משה לייפער
והקרעניצער רב ...ר' ישראל מאיר פריעדמאן חסיד בלוזשאוו
והרב אהרן וואלקין בן הבית אהרן עהש''ס ושו''ת זקן אהרן
והטשענגערער רב א.א. יונגרייז
והרה''צ ר' אברהם ישכר הסאסנאווצער רב ואחיו ר' יעקב אנגלראד נכדי ראדאמסק
והרא''י עבר לארה''ק ונתקבל להיות האדמו''ר מראדזין בהיותו בזיוו''ר חתן התפארת יוסף
והרב שטראססער הרב של ביהבנ''ס כתב-סופר והי' מנהל הווינער ת''ת בוומ''ס
וקרעסטירער -בערבעשטער רבי ....הרב נפתלי גראסס
שכולם הוסיפו לצביון היהדות
ומהסקאלענער רבי כולם יודעים

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך ינואר 13, 2010 4:17 am

מיללער האט געשריבן:וועלכער יאר האט זיך דער באבובער רב אוועקגעצויגען פן קראון-הייטס? געוואוסט האב איך אז דאס האט געהאט צוטאן מיט דעם וואס די ליובאוויטשער האבן זיי ענג געמאכט דארט (אפשר יעצט וועט זיך ביקסאד מיט הרבד"צ אויפוועקן, אז מקען קאכען א שטיקל קאשע....).
מיר אנטשולדיגען זעך פאר'ן אייך אנטוישן, מיר האבן אבער שוין א מאל געשריבן דער-וועגען.

אדרבה מיר ווייסן פון א ערשט-האנטיגע מעשה,
ווען ער האט שטרענג א-פיר גענומען איטליכע בחורים פון זיין ישיבה און גאר שטארק פאר געהאלטן, נאר פאר'ן פלאניר'ן עפעס צו טוהן פאר די צד שכנגד.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 1:02 pm

מיללער האט געשריבן:דער ישוב אין קראון-הייטס איז וואול באקאנט היינט צווישען אונז אלס דער צענטער פאר די ליובאוויטשער חסידים איבער דער גארער וועלט, דער בנין 770 איסטערן פארקוועי איז דער בית המדרש המרכזי פאר די פילע פעולות פון חב"ד איבער די וועלט און פלעגט אויך דינען אלס שטוב פאר די פריערדיגע און לעצטע ליובאוויטשער רביים.


עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן, אז עס איז א טעות ביי די וועלט, אז דער לעצטער ליובאוויטשער רבי, רמ"מ, האט געוואוינט אין 770. פאקטיש האט ער נישט דארט געוואוינט, ער האט געוואוינט אין זיין אייגענעם הויז אויף פרעזידענט סטריט, עטליכע גאסן אוועק פון 770. דער הויז שטייט ליידיג ביז היינט. די קהילה צאלט פאר עפעס אן עלנדן מענטש צו וואוינען דארט און קער נעמען פון דעם הויז, אבער אויזער דעם איז עס ליידיג.

אין 770 האט געוואוינט דער ריי"צ זצ"ל, און אזוי אויך זיין איידעם הרש"ג (ר' שמריהו גורארי'). און אפילו שפעטער ווען די המשכה איז סוכ"ס געבליבן ביי רמ"ש, איז נאך אלץ דער רש"ג געבליבן וואוינען אין דעם בנין 770 עד יום פטירתו. זיין רביצין האט מען פארטריבן פון דארט ביי די פרשה מיט די ספרים ווען זי האט זיך אנגענומען פאר איר זוהן ר' בערל.

אבער רמ"מ איז געבליבן אפיציעל וואוינען אין זיין אייגענעם הויז כל ימיו. ווער עס געדענקט ווען זיין רביצין חי' מושקא איז אוועק, איז מען אים געגאנגען מנחם אבל זיין דארט אין זיין הויז.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 1:40 pm

אבער נאך די פטירה פון זיין רעבעצין איז ער יא געבליבן וואוינען אין 770
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 1:56 pm

נישט אפיציעל, ער איז דארט געווען, ווייל ער האט געקענט טון דארט וואס ער וויל. זיין אפיציעלע דירה איז געווען אין פרעזידענט סט.

איך קען דיר זאגן נאכאמאל ווען ער האט געוואוינט אין 770. ווען זיין שווער איז אוועק, איז ער געבליבן וואוינען דארט איבער א יאר. ביז.......
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » פרייטאג ינואר 22, 2010 6:35 am

ווייסט איינער פון וועלכע יאר ביז וועלכע יאר די סאטמארע ת"ת האט פונקציאנירט אין קראנהייטס?

און וועלכע יאר דער סקולענער רבי איז געקומען אהין?
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג ינואר 26, 2010 4:01 pm

כ'האב אנגערופן דעם זיידן שליט"א און געשמועסט איבער קרוינהייטס יאהרן, וואו ער האט געוואוינט איידער ער האט זיך אוועקגעצויגן פון דארט.

מתוך דבריו בין איך געוואויר געווארן אז דער סאדיגורער-פשעמישל רבי זצ"ל האט אויך געוואוינט אין קרוינהייטס
(ער ווערט נישט דערמאנט אין די אויבן דערמאנטען רשימה) און ער האט געהאט זיין בית מדרש אויף Crown ביי Brooklyn.

דער זיידע שילדערט איבער דעם ערשטען שבת וואס דער סקולענער צדיק איז געווען אין קרוינהייטס (ארעסטאנט; לכאו' בשנת תשכ"ב או כ"ג), ווי דער עולם איז געגאנגען פרייטיג-צו-נאכטס צום טיש, וואס איז אפגעראכטן אינאיינעם מיטן סאדיגורער רבי'ן.

דער סקולענער רבי איז דאן געווען דער גאסט ביים סאדיגערער רבי'ן, און בשעת די תושבי העיר זענען געקומען געבן שלום פארן סקולענער רבי'ן, האט ער געוויזן אז מ'זאל קודם באגריסן דעם בעל אכסניא האדמו"ר מסאדיגורה זצ"ל.

ביים בענטשן (יענעם ערשטען שבת פרייטיג צו נאכטס) האט דער סאדיגערער רבי מכבד געווען דעם אורח מיט ברכת המזון, און דער זיידע געדענקט ווי דער סקולענער האט ארויסגעזאגט: ברשות אדוננו מורנו ורבנו בעל הבית הזה.

שפעטער האט דער סקולענער רבי געעפענט זיין בית מדרש אויך אויף Crown סטריט (ר' שמחה האט שוין דאס דערמאנט).

- - -

ארעסטאנט בנוגע דיין שאלה וועגן סאטמארער חדר, האט דער זיידע נישט געוואוסט גענוי, ער זאגט אז ווען ער איז געקומען אין 56 איז שוין דער חדר געווען. ער איז משער אז דער חדר האט זיך לכאו' פארמאכט בשנת תשכ"ו.

אין יענע יאהרן איז אין די סאטמארער חדרים אין וויליאמסבורג נאך נישט געווען איינגערישט געהעריג קיינע עיר-קאנדישענס, דעריבער אין הייסע זומער טעג פלעגן די קינדער פארן קיין קרוינהייטס לערנן אין סאטמארער חדר, וואו דארט איז יא געווען עיר-קאנדישאן.
לחיים ולברכה!

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » דינסטאג ינואר 26, 2010 4:15 pm

נחמן נתן א גרויסן ישר כח פאר דיין אינפארמאציע!

איך ווידערהאלט מיין בקשה ווער עס ווייסט גענוי וועלכע יארן דער סאטמארע'ער חדר האט פונקציאנירט אין קראון הייטס זאל ביטע לאזן וויסן. ולמצוה גדולה יחשב.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג ינואר 26, 2010 6:19 pm

נחמן נתן האט געשריבן:מתוך דבריו בין איך געוואויר געווארן אז דער סאדיגורער-פשעמישל רבי זצ"ל האט אויך געוואוינט אין קרוינהייטס
(ער ווערט נישט דערמאנט אין די אויבן דערמאנטען רשימה) און ער האט געהאט זיין בית מדרש אויף Crown ביי Brooklyn.

דער זיידע שילדערט איבער דעם ערשטען שבת וואס דער סקולענער צדיק איז געווען אין קרוינהייטס (ארעסטאנט; לכאו' בשנת תשכ"ב או כ"ג), ווי דער עולם איז געגאנגען פרייטיג-צו-נאכטס צום טיש, וואס איז אפגעראכטן אינאיינעם מיטן סאדיגורער רבי'ן.

דער סקולענער רבי איז דאן געווען דער גאסט ביים סאדיגערער רבי'ן, און בשעת די תושבי העיר זענען געקומען געבן שלום פארן סקולענער רבי'ן, האט ער געוויזן אז מ'זאל קודם באגריסן דעם בעל אכסניא האדמו"ר מסאדיגורה זצ"ל.

ביים בענטשן (יענעם ערשטען שבת פרייטיג צו נאכטס) האט דער סאדיגערער רבי מכבד געווען דעם אורח מיט ברכת המזון, און דער זיידע געדענקט ווי דער סקולענער האט ארויסגעזאגט: ברשות אדוננו מורנו ורבנו בעל הבית הזה.

שפעטער האט דער סקולענער רבי געעפענט זיין בית מדרש אויך אויף Crown סטריט (ר' שמחה האט שוין דאס דערמאנט).

איטליכע תגובות איבער די התקשרות פון הרה"ק מ'סקולעין צו הרה"ק רמש"י מ'סאדיגורא.
ועמך כולם צדיקים

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג ינואר 26, 2010 10:50 pm

ביקסאד, נישט דאס איז געווען ביי מיר דער חידוש... דער חידוש ביי מיר איז געווען אז דער סאדיגערער פשעמישל האט געוואוינט אין כתר עליון.
לחיים ולברכה!


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט